בלאט 3 פון 4

נשלח: דינסטאג אפריל 21, 2020 6:33 pm
דורך [NAMELESS]
פאליטיקאנט האט געשריבן:
אנשטענדיגע ייוד האט געשריבן:פארוואס איז אזוי שווער צו קאנקורענצן מיט די אידישע עסן קאמפאניס ?
אז א פראדוקט וועט זיין עטוואס ביליגער וועט דען די עולם נישט לויפען קויפען?
אין יעדער ביזנעס וואס א היימיש איד עפענט מאכט איהם זיין שכן נאך , נאר עסן קען מען נישט?
יונגערלייט!! עטץ זוכטס פרנסה? עפענטס פאבריקען!
איך ווייס גראדע פון איינער וואס האט געפענט א נייע קאמפאני פון א געוויסע מאכל, די שטאט האט געלאכט.ווער גייט דען קויפען ביי דיר. למעשה מיט די פאר סענט ביליגער וואס ער האט אוועק געשטעלט זיין פראדוקט איז די עולם געלאפן אין ער איז הערליך מצליח!
אבער די פראבלעם איז אז איינמאל מ'הייבט אן פארקויפן פאר ביליגער, קומט די עסטעבלישט קאמפעני (גפן, ליעבערס) און זיי מאכען עס נאך ביליגער נאר עד יעבור זעם, און די נייע קאמפעני (וואס האט שוין גענוג חובות, און געווענליך נישט קיין גרויסע 'קעש פלאטע', און אסאך מאל האבן זיי נאך באצאלט אביסל טייערער ווי די אוועקגעשטעלטע קאמפעני) גייט באנקראט!


דו רעדסט מתוך ידיעה?
האסט שוין מיטגעהאלטן אזא מעשה?

נשלח: דינסטאג אפריל 21, 2020 7:56 pm
דורך פאליטיקאנט
יא!

אויך ווייס עס ערשט האנטיג אז זיי שאנטאזשירן יעדע עקזיסטירנדע מוצלח'דיגע קאמפעני!

א שטייגער וואס גפן האט געטון צו שיבולים.

Re: מהדרין טשיז סנעק: רייטן אויפן ציבור!

נשלח: מיטוואך אפריל 22, 2020 1:48 am
דורך moneyminded
איסר האטלקי האט געשריבן:[tag]moneyminded[/tag]

פון אישי:

שׁאַפּרייט איז $3.69 א דאָזען.

דאס איז טייערער ווי רוב גראסעריס אין ב"פ וואס בעטן 3 דאלער.
אן קיין רעסיט איז עס פעיק ניוז

Sent from my SM-G960U using Tapatalk

Re: מהדרין טשיז סנעק: רייטן אויפן ציבור!

נשלח: מיטוואך אפריל 22, 2020 1:51 am
דורך moneyminded
אנשטענדיגע ייוד האט געשריבן:פארוואס איז אזוי שווער צו קאנקורענצן מיט די אידישע עסן קאמפאניס ?
אז א פראדוקט וועט זיין עטוואס ביליגער וועט דען די עולם נישט לויפען קויפען?
אין יעדער ביזנעס וואס א היימיש איד עפענט מאכט איהם זיין שכן נאך , נאר עסן קען מען נישט?
יונגערלייט!! עטץ זוכטס פרנסה? עפענטס פאבריקען!
איך ווייס גראדע פון איינער וואס האט געפענט א נייע קאמפאני פון א געוויסע מאכל, די שטאט האט געלאכט.ווער גייט דען קויפען ביי דיר. למעשה מיט די פאר סענט ביליגער וואס ער האט אוועק געשטעלט זיין פראדוקט איז די עולם געלאפן אין ער איז הערליך מצליח!
זייער זייער שווער,די דארפסט פארקויפן אסאך קוואנטיטי צו קענען קאמפיטען

איך האב געקויפט דעם יום טוב הטוב קאטטעזש טשיז און זויער קרים און עס איז געווען היפש נישט בעטעמט , טאקע פיל ביליגער אבער עס איז נישט גרינג צו קענען מאכן גוטע סחורה פאר א גוטע פרייז אן קיין סך קוואנטיטי און אויך שעלף ספעיס איז נישט גרינג

Sent from my SM-G960U using Tapatalk

נשלח: מיטוואך אפריל 22, 2020 8:24 am
דורך קורקלענד
moneyminded האט געשריבן:
איסר האטלקי האט געשריבן:[tag]moneyminded[/tag]

פון אישי:

שׁאַפּרייט איז $3.69 א דאָזען.

