ווער איז עס *דער מענטש זעלבסט*? ווער איז געשאנקען געווארן די רעכטן צו רעדן אין נאמען פון אלע וויליאמסבורגער איינוואוינער? וויליאמסבורג איז נישט קיין רשות היחיד און אויך נישט קיין רשות היחידים. עס איז א רשות הרבים, און כל זמן מ'פיהרט זיך אויף לויט די עטישע כללים פון א רשות הרבים, קען קיינער נישט האבן קיין תרעומות.
טאמער איינער ווערט געשטערט, טוסטו א נישט שיינע זאך צו יענער מענטש. קיינער רעדט טאקע נישט בשם א צווייטער, יעדער דעט פאר זיך, און יעדער וואס האט טענות איז נאך א טענה אויף מרס. וויזעל
נשלח: מיטוואך אפריל 08, 2020 11:56 am
דורך קל וחומר
מ'קען נישט זיין היפאקריטיש. אויב מעגסטו מאכן א שבת בעלל, רבי'שע חופות, הכנסת ספר תורה, פורים מאביל'ס וכדו' ווייל די גאס באלאנגט פאר יעדעם הגם וואס עס שטערט בלי ספק מענטשן אין די געגנט, דאן שטיי ווייט פון האבן טענות אויף עטליכע איידעלע אייראפעער וואס קומען אביסל באטראכטן דיין קולטור.
נשלח: מיטוואך אפריל 08, 2020 12:04 pm
דורך מצפצף
היינו דאמרי אינשי two wrongs doesn't make one right
נשלח: מיטוואך אפריל 08, 2020 12:06 pm
דורך רביה''ק זי''ע
הדא הוא דכתיב מום שבך אל תאמר לחברך.
נשלח: מיטוואך אפריל 08, 2020 12:16 pm
דורך real fake news
קיינער זאגט נישט אז זי האט נישט קיין רעכט, זי האט אלע רעכטן צו טוהן וואס איר שמעקט. די שאלה איז צו סבאדערט פאר מענטשען און צו סאיז א שיינע זאך צו טוהן. און ניין, ניצן די שבת בעל ווען מוויל די עולם זאל גיין צו א פראטעסט איז פונקט אזא גרויליגע אומעטישע זאך.
real fake news האט געשריבן:קיינער זאגט נישט אז זי האט נישט קיין רעכט, זי האט אלע רעכטן צו טוהן וואס איר שמעקט. די שאלה איז צו סבאדערט פאר מענטשען און צו סאיז א שיינע זאך צו טוהן. און ניין, ניצן די שבת בעל ווען מוויל די עולם זאל גיין צו א פראטעסט איז פונקט אזא גרויליגע אומעטישע זאך.
איז שיין צו נוצן יעדע וואך די שבת בעל? איך גלייב נישט אז די נישט-אידישע שכנים זענען זייער פרייליך דערמיט.
נשלח: מיטוואך אפריל 08, 2020 2:31 pm
דורך תחכמוני
איך זעה דא אז עטליכע מישן אויס צווישע צוויי גאר אנדערע פאקטן: דער פאקט אז א מענטש ווערט געבאדערט פון מיין אקט און דער פאקט אז מיין אקט איז אן אומעטישער אקט. אזוי ווי איך האב שוין געשריבן, פארשטייט יעדער אז אויב איינער ווערט געבאדערט פונעם סארט היטל וואס איך טראג - אפילו אויב עס באליידיגט אים אין תוך תוכיות - דאן באגיי איך נישט דוקא אן עטישע עבירה. ממילא דער פאקט אז עטליכע אידן ווערן געבאדערט פון די טורס מיינט נאך נישט אז די טוריסטן באגיין דא עטישע עוולות.
איך בין חושד אז די אלע וואס העצן (די דיסקוסיע איז לעגעטים אבער נישט דער האס) דא אויף מרת וויזעל האבן אדער א פערזענליכע שנאה אויף איר (אפשר ווייל זי איז א.ט.ד) אדער האלטן זיי אזוי ווייניג פון זייערע אייגענע געזעלשאפט אז זיי פארשטייען אז די איינציגע סיבה איינער זאל אונז וועלן באזוכן איז אפצושפעטן פון אונז. איך קען נישט פערזענליך מרת וויזעל'ס טורס, דעריבער קען זיין אז איינער דא ווייסט אז זיי באגיין יא אומעטישע אקטן. ווי ווייט אבער איך האב געלייענט אינעם ארטיקל, זעה איך נישט קיין שום עולה מצידה. עס זעט אויס ווי זי פירט אן זייער פאזיטיווע טורס וואס קומט בלויז אנצוצייגן וויאזוי אנדערע קולטורן לעבן.
נשלח: מיטוואך אפריל 08, 2020 6:39 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
קל וחומר האט געשריבן:מ'קען נישט זיין היפאקריטיש, אויב מעגסטו מאכן א שבת בעל, רבי'שע חופות, הכנסת ספר תורה, פורים מאביל'ס וכדו' ווייל די גאס באלאנגט פאר יעדעם הגם וואס עס שטערט בלי ספק מענטשן אין די געגנט, דאן שטיי ווייט פון האבן טענות אויף עטליכע איידעלע אייראפעער וואס קומען אביסל באטראכטן דיין קולטור.
