בלאט 3 פון 4

נשלח: פרייטאג מאי 22, 2020 1:46 pm
דורך במדבר
איך האב עס געזעהן פאזעטיוו, מיט דעם וואס די קינד גייט אזוי נאטירליך, ס'זעהט נישט אויס ווי ער איז דארט, צו באווייזן קונצען.
והשנית! די קינדער ארום: זיי זעהן טאקע יעצט אויס אביסלע שאקירט, אבער זיי גייען שוין מער נישט זאגן..... די ווייסט יענער האט דריי קינדער: א יונגעל, א מיידל און א הינט!!!

נשלח: פרייטאג מאי 22, 2020 1:50 pm
דורך הדסים
א הונט איז גאר פאזיטיוו, ווער עס האט שוין מיטגעהאלטן פון נאנט א רילעישינשיפ צווישן א קינד און א פעט ווייסט די פאזיטיווע השפעה וואס עס האט אויף דאס קינד און אויך אויף דער בע"ח.

אויב האסטו מורא פון א הונט מיינט עס גארנישט, עס איז נארמאל אין אונזער געזעלשאפט. אבער דאס מאכט נאכנישט א הונט פאר א שלעכטע זאך.

אייינמאל ווען איך בין געווען אין א פארק און געזען א פריינטליכער מענטש מיט א הונט, בין איך צוגעגאנגען מיט מיין אינגעל, דו האסט נישט קיין אנונג וואס עס האט געמיינט פאר אים, ער האט געלעבט! זייט דעמאלט האט ער מיר שוין אפאר מאל געפרעגט אויב אונז קענען גיין שפילן מיט א הונט. איך פריי מיר אז ער איז געוורן באקאנט מיט בעלי חיים נאך פאר ער איז געווען גענוג גרויס צו מורא האבן (אדער פיינט האבן).

ביידעוועי, איינער ווייסט אויב עס איז דא אזא פלאץ ווי מען קען גיין פעטן הונט? ווען איך האב עס געזוכט האב איך געטראפן שעלטערס וואס פרייען זיך ווען מען קומט וואלאנטירן, אבער זיי לאזן נישט אריין גאר אינגע קינדער. איינער האט עקספיריענס מיט די זאכן?

נשלח: פרייטאג מאי 22, 2020 1:59 pm
דורך עך עך אי אר
הדסים האט געשריבן:

ביידעוועי, איינער ווייסט אויב עס איז דא אזא פלאץ ווי מען קען גיין פעטן הונט? ווען איך האב עס געזוכט האב איך געטראפן שעלטערס וואס פרייען זיך ווען מען קומט וואלאנטירן, אבער זיי לאזן נישט אריין גאר אינגע קינדער. איינער האט עקספיריענס מיט די זאכן?

איך האב שוין געטון די עצה. רוף דיין אלטע אפגעפארענע חבר וואס האט א הינטל זאג אים אז דו ביזט וויליג צו בעיבי סיטן (dog sitting) זיין הינטל פאר א פאר שעה. זה נהנה וזה נהנה

נשלח: פרייטאג מאי 22, 2020 2:05 pm
דורך הקטן
כת השאלים

קען נישט לייגן קיין בילד

נשלח: פרייטאג מאי 22, 2020 2:54 pm
דורך berlbalaguleh
הדסים האט געשריבן:א הונט איז גאר פאזיטיוו, ווער עס האט שוין מיטגעהאלטן פון נאנט א רילעישינשיפ צווישן א קינד און א פעט ווייסט די פאזיטיווע השפעה וואס עס האט אויף דאס קינד און אויך אויף דער בע"ח.

אויב האסטו מורא פון א הונט מיינט עס גארנישט, עס איז נארמאל אין אונזער געזעלשאפט. אבער דאס מאכט נאכנישט א הונט פאר א שלעכטע זאך.