דאס איז טייערער ווי רוב גראסעריס אין ב"פ וואס בעטן 3 דאלער.
אן קיין רעסיט איז עס פעיק ניוז

Sent from my SM-G960U using Tapatalk

ס'איז א דבר העומד להתגלה. זיי האבן א וועבזייטל, גייט איבערצייגט אייך.

נשלח: מיטוואך אפריל 22, 2020 10:16 am
דורך אישתישבי
מהדרין איז א גרויסע פירמע מיט פיר עלטערע אידן בעלי בתים, און זיי האבן גרויסע משפחות און דארפען פרנסה.

Re: מהדרין טשיז סנעק: רייטן אויפן ציבור!

נשלח: מיטוואך אפריל 22, 2020 12:48 pm
דורך moneyminded
אישתישבי האט געשריבן:מהדרין איז א גרויסע פירמע מיט פיר עלטערע אידן בעלי בתים, און זיי האבן גרויסע משפחות און דארפען פרנסה.
איך לאז יעדעם מאכן פרנסה , אבער נישט אויף מיין חשבון,
די בעל בתים נעמען ארויס יעדע איינע באזונדער א מינומים א מיליאן דאלאר א יאר קלין פראפיט, געהערט פון א משפחה מיטגליד

געוויסע נעמען ארויס מער

Sent from my SM-G960U using Tapatalk

נשלח: מיטוואך אפריל 22, 2020 1:04 pm
דורך אישתישבי
אידאך גוט.

אז די ווילסט זיי זאלען נישט רייך ווערען אויף דיין חשבון קויף נישט זייערע פראדוקטן.

Re: מהדרין טשיז סנעק: רייטן אויפן ציבור!

נשלח: מיטוואך אפריל 22, 2020 3:56 pm
דורך פאליטיקאנט
אישתישבי האט געשריבן:אידאך גוט.

אז די ווילסט זיי זאלען נישט רייך ווערען אויף דיין חשבון קויף נישט זייערע פראדוקטן.
@אישתשבי קיינער האלט נישט אז עס קומט זיי מיתה דערויף.
און יעדער (כ'האף אזוי) פארגינט זיי דאס געלט.

מ'-מועדט נאר אויס אז נעמען א פראדוקט און מארקעטן די עולם זאל זיך צוגעוואוינען דערצו, דערנאך הייבן די פרייז יערליך צו אן אסטראנאמישע סכום וויסנדיג אז אויף פסח איז נישטא צופיל פראדוקטן פאר די קינדער, איז א הימל געשריי.

די כללים פון ביזנעס (ווי סופליי און דימענד) זענען הארטע כללים אבער נישט אוועקגעשטעלט ע"פ תורה.
מ'מעג? יא.
צו הייסט דאס אויפגעפירט ווי א חיה? יא.
אפגעבן דין וחשבון? פרעג די וואס דרייען זיך אין הימל.

נשלח: מיטוואך אפריל 22, 2020 6:53 pm
דורך קורקלענד
אפשר קענט איר מיר לייען א קאַפּי פון אייער תורה? פון מיין תורה איז עס אויסגעהאלטן.

חיה? וואס עפעס. וויאזוי ווערט מען א חיה פון הייבן א פרייז פון א פראדוקט וואס איז לכ''ע א לוקסוס.

נשלח: מיטוואך אפריל 22, 2020 7:02 pm
דורך ליפא
קאטעדזש טשיז מיט פיטער איז אויך א לוקסוס?

נשלח: מיטוואך אפריל 22, 2020 8:06 pm
דורך קורקלענד
אלעס טייער איז א לוקסוס. ווארום מ'קען דאך לעבן אויף ביליגערס...

נשלח: מיטוואך אפריל 22, 2020 8:22 pm
דורך moneyminded
אישתישבי האט געשריבן:אידאך גוט.

אז דו ווילסט זיי זאלען נישט רייך ווערן אויף דיין חשבון קויף נישט זייערע פראדוקטן.

למעשה זענען זיי וואס אונען די מארקעט, זיי רייטן אופן ציבור, איך מוז עסן חלב ישראל וועגן איך בין א איד,
איך פרוביר צו קויפן וואס איך קען פון זייער קאמפעטישן, אבער זיי האבן נישט עכט קיין קאמפעטישן פאר אלעס.

יוגערטס קויף איך נארמענס
טשיז העולם
קאטטעזש טשיז איז הטוב היפש שלעכט
טשיז סנעק האבן זיי נישט קיין קאמפעטישן.

