בלאט 3 פון 8

נשלח: זונטאג מערץ 29, 2020 4:09 pm
דורך berlbalaguleh
הדסים: א שטיקל לימוד זכות (לימיט זכות) איבער דעם פילם וואס פרעדא וויזעל האט געמאכט. ארויסברענגענדיג די נעגאטיווע זייט פון דעם חסיד'יש-ארטאדאקסישן לעבנסשטייגער אין דעם טאג-טעגליכן לעבן.

זי הייבט ארויס די נעגאטיווע אספעקט וויאזוי דאס לעבן זעהט אויס ביי חסידים אנשטאט צו ווייזן וויאזוי ס'וואלט געדארפט צו זיין אידעאליסטיש. וואס איהרע מאטיוון זענען איז נישט אינטרעסאנט אויפ'ן איצטיגן מאמענט.

לפענ"ד איז דאס איינס פון די הויפט דיפערענצן צווישן איהר ווערק און די אנדערע דעטאליר'טע באריכטן איבער דעם חסיד'יש-ארטאדאקסישן לעבנס שטייגער און שטיסל. אז די אלע באריכטן שיינען א ספאטלייט אויף די חסידים און באלייכטן די נעגאטיווע זייט. כאילו צו זאגן. אויב עטץ זענטץ אזוי אנדערש און מאדנע וואלטן די אלע זאכן נישט געטארט זיין אין ענקער לעבן. עטץ וואלטץ געדארפט צו זיין בעסער פון דעם...! משא"כ שטיסל ווייזט אז טראצדעם וואס די חסידים/חרדים זענען אנדערש , זענען אבער דא ביי זיי פונקטליך די זעלבע פראבלעמען און קאנפליקטן ווי ביי די איבעריגע טייל פון די באפעלקערונג...! און זיי זענען נארמאלע מענטשן...!

נשלח: זונטאג מערץ 29, 2020 4:21 pm
דורך real fake news
מאך זיכער האט געשריבן:פריידא וויזעל'ס איבערזיכט איז א מוז פאר יעדער וואס וויל גוט פארשטיין די חסרונות פון דעם שאו.

פרידא טרייבט דארט היבש איבער, זי שטעלט זיך אויף יעדע קליינע נארישע דיטעיל.
ביים סוף פון איר ארטיקל זאגט זי קלאר וואס איר באדערט, אז מהאט נישט דערמאנט איר נאמען....

נשלח: זונטאג מערץ 29, 2020 4:22 pm
דורך כרפס
ס'דא איין עצה טייערע ברודערלעך.
לאמיר נישט זיין פון די צוקוקער און קריטיקירער, נאר עמטליך אנהייבן מאכן פילמען, אויף א פראפעשנעל קאליווער, און מיט אונזערע מאטיוון.
ס'שוין העכסט צייט, און ס'איז א היבשע גבורה ווער ס'קען דאס באווייזן.
איך האב געמיינט אז נאך די מנשה פילם, וועט זיין א היץ אין די גאסן, אזויווי ווען אברומי קארפן האט שפאצירט מיט נאטאלי פארטמאן. אבער ס'שא שטיל
נו אויב די צייט איז רייף, פארוואס קלאצן מיר? פארוואס עסן מיר דזשאנק פוד, ווי א שטייגער די אונטערנס און יענס גלייכן, וואס איז גוט פאר חדר יונגלעך. לאמיר זיך ארויסרוקן פון די שמאלע שיכלעך.

נשלח: זונטאג מערץ 29, 2020 6:20 pm
דורך [NAMELESS]
ברענג אריבער גרואווייס...

נשלח: זונטאג מערץ 29, 2020 6:23 pm
דורך כרפס
מאך זיכער האט געשריבן:ברענג אריבער גרואווייס...

