בלאט 3 פון 5
נשלח: זונטאג מאי 31, 2020 2:29 pm
דורך פייפעריי
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:פייפעריי האט געשריבן:אחרונים קענען נישט קריגען מיט ראשונים כמלאכים אפילו אויב מהאט פארשטאנען אנדערש.
כו"ע מודי אז אחרונים קענען זיך נישט קריגען מיט ראשונים, די שאלה איז נאר וואס די ראשונים האבן געהאלטן. איך האב אויפגעוויזן אז רוב ראשונים האבן געלערנט אז ס'נישט קיין ממש א דאורייתא וואס מ'באקומט מלקות דערויף, וואס לייגסטו יעצט צו צום שמועס?
מלקות באקומט מען נאר אויף א לאו. פריעת ראש האשה איז נישט קיין איסור לאו נאר א איסור עשה.
רוב האלטן אז סאיז א דאורייתא. אבער אין אמתן אריין להלכה למאי נפקא מינה? כו"ע מודי פריעת ראש איז אסור ביי א נשואה. לויט די זוהר איז אסור אפילו בחדרי חדרים.
נשלח: זונטאג מאי 31, 2020 3:18 pm
דורך רביה''ק זי''ע
פייפעריי האט געשריבן:רוב האלטן אז סאיז א דאורייתא.
רש"י, רמב"ם, תרומת הדשן, אלע מוני המצוות, האלטן אז נישט. ווער אויסער דעם מאירי האלט אז יא?
פייפעריי האט געשריבן:כו"ע מודי פריעת ראש איז אסור ביי א נשואה.
קמשמע לן אז נישט, ס'איז נאר א שיינע זאך פונקט ווי זאגן זכר צדיק לברכה אויף א צדיק וואס די גמרא רופט אויך א דאורייתא.
פייפעריי האט געשריבן:לויט די זוהר איז אסור אפילו בחדרי חדרים.
פון זוהר קען מען נישט פסק'נען, כדאמרינן בעלמא, כל מתניתא דלא תניא בי רבי חייא ובי רבי אושעיא משבשתא היא, ולא תותבו מינה בי מדרשא (חולין קמא.).
מ'קען שוין גיין צום נעקסטן הקפה?
נשלח: זונטאג מאי 31, 2020 3:36 pm
דורך רביה''ק זי''ע
אישתישבי האט געשריבן:און לאידך גיסא ווען די פרוי טוט עס אליין איז נישט דא קיין איסור.
עס איז א גדר פין זנות לויט דער מאירי, פורע זיין די האר פין א אשה דורך א מאן.
כ'געדענק נישט ער זאל זאגן ווערטער וואס זאלן משמע זיין אזוי, אויב ער זאגט עס יא דארף מען פארשטיין די קשיא פון די גמרא, מ'רעדט דארט פון א פרוי וואס טוט עס אליין.
נשלח: זונטאג מאי 31, 2020 3:40 pm
דורך לייבל שטילער
רביה''ק זי''ע האט געשריבן: פייפעריי האט געשריבן:כו"ע מודי פריעת ראש איז אסור ביי א נשואה.
קמשמע לן אז נישט, ס'איז נאר א שיינע זאך פונקט ווי זאגן זכר צדיק לברכה אויף א צדיק וואס די גמרא רופט אויך א דאורייתא.
שוואכא צושטעל, פריעת הראש איז אויסגעשמועסט אין די גמרא, ראשונים, גע'פסק'נט אין רמב"ם, שו"ע און אזוי ווייטער, יעצט איז די שאלה אויב דאס וואס די גמרא רופט עס אן "דאורייתא" איז דווקא אדער לאו דווקא, אבער עס צוגלייכן בגז"ש דאורייתא דאורייתא צו זכר צדיק לברכה איז אבסורד.
