בלאט 3 פון 3
נשלח: פרייטאג מאי 28, 2021 7:38 pm
דורך עובדיה
ס'איז למעשה דא א שטארקע מעגליכקייט אז ס'קומט פון דארט, און מ'זעהט אז ס'שטערט זיי זייער אז מבאשילדיגט זיי, פארוואס זאלן זיי נישט וועלן מ'זאל זיי ריינוואשן?
נאכדערצו אז זיי האבן בלית ברירה אריינגעלאזט אויספארשער אין טשיינע, נאר נישט געגעבען געהעריג צוטריט צום לעב, ווילן זיי דען דוקא מ'זאל זיי באשילדיגען?
נשלח: פרייטאג מאי 28, 2021 7:45 pm
דורך מי אני
עובדיה האט געשריבן:מי אני האט געשריבן:מען דארף אבער אין אכט נעמען אז אפילו לפי״ז אז ס׳איז א לעבּ-ליִק טענה׳ן זיי אויך נאר אז ס׳איז צום מערסטענסט א טעות, ודלא כהפותח האשכול. א ״כוונה״ להרע איז א ״קאנספיראציע טעאריע״ און דאס איז וואס מ׳האט בעיקר אוועקגעמאכט (וואס האט שוין געמאכט אז די אלגעמיינע וועלט זאל טאקע אוועקמאכן די לעבּ-ליִק טעאריע מכל וכל).
תורה ומדע האט געשריבן:לדעתי איז עס נאר א ענין פון צייט ביז דער אמת וועט ארויסקומען אז די כינעזישער רעגירונג האט געהאדעוועט דער וויירוס צו מאכן מאקסימום שאדן בגוף ובממון אויף זייערס א שונא, גענוי ווי מיר גייען איצטערט אדורך. און דאס אויסברוך פון קאוויד 19 איז אן עקסידענט פון א ביאלאגישע וואפן פאבריק אין וווהאן, כינע.
ער זאגט אויך אז ס'איז געווען א טעות.
גערעכט. איך האב מיר באצויגן צום ״תחילתו בפשיעה וסופו באונס״ אָווערטוֺינס פון מעלפיִסענס (בכלל); די ״קאנספיטארישע״ חלק.
נשלח: מוצ"ש מאי 29, 2021 11:21 pm
דורך ליב צו וויסן
אישתישבי האט געשריבן:אזוי צו אזוי, איך וויל פארשטיין פארוואס לינקע ווילען עס זאל האבן געקומען נאטורליך נישט מענטש געמאכט, און די רעכטע ווילען דוקא עס זאל קומען פין כינע א לעב?
וואס האט דאס מיט זייערע געטשקעס?
לויט ווי איך פארשטיי איז די רעכטע טענה בעיקר אויף די אונטערדריקונג פון Free speech.
נשלח: זונטאג מאי 30, 2021 11:13 am
דורך בת קול
עובדיה האט געשריבן:מי אני האט געשריבן:מען דארף אבער אין אכט נעמען אז אפילו לפי״ז אז ס׳איז א לעבּ-ליִק טענה׳ן זיי אויך נאר אז ס׳איז צום מערסטענסט א טעות, ודלא כהפותח האשכול. א ״כוונה״ להרע איז א ״קאנספיראציע טעאריע״ און דאס איז וואס מ׳האט בעיקר אוועקגעמאכט (וואס האט שוין געמאכט אז די אלגעמיינע וועלט זאל טאקע אוועקמאכן די לעבּ-ליִק טעאריע מכל וכל).
תורה ומדע האט געשריבן:לדעתי איז עס נאר א ענין פון צייט ביז דער אמת וועט ארויסקומען אז די כינעזישער רעגירונג האט געהאדעוועט דער וויירוס צו מאכן מאקסימום שאדן בגוף ובממון אויף זייערס א שונא, גענוי ווי מיר גייען איצטערט אדורך. און דאס אויסברוך פון קאוויד 19 איז אן עקסידענט פון א ביאלאגישע וואפן פאבריק אין וווהאן, כינע.
ער זאגט אויך אז ס'איז געווען א טעות.
נאך מער פון דעם. פארוואס דארף זיין אז עס איז געווען אין א לעב כדי אנצומאכן שאדן? עס קען זיין עס איז געווען אן אומשולדיגן טעות.
למשל אז זיי האבן געפארשט קאראנע אין בעטס, און עס האט זיך בטעות אריבערגעכאפט צו א מענטש.
דאס מיינט נישט אז זיי האבן עס געפארשט כדי צו שעדיגן מענטשן.
