בלאט 3 פון 4

נשלח: זונטאג מאי 17, 2020 8:58 pm
דורך אישתישבי
יישר כח.

אױב דער ווערטער רעדאקטאר האט אפגעטייפט דער בריוו פין העלבראנץ, וואלט געוועהן א טובה עס צו פאסטען דא. עס קומט מיר אהן שווער צו ליינען זיין כתב יד.

און אינטרעסאנטע שאלה וואלט געוועהן, אױב דער וועקער האט פארשטאנען בעסער פין ישראל זיינע סטראגעלס און זיינע קשיות ווי דער ארץ־ישׂראל'דיגע דאקומענטרי, ווייל זיי האבן נישט דער אינערליכע בליק ווי דער וועקער.

עס איז גאר אינטערעסאנט אז דווקא א ספר פין חב"ד, אמונה ודעות האט אין אים מעורר געווען קשיות. וואס האט ער שוין דארט געקענט זעהן וואס זאל אים מאכן האלטען אז דער סיסטעם איז א שטיפת מוח.

חומש לאזן זיי אויך נישט לערנען, נאר דאס וואס האט א פירוש פין דער פירער, טאמער זאל איינער לערנען חומש דירעקט וואלט ער אויך אפשר אפגעפארן?

למשל ביי חסידים לאזט מען נישט לערנען נ"ך, טאמער א בחור'ל זאל לערנען נ"ך קען זיין ער וואלט געהאט אפאר קשיות אויף די מאדנע מעשיות דארט, אבער פין דארט ביז אפפארען איז א ווייטע וועג.

Re: די אנטלויף אקציע פון לב טהור'ס נעגל - וועקער 17

נשלח: מאנטאג מאי 18, 2020 9:58 am
דורך פאליטיקאנט
אויב איך מעג פרעגן, פארוואס באטיטלט מען עם 'הרב' העלבראנץ ?

(איך פרעג פשוט אלס נייגער, צו ס'איז דא עפעס כללים)

נשלח: מיטוואך יוני 03, 2020 6:38 pm
דורך חכמת שלמה
וויל איך פשוט מעלדן, אז די רשעים האבן געמיינט אז זיי טוען אפ דעם רבי'ן, אבער מען האט אים גאר א טובה געטאן.

דעם ערב-שבועות, האט דער דזשארדזש דענייעט די בעיל, וואס מען האט געוואלט אז דער רבי זאל ארויסגיין פון טורמע, צוליב די קאראנע וויירוס. דער גאווערמענט האט צוגעגרייט א דערקלערנונג פון 14 זייטן (געמאכט אין צוויי טעג - וואס דאס מיינט, אז עס איז שוין געווען צוגעגרייט פון אסאך פריער, נאך איידער מען האט אריינגעגעבן די בקשה, וד"ל, ודו"ק... נישט געזעצליך), דארט האבן זיי זיך געפערליך צולאזט, איבער'חזר'נדיג אלע עלילות דם וואס זענען געזאגט געווארן אויף לב טהור במשך די אלע יארן, אזוי אז מען האט צוריקגעוויזן די בקשה.

זיי מיינען אוודאי, אז זיי האבן געטאן א געפערליכע שלעכטס פארן רבי'ן, והאלקים חשבו לטובה. אצינד ווייסט מען פונקטליך פון וואו זייערע מקורות קומען, די היימישע מוסרים וואס פיטערן זיי מיט אלעמען גוטן, יעצט ווייסט מען אויף וועלכער דירעקציע צו גיין ביים גרויסן הירינג און ווי אזוי זיך אויסצורעכענען. וואלטן זיי געווען א טראפ קלוגער, וואלטן זיי נישט אויסגעשאסן אלע קוילן אינעם יעצטיגן פאל, אבער אז ס'איז באשערט, באנארישט מען זיך אליין.

שכוח גרינהוט
שכוח פליטשקין (וועלכער קען נישט אריינטרעטן אין עטליכע בתי מדרשים אין וויליאמסבורג, צוליב מעשים טובים, וד"ל)
שכוח אלע אנדערע א.ג. עסקנים פון קאנאדע און ניו-יורק.

שכוח, שכוח, שכוח.

