בלאט 3 פון 4

נשלח: זונטאג פעברואר 02, 2020 11:12 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
און ווען עס איז תורה שבע״פ איז עס גארנישט? טאמער איינער האלט זיך א גאנצע קענען און א צולייגער, און ער ווייסט נישט די השתלשלות פון פינף און זיבן, איז ער סתם א פ״צ

Re: מנהג ״פינף״-און-זיבן

נשלח: זונטאג פעברואר 02, 2020 11:31 pm
דורך דער גאלדענער אדלער
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:און ווען עס איז תורה שבע״פ איז עס גארנישט? טאמער איינער האלט זיך א גאנצע קענען און א צולייגער, און ער ווייסט נישט די השתלשלות פון פינף און זיבן, איז ער סתם א פ״צ
וואס מיינען די ראשי תיבות פון פ"צ??

נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2020 12:09 am
דורך בן חכמוני
ישעיה האט געשריבן:אבער למעשה שטומט עפעס נישט, קומסט אריין אין 'תורה און מחשבה' און נעמסטיך שיסן בענקלעך אויף די רבי'ס פון כלל ישראל, אזוי עמי בבית, דו ווילסט אפשר מציע זיין א נייע תורה וואס קראסט אויס דעם רמ"א און ש"ך?
און ניין, גדולי הפוסקים האבן נישט גע'פּאוסט דברי זלזול איינער אויפ'ן צווייט'ן


איך א נייע תורה? איך ברענג דאך דייקא דאס ארויס אז די חומרות על גבי חומרות אין די פינף טעג איז א תורה חדשה גמורה! נישט איך בין דער מחדש; דער רמ״א איז. און הגם כמעט יעדע חומרה וואס ער ברענגט דארט קומט געווענליך פון דער תרומת הדשן אדער דער מהרי״ק איז דער רמ״א דער וואס ׳קאדיפייד׳ עס ווי הלכה מחוייבת אויפן כלל. און דאס איז די שווערסטע חלק און ער איז דער וואס דארף זיך ערקלערן, נישט איך.

ווילסט זאגן א מנהג המקום, אקעי. ווילסט אוועקשטעלן א גוטע הנהגה, אקעי. אבער עס איז נישט פארהאן קיין שום רעכט צו קומען מיט די הלכה פסוקה עטיטוד און ישכנו נחש סטראשונגען אויף זאכן וואס רובא דרובא ראשונים זאגן קלאר און אפן פארקערט (!!!)!

נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2020 11:16 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:און ווען עס איז תורה שבע״פ איז עס גארנישט? טאמער איינער האלט זיך א גאנצע קענען און א צולייגער, און ער ווייסט נישט די השתלשלות פון פינף און זיבן, איז ער סתם א פ״צ
וואס מיינען די ראשי תיבות פון פ"צ??

וועסט ווערן באליידיגט ווען איך זאג דיר צו פרעגן דיין מאמען?

[tag]בן חכמוני[/tag], אין אנדערע ווערטער, מיט וועלכע כללי הפסק האט זיך דער רמ״א באנוצט ווען ער האט אנגענומען א פסק פון איין מנהג איבער אלע אנדערע ראשונים? איז עס ווייל מ׳האט זיך שוין אזוי געפירט און דער מנהג איז דער קובע? איז עס ווייל מסתבר טעמיה? איז עס ווייל רוב ראשונים צו רוב אנגענומענע ראשונים האלטן אזוי?
נייתי ספר וניחזי

נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2020 1:52 pm
דורך אישתישבי
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:און ווען עס איז תורה שבע״פ איז עס גארנישט? טאמער איינער האלט זיך א גאנצע קענען און א צולייגער, און ער ווייסט נישט די השתלשלות פון פינף און זיבן, איז ער סתם א פ״צ


העי, קאל איט. תורה שבכתב מיינט געשריבען, א מליצה, אז עס איז פשוט און געשריבען. פינףַ אין זיבען שטייט געשריבן טאקע אין רמ"א, און עס איז א אויסנאם פין א הלכה וואס איז נישט באזירט אויף עפעס ווי געוועהנליך. איינער וואס פארשטייט נישט וואס דאס מיינט איז סתם א וכו'

נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2020 2:00 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
איך ווייס די טענה דערויף, אבער דאס איז נאר נאכ׳ן קענען די פשוט׳ע השתלשלות פון די הלכה.

נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2020 2:19 pm
דורך בן חכמוני
און מיט דיין מרמז זיין און אונטערגעציפטקייט וועל איך יא קענען, קארעקט?

אז דו ווייסט עפעס איבער ״די השתלשלות פון די מנהג״ מער ווי איך האב שוין געברענגט, שמועס עס אויס! סיי דער רמב״ם ברענגט די געוויסע מנהגים און ער מאכט זיי אוועק און אין בית יוסף ווערט אויך געברענגט די אלע חומרות וואס דער רמ״א נעמט אן און ער מאכט זיי בחדא מחתא אוועק מיטן טענה אז זענען דעות יחידאה. סאו, אויב ווייסטו עפעס מער וואס קען מצדיק זיין דאס יא מחמיר זיין באופן הלכה פסוקה, שרייב עס אזוי אז יעדער זאל זעהן און זיך לערנען עפעס. ביז דאן האב איך נישט קיין קשיות נאר מסקנות.

נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2020 3:05 pm
דורך קאך_לעפל
[justify]לאמיר פראבירן עטוואס צוזאם צו נעמען די זאך ווי ווייט איך פארשטיי.

מדאורייתא / בזמן שבית המקדש היה קיים:
זבה – א פרוי וואס זעט בלוט, נישט אין די צייט פון איר ווסת - זי דארף זיבן ריינע טעג, מקוה, קרבנות.
נידה – א פרוי וואס זעט בלוט אין די צייט פון איר ווסת - זיבן טאג נאך די אנהייב פון די ווסת, אפילו זי האט נאך געזען א טאג פריער, בלויז מקוה (נישט קיין זיבן ריינע טעג) און זי איז טהור.
-----
ימי נידה - זיבן טעג זינט די אנהייב פון די ווסת.
ימי זבה - הלכה למשה מסיני: בלויז פון די אכטע טאג פון די ימי נידה ביז צו אכצנסטע טאג פון איר ווסת, אין דאזיגע טעג אויב זי זעט בלוט איז זי א זבה.
ימי טהרה - פון די אכצנסטע טאג ביז צו איר ווסת, (אין אלגעמיין 12 טעג) דאס ווערט אנגערופן ימי טוהר.

מדרבן:
אין די ימי זיבה אויב זעט מען בלויז איין אדער צוויי טעג, הייסט מען א זבה קטנה, און מען ווארט א טאג קעגן א טאג, און מען גייט אין מקוה און מען איז ריין.( עס פאדערט זיך נישט קיין זיבן ריינע טעג, און אויך נישט קיין קרבנות) אבער אויב זעט מען דריי טעג נאכאנאנד הייסט מען א זבה גדולה - און זי דארף זיבן ריינע טעג, מקוה, און קרבנות.

דער פראבלעם:

ווי עס איז זעלבסט פארשטענדליך האבן די פרויען דאן געהאט גאר א שווער און קאמפליצירט לעבן. זיי האבן שטענדיג געדארפט האלטן קאפ גענוי ווי זיי שטייען. צו אין די ימי נדה, צו אין די ימי זיבה. די ערשטע 7 טאג פון די ווסת איז געווען די 7 ימי נידה, און באלד האט נאכגעפאלגט די 11 ימי זיבה, דאס האט זיך געצויגן ביז צום 18טען טאג פון די ווסת. דאס באדייט אז א פרוי האט בלויז פארמאגט 12 ימי טהרה.