נשלח: מיטוואך אפריל 22, 2020 8:24 pm
דורך moneyminded
קורקלענד האט געשריבן:אפשר קענט איר מיר לייען א קאַפּי פון אייער תורה? פון מיין תורה איז עס אויסגעהאלטן.

חיה? וואס עפעס. וויאזוי ווערט מען א חיה פון הייבן א פרייז פון א פראדוקט וואס איז לכ''ע א לוקסוס.

$5.50 פאר א קאטעזש טשיז אדער סמייטע איז קראנק
הטוב קאסט $3.50

נשלח: מיטוואך אפריל 22, 2020 8:28 pm
דורך רביה''ק זי''ע
moneyminded האט געשריבן:למעשה זענען זיי וואס אונען די מארקעט ,זיי רייטן אופן ציבור, איך מיז עסן חלב ישראל וועגן איך בין א איד
איך פרוביר צו קויפן וואס איך קען זייער קאמפיטעשען, אבער זיי האבן נישט עכט קיין קאמפיטעשען פאר אלעס

דו ביזט נישט דער איינציגסטע וועלכער פלעגט מיינען אז ער מוז עסן חלב ישראל ווייל ער איז א איד. אז ס'שטערט דיך אזוי שטארק לערן גוט אדורך די סוגיא, ס'איז גאנץ מעגליך אז דו וועסט צוקומען צו די זעלבע מסקנא ווי מיר. תלמוד תורה איז פון די זאכן וואס מ'עסט די פירות אויף די וועלט והקרן קיימת לעולם הבא, ווייל אז מ'קען גוט לערנען ווייסט מען וואס מ'מעג...

נשלח: מיטוואך אפריל 22, 2020 8:31 pm
דורך moneyminded
במחילת כבודך, דאס קומט נישט אריין אין די אשכול
איר האט געדרוקט א אומריכטיג קנעפעל[emoji3]

נ.ב. איך גראדע עס נישט כשר'ס , איך דארף עס פאר מיינע קינדער..

איך האף יעצט ביזטו פרייליך

נשלח: מיטוואך אפריל 22, 2020 8:32 pm
דורך רביה''ק זי''ע
רחמנא ליצלן, כ'האף אז דו מאכסט א דשאוק.

בעצם קומט עס שוין איינמאל אריין, ווי א רב האט מיר אמאל געזאגט לגבי עפעס אזא סארט חסידישע חומרא אז ס'דינט ווי אן עונש פאר די אמעראצים. די וועלכע קענען לערנען ווייסן דאך אז ס'איז שטותים, אז דו האלטסט נישט ביים לערנען זאלסטו ליידן דערפאר, זאלן זיי טאקע הייבן די פרייזן ווי מער. :lol:

Re: מהדרין טשיז סנעק: רייטן אויפן ציבור!

נשלח: מיטוואך אפריל 22, 2020 9:23 pm
דורך החוקר
מען דארף נעמען אין אכט אז די כללים פון סופליי און דימענד, אז דו ווילסט נישט קויף נישט וכדו', איז אביסל אנדערש אין אונזער היימישער מארקעט.

אמת, אין די אלגעמיינע וועלט אז דו ווילסט נישט צאלן טויזענט דאללער פאר א סמארטפאון, איז קויף נישט קיין אייפאון. ביי אונז היימישע האבן מיר נישט אלעמאל די ברירה.

אז איך דארף א טלית, האב איך א ברירה נישט צו צאלן $150? אז איך וויל האנט מצה, קען איך עס באקומען פאר $10? מילך איז נישט קיין לוקסוס און איך קען נאר טרינקען חלב ישראל, איז עס דא צובאקומען פאר א $1.50?

איך זאג נישט אז עס איז אייביג סתם ארויפגעשוואוירן די פרייז. עס קען זיין א טיילמאל קאסט טאקע אזויפיל צו פראדוצירן די סחורה. עס איז אבער קלאר יא דא פעלער ווי מען רייט אויפן ציבור. צום ביישפיל, איך האב דעם פסח געזען אדווערטייזד א צוויי פונטיגע באקס לעידי פינגערס פאר $7-8 בשעת וואס אן אנדערע ברענד האט געבעטן $15.

נשלח: מיטוואך אפריל 22, 2020 9:35 pm
דורך קורקלענד
אז ס'איז דא צו קריגן פאר 7-8 פארוואס זאל א צווייטער נישט מעגן בעטן 15 דאלער. ס'נישט אז ער לאזט אייך נישט קויפן פאר 7-8.