נשלח: מיטוואך יוני 03, 2020 7:05 pm
דורך אינגערמאנטשיקל
אוהו, מי זה בא! וועלכער ווינט האט דיר אהערגעבלאזן?

די נעמען וואס דו שרייבסט זענען זייער באקאנט פאר זייער עבודת הקודש, איך זעה נישט די גרויסע שמחה.

אז מ'רעדט שוין, ס'זעהט מיר אויס אז רומפלער אין אר"י איז אין גרויסע צרות. ישראל מאיר איז גארנישט קיין מפיל קינד.

נשלח: מיטוואך יוני 03, 2020 7:14 pm
דורך אינגערמאנטשיקל
פאליטיקאנט האט געשריבן:אויב איך מעג פרעגן, פארוואס באטיטלט מען עם 'הרב' העלבראנץ ?

(איך פרעג פשוט אלס נייגער, צו ס'איז דא עפעס כללים)
זעה דא ביי איינע פון די ערשטע אשכולות דא אין שטיבל אויף הרב העלבראנץ, וואו דער גבאי [tag]באריסטא[/tag] האט צוגעלייגט דעם הרב.

Re: די אנטלויף אקציע פון לב טהור'ס נעגל - וועקער 17

נשלח: מיטוואך יוני 03, 2020 8:59 pm
דורך פאליטיקאנט
חכמת שלמה האט געשריבן:וויל איך פשוט מעלדן, אז די רשעים האבן געמיינט אז זיי טוען אפ דעם רבי'ן, אבער מען האט אים גאר א טובה געטאן.

דעם ערב-שבועות, האט דער דזשארדזש דענייעט די בעיל, וואס מען האט געוואלט אז דער רבי זאל ארויסגיין פון טורמע, צוליב די קאראנע וויירוס. דער גאווערמענט האט צוגעגרייט א דערקלערנונג פון 14 זייטן (געמאכט אין צוויי טעג - וואס דאס מיינט, אז עס איז שוין געווען צוגעגרייט פון אסאך פריער, נאך איידער מען האט אריינגעגעבן די בקשה, וד"ל, ודו"ק... נישט געזעצליך), דארט האבן זיי זיך געפערליך צולאזט, איבער'חזר'נדיג אלע עלילות דם וואס זענען געזאגט געווארן אויף לב טהור במשך די אלע יארן, אזוי אז מען האט צוריקגעוויזן די בקשה.
.


איך בין מסופק צו ס'איז ווערט דיך צו ענטפערן, אבער פאר מ'גייט בכלל אריין אינעם גאנצן נושא, די האלטסט פונעם כת / "חבורה"?
פארוואס גייסטו נישט אהין?
'אויב' די ביסט דארט דאן וויאזוי האסטו אינטערנעט?

אפשר ברענגסטו קלאר ארויס די "שיטה הקדושה"?





אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:
פאליטיקאנט האט געשריבן:אויב איך מעג פרעגן, פארוואס באטיטלט מען עם 'הרב' העלבראנץ ?

(איך פרעג פשוט אלס נייגער, צו ס'איז דא עפעס כללים)
זעה דא ביי דער ערשטער אשכול דא אין שטיבל אויף הרב העלבראנץ, וואו דער גבאי [tag]באריסטא[/tag] האט צוגעלייגט דעם הרב.


דאן האט מען נאכנישט געוויסט אזוי קלאר וואס גייט דארט פאר, ( און לשיטת כמה יחידים איז דאן נאך גארנישט פארגעגאנגען)

נשלח: זונטאג יוני 07, 2020 4:31 pm
דורך ארי נוהם
אבטולמוס האט געשריבן:אויב ביסטו מחליט אז פאר העלבראנץ קומט נישט קיין הרב ווייל ער איז געווען א דיקטאטאר, וועסטו נעקסט מחליט זיין אז פאר סקווערער רבי'ן קומט אויך נישט קיין הרב, און נאכדעם פאר'ן סאטמארער רבי'ן. וא"כ אין לדבר סוף.

WRONG
!!!

נשלח: דינסטאג יולי 07, 2020 2:53 pm
דורך חכמת שלמה
[center]רחמנא אידכר לן זכותיה דרבינו שלמה רעיה מהימנא!