אייינמאל ווען איך בין געווען אין א פארק און געזען א פריינטליכער מענטש מיט א הונט, בין איך צוגעגאנגען מיט מיין אינגעל, דו האסט נישט קיין אנונג וואס עס האט געמיינט פאר אים, ער האט געלעבט! זייט דעמאלט האט ער מיר שוין אפאר מאל געפרעגט אויב אונז קענען גיין שפילן מיט א הונט. איך פריי מיר אז ער איז געוורן באקאנט מיט בעלי חיים נאך פאר ער איז געווען גענוג גרויס צו מורא האבן (אדער פיינט האבן).

ביידעוועי, איינער ווייסט אויב עס איז דא אזא פלאץ ווי מען קען גיין פעטן הונט? ווען איך האב עס געזוכט האב איך געטראפן שעלטערס וואס פרייען זיך ווען מען קומט וואלאנטירן, אבער זיי לאזן נישט אריין גאר אינגע קינדער. איינער האט עקספיריענס מיט די זאכן?

אין די יעצטיגע קאראנא וויירוס סיזן האט די שטאטישע העלטה דעפט. געלאזט א קאמערשל ווי א קליין מיידל (א שיקסע) נעמט ארויף די 2 הונט פון די משפחה (וואס זי מיינט אז זיי זענען איהרע ברודערס) אויף א בעט און זי ליינט פון א בוק פאר זיי...! מיינענדיג אז זיי פארשטייען וואס זי זאגט.

פאזעטיווע ענדערונגען אין אונזער געזעלשאפט

נשלח: פרייטאג מאי 22, 2020 2:59 pm
דורך מי אני
viewtopic.php?p=430649#p430649

ועיין בחו״מ סימן תט סעיף ג (וברמ״א שם).

Re: פאזעטיווע ענדערונגען אין אונזער געזעלשאפט

נשלח: זונטאג מאי 24, 2020 3:52 am
דורך יבדש כחרס
real fake news האט געשריבן:פילע נשים צדקניות האבן זיך אנגעטוהן שפיצלעך
אוי וויי רחמנא ליצלן דאס איז נאר גורם חטאים

Sent from my iPhone using Tapatalk

Re: פאזעטיווע ענדערונגען אין אונזער געזעלשאפט

נשלח: זונטאג מאי 24, 2020 4:10 am
דורך זעקעל
כמיין אז מ׳קען שוין ציען א מסקנה פון די אוטקאום פון קאראונע, אז לויט ווי די בתי מדרשים די חסידישע גאס אין אלגעמיין האט אויסגעקוקט דעי שבת, איז די גאנצע אזוי גערופענע טשענדזש האפענונג וואס וועט פאסירן נאך קאראונע געווען נישט מער ווי א חלום,

Re: פאזעטיווע ענדערונגען אין אונזער געזעלשאפט

נשלח: זונטאג מאי 24, 2020 12:51 pm
דורך זעקעל
real fake news האט געשריבן:וואס איך האב לעצטנס באמערק אן ענדערונג לפי ראות עיני - קען זיין כבין נישט גערעכט-,
געווענליך ווען מדארף מאכן עפעס א קאמפיין צו אויפטוהן ביי פאליטישע ענינים שאפן געלט, חתימות וכו׳,
קומט עס מטעם די רבנים זיי געבן ארויס קול קוראס און די עולם פאלגט זיי, למשל ביי בחירות אדער גזירת חינוך, מציצה בפה ועוד
יעצט אבער איז געווען גאנצעטע מערכות צו ארלעדיגן מזאל עפענען מוסדות, בתי מדרשים, לאזן משפחה אריינגיין אין שפיטעלער,
און אלעס איז געווען אויף די אייגענער האנט מהאט נישט געהערט קיין פיפס פון די רבנים דאס צו שטיצן (לויט ווי איך ווייס) אבער מהאט זיך אליינס אן עצה געגעבן, משרעקט זיך שוין נישט צו טוהן זאכן אליינס און מווארט נישט צו הערן וואס די רבנים זאגן.

זעהט אויס די עולם האט זיך אויסגעלערנט אז מדארף נעמען זאכן אין די הענט אריין אויב מוויל עפעס אויפטוהן.