תקנות רבי יהודה הנשיא:
ווען רבינו הקדוש האט געזען ווי עס אנטוויקלט זיך שטארקע צומישענישן, און ווי אויך אז די דיינים וועלכע האבן געקענט פינאדערשיידען צווישן דם נידה און דם זיבה האבן זיך פארמינערט, האט ער איינגעשטעלט אזוי - אז אלעמאל א פרוי זעט בלוט איז דאס א ספק דם זיבה, און זי דארף ציילן בלויז זעקס ריינע טעג, ווארום אין יעדנספאל אויב איז עס דם נידה אדער א זבה קטנה דארף זי דאך נישט ציילן קיין זיבן ריינע טעג. אין רעזולטאט האבן די פרויען בלויז געדארפט האלטן קאפ צו זיי זען נישט קיין בלוט פאר דריי טעג נאכאנאנד, דאס האט עטוואס פארגרינדערט דאס לעבן פאר זיי.

לויט דעם איז געווען: אז א פרוי זעט בלוט סיי אין די עלף ימי זיבה איינס אדער צוויי מאל און סיי אין די ימי נידה, דארף זי ציילן זעקס ריינע טעג, און זי גייט אין וואסער אריין.

תקנת בנות ישראל:
שפעטער איז איינגעשטעלט געווארן די קאָנטראָווערסיאַלע תקנה פון ר זירא, אז אויב א פרוי זעט אפילו איין טראפ בלוט, סיי אין די ימי נידה, סיי אין די ימי זיבה, ציילט מען זיבן ריינע טעג גענוי ווי א זבה גדולה. דאס האט שוין מער-ווייניגער פארמיטן אלע צומישענישן.

ימי הגאונים:
די אייציגסטע מאל וואס מיר געפונען אין די תורה א באגריף פון ריינע בלוט - איז בלויז ביי א יולדות. נאכן געבורט פון א יונגל דארף מען ווארטן זיבן טעג, און פון א מיידל צוויי וואכן, און דערנאך אפילו זי זעט בלוט איז דאס ריינע בלוט ביז 33 טעג. און ביי א מיידל ביז 66 טעג.
אין די טעג פון די גאונים איז גענצליך אויפגעלעזט געווארן דער באגריף פון ריינע בלוט. און עס איז איינגעשטעלט געווארן אז ווען אימער מען זעט אפילו בלויז א טראפ בלוט, דארף מען ציילן זיבן ריינע טעג ווי א זבה גדולה.
דער רמב''ם שרייבט אייגענטליך אז די דאזיגע חומרה האט נישט גאנץ כלל ישראל אנגענומען – ער שרייבט אז ער האט געהערט אין צרפת איז מען בועל אויף ריינע בלוט.

פולטות
די הלכה איז א פולטות ש''ז איז סותר די זיבן ריינע טעג. אויב האט יעדע פרוי וואס זעט אפילו איין טראפ בלוט די הלכה פון א זבה גדולה, און זי דארף ציילן זיבן ריינע טעג, דארף מען ווארטן כאטש דריי טעג ביז די ש''ז איז מסרחת, וואס דאן איז דאס מען נישט סותר די די זיבן ריינע טעג...

כ'האף אז איך האב נישט גערייזט, כ'האב געשריבן אויף אויסענווענדיג, זאגאר אויב יא, ביטע מאכט מיר אויפמערקזאם בדרכי נועם.

שכוח[/justify]

נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2020 3:33 pm
דורך נהורא נפישא
ווען איז ימי טוהר ?

נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2020 3:37 pm
דורך קאך_לעפל
נהורא נפישא האט געשריבן:ווען איז ימי טוהר ?


נישט אין די זיבן ימי נידה,
נישט אין די עלף ימי זיבה, וואס פאלגט נאך די זיבן ימי נידה.
א יולדות נאך א יונגל פון נאך זיבן טעג פון די געבורטס פאר 33 טעג, און ביי א מיידל נאך צוויי וואכן פון די געבורטס ביז 66 טעג. (זי איז דאן מותר לבעלה, מדאורייתא.)

נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2020 3:39 pm
דורך קאך_לעפל
איך רעדט פון אויסעווייניג, נעם נישט אן בלונדערהייט, מאך אויף א רמב''ם אין קוק נאך...

נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2020 3:41 pm
דורך נהורא נפישא
אט אזוי

נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2020 3:46 pm
דורך נהורא נפישא
צום באמערקן אז רוב רובם פון ראשונים האלטן אז די מחזורי נדה וזיבה זענען נישט קבוע (נאר דער רמב"ם האלט אז יא) נאר אז יעדעסמאל באזונדער זענען די ימי זיבה אייביג תלוי אויף די ימי נידה און פאלגן נאך זיבן טאג דערויף פאר עלף טעג דאס מאכט אז במציאות איז כמעט נישט שייך אז א פרוי זאל זיין א זבה גדולה

נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2020 4:54 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
די ערשטע שורה פון [tag]קאך_לעפל[/tag] איז שוין א טעות, א זבה דארף נישט קיין לעבעדיגע קוואל, נאר א זב. עס איז דא אזא תמוה'דיגע שיטה אין רש"י, אבער די פשטות הפסוקים\פוסקים איז נישט אזוי.

הוספה: איך זעי אז עס איז דא נאך פיל גרייזן. די ימי טוהר האט ער געצויגן פון ארבעל ארויס, ועוד זאכען וואס זענען נישט אין איינקלאנג מיט די הלכה און נישט מיט די מציאות. עס איז ראטזאם נישט צו שרייבן פון זכרון.

נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2020 5:16 pm
דורך קאך_לעפל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:די ערשטע שורה פון [tag]קאך_לעפל[/tag] איז שוין א טעות, א זבה דארף נישט קיין לעבעדיגע קוואל, נאר א זב. עס איז דא אזא תמוה'דיגע שיטה אין רש"י, אבער די פשטות הפסוקים\פוסקים איז נישט אזוי.

הוספה: איך זעי אז עס איז דא נאך פיל גרייזן. די ימי טוהר האט ער געצויגן פון ארבעל ארויס, ועוד זאכען וואס זענען נישט אין איינקלאנג מיט די הלכה און נישט מיט די מציאות. עס איז ראטזאם נישט צו שרייבן פון זכרון.


ביזט גערכט מיט די אויפפאסונג איבער טבילות זבה...

און אויף די אנדערע פוסטע דעמאגאגיע אן קיין שום דעקונג ( ווי עס איז די שטייגער) איז דאך ניטאמאל שייך צו ענטפערן....

נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2020 5:25 pm
דורך קאך_לעפל
וואס איז דער דין מה''ת ווען א פרוי זעט בלוט נישט אין די צייט פון די ווסת, און נישט אין די י''א ימי זיבה? הייסט דאס נישט דמי טהור? מיר ליגט אין קאפ אז יא, אדרבה זאל עמיצער עטוואס אויסקלארן...

Re: מנהג ״פינף״-און-זיבן

נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2020 7:02 pm
דורך בן חכמוני
״ימי טוהר״ ממש ווערט געווענליך גענוצט נאר ביי א יולדת. די טעג צווישן ימי זיבה און נדה זענען מדאורייתא גוט אויף אזופיל אז אויב טרעפט מען א כתם אן א הרגשה איז מען נישט טמא. און באמת מן התורה איז מען אויך אין די ימי הוסת אויך נאר טמא אויב עס איז געווען מיט אן הרגשה, עכ״פ לויטן תורה שבעל פה.

א הערה וואס איך האב איז אז וויפיל איך פארשטיי איז נישט פארהאן א חילוק אין קאליר צווישן דם נדה און דם זיבה. עס זענען פינף קאלירן וואס זענען טמא און דאס איז עס. דער מחלק פון זיבה און נדה זענען די טעג. אויב זעהט מען א טמא׳נע קאליר בימי הוסת איז עס דם נדה און אויב זעהט מען עס אין די עלף נאך די זיבן איז עס דם זיבה. די חינוך וואס טראכט-כמוני האט געברענגט פריער קעגן מיר זאגט נאר אזויפיל אז די חכמים האבן מיט די צייט פארגעסן די קאלירן וואס זענען טמא און צוליב דעם מחמיר געווען ביי סיי וועלכע אדמומית, נישט אז וועגן דעם האט מען נישט געקענט וויסן ווער ס׳איז א זבה און ווער ס׳איז א נדה.