די יארצייט פון כ"ק מרן אבינו רוענו רביה"ק זיעועכי"א
[/center]

מחמת מצב המגיפה בעיר, איז נישט ערמעגליכט געווארן ארויפצוגיין געהעריג, אזוי ווי ס'וואלט געדארפט זיין. א האלבן ציבור איז ארויפגעגאנגען פרייטאג צום ציון, און אנדערע זענען ארויפגעגאנגען זונטאג.

זאל מען האבן גע'פועל'ט אלעס גוטס און האבן אויסגעבעטן למען עם ישראל.

דערווייל פארט אלעס אין א גוטן ריכטונג, דער אויבערשטער זאל העלפן אז מען זאל קענען מבשר זיין בשורות טובות.

נשלח: דינסטאג יולי 07, 2020 3:26 pm
דורך קאך_לעפל
שם רשעים יקרב! ימ''ש וזכרו, לעד ולנצח נצחים. אמן ואמן!

נשלח: דינסטאג יולי 07, 2020 3:28 pm
דורך calculator
קאך_לעפל האט געשריבן:שם רשעים יקרב! ימ''ש וזכרו, לעד ולנצח נצחים. אמן ואמן!

צוזאמען מיט אלע אדמורי"ם וואס זענען פונקט אזוי מצמצם די אידיש פאלק כל אחד לפום שיטתו ודמיונו. אמן ואמן!

נשלח: דינסטאג יולי 07, 2020 3:37 pm
דורך קאך_לעפל
calculator האט געשריבן:
קאך_לעפל האט געשריבן:שם רשעים יקרב! ימ''ש וזכרו, לעד ולנצח נצחים. אמן ואמן!

צוזאמען מיט אלע אדמורי"ם וואס זענען פונקט אזוי מצמצם די אידיש פאלק כל אחד לפום שיטתו ודמיונו. אמן ואמן!


ניין! בלויז דער ארז הנגדע...

נשלח: דינסטאג יולי 07, 2020 4:02 pm
דורך calculator
קאך_לעפל האט געשריבן:
calculator האט געשריבן:
קאך_לעפל האט געשריבן:שם רשעים יקרב! ימ''ש וזכרו, לעד ולנצח נצחים. אמן ואמן!

צוזאמען מיט אלע אדמורי"ם וואס זענען פונקט אזוי מצמצם די אידיש פאלק כל אחד לפום שיטתו ודמיונו. אמן ואמן!


ניין! בלויז דער ארז הנגדע...

ניין! אויך די גרוגרות וצימוקים.

נשלח: דינסטאג יולי 07, 2020 4:18 pm
דורך קאך_לעפל
calculator האט געשריבן:
קאך_לעפל האט געשריבן:
calculator האט געשריבן:
קאך_לעפל האט געשריבן:שם רשעים יקרב! ימ''ש וזכרו, לעד ולנצח נצחים. אמן ואמן!

צוזאמען מיט אלע אדמורי"ם וואס זענען פונקט אזוי מצמצם די אידיש פאלק כל אחד לפום שיטתו ודמיונו. אמן ואמן!


ניין! בלויז דער ארז הנגדע...

ניין! אויך די גרוגרות וצימוקים.


דו ביזט אויך א דא דא!

נשלח: דינסטאג יולי 07, 2020 5:06 pm
דורך נהורא נפישא
חכמת שלמה האט געשריבן:[center]רחמנא אידכר לן זכותיה דרבינו שלמה רעיה מהימנא!

די יארצייט פון כ"ק מרן אבינו רוענו רביה"ק זיעועכי"א
[/center]

מחמת מצב המגיפה בעיר, איז נישט ערמעגליכט געווארן ארויפצוגיין געהעריג, אזוי ווי ס'וואלט געדארפט זיין. א האלבן ציבור איז ארויפגעגאנגען פרייטאג צום ציון, און אנדערע זענען ארויפגעגאנגען זונטאג.

זאל מען האבן גע'פועל'ט אלעס גוטס און האבן אויסגעבעטן למען עם ישראל.

דערווייל פארט אלעס אין א גוטן ריכטונג, דער אויבערשטער זאל העלפן אז מען זאל קענען מבשר זיין בשורות טובות.

ס'איז געווען קאאלעיד וואסער ?