עפעס זאגסטו @real fake news זעה די לינק פינעם נארוואס ערשיינטן קאמפיין

https://www.charidy.com/openschools
https://www.charidy.com/openschools

Re: פאזעטיווע ענדערונגען אין אונזער געזעלשאפט

נשלח: זונטאג מאי 24, 2020 12:58 pm
דורך זעקעל
זעקעל האט געשריבן:

איי וועלט האט שוין א טיעם, קאווע שטיבל. איך אתם
IMG_6073.jpg

Sent from my iPhone using Tapatalk

Re: פאזעטיווע ענדערונגען אין אונזער געזעלשאפט

נשלח: זונטאג מאי 24, 2020 1:13 pm
דורך פאליטיקאנט
ווער שטייט אינטער די קאמפיין?
ווי גייט דאס געלט? צו וואס דארף מען $250,000?

Re: פאזעטיווע ענדערונגען אין אונזער געזעלשאפט

נשלח: זונטאג מאי 24, 2020 1:35 pm
דורך זעקעל
פאליטיקאנט האט געשריבן:ווער שטייט אינטער די קאמפיין?
ווי גייט דאס געלט? צו וואס דארף מען $250,000?

איך האב קיין אנונג ניט,

נשלח: דינסטאג יוני 02, 2020 10:31 am
דורך במדבר
עלטערען און ראשי ישיבות, דריקען אויס גרויס זארג איבער די גייסטיגע צושטאנד פון זייערע בחורים, וואס האבן אין לויף פון די קאראונא קריזעס, נישט האבענדיג קיין געהעריגע מסגרת, אנטקעגען געקימען: ''נישט פאסיגע'' חבירים, און ''נישט געוואונטשענע'' אינפארמאציע...

https://www.kikar.co.il/abroad/362301.html

נשלח: זונטאג יוני 07, 2020 8:47 pm
דורך במדבר
המודיע: איבער די אנטיסעמיטישע גלח, לואיס פאראקאן, וואס האט באשילדיגט אידען אין ''האליוואד'' און די ערשיינונג פון ''טראנס-זשענדער'ס''. (קרעדיט: חנני' ברייטקופף)

בילד

נשלח: זונטאג יוני 07, 2020 8:55 pm
דורך במדבר
דוב הייקנד האט גע'טוויט' דעם בילד.

בילד

נשלח: דאנערשטאג יוני 11, 2020 11:55 pm
דורך לשם יחוד
כהאב געזען אז ׳די מאמענט׳ לעצטע וואך האט געהאט אן אינטערוויו מיט מרת כהנא פון חי מעדיקל, כגעדענק נישט אז מזאל מאכן אינטערוויוס מיט פרויען.
איז דאס א נייע ערשיינונג?

נשלח: פרייטאג יוני 12, 2020 12:08 am
דורך שמעקעדיג
במדבר האט געשריבן:עלטערען און ראשי ישיבות, דריקען אויס גרויס זארג איבער די גייסטיגע צושטאנד פון זייערע בחורים, וואס האבן אין לויף פון די קאראונא קריזעס, נישט האבענדיג קיין געהעריגע מסגרת, אנטקעגען געקימען: ''נישט פאסיגע'' חבירים, און ''נישט געוואונטשענע'' אינפארמאציע...

https://www.kikar.co.il/abroad/362301.html

וואס איז פאזיטיוו דערמיט?

נשלח: פרייטאג יוני 12, 2020 12:09 am
דורך שמעקעדיג
לשם יחוד האט געשריבן:כהאב געזען אז ׳די מאמענט׳ לעצטע וואך האט געהאט אן אינטערוויו מיט מרת כהנא פון חי מעדיקל, כגעדענק נישט אז מזאל מאכן אינטערוויוס מיט פרויען.
איז דאס א נייע ערשיינונג?

זעה אין אייוועלט, דארטן האבן זיי א לענגערע שמועס דערוועגן.