נשלח: זונטאג מאי 31, 2020 3:42 pm
דורך רביה''ק זי''ע
לייבל שטילער האט געשריבן:שוואכא צושטעל, פריעת הראש איז אויסגעשמועסט אין די גמרא, ראשונים, גע'פסק'נט אין רמב"ם, שו"ע און אזוי ווייטער, יעצט איז די שאלה אויב דאס וואס די גמרא רופט עס אן "דאורייתא" איז דווקא אדער לאו דווקא, אבער עס צוגלייכן בגז"ש דאורייתא דאורייתא צו זכר צדיק לברכה איז אבסורד.
ס'איז טאקע גע'פסק'נט אין רמב"ם, אבער אונז האבן עס נישט אנגענומען (אחת פנויה ואחת אשת איש).
אפשר קענסטו צוצייכענען פונקטליך וואו אין גמרא ס'ווערט "אויסגעשמועסט"?
איך זעה נישט די אבסורד, די לימודים פון ביידע ארבעטן אויפ'ן זעלבן וועג (לויט רש"י). ס'שטייט נישט אין די תורה "מ'טאר נישט" אדער "מ'מוז", מ'זעהט נאר אז די תורה איז געשריבן לויט דעם געפירעכץ.
נשלח: זונטאג מאי 31, 2020 3:50 pm
דורך לייבל שטילער
כתובות עב. רמב"ם הל' אישית פרק כ"ד הל' י"א, שו"ע אבהע"ז סי' קט"ו.
נשלח: זונטאג מאי 31, 2020 4:10 pm
דורך רביה''ק זי''ע
די סוגיא פון פריעת הראש אין כתובות עב איז גראדע ווייניגער אויסגעשמועסט ווי די סוגיא פון זכר צדיק לברכה אין יומא לח, לויט דיין לאגיק וואלט געדארפט זיין פארקערט, זכר צדיק לברכה זאל זיין א דאורייתא און פריעת הראש נאר א מנהג טוב.
דער רמב"ם דארט פסק'נט נישט וואס מ'מעג און וואס מ'טאר נישט, ער רעכנט נאר אויס זאכן וואס א פרוי וואס טוט זיי פארלירט איר כתובה.
פון שולחן ערוך האב איך טאקע נישט גערעדט ווייל אונז האבן עס נישט אנגענומען (אחת פנויה ואחת אשת איש?).
ווי פלעגט מיין רבי אין חדר זאגן, שערי קלאץ קשיות לא ננעלו... אבער נישט געזארגט, כ'האב זייער ליב קלאץ קשיות, פרעג וויפיל דו קענסט און איך בין זיכער אז צום סוף וועסטו פארשטיין.
נשלח: זונטאג מאי 31, 2020 5:02 pm
דורך פייפעריי
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:די סוגיא פון פריעת הראש אין כתובות עב איז גראדע ווייניגער אויסגעשמועסט ווי די סוגיא פון זכר צדיק לברכה אין יומא לח, לויט דיין לאגיק וואלט געדארפט זיין פארקערט, זכר צדיק לברכה זאל זיין א דאורייתא און פריעת הראש נאר א מנהג טוב.
דער רמב"ם דארט פסק'נט נישט וואס מ'מעג און וואס מ'טאר נישט, ער רעכנט נאר אויס זאכן וואס א פרוי וואס טוט זיי פארלירט איר כתובה.
פון שולחן ערוך האב איך טאקע נישט גערעדט ווייל אונז האבן עס נישט אנגענומען (אחת פנויה ואחת אשת איש?).
ווי פלעגט מיין רבי אין חדר זאגן, שערי קלאץ קשיות לא ננעלו... אבער נישט געזארגט, כ'האב זייער ליב קלאץ קשיות, פרעג וויפיל דו קענסט און איך בין זיכער אז צום סוף וועסטו פארשטיין.
עיין מגן אברהם סימן ע"ה ס"ק ג' וועסטו זען די מקור פאר די היינטיגע מנהג וועגן די מיידלעך. עיין מחצית השקל ומשנה ברורה ס"ק י"ב. (מיר פירן זיך ווי שלחן ערוך ונושאי כלים.)
