בלאט 3 פון 7
נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2013 2:19 am
דורך יואליש
נשלח: דאנערשטאג מאי 30, 2013 2:40 pm
דורך דולה ומשקה
קשוט עצמך ואחר כך קשוט אחרים, דער אידישע מידיע איז גארנישט בעסער ווי דער גויעשע צו בארעדן אדער בכלל צו איגנארירען פארשידענע קהילות, ואכמ"ל.
נשלח: מוצ"ש יוני 01, 2013 11:49 pm
דורך יואליש
נשלח: מוצ"ש יוני 01, 2013 11:54 pm
דורך קאווע טרינקער
זי בענקט זיך נאך א שטיקל קוגל....
אוי, כמה גדולים דברי חכמי קרעטשניף אז קוגל איז יסוד היהדות...
נשלח: זונטאג יוני 02, 2013 12:25 am
דורך יואליש
דאס קוגל פלאם צאנקעט נאך.
נשלח: זונטאג יוני 02, 2013 1:44 am
דורך berlbalaguleh
דולה ומשקה האט געשריבן:קשוט עצמך ואחר כך קשוט אחרים, דער אידישע מידיע איז גארנישט בעסער ווי דער גויעשע צו בארעדן אדער בכלל צו איגנארירען פארשידענע קהילות, ואכמ"ל.
איגנארירן איז לכאורה ערגער פון בארעדן, לפענ"ד. נאר דער (אלטער) איד האט משום יראת שמים מקיים געווען ביידע זאכן. ר'האט געוויינליך אנגעהויבן אזוי: "כל ליצנותא אסורא בר מליצנותא דעבודה זרה"... ובכן די... (פיל אין דע בלענקס( שקצים,ציונים, עוכרי ישראל, חסידים פון דעים און דעים רעבין, דער באוואוסטער מגלה פנים בתורה שלא כהלכה און עם הארץ מדאורייתא ומדרבנן, קאנסערוואטייוער שייגעץ, ציוניסט, חוטא ומחטיא. וכו, וכו,... און האט אויסגעפיהרט. אבער ביי אונז איז אלעס פיין און וואויל.
נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 3:41 pm
דורך ממרום שלח אש
לאו דוקא פאזיטיווע דעקונג, ער פרובירט אבער האלטן א פאזיטיווע טאן .
Barry Lewis: Make this the Sullivan summer with no hate
http://www.recordonline.com/apps/pbcs.d ... /306090329
נשלח: זונטאג יוני 09, 2013 3:48 pm
דורך יואליש
ער טיילט פסקים פאר ביידע זייטן און ריפט פאר קעגנזייטיגע טאלאראנץ און קאלאבאראציע.
נשלח: דינסטאג יולי 02, 2013 8:41 am
דורך איך אויך
א תלמיד חכם גאר.
נשלח: דינסטאג יולי 02, 2013 7:36 pm
דורך Big Boy
Just goes to show you. You have to be nice to everyone. You never know which one will bring out a public kidesh hashem.q
נשלח: מיטוואך יולי 17, 2013 9:54 pm
דורך [NAMELESS]
Meet the Hasids: Getting to know the people who scared mehttp://www.salon.com/2013/07/18/meet_th ... scared_me/
נשלח: מיטוואך יולי 17, 2013 10:15 pm
דורך פידלער
יישר כח, ראשעקאל, פאר די ארטיקל, אבער ס'איז א היפש נאריש שטיקל, ניין? איך בין נייגעריג וואסערע "חסידים" זיי זענען. די פראגע וואס די פרוי האט געפרעגט--"Why didn't you ever come to our yard to play?" שיינט נישט ווי א פראגע וואס חסידים וואלטן געפרעגט.
נשלח: מיטוואך יולי 31, 2013 10:28 pm
דורך berlbalaguleh
קאווע טרינקער האט געשריבן:זי בענקט זיך נאך א שטיקל קוגל....
אוי, כמה גדולים דברי חכמי קרעטשניף אז קוגל איז יסוד היהדות...
די מנוולת און באשמיצערין פון אלע ערליכע אידן, די אזוי-גערופענע "דעברא פעלדמאן" (איר עכטער נאמען איז שרה'לע בערקאוויק) וועלכע טוט זיך אויף מיט דעם פאקט אז זי עסט? "קרעב" סענדוויטשעס, פארגלוסט זיך אויך אמאל צו עסן טשולנט. מסתמא לייגט זי אריין א חזיר פיסל לקיים מה שנאמר "א חזיר פיסל אין טשולנט".

נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 12:00 pm
דורך [NAMELESS]
איך ווייס נישט אויב ס'פאזיטיוו, אבער נישט נעגעטיוו
סקווירא באשריבען אין די נא יארק טיימס
http://www.nytimes.com/2013/08/07/nyreg ... ddish.html
נשלח: דאנערשטאג אוגוסט 08, 2013 1:43 pm
דורך געפילטע פיש
נאר 93% שטעטל רעדט אידיש אינדערהיים? דאס הייסט אז 7 פראצענט סקווער רעדט נישט קיין אידיש אינדערהיים, כ'בין נישט מקבל.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 14, 2013 2:40 pm
דורך berlbalaguleh
געפילטע פיש האט געשריבן:נאר 93% שטעטל רעדט אידיש אינדערהיים? דאס הייסט אז 7 פראצענט סקווער רעדט נישט קיין אידיש אינדערהיים, כ'בין נישט מקבל.
די זיבן פראצענט רעדן מסתמא אונגאריש.
נשלח: מיטוואך אוגוסט 14, 2013 2:54 pm
דורך משה געציל
וואס פארשטייסטו נישט? ביתו זו אשתו, זיבן פראצענט רעדן נישט אינדערהיים... א חידוש אז עס דא דריי אין ניינציג וואס רעדן יא...
נשלח: דאנערשטאג אקטאבער 17, 2013 2:12 pm
דורך הערשי
ען-פי-אר'ס עדה קארניש שילדערט די מאזשיצע עבודת נגינה מיט הרב המלחין בנציון שענקער נ"י. ר' בנציון פארציילט ווי זיין קאריערע האט זיך אנגעפאנגען אלס בחור'ל ווען ער האט געהארעוועט אין נאטן ע"ד חסידות מקובלת פונעם פוילישן בעש"ט, ביז צום היינטיגן טאג ווען זיין אשת חיל קומט אריין אין יעדע אידיש שטוב. שמעו ותחי נפשכם.
http://www.npr.org/2013/10/16/235525531 ... idic-music
נשלח: פרייטאג אקטאבער 18, 2013 11:05 am
דורך I'm back
זיין אשת חיל מוז זיין א אלטע פרוי. ווי אזוי האט זי נאך כח ארומצוגיין צו יעדעמס הויז?
נשלח: פרייטאג אקטאבער 18, 2013 11:20 am
דורך געפילטע פיש
וועלכע אשת חיל איז זיינס?
נשלח: פרייטאג אקטאבער 18, 2013 11:26 am
דורך געפילטע פיש
שוין געגוגל'ט, שקויעך.
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=VWNflgkKhEg[/youtube]
נשלח: מיטוואך אקטאבער 30, 2013 10:08 am
דורך בן תמליון
אן אינטערסאנטער באריכט אין די בי בי סי מיטן קעפל, "דער תלמוד: פארוואס איז א אידישער געזעץ בוך אזו פאפולער", לייגט אראפ וויאזוי אידן לערנען גמרא אויפן טרעין און נאך אסאך אינטערסאנטע פונקטן. איינס האט געכאפט מיין אויג, ער שרייבט מען האט געפרעגט אלבערט איינשטיין פאר זיין טויט וואס ער וואלט געטוהן אנדערש אויב וואלט ער איבערגעלעבט זיין לעבן נאכאמאל, האט ער געזאגט ער וואלט געלערנט גמרא. אינטערסאנט כ'האב קיינמאל געהערט דערפון. זעט די ארטיקל:
http://www.bbc.co.uk/news/magazine-24367959
נשלח: מיטוואך אקטאבער 30, 2013 5:40 pm
דורך דער (פינטעל) איד
בן תמליון האט געשריבן:אן אינטערסאנטער באריכט אין די בי בי סי מיטן קעפל, "דער תלמוד: פארוואס איז א אידישער געזעץ בוך אזו פאפולער", לייגט אראפ וויאזוי אידן לערנען גמרא אויפן טרעין און נאך אסאך אינטערסאנטע פונקטן. איינס האט געכאפט מיין אויג, ער שרייבט מען האט געפרעגט אלבערט איינשטיין פאר זיין טויט וואס ער וואלט געטוהן אנדערש אויב וואלט ער איבערגעלעבט זיין לעבן נאכאמאל, האט ער געזאגט ער וואלט געלערנט גמרא. אינטערסאנט כ'האב קיינמאל געהערט דערפון. זעט די ארטיקל:
http://www.bbc.co.uk/news/magazine-24367959
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=dni8Z94kcYc[/youtube]