פארוואס איז א סמארטפאון ווייניגער וויכטיג ווי א טלית. ביי מיר איז עס די זעלבע חוצפה. זייט זיי האבן אזוי ארויפגעשרויפט די סמארטפאון פרייז, האב איך אויפגעהערט קויפן. ענדערש א ביליגע מיט אביסל שוואכערע פּיטשיווקעס, ווי זיך צו ברעכן פאר איבערגעפּרייזע מאדעל.

מ'דארף נישט קויפן יערליך א טלית. מ'קען עס אויסוואשן. מ'קען עס האלטן שיין. און אמאל מעג מען זיך באגיין מיט א טלית וואס איז אביסל געלעכל.

האנט מצה קאסט טייער. ס'איז דא גרויס קאמפעטישן. ועל עולם קאסט עס טייער. ווייל ס'קאסט באמת טייער.

נשלח: מיטוואך אפריל 22, 2020 9:51 pm
דורך הדסים
קורקלענד האט געשריבן:אז ס'איז דא צו קריגן פאר 7-8 פארוואס זאל א צווייטער נישט מעגן בעטן 15 דאלער. ס'נישט אז ער לאזט אייך נישט קויפן פאר 7-8.

א שטארקע חידוש דאס, אויב איז דא א ביליגע מעג איך בעטן טייער. אויב האב איך נישט קיין קאמפעטישן דארף איך זיין ביליג, איינמאל איך באקום א קאמפעטישען דארף איך ארויפגיין מיט די פרייז אז די נייע קאמעפעני זאל נישט ווערן אינטערגעהאקט פון מיינע פרייזן... וואס וועט זיין אויב מיין קאנקערענט האט שוואכע קוואליטעט? זאל איך אראפ מיט די פרייז אז מענטשן זאלן קענען קויפן גוטע סחורה? אדער ארויף מיט די פרייז אז די נייע קאמפעני זאל נישט אונטערגיין?

קען זיין דו ביסט גערעכט, אבער די פיליזאפיע ארבעט נישט אין מיין מח.

נשלח: מיטוואך אפריל 22, 2020 10:03 pm
דורך קורקלענד
יעדער מעג בעטן וויפיל ער וויל. ס'מאכט זיך א שאלה פון יושר/נארמאל/עטיש/מאראליש/חיה/חזיר וכו' ווען ס'האנדלט זיך פון א פראדוקט וואס יעדער מוז האבן צום לעבן און נאר איינער קען עס פארקויפן און יענער שרויפט הויעך ארויף די פרייז.

אסאך עקאנאמיסטן האבן געהאלטן אז ס'נישט במציאות אזא פראדוקט, און די וועלט געט זיך אייביג א עצה מיט א אלטערנאטיוו.

קוק אן מהדרין. אמאל פלעגן זיי רייסן אויף אלע פראנטן. יאגורט'ס האבן זיי שוין פארלוירן א גרויס חלק, הארטע קעז אויך, לעבען לעצטנס אויך, קריעם טשיז שוין פונלאנג. זענען זיי געבליבן מיט צוויי פראדוקטן פיטער און קאטאג.... מיינסט אז זיי גייען בלייבן מיט די צוויי פראדוקטן אליינס? ס'גייט עווענטועל זיין קאמפעטיטיוו אלטערנאטיוו.

נשלח: מיטוואך אפריל 22, 2020 10:07 pm
דורך moneyminded
קורקלענד האט געשריבן:יעדער מעג בעטן וויפיל ער וויל. ס'מאכט זיך א שאלה פון יושר/נארמאל/עטיש/מאראליש/חיה/חזיר וכו' ווען ס'האנדלט זיך פון א פראדוקט וואס יעדער מוז האבן צום לעבן און נאר איינער קען עס פארקויפן און יענער שרויפט הויעך ארויף די פרייז.

אסאך עקאנאמיסטן האבן געהאלטן אז ס'נישט במציאות אזא פראדוקט, און די וועלט געט זיך אייביג א עצה מיט א אלטערנאטיוו.

כאב נישט ליב צו נוצן די פאראגראף אבער כאב א חשד אז די ביזט אין א ביזנעס וואס פארקויפט דוקא פאר אידן.

נשלח: מיטוואך אפריל 22, 2020 10:08 pm
דורך קורקלענד
איך זוך נישט גילוי. אבער אזויפיל. ניין איך לעב מער ווייניגער אויף גויאישע געלט