גברא אגברא קא רמית? די קאמפלעינערס זענען די גאס פארמאכערס? און זי איז דען פון די מענטשן וואס ווערן געשטערט דורך גאס פארמאכן? זי וואוינט דען דארט?
דער אוממעגליכקייט וואס געוויסע האבן צו פארשטיין די חילוק צווישן דער עושה בתוך שלו און דער עושה בשל אחרים, ווי מ'קען צושטעלן מיין הוט צו קומען באור טעון דיין פנים איז אליינס פראבלעמאטיש. ווי קומט אזוינס פאר אן עם חכם ונבון?
נשלח: מיטוואך אפריל 08, 2020 6:56 pm
דורך תחכמוני
עס איז מיר קיינמאל בייגעפאלן צו זאגן אז די צוויי מעשים זענען אייניג. דאס פארשטייט יעדער אליין. איך האב נאר געוואלט ארויסברענגען אז דער בלויזער פאקט אז א מענטש ווערט געבאדערט ביי אן אקט מיינט נאכנישט אז דער אקט איז אומריכטיג. דערפאר האב איך געזוכט א ציור ווי יעדער וועט מודה זיין. בנוגע דיין טענה אז דא איז אנדערש, האב איך אנגעוויזן אז אין דער וועלט איז דאס אן אנגענומענע זאך. אויב דו האלטס אז דאס איז נישט ריכטיג, דאן האב טענות אויף יעדעם. דאס קומט נישט פון א קרית יואל'ן חינוך ווי דו ווילסט זאגן.
בכלל רעדט מען נישט דא ווען איינער שטעלט זיך אראפ אין פארנט פון א ספעציפישן מענטש און גאפט אים אין פנים אריין. דא רעדט מען ווען א מענטש באטראכט א קולטור בכלליות (הייזער, צייטונגען, לעבנסשטייגער), נישט בפרטיות.
א מורא׳דיגע און טיפע אינטערוויו, גוט באשריבן און לאזט איבער אסאך (סאציאלאגישע...) חומר למחשבה. ייש״כ, איך האב אמת׳דיג הנאה געהאט.
בנוגע דאס וואס זי באטאנט אז נאר אין אונזער סאסייעטי קוקט מען ארויף די ״מעטשינג״ פון קינדער׳ס קליידער, האב איך געקלערט אז די סיבה דערצו איז אפשר דאס אז וויבאלד אונזער געזעלשאפט איז אזוי מיוסד אויף קאנפארמיטי וכל המסתעף, האט דאס שוין אריינגעדרינגען אין די סייקי פון די מעמבערס פון די סאציאלע גרופע, עכ״כ אז סאבקאנשעסלי באטראכט מען שוין דאס אז די אייגענע קינדער גייען אלע אייניג אנגעטוהן ווי א סטייליסטישע וכו׳ מעלה. אפשר. שוין. הא׳מיר האפענטליך אויך אביסל יוצא געווען א שטיקל משהו סאציאלאגישע שמועס דא...
נשלח: מוצ"ש אפריל 25, 2020 11:15 pm
דורך berlbalaguleh
מי אני: איך האב א ביסל אן אנדערע טעאריע איבער די סיבה פארוואס די מערסטע אונגאריש-אפשטאמיגע אידן וועלכע וואוינען אין וויליאמסבורג. (נישט אז ס'פעלט עפעס פאר די בארא פארקער איינוואוינערס) זענען אזוי שטארק אריינגעטון אין חומריות און לוקסוס טרייבעריי, איז ווייל ביי זיי איז דאך כמעט אלעס אפיציעל פארבאטן דורך די רבנים. וועלכע האבן ב"ה איבעריגע צייט. נאך נעמען קעיר פון זייערע ריעל עסטעיט און השגחה ביזנעס. און דורך די מאטיוו פון ווערן ..."פעימאוס"...קומען זיי אויף מיט נייע..."מצוות" און איסורים חדשים לבקרים. איין טאג איז עס לאנגע .."פאנדיאלאוס"...ביי די פרויען. דעם נעקסטן טאג איז ..."געפאסטע קליידער"... און לאנגע שייטלעך. און און די ליסט איז צו לאנג אויסצורעכענען..."שייגעץ בייקס". און סמארטפאונס און וואטסעפפ. ממילא, די קליינע פארטס פון זייער לעבן וואס די רבנים האבן נאכנישט געאסר'ט נוצן זיי אויס אויפ'ן שטערקסטן אופן. און ס'גייט אן א שטארקע קאמפעטישן ווער ס'קען אריינברענגען עפעס א !...חידוש און אפילו איבערשטייגן די אנדערע משפחה
ווען כ׳האב געזעהן לעצטע חודש אז פרידא וויזעל האט אינטערוויוד ריקי רויז האב איך געוואוסט אז ס’וועט זיך לוינען צו מאכן צייט עס אויסצוהערן. נעכטן האב איך עס ענדליך געהערט און שטארק הנאה געהאט. בייגעלייגט איז די לינק אויב איינער איז אינטרעסירט