פארוואס איך בין אראפ פון דרך

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

ר׳ דובער שניאורסאהן זצ״ל (האדמו״ר האמצעי מחב״ד) זאגט אז שכחה איז נאר שייך ביי עפעס וואס איז תחת הזמן און מען פארגעסן אין א שפעטערע זמן דאס וואס איז געווען ביי א פריערדיגע זמן, משא״כ ביי הקב״ה וואס איז למעלה מן הזמן ע״ש; דא [10:50-11:50] דערמאנט [tag]לעיקוואד[/tag] די געדאנק. האב איך געקלערט אז אולי איז דאס די געדאנק אז ר״ה, וואס זה היום תחילת מעשיך וואו זמן איז געקומען אין צו עקזיסטענץ ברענגט מען ארויס די געדאנק פון זכרונות לגבי הקב״ה שהוא למעלה מזה. ובוודאי כבר קדמני.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

דא [38:00-38:55] פרעגט דר. פּיִטער מיליקען אויף דר. ריטשערד סווינבּורן אז אליביה וואו ג-ט ווייסט אלעס פונעם עבר טעמפּאריש אבער נישט די עתיד (כשיטת הרלב"ג) און/אבער איז נתון תחת הזמן, דאן צייגט דאס לכאורה אויף אן אבסאלוט אפשאצונג פון זמן און איז לכאורה קעגן דאס געדאנק פון רעלאטיוויטי וואו די סיימולטאנעאיטי פון צוויי זמנים ווענדט זיך אינעם אבזערווירער.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
באניצער אוואטאר
מי אני
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 5784
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג אקטאבער 05, 2018 4:32 pm
האט שוין געלייקט: 12391 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 8057 מאל

שליחה דורך מי אני »

מי אני האט געשריבן:מ׳קען אפשר אריינלערנען די סארט מושג פון ״למעלה מהזמן״, דהיינו זיך ארומשפילען מיט די מושג/דירעקציע פון זמן ובנוגע תיקון חטאים, אין תניא פכ״ה. וז״ל, ואעפ״כ כל איש ישראל מוכן ומזומן למסור נפשו על קדושת ה' שלא להשתחוות לעבודה זרה אפילו לפי שעה ולעשות תשובה אחר כך והיינו מפני אור ה' המלובש בנפשם כנ"ל שאינו בבחינת זמן ושעה כלל אלא למעלה מהזמן ושליט ומושל עליו כנודע, ע״כ ע״ש. (ועיין להלן בפכ״ט.)

מ׳קען אפשר זאגן אז וואס ער מיינט (אויך) ארויסצוברענגן מיט׳ן זאגן ״שאינו בבחינת זמן ושעה כלל אלא למעלה מהזמן ושליט ומושל עליו כנודע״, אז וויבאלד די אור ה׳ וואס איז אין אים/איר איז למעלה מן הזמן, וועגן דעם קומט אויך אויס אז די חטא ותשובתו זענען סיימאלטעניאס, איז ממילא איז ער אין אלגעמיין (אויף די גרויסע חטא פון ע״ז) מעיקרא נישט חוטא און טוהט תשובה נאך דעם וואס ווענדט זיך שוין יא אין זמן. (ואפשר ליגט אויך די כוונה ברמז אין דעם לשון פונ׳ם אור ה׳ המלובש בנפשם, וואס ווי באקאנט איז אור (ומהירותו) מקושר צו די מושג פון זמן.)

הרב דר. נחום אליעזר ראבינאוויטש ז"ל איז אויך מסביר דעם רמב"ם אזוי ענליך בנוגע זיין עיקר פון בחירה חופשית ותשובה. והיינו, ווייל מושג ה"זמן" איז מקושר אליבא דהרמב"ם (עפ"י אריסטו) בתנועה שהיא בעלול ועילה. אבער אלס עלול ועילה אליינס קען דאך זמן בעצם פונקט אזוי גיין אהין ווי צוריקצווועגס (ווי אויבן דערמאנט). קומט אויס אז די אפשרות הבחירה פונעם מענטש, וואס איז מקשר דעם עלול צום עילה במעשיו, איז ע"כ קובע ומכריח די ריכטונג פונעם הילוך הזמן שלא יוכל להתהפך. אבער די געדאנק פון תשובה איז דאך דאס סותר מיט דעם אז עס איז מהפך זיינע עוונות וואס זענען יא געווען אינעם עבר - "זמן" גייט צוריקצווועגס מיט דעם וואס די עתיד איז פועל אויפ'ן עבר. דאס איז בעצם די זעלבע קשיא ווי ידיעה מכחשת הבחירה. ולכן וועגן די אנגעבליכע סתירה איז דער רמב"ם מפרש ענין בחירה חופשית בהל' תשובה.
"איך בין אפילו נישט זיכער אז איך עקזיסטיר, ווי אזוי קען איך זיין זיכער אז...?" - יאיר
"אלס וואס איך ווייס איז אז איך ווייס גארנישט (אחוץ דעם עצם פאקט)" - סקראטוס
און אפילו אין דעם בין איך אויך נישט זיכער (וכן הלאה והלאה)
פארשפארט