בלאט 3 פון 5

נשלח: דינסטאג יאנואר 08, 2013 8:42 pm
דורך איך אויך
משה געציל האט געשריבן:עס דערמאנט מיר דעם מעשה מיט יענעם רבי׳ וואס האט זיך אריינגעזעצט אין פליגער מיט א פושקע הערינג און אייער קיכלעך און זיך גענומען צום עבודה. א אינגערמאן וואס אנוועזענד געווען, איז צוגעגאנגען צום רבי׳ן מעורר זיין, אז די הערינג איז מעלה עשן אינעם גאנצען פליגער און עס קען אפשר זיין א חילול השם... דער רבי׳ ברוב תאותו האט א קרעכץ געטאן... נא... איך זאג דאך פאר קיינעם נישט אז איך בין א איד...

דערמאנט מיר פון א איד וואס פארט אסאך און ער נוצט א ספעציעלע חסידישע סגולה צו האבן עטליכע זיצן ליידיג ארום זיין פלאץ, נעמליך א פיינעם פארציע טשולנט אפאר שעה פארן אויפשטייגן אויפן פליגער.

נשלח: דינסטאג יאנואר 08, 2013 10:06 pm
דורך Starbucks
משה געציל האט געשריבן:עס דערמאנט מיר דעם מעשה מיט יענעם רבי׳ וואס האט זיך אריינגעזעצט אין פליגער מיט א פושקע הערינג און אייער קיכלעך און זיך גענומען צום עבודה. א אינגערמאן וואס אנוועזענד געווען, איז צוגעגאנגען צום רבי׳ן מעורר זיין, אז די הערינג איז מעלה עשן אינעם גאנצען פליגער און עס קען אפשר זיין א חילול השם... דער רבי׳ ברוב תאותו האט א קרעכץ געטאן... נא... איך זאג דאך פאר קיינעם נישט אז איך בין א איד...


אויסער חילול ה' איז נישט דא קיין אנדערע סיבה פארוואס זיך אויפצופירן מענטשליך?

נשלח: מיטוואך יאנואר 09, 2013 10:15 am
דורך ברסלבער
פירן זיך טאקע אלע חסידישע אידן אזוי אויף אויפן פליגער?
כ'מיין, די אלע חבירים וואס שרייבן דא וועגן דעם נושא, שטעל איך זיך פאר אז זיי זענען אויך חסידישע אידן, און זיי פירן זיך אויף - האפענטליך - נארמאל אויפ'ן פליגער.
נאר וואס דען? די משוגעים שטארן מער ארויס דערפאר רעדט מען פון זיי.
איך בין שוין אסאך מאל געפארן מיט אסאך אידן, און געווענטליך האבן זיך רוב אידן אויפגעפירט נארמאל און נאר א קליינער פראצענט חברה האבן משוגע געמאכט דעם עולם, אבער וואס קען מען טוהן אז זיי שטארן מער ארויס.
אויסער דעם, קענען גוים אויך משוגע מאכן, איך האב שוין מיטגעהאלטן מער ווי איין מאל ווי א גוי האט זיך איבערגעטרינקן אויפן פליגער און קראנק געמאכט דעם עולם, איין מאל האבן אים די סטוערטס געמוזט צובינדן אין די בעק אז ער זאל ביהעוון. נאר דעמאלט'ס אינטערעסירט עס מיר נישט, פארקערט עס איז געשמאק ווען עס איז דא אביסל עקשאן, אבער ווען א איד טוט עס פיל איך זיך געטראפן.
עס דערמאנט מיר די בילדער וואס מען לייגט יעדעס יאר נאך ראש השנה פון אומן, ווי איינער טאנצט אויפן גאס און א צווייטער בלאזט מיט א לאנגע געדרייטע שופר א.ד.ג. אנשטאט לייגן בילדער ווי צענדליגע טויזנטער אידן וויינען זיך אויס ביים ציון און ווערן כברי' חדשה, אדער פון ליל זכור ברית ווי טויזנטער אידן זאגן אינאיינעם סליחות מיט השתפכות הנפש, און פון די צענדליגע שיעורי תורה וואס מען לערנט דארט במשך די טעג וואס מען געפינט זיך דארט.
נאר וואס דען? דאס איז נישט אינטערסאנט, מען לייגט נאר די בילדער פון די עטליכע משגועים ווייל דאס איז אינטערעסאנט, און דערנאך זאגט אז ברסלבע זענען משגועים.
יא, ס'באדערט מיך.