Re: פאזעטיווע ענדערונגען אין אונזער געזעלשאפט

נשלח: פרייטאג יוני 12, 2020 1:56 am
דורך פאליטיקאנט
אזויווי שוין אויסגעשמועסט דא, אין די לעצטיגע חדשים איז גאר אסאך געטון געווארן דורך פשוט'ע מענטשן און נישט קיין אפיציעלע עסקנים פון די עסטאבלישמענט, נאר פשוט מענטשן האבן גענומען זאכן אין די הענט אריין, מסתמא למורת רוחם פון די 'מנהיגות'......

מארגן גייט פארקומען אין וויליאמסבורג א פראטעסט פאר קינדער וועגן קעמפס..... אויב גייט דאס טאקע פארקומען, ווייזט עס ווי ווייט אונז זעמער אנגעקומען.
אז הונדערטער קינדער אין וויליאמסבורג זאלן זיך קענען באטייליגן ביי אן איווענט וועלכע איז נישט אויסגעארבעט און באשטעטיגט געווארן מיט "חשובע מחנכים" נאר לעצט מינוטיג דורך אומבאקאנטע (ליין: נישט מאכטפולע) דאס וויזט אז תשש כוחם פון די אזויגערופענע מחנכים און אישי ציבור !

נשלח: פרייטאג יוני 12, 2020 10:30 am
דורך berlbalaguleh
פאליטיקאנט: די ..."עיני העדה"... האכן טאקע פון דעם מורא געהאט. אז די פשוטי עם וועלן נעמען זאכן אין די הענט. און בעז"ה אדורכפיהרן פארשידענע זאכן וואס ס'פעהלט אויס פאר די גשמיות און רוחניות פונ'ם ציבור...!

דער מצב איז אזוי שטארק ערנסט אז די פירערשאפט פון ..."התאחדות"...טראכט ערנסט צו פאררופן א דרינגענדע אסיפה. נאך פאר די חשוב'ע רבנים וועללן ארויספארן אויף מנוחת הנפש. נאך אזא שווערע תקופה וואס זיי האבן אדורכגעמאכט...!

Re: פאזעטיווע ענדערונגען אין אונזער געזעלשאפט

נשלח: דאנערשטאג יולי 09, 2020 2:29 pm
דורך מי אני
מי אני האט געשריבן:http://www.kaveshtiebel.com/viewtopic.php?p=430649#p430649

ועיין בחו״מ סימן תט סעיף ג (וברמ״א שם).
די שטודיע האט געפונען א קארעלעישאן אז אויב פארמאגט די שטוב א הונט, העלפט דאס פאר די פיזישע און סאָשׁעל-עמאָשׁענאל דעוועלאפּמענט פון אפילו די אינגע קינדער אינעם הויזגעזונט לעומת די שטובער וואס פארמאגן נישט קיין הונט. דאס איז בפרט טאמער וואָקט מען און זיי שפילן זיך דערמיט.

נשלח: דאנערשטאג יולי 09, 2020 3:31 pm
דורך היכי דמי
שמעקעדיג האט געשריבן:
לשם יחוד האט געשריבן:כהאב געזען אז ׳די מאמענט׳ לעצטע וואך האט געהאט אן אינטערוויו מיט מרת כהנא פון חי מעדיקל, כגעדענק נישט אז מזאל מאכן אינטערוויוס מיט פרויען.
איז דאס א נייע ערשיינונג?

זעה אין אייוועלט, דארטן האבן זיי א לענגערע שמועס דערוועגן.

מאמענט שוין אמאל געהאט אן אינטערוויא מיט א פרוי פון כולל חצות

Re: פאזעטיווע ענדערונגען אין אונזער געזעלשאפט

נשלח: מיטוואך יולי 15, 2020 12:25 am
דורך זעקעל
The Shaya Weiss show is real
א קאנסערוואטיווע האוסט מיט א היימישע׳ן אידיש כדי אויסצוהערן, ביטע זעה די לינק אינטן
https://youtu.be/1ZGpAl5wZWQ