נשלח: זונטאג מאי 30, 2021 12:00 pm
דורך הקטן
Chinese-scientists-created-COVID-19-lab-tried-cover-tracks-new-study-claims COVID-19 'has NO credible natural ancestor' and WAS created by Chinese scientists who then tried to cover their tracks with 'retro-engineering' to make it seem like it naturally arose from bats, explosive new study claims
נשלח: דינסטאג יוני 01, 2021 3:49 pm
דורך הקטן
מי אני האט געשריבן:קיינער דא האט נישט גע׳טענה׳ט אז עס ״קען נישט״ קומען פון א לעבּ און דאס אוועקגעמאכט מכל וכל (לידיעתי).
מען דארף אבער אין אכט נעמען אז אפילו לפי״ז אז ס׳איז א לעבּ-ליִק טענה׳ן זיי אויך נאר אז ס׳איז צום מערסטענסט א טעות, ודלא כהפותח האשכול. א ״כוונה״ להרע איז א ״קאנספיראציע טעאריע״ און דאס איז וואס מ׳האט בעיקר אוועקגעמאכט (וואס האט שוין געמאכט אז די אלגעמיינע וועלט זאל טאקע אוועקמאכן די לעבּ-ליִק טעאריע מכל וכל).
פארשטיי גוט: די אלגעמיינע וועלט האט אוועק געמאכט די לעבּ-ליִק ווייל...
וויפיל חצופה און ערעגענס ליגט אין די ווערטער
(איך מיין נישט מי-אני, איך מיין די אלגעמיינע פרעס) זייער תירוץ איז, יא מיר האבן געפירט שולל די פאלק באט מיר האבן דערביי געהאט א גוטע כונה, מיר האבן געפייט טראמפ וכו
washington-post-corrects-15-month-old-headline-falsely-calling-wuhan-lab-theory-debunked
נשלח: דינסטאג יוני 01, 2021 8:21 pm
דורך קורקלענד
נשלח: דינסטאג יוני 01, 2021 8:38 pm
דורך אייראפעישער חסיד
תורה ומדע האט געשריבן:דער מענטשהייט איז קראנק געווארן, מענטשן שטארבן אין אלע עקן פון דער וועלט פון א פלעדערמויז? ווער גלייבט דאס?
לדעתי איז עס נאר א ענין פון צייט ביז דער אמת וועט ארויסקומען אז די כינעזישער רעגירונג האט געהאדעוועט דער וויירוס צו מאכן מאקסימום שאדן בגוף ובממון אויף זייערס א שונא, גענוי ווי מיר גייען איצטערט אדורך. און דאס אויסברוך פון קאוויד 19 איז אן עקסידענט פון א ביאלאגישע וואפן פאבריק אין וווהאן, כינע.
אויב עס וועט ווערען פעסטגעשטעלט אז דאס איז טאקע די מצב, וועלן זיי מוזן באצאלן טריליאנען דאלארען פאר מדינות, קארפארעישנס, און יחידים עד אין סוף. און דאס וועט זיין זייער אייביגער חוב.
הייליג גערעכט!
נשלח: דינסטאג יוני 01, 2021 10:56 pm
דורך רביה''ק זי''ע
לויט דעם קומט אויס אז די פלו און מיעזלס זענען אויך געהאדעוועט דורך כינע, אנדערש קען דאך נישט זיין, זיי זענען נאך אזוי שעדליך ווי די נייע קאראונעוויירוס. און וואס איז מיט די שווארצע מגיפה, ווער האט יענץ געהאדעוועט? שוין, און פון דארט ביז אנטיסעמעטיזם איז א קאצנשפרונג... האלאו, איך ווייס עטץ זענטס אויסטערליש קלוג, עטץ זענטס אבער נישט די איינצגיסטע קלוגע מענטשן אויפ׳ן וועלט, אביסל באשיידענהייט פאר׳ן לאזן פאלן באמבאסטישע דערקלערנוגען וואלט נישט געשאדט.
נשלח: פרייטאג יוני 04, 2021 1:28 pm
דורך הקטן
former-cdc-director-received-death-threats-from-fellow-scientists-over-lab-leak-theory/“After the interview aired, death threats flooded his inbox. The vitriol came not just from strangers who thought he was being racially insensitive but also from prominent scientists, some of whom used to be his friends. One said he should just ‘wither and die.’”
ווען עס קימט צי גלאבעל-ווארמינג\קליימעט-טשענש אדער גענדער אישאס וכו' זענען נאך דא וואס גלייבן מיט אמונה פשוטה אין די עסטעבלישמענט
איז נאך דא וואס זענען גרייט צי זאגן מיט א זיכערקייט אז היידראקסיקלארעקין איז געווען מער שעדליך ???
איז מעגלעך, טייל פין אינז דא קענען נישט זאגן מיט א קלארע געוויסען, "ידינו לא שפכו את הדם הזה"
נשלח: פרייטאג יוני 11, 2021 12:02 pm
דורך מי אני