נשלח: מיטוואך יאנואר 09, 2013 10:47 am
דורך פרענטש וואנילע
צוליב ביזנעס פלעג איך אסאך פארען אויף פליגערס אין אמעריקא און אויכעט ארויס פון לאנד, "אלע" מאל האבען זיך די אידען וואס איך האב געזען אויפגעפירט ארענטליך מענטשליך און הכנעה'דיג, חוץ איינמאל ווען כ'הבא געזעהן איין יוד האט זיך מיט קולות ארומגעאמפערט מיט די קאסטומס אגענטען און זיי באשולדיגט מיט אנטיסעמיטיזם, איך האב געמיינט איך זינק איין, איך ווייס נישט וואס דארט איז געוועזען, קען זיין דער יודעלע איז געווען גערעכט, אבער ס'האט נישט גוט אויסגעקוקט...

נשלח: מיטוואך יאנואר 09, 2013 6:02 pm
דורך שמעקעדיג
איך אויכעט, יעדן מאל וואס איך בין געפלויגן, האבן זיך רוב אידן אויפגעפירט גאנץ מענטשליך, ביז ס'איז געקומען צום דאווענען מנחה מעריב.
מען האט אקופירט דעם קליינעם קאך, איגנארירט די בקשות פון די סטוערדעס, א.א.וו.

נשלח: מיטוואך יאנואר 09, 2013 7:08 pm
דורך berlbalaguleh
יידל האט געשריבן:וועלכע פאלק איז יענער?

לא משלנו, ב"ה.

נשלח: מיטוואך יאנואר 09, 2013 7:17 pm
דורך קאווע טרינקער
אז מ'רעדט שוין פון אידן-אין-די-לופטען.
כ'דערמאן זיך, כ'בין א אמאל געפארן קיין אירופא, דער קאנעקשאן פלייט איז געווען א קליינע נישט באקאנטע פליגער. פונקט ביים אויסטיילן די כשר'ע OU מאכלים, באמערק איך צוויי היימישע אינגלייט, שמירען פיטער אויף די פת-עכו"ם בייגעלע... יענער האט זיך דערשראקען, און גיט זיך אזא רוף אן: ביז אהער קומען די חברה?! - אזוי זעהט מען נעבאך אויס, מ'איז מיר חושד אז איך בין מקפיד צו עסען נאר ברויט וואס אידן מאכן געלט אויף דעם. איז דען ביי מיר איז עשרת-ימי-תשובה א גאנץ יאר?

נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2013 5:27 pm
דורך ניעק
U R talking with somebody very important and somebody comes in and talking with the other guy and now u lost your chance
finishing that business

נשלח: מיטוואך אפריל 17, 2013 5:33 pm
דורך ניעק
The manager of a big home depot store with around 40 employee's told me he special kept the store open for a extra hour b4 sukkot and people came just to return items not to buy

נשלח: מיטוואך אפריל 24, 2013 8:51 am
דורך איציק
zurich האט געשריבן:דערמאנסט מיר א מעשה, איך בין אמאל געפארן אויף א פליגער און איך האב מיר גענויטיגט אין א פען, דריי איך מיך אויס צו מיין שכן אין איך פרעג עים, עקסיוז מי דא יא העוו עי פען פליז?! געס וואס די ענטפער איז געווען? ניין, מיט א ברייטקייט!!
וועסטו מיר פרעגן פארוואס איך מאך אזא בראטיל אז איינער געט מיר נישט קיין פען? ניין די מעשה דא איז אביסל אנדערש, דער גוי זאגט מיר ניין, און אויף זיין פנים דערווייזט זיך א ברייטע שמייכל!!! א גוי'שע קאפ!!
משא"כ דער יוד!! מי כעמך ישראל!!

געהאט אן ענליכע מעשה. אנגעקומען מיט'ן עראפלאן, מיר זיצן אויפ'ן פליגער אין יוצא ואין בא. איך בעט דעם גוי צו איך קען בארגן א סעלפאן. און ער זאגט מיר No, thank you! מיט א ברייטע שמייכל.
איך ערקלער אים אז איך האב בדעה צו באצאלן גוט געלט פאר די איין מינוט'יגע פאן קאל, והוא בשלו: No, thank you! מיט די זעלבע ברייטע שמייכל...
נו שוין, וואס קען איך טוהן?