חא חא חא.. דו ווייסט וואספארא הייקעלע פינטל דו האסט אנגערירט? בעסער געזאגט, דו ווייסט ווי שטארק יודא גרויבייס ערגערט זיך אז שטיסל האט אזוי אויפגעכאפט ביים היימישן ציבור, און מנשה פילם און 'אוטונומיה' און דאס גלייכן, און ער איז געבליבן אין שאטן. אוי איז ער בא'דוסט דערוועגן.

נשלח: מאנטאג מערץ 30, 2020 9:49 am
דורך קאצקע ציקער
real fake news האט געשריבן:
מאך זיכער האט געשריבן:פריידא וויזעל'ס איבערזיכט איז א מוז פאר יעדער וואס וויל גוט פארשטיין די חסרונות פון דעם שאו.

פרידא טרייבט דארט היבש איבער, זי שטעלט זיך אויף יעדע קליינע נארישע דיטעיל.
ביים סוף פון איר ארטיקל זאגט זי קלאר וואס איר באדערט, אז מהאט נישט דערמאנט איר נאמען....

אמת , זי שטעלט זיך טאקע אויף קלייניגקייטן אבער ס'איז מער ווי כאילו זי טוויט סא יעדע קליינע נארישקייט וואס זי טראכט שרייבט זי .דאס איז קלאר זי פארלאנגט וועי וועי טו מאטש פון א גויאישע פראזעקט

נשלח: מאנטאג מערץ 30, 2020 9:51 am
דורך קאצקע ציקער
איך האלט זיי האבן געמאכט א גיטע זאב , אבער לייגן אראפ אסתי גאר שוואך כמעט וואס זי רעדט נישט כמעט וואס זי געבט א שמייכל זי קיקט אויס ווי אן אטיסטיק זיבען יעריגע מיידל

אגב איז אינטערסאנט צו וויסן אז דעברע פעלדמאן איז געווען שטארק אינוואלווד אין דעם פראיעקט

נשלח: מאנטאג מערץ 30, 2020 2:46 pm
דורך צמח
מאך זיכער האט געשריבן:פריידא וויזעל'ס איבערזיכט איז א מוז פאר יעדער וואס וויל גוט פארשטיין די חסרונות פון דעם שאו.

איין אקטיאר מיט וועם איך בין אביסל באקאנט פערזענליך וואס אויף אים איז שווער אריבערצופירן ביקורת איז משה לעפקאוויטש (מוישע).

זיין נאמען איז ווילבושעוויץ, א רוסישע משפחה פון מאנטשעסטער וועלכע האט זיך גוט אריינגעבלענדט אין די סאטמארע-ברסלב'ע קהילה אין שטאט, ער שפילט אויס די סאטמארע טשילערס איינס אין די וועלט, סיי מיט די דביקות ביי קברי צדיקים און סיי מיט די נידריגע עדיקשנס ווי חאזעריי און געמבלינג...

די טיווי שאו איז היבש פארנאגראפיש, מען קען זען דערויף די פריוואטע חלקים סיי פון אסתי און סיי פון מושי, איך וואלט נישט געראטן פאר איינער וואס וויל נישט זען פארנאגראפיע צו זען די שאו, ווען איך ווייס ווען וואלט איך עס נישט געקוקט, פאר מיינע מאראלישע צוועקן.


טבילה אין מקוה איז א פארנאגראפישע סצענע? ביידע פעלער זענען אין מקוה אדער ביים טייך, רוף עס נודיטי אבער סאיז ניטאמאל סוקסואל.

נשלח: מאנטאג מערץ 30, 2020 6:52 pm
דורך לבי ובשרי
יאפס,

דער מוישע איז אייזן....

דער רבי קוקט אויס ווי די אלעסקע אשכנזי'ס... די מצוה טאנץ... יויש...

די כלה טיטשער איז פיין...

פארנאגראפיע זע איך נישט דערווייל (ביז נאך דער דריטער פרק).

וועכע מקוה לאזט אריין מאכן פילמען?...

