בלאט 3 פון 6

נשלח: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 5:10 pm
דורך איך אויך
smart האט געשריבן:ביי שטארק האלט מען אין איין הערן א קאווער אפ וכו

אויב וואלט טאקע געוועזן א קאווער אפ וואלט מען שוין געוווסט

זייער גרינג צו זאגן

איז דא איינער דא וואס קען זאגן איך ווייס די מעשה אינטער שטארק מיט נעמען?

פארוואס ביסטו אזוי סורפרייזד? געב א קוק מען האט לעצטענס ארויסגעלאזט דער ארכי-מנוול און רוצח אהרן גאלדבערג ימש''ו נאך א נישטיגע 3 יאר. און דארט האט די עפ. בי. איי. אפגעכאפט קליפ און קלאר ווי ער גיבט 25 אלפים צו רצחנן מאסרי פשוט כפשוטו.

עס זענען אפילו געווען 'רבנים' וואס האבען עם געשטיצט און וויפיל איך ווייס האט ער קיינמאל אפילו נישט אויסגעדרוקט חרטה.

אגב, דער גאלדבערג ימש''ו אנשטאט איינרוען אביסל דרייט זיך שוין ווייטער ארום די וועלט און לאקערט אויף תמימות'דיגע אידישע מיידלעך.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 7:12 pm
דורך קאצקע ציקער
smart האט געשריבן:זיי שרייען טאקע אבער אן קיין דעקונג און אן קיין נעמען אן א מהלך סתם קאווער אפ שמאווער אפ

קוק למשל יעצט ביי די מעשה פון מאנסי די קאנספיראציע וואס דער עולם זאגט מאכט סענס מיט נעמעןנ און נאך ראיות

אבער ביי שטארק איז סתם דא א לויזונג קאווער אפ אן קיין שום אינפא

נשלח: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 8:29 pm
דורך אישתישבי
איך פארשטיי נישט פארוואס עס ווערט אויס העיטקריים ווייל עס איז כלומר'שט איינער משלנו וואס האט געדינגען א גוי זאל אנפערטיגען איינעם.

נאר א גוי קעגען א איד איז א העיטקריים? א איד קעגען א איד איז נישט קיין העיט? וואס דען איז עס, ליבשאפט?

נשלח: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 8:52 pm
דורך קאצקע ציקער
20191124_205208.png

נשלח: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 10:45 pm
דורך מפיל קינד
אישתישבי האט געשריבן:איך פארשטיי נישט פארוואס עס ווערט אויס העיטקריים ווייל עס איז כלומר'שט איינער משלנו וואס האט געדינגען א גוי זאל אנפערטיגען איינעם.

נאר א גוי קעגען א איד איז א העיטקריים? א איד קעגען א איד איז נישט קיין העיט? וואס דען איז עס, ליבשאפט?

א העיט קריים מיינט אבי געשלאגן א איד, ווייל כ'האב פיינט א איד. דאס זעלבע אויב דו שלאגסט א גוי רענדאמלי.

א געצילטע אטאקע איז נישט נאר העיט, נאר עפעס אנדערש.

Re: די ברוטאלע אטאקע אין מאנסי

נשלח: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 10:47 pm
דורך ריפארטער
קאצקע ציקער האט געשריבן:
smart האט געשריבן:זיי שרייען טאקע אבער אן קיין דעקונג און אן קיין נעמען אן א מהלך סתם קאווער אפ שמאווער אפ

קוק למשל יעצט ביי די מעשה פון מאנסי די קאנספיראציע וואס דער עולם זאגט מאכט סענס מיט נעמעןנ און נאך ראיות

אבער ביי שטארק איז סתם דא א לויזונג קאווער אפ אן קיין שום אינפא

נישט סתם א לאזינג קאם אן
ביי די ווידיאוי האט מען קלאר געזעהן צוויי ווייסע מענטשן פליצלונג ארעסטירט מען עפעס א שווארצן חדשים נאכדעם און ער איז איז נאר דער דרייווער ווי פונקטליך זענען די איבעריגע מערדער?? און וואס פונקטליך זענען געווען זייערע מאטיווען??