נשלח: מאנטאג פעברואר 03, 2020 11:02 pm
דורך real fake news
קאך_לעפל האט געשריבן:וואס איז דער דין מה''ת ווען א פרוי זעט בלוט נישט אין די צייט פון די ווסת, און נישט אין די י''א ימי זיבה? הייסט דאס נישט דמי טהור? מיר ליגט אין קאפ אז יא, אדרבה זאל עמיצער עטוואס אויסקלארן...

ביי א יולדות שטייט דמי טהרה

נשלח: דינסטאג פעברואר 04, 2020 7:06 am
דורך קאך_לעפל
געמאכט אביסל היימארבייט:

עס איז פארהאן ימי טהרה און עס איז פארהאן דמי טהור. די צוויי האבן ווארשיינליך גארנישט איינס מיטן צווייטן, כ'האב באשיינפערליך א טעות געהאט.
ימי טהרה: ווערט אנגערופן די טעג פון נאך די זיבן ימי נידה און עלף ימי זיבה. אויב זעט מען דאן בלוט באדייט דאס אז דער ווסת איז אנגעקומען.
דמי טהור: געפונען מיר בלויז ביי א יולדות ביי א יונגל איז דאס 33 טעג און ביי א מיידל 66 טעג. דאס איז אפגעשאפן געווארן אין די טעג פון די גאונים. דאס באדייט אז היינט איז נישט פארהאן קיין מציאות פון ריין בלוט.

וטעות לעולם חוזר.

נשלח: דינסטאג פעברואר 04, 2020 8:28 am
דורך אישתישבי
עס איז גראדע יא דא א מציאות פין ריינע בלוט אפילו היינט, אױב מען ווייסט אז דער בלוט איז פין א מכה. און עס איז דא קאמפליצירטע הלכות ווען מען קען תולה זיין אז עס קומט פין א מכה.

דאס וואס די שרייבסט אז ימי טהרה איז נאך 11 טעג, איך געדענק נישט אז די וועג זאלען אנגערופען ווערען מיט דער נאמען ימי טהרה. און דאס וואס דו זאגסט, אז נאך דער 11 טעג ווערט זי א נדה און נישט א זבה, איז באקאנט אלץ שיטת רש"י, דער רמב"ם כידוע האט שלא כדרכו א אילאגישע שיטה אין דעם.

נשלח: דינסטאג פעברואר 04, 2020 8:39 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
שרייב בעסער ו'פוסטע דעמאגאגיע' לעולם חוזר.

אדער אפשר נישט.

נשלח: דינסטאג פעברואר 04, 2020 8:42 am
דורך קאך_לעפל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:שרייב בעסער ו'פוסטע דעמאגאגיע' לעולם חוזר.

אדער אפשר נישט.


פיסטע דעמאגאגיע במקומו עומדת.

ואתכם המחילה...

נשלח: דינסטאג פעברואר 04, 2020 4:09 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
אישתישבי האט געשריבן:עס איז גראדע יא דא א מציאות פין ריינע בלוט אפילו היינט, אױב מען ווייסט אז דער בלוט איז פין א מכה. און עס איז דא קאמפליצירטע הלכות ווען מען קען תולה זיין אז עס קומט פין א מכה.

דאס וואס די שרייבסט אז ימי טהרה איז נאך 11 טעג, איך געדענק נישט אז די וועג זאלען אנגערופען ווערען מיט דער נאמען ימי טהרה. און דאס וואס דו זאגסט, אז נאך דער 11 טעג ווערט זי א נדה און נישט א זבה, איז באקאנט אלץ שיטת רש"י, דער רמב"ם כידוע האט שלא כדרכו א אילאגישע שיטה אין דעם.

דם מכה איז עכט נישט קיין דם. ווי דער רמב"ם איז מקדים אז אלע דמים זענען פון איין מקור, נאר דאס איז דם נדה און דאס איז דם זיבה וכדברי הגמ' 'מעין אחד הן התורה טמאתו והתורה טהרתו'. משא"כ דם מכה וואס איז מעקירא דמילתא נישט די סארט דם. די סוגיא איז תלייה בדם מכה, וואס פון דעם רעדן די פוסקים בארוכה.