אויך דער זיידע מיט'ן ביבער היט איז אייזן.... יעצט כאפ איך אז דער איד'ל וואס קומט אריין צום שבת טיש און טרינקט א גלעזל וויין און פיצט אפ איז דער פאטער דער שיכור...

בעצם, כאטש וואס אלעס איז נאכגעמאכט שטארק עקסטרעם, מיט דעם אלעם זעט מען אבער די געוואלדיגע כוחות און קונצערייען וואס זיי האבן אריינגעלייגט נאכצומאכן פיצינקע דעטאלן...
און עס איז זיכער אז די סצענעס וועלן אנקומען צו נישט אידן איבער דער וועלט און וועט מאכן עפעס אן איבערקערניש.

און לויט ווי עס קוקט אויס איז עס אינגאנצן אנדערש פון שטיסל. ביי שטיסל האט נישט אזוי ארויסגעשפראצט דעם מעסעדזש און האס, עס איז געווען בעיקר א שיינעם שילדערונג. אנדערש איז אבער דא ווען עס איז מערקבאר די כוונה פון די פראדוצירער, אסאך מער פונעם אריינבליק אין אידישע שטיבער, וד"ל.

נשלח: מאנטאג מערץ 30, 2020 7:44 pm
דורך [NAMELESS]
צמח האט געשריבן:
מאך זיכער האט געשריבן:פריידא וויזעל'ס איבערזיכט איז א מוז פאר יעדער וואס וויל גוט פארשטיין די חסרונות פון דעם שאו.

איין אקטיאר מיט וועם איך בין אביסל באקאנט פערזענליך וואס אויף אים איז שווער אריבערצופירן ביקורת איז משה לעפקאוויטש (מוישע).

זיין נאמען איז ווילבושעוויץ, א רוסישע משפחה פון מאנטשעסטער וועלכע האט זיך גוט אריינגעבלענדט אין די סאטמארע-ברסלב'ע קהילה אין שטאט, ער שפילט אויס די סאטמארע טשילערס איינס אין די וועלט, סיי מיט די דביקות ביי קברי צדיקים און סיי מיט די נידריגע עדיקשנס ווי חאזעריי און געמבלינג...

די טיווי שאו איז היבש פארנאגראפיש, מען קען זען דערויף די פריוואטע חלקים סיי פון אסתי און סיי פון מושי, איך וואלט נישט געראטן פאר איינער וואס וויל נישט זען פארנאגראפיע צו זען די שאו, ווען איך ווייס ווען וואלט איך עס נישט געקוקט, פאר מיינע מאראלישע צוועקן.


טבילה אין מקוה איז א פארנאגראפישע סצענע? ביידע פעלער זענען אין מקוה אדער ביים טייך, רוף עס נודיטי אבער סאיז ניטאמאל סוקסואל.


כ'מיין אז נודיטי איז א צווייגל פון פארנאגראפיע.

נשלח: מאנטאג מערץ 30, 2020 8:08 pm
דורך כרפס
איך האב ניט קיין טעלעגראם, אפשר קען מיר איינער דאס לייגן אויף גוגל דרייוו. כ'בין דאך זוי נייגעריג צו זען דעם פילעם

נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2020 10:19 pm
דורך לבי ובשרי
ווען ערשיינט דער פינפטער פרק?

נשלח: דינסטאג מערץ 31, 2020 10:22 pm
דורך כרפס
פונקט היינט האב איך געהערט פון א אונטערנאציאנאלער פילעם דיסטריביוטער, אז די ביזנעס פון נייע פילמען וואס דארפן ארויסקומען בקרוב, זענען אויף א ווילדן אפשטעל. אלע סקעדזשעלס זענען קענסעלט אויף דערווייל.

נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2020 2:23 am
דורך לבי ובשרי
:טראכט 8-)

Re: Unorthodox TV - באזירט אויף די בוך.