Wake up and small the coffee my friend
זעהט אויס די האסט קיינמאל די ווידיאו נישט געזעהן, מען זעהט דארט קלאר די מענטשען וועם מ'האט טאקע ארעסטירט, און ביידע קארט טרייעלס האבען אלעס געשטימט קליפ און קלאר, קיין שום קאנספיראציע נישט.

Sent from my SM-G960U using Tapatalk

נשלח: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 10:52 pm
דורך קאצקע ציקער
ריפארטער האט געשריבן:

און וואס איז געווען זייערע מאטיווען?

Re: די ברוטאלע אטאקע אין מאנסי

נשלח: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 11:12 pm

שולדיג געווען געלט פאר איינע פון די מערדער.

קודם שיסט א קאנספיראציע ווען ער הייבט נישט אן צו וויסען אז ס'איז שוין געווען צוויי טרייעלס און דריי מענטשען זיצען פאר דעם.

Sent from my SM-G960U using Tapatalk

נשלח: זונטאג נאוועמבער 24, 2019 11:19 pm
דורך שלמה המלך
האט איינער נייעס וואז טיט זיך מיט דעם אינגערמאן?
פארוואס איז אזוי שטיל?
איך הער אז ער איז רח"ל אויף א רעספעריעטער! איז דאס וואר?
(וואס זאגט זיין איידעם?)

Re: די ברוטאלע אטאקע אין מאנסי

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 11:05 am
דורך אונטער חכם
שוין, חיים שאולזאהן ווייסט שוין פונקטליך די מעשה.
https://bshch.blogspot.com/2019/11/blog ... 3.html?m=1

זעהט אויס ער האט געוואלט זיכער מאכן אז קיינער זאל אים נישט גלייבן, האט ער אויך צוגעלייגט אז דער יונגערמאן איז שוין ח"ו בלינד אויף א גאנץ לעבן, א זאך וואס יעדער קען הערן פון די משפחה אז עס איז נישט אמת.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 11:53 am
דורך real fake news
כהער שמועסן אז סגעווען צוויי יידן אין די קאר בשעת די אטאקע איינער ווייסט עני אינפא צו סאיז אמת?

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 12:24 pm
דורך רביה''ק זי''ע
אונטער חכם האט געשריבן:שוין, חיים שאולזאהן ווייסט שוין פונקטליך די מעשה.
https://bshch.blogspot.com/2019/11/blog ... 3.html?m=1

זעהט אויס ער האט געוואלט זיכער מאכן אז קיינער זאל אים נישט גלייבן, האט ער אויך צוגעלייגט אז דער יונגערמאן איז שוין ח"ו בלינד אויף א גאנץ לעבן, א זאך וואס יעדער קען הערן פון די משפחה אז עס איז נישט אמת.

ס'דא מענטשן וועלכע האלטן זיך אונטער דורך איהם אריינשיקן מוגזמ'דיגע אינפארמאציע, ס'די זעלבע מענטשן וועלכע שיקן אריין די געבאקענע מעשה'לעך צו השומרים.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 12:47 pm
דורך מפיל קינד
real fake news האט געשריבן:כהער שמועסן אז סגעווען צוויי יידן אין די קאר בשעת די אטאקע איינער ווייסט עני אינפא צו סאיז אמת?

נאר צוויי? ס'הייסט אז ס'איז געווען א גאנצע באס פול מיט אידן, אלע האבן געהאט גאנס מיט מעסערס, זיי האבן געהאט פארמאסקירטע געזיכטער און הענשיך אויף זייערע הענט. לויט שמועות האבן זיי אויך געשריגן אללא אכבאר, אבער דאס איז נישט קאנפירמד.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 1:08 pm
דורך חיים יואל
real fake news האט געשריבן:כהער שמועסן אז סגעווען צוויי יידן אין די קאר בשעת די אטאקע איינער ווייסט עני אינפא צו סאיז אמת?

ס'געווען צוויי יידן אין די קאר בשעת די אטאקע, אבער זיי האבן געשלאגען די פאלשע מענטש?
שטימט נישט..