נשלח: זונטאג מאי 31, 2020 5:10 pm
דורך רביה''ק זי''ע
איך ווייס פונעם מגן אברהם, זיין פשט שטימט אבער נישט אין גמרא רמב"ם שו"ע וכו'.
דו זאגסט זייער גוט, אונזער מנהג איז געבויעט אויף די נושאי כלים פון שולחן ערוך, מיט די גמרא און ראשונים האט עס קיין שייכות.
נשלח: זונטאג מאי 31, 2020 6:55 pm
דורך לייבל שטילער
אויב איז עס נאר א מנהג טוב פארוואס פארלירט זי די כתובה?
פ"וו ווערט עס אויסגערעכנט אין די משנה און רמב"ם צוזאמען מיט מאכילהו שקצים ומשמשתו נדה?
דבר הלמד מענינו...
נשלח: זונטאג מאי 31, 2020 7:07 pm
דורך רביה''ק זי''ע
ס'איז א גוטע קשיא, אבער די קשיא איז סתם אזוי שווער. דער רמב"ם (און אזוי אויך די גמרא) רעכנט דארט אויס צווישן אנדערן משמשתו נידה און מאכילתו דברים שאינן מעושרין וואס זענען ביידע דרבנן, מעשר בזמן הזה איז א דרבנן, און משמשתו נידה זאגט ער (ע"פ די גמרא) אז מ'רעדט פון טומאת כתמים וואס איז אויך א דרבנן. די פשוט'ע תירוץ איז אז ער רעכנט עקסטער זאכן וואס זענען מרומז אין די תורה, אבער דאס איז שוין א באזונדערע שמועס (אפשר נישט?).
די קשיא פארוואס מ'זאל פארלירן די כתובה קענסט פרעגן אויף דת יהודית אויך, ווי דער רמב"ם זאגט "אי זו היא דת יהודית הוא מנהג הצניעות שנהגו בנות ישראל". נישט קיין דאורייתא, נישט קיין דרבנן, זי פארלירט די כתובה פשוט פאר'ן זיין א מופקרת.
נשלח: זונטאג מאי 31, 2020 11:46 pm
דורך פייפעריי
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך ווייס פונעם מגן אברהם, זיין פשט שטימט אבער נישט אין גמרא רמב"ם שו"ע וכו'.
דו זאגסט זייער גוט, אונזער מנהג איז געבויעט אויף די נושאי כלים פון שולחן ערוך, מיט די גמרא און ראשונים האט עס קיין שייכות.
די שו"ע מיט די נושאי כלים זענען באזירט אויף די גמרא מיט די ראשונים.
די גמרא שטימט פיין. ופרע ראש האשה איז נאר ביי א נשואה און א בתולה איז מותר. עס איז נאר דא א סתירת המחבר דבסימן ע"ה משמע שבתולות הולכות בשיער מגולה, ובאבהע”ז בסי’ כ"א כ’ לא תלכנה בנות ישראל פרועו’ ראש בשוק א’ פנויות וא’ אשת איש. די מג"א ענטפערט א’ פנויות וא’ אשת איש גייט ארויף סותרות קליעות שערן וואס דאס איז אויך אסור ביי א בתולה און די בית שמואל און חלקת מחוקק זאגן אז פנויה מיינט מען אלמנה. אבער יעדער איז מודה אז נשואה איז אסור און א בתולה איז מותר.