נשלח: מיטוואך אפריל 01, 2020 9:51 am
דורך החוקר
לבי ובשרי האט געשריבן:ביי שטיסל האט נישט אזוי ארויסגעשפראצט דעם מעסעדזש און האס, עס איז געווען בעיקר א שיינעם שילדערונג. אנדערש איז אבער דא ווען עס איז מערקבאר די כוונה פון די פראדוצירער, אסאך מער פונעם אריינבליק אין אידישע שטיבער, וד"ל.

געלייקט פאר דעם פאראגראף.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2020 12:37 am
דורך חמלה גדולה
ezras nashim?

נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2020 6:44 am
דורך סאנטיאגא
יואליש האט געשריבן:
מאטי האט געשריבן:הרי את מגורשת לי??


ראזן זאגט אז ווען 'שטיסעל' האט געהאט שירה האס מקדש זיין א בחור האט די רבנות געדרייט א קאפ אז זי ברויך דורכגיין א גט לחומרא. זי איז אן איזרעילי בירגער און זיכט זיך נישט קיין קאפ וויי, האבן זיי באשלאסן אז דער מסדר קידושין וועט נישט ארויסזאגן דעם שם, נאר אדושעם (קעגן א טו"ז) און די חתן וועט זאגן הרי את מגורשת...

מ'האט נישט געקענט זאגן ..דשת? מ'זאגט דאך עס עניוועי האלב געמורמלט אז ס'קען פיין שטימען, אדער קאטן צום גלאז ברעכן פארוואס מוז עס אויסקוקן ווי א פלאפ? דערמאנט ווי קאפי זאגט ביי יוסף שפיל "איר גייט דא צונעמען יוסף'לס גשמה"

נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2020 7:01 am
דורך סאנטיאגא
קאצקע ציקער האט געשריבן:https://friedavizel.com/2020/03/28/sorta-live-tweeting-watching-unorthodox/

פריידי וויזל אנטשולדיג מיר זייער, כ'פארשטיי דו ווילסט זיין קיל, אבער מ'דזשאשט נישט קיין שאו מיט live tweeting זיי מוחל נעם א פעדער ווי אונז אלע, ווארט א טאג אדער צוויי לאז זיך עס אריינזעצן, און נאכדעם לאז דיך הערן, רייסט אראפ אויף תולה ארץ מיט שוידערליכע גזמאות, רעביצין you don't know the first thing about logistics און ביי די וועי הער אויף צו רעדן... שווייג ווייסט נישט וואס טוט זיך מיט זיך אזויפיל שטותים צו ליינען אויף איינמאל

נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2020 7:24 am
דורך סאנטיאגא
מאך זיכער האט געשריבן:איין אקטיאר מיט וועם איך בין אביסל באקאנט פערזענליך וואס אויף אים איז שווער אריבערצופירן ביקורת איז משה לעפקאוויטש (מוישע).

זיין נאמען איז ווילבושעוויץ, א רוסישע משפחה פון מאנטשעסטער וועלכע האט זיך גוט אריינגעבלענדט אין די סאטמארע-ברסלב'ע קהילה אין שטאט, ער שפילט אויס די סאטמארע טשילערס איינס אין די וועלט, סיי מיט די דביקות ביי קברי צדיקים און סיי מיט די נידריגע עדיקשנס ווי חאזעריי און געמבלינג...

די דירעקטאר זאגט ער איז פון מאה שערים

נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2020 11:06 am
דורך קאצקע ציקער
סאנטיאגא האט געשריבן:
קאצקע ציקער האט געשריבן:https://friedavizel.com/2020/03/28/sorta-live-tweeting-watching-unorthodox/

פריידי וויזל אנטשולדיג מיר זייער, כ'פארשטיי דו ווילסט זיין קיל, אבער מ'דזשאשט נישט קיין שאו מיט live tweeting זיי מוחל נעם א פעדער ווי אונז אלע, ווארט א טאג אדער צוויי לאז זיך עס אריינזעצן, און נאכדעם לאז דיך הערן, רייסט אראפ אויף תולה ארץ מיט שוידערליכע גזמאות, רעביצין you don't know the first thing about logistics און ביי די וועי הער אויף צו רעדן... שווייג ווייסט נישט וואס טוט זיך מיט זיך אזויפיל שטותים צו ליינען אויף איינמאל

דאס איז דיין פראבלעם אז זי שרייבט נישט קיין ארטיקל? גראדע האט זי יא געשריבן אן ארטיקל

Re: Unorthodox TV - באזירט אויף די בוך.

נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2020 1:32 pm
דורך שמעי'
https://forward.com/life/442798/i-left- ... naccurate/

Sent from my SM-G973F using Tapatalk

נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2020 3:36 pm
דורך סאנטיאגא
berlbalaguleh האט געשריבן:סאנטיאגא: דו זאגסט דא שטארקע נקודות. לויט ווי איך האב געליינט ערגעץ זענען די קרו מעמבערס פון די סעריע ..."שטיסל"...איינגעשטאנען אין מאה שערים פאר עטליכע טעג. אריינגערעכנט א שבת. כדי צו לערנען ערשטהאנטיג איבער דעם לעבנס שטייגער פון די חרד'ישע אידן. ווייל קיין איינער פון די עקטערס קומען נישט פון קיין רעליגיעזן בעקגראונד. אויסער איינער פון די פראדיוסערס.

איך האב בכוונה נישט געוואלט דערמאנען ..."פידלער אן דהע ראאף"...כאטש ס'איז א קלאסישע דראמא. און זייער גוט געשפיעלט. דורך חיים פאטאק. און די אנדערע עקטארס. ווייל ס'איז צו דזשענעריק. און טוט נישט רעפלעקטירן די היינטיגע מציאות פון חסיד'ישן לעבן...!

.I disagree

די קלאוז מיינדעדנעס וואס ווערט דארט אראפגעמאלן איז נאך אלס רעלעווענט. סיי די ליבעראליזם, ליינען ביכער, זיך לערנען וויסנשאפט פון די וועלט און טראכטן ברייט, ווי אויך די געמישטע חתונה, די לעצטע מאל מ'האט פרובירט דאס אין וויליאמסבורג איז געגאנגען קלעפ.. און אפגערעדט די דארשט פונעם יונגע דור נאך freedom מיט וועם מ'וויל חתונה האבן, זיך אליין וועלן, let's face it אונזער וועג פון טוהן שידוכים איז נישט far off פון די אמאליגער אלטער היים אין אייראפע.

פאר א סיבה צאלט מען נאך שווערע געלטער עס צו גיין זעהן, און מ'האט עס לעצטנס איבערגעשפילט אויף אידיש

אבער, טראדיציע...

נשלח: דאנערשטאג אפריל 02, 2020 3:49 pm
דורך כרפס
סאנטיאגא האט געשריבן:
יואליש האט געשריבן:
מאטי האט געשריבן:הרי את מגורשת לי??


ראזן זאגט אז ווען 'שטיסעל' האט געהאט שירה האס מקדש זיין א בחור האט די רבנות געדרייט א קאפ אז זי ברויך דורכגיין א גט לחומרא. זי איז אן איזרעילי בירגער און זיכט זיך נישט קיין קאפ וויי, האבן זיי באשלאסן אז דער מסדר קידושין וועט נישט ארויסזאגן דעם שם, נאר אדושעם (קעגן א טו"ז) און די חתן וועט זאגן הרי את מגורשת...

מ'האט נישט געקענט זאגן ..דשת? מ'זאגט דאך עס עניוועי האלב געמורמלט אז ס'קען פיין שטימען, אדער קאטן צום גלאז ברעכן פארוואס מוז עס אויסקוקן ווי א פלאפ? דערמאנט ווי קאפי זאגט ביי יוסף שפיל "איר גייט דא צונעמען יוסף'לס גשמה"

אדער טרוס טורס..