נשלח: מיטוואך אפריל 24, 2013 9:10 am
דורך איציק
Espresso האט געשריבן:קענסט צולייגען צום קעפל "לעידי ביהעיוו!"
איך האב אין מיין בילדינג זייער א פרומע ווייבל וואס ווען איך האלט איר אפען די טיר וועט זי חלילה נישט זאגן טענק יו, און אויב איז זי ביים טיר אפילו אויב ביניך צוויי פוס אונטער איר וועט זי אלס פרומקייט לאזן די טיר אריינקלאפן מיר אין פנים... אזא פרעכהייט האב איך אין ערגעץ נישט געטראפן.

דערמאנסט מיר א דילעמע וואס מאכט זיך מיר אפט. א שיינע פאר יאר צוריק בין איך אראפגעגאנגען פון איינע פון די וויליאמסבורג'ע געשעפטן מיט אסאך טרעפ, און כ'זעה א ווייבל שלעפט זיך ארויף די טרעפ מיט א וועגעלע - פון די גרויסארטיגע גראבע סארט וואס וועגט 75 פונט אן די בעיבי און דייפער בעג. כ'זעה אז אין א ליאדע מינוט פליהט זי צוריק אראפ 20 טרעפ צוזאמען מיט'ן פיצלס. איך קלער נישט צוויי מאל, כ'פרעג נישט קיין קשיות, א כאפ דאס וועגל פון אונטן און כ'העלף איר ביז ארויף אויבן. איך האב נישט געווארט אויף קיין שקויעך, און איך האב עס אוודאי נישט באקומען.

אבער דאן בין איך געווען יונגער און ווייניגער ערפארן. לעצטענס האב איך מורא דאס צו טוהן. ווער ווייסט וואס עס וועלן זיין די קאנסעקווענצן? פון די אנדערע זייט, האב איך אמאל געהערט פון די עזרת נשים זיך באקלאגן אז מענער לויפן אריבער די טרעפ בשעת זיי ברעכן זיך רוקן, און אזוי נישט קוקנ'דיג, כמעט וואס מ'שטופט זיי אראפ מיט די וועגל.

נו וואזשע טוהט מען? איין זאך איז מיר קלאר, מ'טאר נישט פרעגן "איר דארפט הילף?" ווייל אפטמאל דארף זי עס קריטיש, אבער זי וועט זיך שעמען צו זאגן יא.
וואס האלט איר?

נשלח: מיטוואך אפריל 24, 2013 9:11 am
דורך איציק
Starbucks האט געשריבן:
ווען דו שטייסט אין א ליין לאז איבער אן אמה צוווישן דיר און יענעם (ציווילעזירטע מענטשן רופן עס "פערסענאל ספעיס")


וואס דרייסטו דעם קאפ? ביי אונז אויף די פארענטשעס האט מען אזאנס נישט געזעהן! ;)

נשלח: דאנערשטאג אפריל 25, 2013 1:16 pm
דורך עסקן בדברים
ס' איז איראניש אז די "אויפגעקלערטע" חסידישע אידן וועליכע הייסן אין א וועג צווייט-קלאסיגע מעמבערס ביי די חסידישע עולם זענען דיע וואס מאכן זיי א גוטע נאמען אין די גאס ווען מענטשן זעען אז חסידישע אידן קענען זיך טאקע אויפפירן ווי מענטשן

נשלח: מיטוואך אוגוסט 21, 2013 6:28 pm
דורך מורינו הרב
איציק האט געשריבן:געהאט אן ענליכע מעשה. אנגעקומען מיט'ן עראפלאן, מיר זיצן אויפ'ן פליגער אין יוצא ואין בא. איך בעט דעם גוי צו איך קען בארגן א סעלפאן. און ער זאגט מיר No, thank you! מיט א ברייטע שמייכל.
איך ערקלער אים אז איך האב בדעה צו באצאלן גוט געלט פאר די איין מינוט'יגע פאן קאל, והוא בשלו: No, thank you! מיט די זעלבע ברייטע שמייכל...
נו שוין, וואס קען איך טוהן?