פון מג"א איז משמע אז ער האלט נשואה איז אסור מדאורייתא וז"ל מג"א
"בתולות שדרכן כו’ – ק’ דבא”ע סי’ כ”א ס”א כ’ לא תלכנה בנות ישראל פרועו’ ראש בשוק א’ פנויות וא’ אשת איש וכ”כ הרמב”ם פכ”א מהא”ב ועוד דאי’ בכתובות רפ”ב אם יצאה בהינומ’ וראשה פרועה זהו סי’ שהיתה בתולה ודוחק לומר דפנויות דקתני היינו אלמנה דא”כ ה”ל לפרש וי”ל דפרוע’ ראש דכתב בא”ע היינו שסותרות קליעות שערן והולכות בשוק דזה אסור אפי’ בפנויה וכן פירש”י פ’ נשא על ופרע ראש האשה ומ”מ צ”ל דפנויה לא מתסרי מדאוריי’ דא”ת דקרא איירי גם בפנויה א”כ גם בגילוי הראש תהא אסור’ לילך דמהכא ילפינן בכתובות פ”ז שלא תלכנה בנות ישראל בגילוי הראש אלא ע”כ קרא לא איירי בפנויה רק שמדת צניעות היא לבתולות שלא לילך כן:"
נשלח: זונטאג מאי 31, 2020 11:55 pm
דורך רביה''ק זי''ע
די שו"ע מיט די נושאי כלים זענען טאקע מער ווייניגער באזירט אויף די גמרא אבער נישט אינגאצען, it's based on a true story, והסוגיא הזאת תוכיח.
קודם כל, די ופרע את ראש האישה איז נאר ביי א פרוי מיט שווארצע האר, א פרוי מיט בלאנדע אדער רויטע האר איז מותר. אין גמרא שטייט נישט קיין שום חילוק צווישן נשואה מיט בתולה, פארקערט גאר, ס'שטייט אזהרה לבנות ישראל.
די מחבר איז נישט קיין סתירה, אין אבן העזר רעדט ער אין גאס, אין הלכות קרי"ש רעדט ער אין שטוב, אזוי פלעגט זיין די מנהג ביי די ספרדים אז אין גאס פלעגן די מיידלעך גיין צוגעדעקט אבער אין שטוב נישט.
נשלח: מאנטאג יוני 01, 2020 12:28 am
דורך cictim
נאכן גילוי דעת אז דו ביזט נישט מחויב צו
רעליגיע נאר צו קולטור... דאס איז די קולטור היינט איפכא מסתברא...
נשלח: מאנטאג יוני 01, 2020 12:46 am
דורך רביה''ק זי''ע
דעם אשכול האב איך נישט געעפנט צו פארציילן פאר יעדעם צו וואס איך בין מחויב, איך האלט נישט אז ס'איז בכלל אינטערעסאנט אויסצושמועסן ברבים, ווער ס'איז באמת שטארק נייגעריג קען מיך קומען אינטערוויוען פריוואט (ספוילער, ס'נישט מורא'דיג אינטערעסאנט).
דא איז געווארן א שמועס איבער וואס די גמרא האט געהאלטן וועגן שייטלען האב איך געעפנט דעם אשכול אדורכטוהן וואס שטייט אין גמרא וועגן דעם, וואס מ'טוט למעשה נאכדעם וואס מ'האט קלאר ארויס וואס שטייט איז נישט מיין דעפארטמענט, זאל יעדער טוהן ווי ער פארשטייט.
נשלח: מאנטאג יוני 01, 2020 1:05 am
דורך פייפעריי
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:די שו"ע מיט די נושאי כלים זענען טאקע מער ווייניגער באזירט אויף די גמרא אבער נישט אינגאצען, it's based on a true story, והסוגיא הזאת תוכיח.
קודם כל, די ופרע את ראש האישה איז נאר ביי א פרוי מיט שווארצע האר, א פרוי מיט בלאנדע אדער רויטע האר איז מותר. אין גמרא שטייט נישט קיין שום חילוק צווישן נשואה מיט בתולה, פארקערט גאר, ס'שטייט אזהרה לבנות ישראל.