נשלח: מוצ"ש יאנואר 01, 2022 10:27 pm
דורך סמבטיון
עס איז ארויסגעקומען נאך א דאקומענטערי ווי אונזער העלד ישראל מאיר פארט צוריק קיין גואטאמאלא פרובירן צוריקצוכאפן זיין קינד וואס ער האט דארט געלאזט, ער איז אין באגלייטונג פון געשולטע עקס מוסד אגענטן. ווער עס האט די לינק זאל עס אהער ברענגען. כ'האב פרובירט אפאר מאל, עס איז נישט געגאנגען.

נשלח: מוצ"ש יאנואר 01, 2022 10:34 pm
דורך תוהו ובוהו

נשלח: מוצ"ש יאנואר 01, 2022 10:41 pm
דורך ברוינשטיין
אויב פארהאן אויף יאו טוב, אַ לינק ביטע

נשלח: זונטאג יאנואר 02, 2022 1:13 am
דורך נפה
עס איז זייער אינטערעסאנט
עס איז מסביר וואס [tag]חכמת שלמה[/tag] האט דא געשריבען

נשלח: פרייטאג יאנואר 06, 2023 7:41 am
דורך [NAMELESS]
נעכטן איז ארויסגעקומען די ענדגילטיגע און פריידיגע דאקומענטאר, אין וועלכן מען קען זען ווי ישראל מאיר טוט זיך ענדגילטיג פאראייניגן מיט זיין ליכטיגע אינגעלע, נאך א סוקסעספולער אקציע דורך א געהיימע איזראעילי גרופע אינאיינעם מיט די מעקסיקאנע בעאמטע.

נשלח: פרייטאג יאנואר 06, 2023 1:27 pm
דורך שמן למאור
יהורם האט געשריבן:נעכטן איז ארויסגעקומען די ענדגילטיגע און פריידיגע דאקומענטאר, אין וועלכן מען קען זען ווי ישראל מאיר טוט זיך ענדגילטיג פאראייניגן מיט זיין ליכטיגע אינגעלע, נאך א סוקסעספולער אקציע דורך א געהיימע איזראעילי גרופע אינאיינעם מיט די מעקסיקאנע בעאמטע.
לינק?

נשלח: זונטאג יאנואר 08, 2023 5:05 pm
דורך [NAMELESS]
דא האט איר דעם לינק וואו איר קענט זען די פרייליכע ענדע צום טרויעריגן און טראגישער פאסירונג פון ישראל עמיר, וועלכער איז אנטלאפן פון לב טהור מיט די הילף פון זיין מומע אורית, ווי ברייט באשריבן אין דער וועקער עטליכע יאר צוריק.

דורכאויס די לעצטע צוויי יאר, איז ישראל מאיר עטליכע מאל צוריקגעפארן קיין גואטאמאלא און קיין מעקסיקא, און פרובירט ארויסצוראטעווען זיין קינד פון דעם שרעקליכן קולט. יעדע מאל זענען מיט אים מיטגעפארן א גרופע געשולטע געוועזענע מוסד אגענטן וועלכע האבן אים בעפארגעגרייט דעם וועג, אבער ער איז דורכגעפאלן צוויי מאל בעפארן אנקומען צו זיין ציל.

איר קענט אין דעם דאקומענטאר זען די פונקטליכע צוגאנג פונעם געשיכטע, די באגעגעניש מיט זיין מאמע וואס איז נאך פארכאפט אינעם קולט, די שרייענדע קולות וברקים פון זיין שוועסטער, און איבער אלעם - די פאראייניגונג מיט זיין געליבטן זון.

נשלח: מאנטאג יאנואר 09, 2023 6:07 pm
דורך שמן למאור
דא האט איר א לינק צו קענען זען דעם דאקומענטאר אויף טעלעגראם.

כ'האב עס נארוואס געזען, ס'איז זייער מרגיש צו זען ווי דער טאטע פאראייניגט זיך מיט זיין זון, נאכן ווערן ארויסגעראטעוועט פון זיין פארכאפט ביי די שוידערליכע חברה פונעם כת הרשעה.

נשלח: מאנטאג יאנואר 09, 2023 8:16 pm
דורך שפילער
סאיז sad צו זעהן זיי אן א קאפל