גם אני בחלומי, געהאט אן ענליכע מעשה. געווען בין איך אין א גוי'אישע סטאר, ווען דאס בעטערי פון מיין סעלפאן האט זיך פארנוצט. נישט האבנדיג מיין קאר מיט זיך האב איך געדארפט האבן א טעקסי, איך בין צוגעגאנגען צו א גוי און געפרעגט מיט העפליכקייט אויב איך קען נוצן זיין סעל פאר א מינוט, יענער האט מיר אנגעקוקט ווי פון די לבנה, און מיר געענטפערט "נאו'. איך האב זיך אזוי ארומגעדרייט א שטיק צייט, שפעטער האב איך געפרעגט בלויז צי יענער קען מיר דיילן א טעקסי, אבער אפילו דאס האט מיר קיינער נישט געוואלט צוליב טון. בלויז דער קאשיר אויפן ארט איז וויליג געווען צו רופן א טעקסי און מיר לאזן נוצן דעם טעלפאן (סידאך א חלק פון די סערוויס).

למעשה האב איך געפינען צו מזל א איד וואס איז אהינגעקומען, און יענער האט מיר הארצן גערן געגעבן א היטש אהיים.

אלזא, למי החותמת ולמי הפסולים?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 21, 2013 6:53 pm
דורך בדחן
איך בין געווען אין מאנהעטן אין א זייטיג געסיל, זיצענידיג און מיין קאר ווארטענדיג אז מיין ווייב זאל ארויסקימען פון א אפיס זע איך ווי א גויטע שטייט מיט קעבעליס און א אויפגעהויבענע הוד פון די קאר בעטענדיג מעטשן איר צו געבן א בוסט, זי איז אזוי געשטאנען איבער צען מינוט וואס איך האב געזען - מעגליך לענגער בעפאר איך בין געגקימען צו מיין קאר, און קיינער האט זיך נישט אפגעשטעלט, איך האב אויפגעגעבן מיין פארקינג - א גאר טייער ארטיקעל אין מאהעטען, און צוגעפארען איר געבען א בוסט, כאטש איך האב מורא געהאט דערפון ווייל זי איז נישט געווען אנגעטיען צו איידעל, און איך האב געטראט אז איד וועט אדורוך פארען און זען ווי איך שטיי לעבן א גוי'טע וועט ער נאך מאכען א מעשה, אדער אז איינער וועט כאפען א בילד און וועל דיך דארפן פארענטפערן, מיין רחמנות פון נישט לאזען א מענטש זיך אזוי מיטשען און 85 דערגרי האט גובר געווען און איך האב געגעבן א בוסט.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 21, 2013 7:01 pm
דורך קרעקער
אזוי זעט מען אויס ווען די געפילען ארבעטען שטערעקר פון די מוח
אסאך האבען ליידער ביטער אפגעשניטען פארען טוהן ווי דו

נשלח: מיטוואך אוגוסט 21, 2013 7:05 pm
דורך בדחן
פארוואס? וואס האב איך געטיען שלעכט?

נשלח: מיטוואך אוגוסט 21, 2013 7:07 pm
דורך שמעקעדיג
בדחן! אשריך! :like :like

האסט געמאכט א קידוש השם! זייער גוט געטון!

אריין אין דעם אשכול:
viewtopic.php?f=24&t=3643

נשלח: מיטוואך אוגוסט 21, 2013 7:08 pm
דורך בדחן
ייש"כ.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 21, 2013 8:12 pm
דורך בעל הבית
שמעקעדיג האט געשריבן:בדחן! אשריך! :like :like

האסט געמאכט א קידוש השם! זייער גוט געטון!


געב אכטונג אז קינות זאל נישט הערן

נשלח: מיטוואך אוגוסט 21, 2013 8:40 pm
דורך זר זהב
קומט אריין דא. א איד רופט אריין נעכטן ראדיא שוי דעפענדינג יודיזם

[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=KzEtgmRYN10[/youtube]

נשלח: מיטוואך אוגוסט 21, 2013 9:50 pm
דורך הוגה
[tag]בדחן[/tag], די בעסטע זאך פון דיין מעשה איז אז דו האסט עס נישט געטון ווייל האסט געוואלט צייגן ווי גוט יודן זענען, האסט עס געטון ווייל דו האסט געוואלט העלפן א צווייטע human being אין נויט.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 01, 2013 5:24 am
דורך ידיד
זעהנדיג א אינגערמאן אריינקומען אין אפיס בילדינג וואו איך ארבעט, האב איך געהאלטן דו טיר אפען פאר אים זאגט ער מיר "כבין נישט קיין גוי"...