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 1:42 pm
דורך קורקלענד
איך בין טיעף פארקלערט, וואס וואלט איך געטוהן ווען ס'פאסירט אזוינס און פלוצלינג הייבן אן ארום פליען וואויסנאטס און מעסעדשזעס פארום'ס וכו' וואס זענען מיר גאר חושד, און ס'גאנצע מעשה הויבט זיך נישט אן און לאזט זיך נישט אויס. איך פרוביר אריינצוטראכטן וויאזוי וואלט איך אדער סיי ווער אונטער אזעלכע אומשטענדן רעאגירט? אזוי טראכטנ'דיג טראכט איך צו זיך אז ס'איז אינטערעסאנט אז דער נחשד איז אונגאנצן שטיל, נישט קיין סטעיטמענט, נישט קיין וואויסנאטס..... שטיל שווייגעניש.

נישט לאנג צוריק איז ארומגעגאנגן א מעסעדשז אז אמנון'ס פיצא איז פארשלאסן אויף אייביג, ס'איז אפי' מיטגעקומען מיט עפעס א סיבה. ס'איז אבער אדורך געגאנגען אפאר שעה און ס'איז ארומגעפארן א מעסעדשז פונעם בעל הבית אז ס'איז נישט אמת. ער האט צייטווייליג פארשלאסן פאר פיר און צוואנציג שעה פשוט צו פארעכטן א גאז ליעק. און גענדיגט. דער שטיל שווייגעניש שמעקט עפעס נישט.....

נישט אז איך האלט אז די מעשה איז בכלל אמת.... איך וויל פשוט פארשטיין.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 1:47 pm
דורך מפיל קינד
נישט אמת. דער איד פון ברוקלין שרייט חי וקיים אז ס'האט גארנישט מיט אים. געהערט פון עטליכע.

ער דארפט לאזן א וואויס נאוט פאר יעדעם?

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 1:50 pm
דורך קורקלענד
ער דארף גארנישט טוהן.

Re: די ברוטאלע אטאקע אין מאנסי

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 1:54 pm
דורך אונטער חכם
קורקלענד האט געשריבן:ער דארף גארנישט טוהן.
אבער דו האסט יעצט געשריבן א תגובה וואס Suggest אז ער איז שולדיג ווייל ער לייקנט עס נישט אפ.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 2:13 pm
דורך קורקלענד
אזוי האסטו געוועלט צו פארשטיין מיינע מחשבות.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 2:18 pm
דורך לאמיר זאגן
איך אין זיין מצב וואלט גארנישט געטון. בין איך דען מחויב ארומצוגיין שרייען פאר יעדן שמויגער אז איך בין אומשולדיג? פארוואס, ווייל איינער האט דעסיידעט מיר צו באשמיצן? איך וואלט עס געזאגט פאר וואס מען דארף עס זאגן.

נישט אז איך נעם א שטעלונג ביי די איצטיגע פרשה, אבער דאס ער רעדט נישט, איז קיין ראיה.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 2:26 pm
דורך מפיל קינד
קורקלענד האט געשריבן:אזוי האסטו געוועלט צו פארשטיין מיינע מחשבות.

דיינע מחשבות ליין איך נישט. דיין תגובה האב איך אויך אזוי פארשטאנען.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 2:55 pm
דורך ליפא
קורקלענד האט געשריבן:אזוי האסטו געוועלט צו פארשטיין מיינע מחשבות.

דו שרייבסט ''דער שטיל שווייגעניש שמעקט עפעס נישט''

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 25, 2019 2:59 pm
דורך קורקלענד
ליפא האט געשריבן:
קורקלענד האט געשריבן:אזוי האסטו געוועלט צו פארשטיין מיינע מחשבות.

דו שרייבסט ''דער שטיל שווייגעניש שמעקט עפעס נישט''

ס'איז איינע פון די צדדים אין מיינע מחשבות. איך וואלט חלילה נישט ארויסגענומען פון דעם אזַער האט עס זיכער געטוהן...