די מחבר איז נישט קיין סתירה, אין אבן העזר רעדט ער אין גאס, אין הלכות קרי"ש רעדט ער אין שטוב, אזוי פלעגט זיין די מנהג ביי די ספרדים אז אין גאס פלעגן די מיידלעך גיין צוגעדעקט אבער אין שטוב נישט.
ופרע את ראש האישה רעדט די תורה פון א נשואה. מהיכי תיתי לבתולה.
דרכה לכסותו אין הלכות קרי"ש רעדט מען אויך אויפן גאס, אין שטוב פלעגן די נשואות אויך גיין פריעות ראש.
נשלח: מאנטאג יוני 01, 2020 8:25 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
פייפעריי האט געשריבן:רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך ווייס פונעם מגן אברהם, זיין פשט שטימט אבער נישט אין גמרא רמב"ם שו"ע וכו'.
דו זאגסט זייער גוט, אונזער מנהג איז געבויעט אויף די נושאי כלים פון שולחן ערוך, מיט די גמרא און ראשונים האט עס קיין שייכות.
די שו"ע מיט די נושאי כלים זענען באזירט אויף די גמרא מיט די ראשונים.
די גמרא שטימט פיין. ופרע ראש האשה איז נאר ביי א נשואה און א בתולה איז מותר. עס איז נאר דא א סתירת המחבר דבסימן ע"ה משמע שבתולות הולכות בשיער מגולה, ובאבהע”ז בסי’ כ"א כ’ לא תלכנה בנות ישראל פרועו’ ראש בשוק א’ פנויות וא’ אשת איש. די מג"א ענטפערט א’ פנויות וא’ אשת איש גייט ארויף סותרות קליעות שערן וואס דאס איז אויך אסור ביי א בתולה און די בית שמואל און חלקת מחוקק זאגן אז פנויה מיינט מען אלמנה. אבער יעדער איז מודה אז נשואה איז אסור און א בתולה איז מותר.
פון מג"א איז משמע אז ער האלט נשואה איז אסור מדאורייתא וז"ל מג"א
"בתולות שדרכן כו’ – ק’ דבא”ע סי’ כ”א ס”א כ’ לא תלכנה בנות ישראל פרועו’ ראש בשוק א’ פנויות וא’ אשת איש וכ”כ הרמב”ם פכ”א מהא”ב ועוד דאי’ בכתובות רפ”ב אם יצאה בהינומ’ וראשה פרועה זהו סי’ שהיתה בתולה ודוחק לומר דפנויות דקתני היינו אלמנה דא”כ ה”ל לפרש וי”ל דפרוע’ ראש דכתב בא”ע היינו שסותרות קליעות שערן והולכות בשוק דזה אסור אפי’ בפנויה וכן פירש”י פ’ נשא על ופרע ראש האשה ומ”מ צ”ל דפנויה לא מתסרי מדאוריי’ דא”ת דקרא איירי גם בפנויה א”כ גם בגילוי הראש תהא אסור’ לילך דמהכא ילפינן בכתובות פ”ז שלא תלכנה בנות ישראל בגילוי הראש אלא ע”כ קרא לא איירי בפנויה רק שמדת צניעות היא לבתולות שלא לילך כן:"
נאר מעורר צו זיין, דער מג"א איז נישט די איינציגסטע תירוץ, קוק אין חלקת מחוקק און בית שמואל אויך. און דעריבער האבן רוב כלל ישראל נישט אנגענומן די איסור פון לאנגע האר נאך די אקסל.
נשלח: מאנטאג יוני 01, 2020 9:01 am
דורך פייפעריי
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:פייפעריי האט געשריבן:רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך ווייס פונעם מגן אברהם, זיין פשט שטימט אבער נישט אין גמרא רמב"ם שו"ע וכו'.
דו זאגסט זייער גוט, אונזער מנהג איז געבויעט אויף די נושאי כלים פון שולחן ערוך, מיט די גמרא און ראשונים האט עס קיין שייכות.
די שו"ע מיט די נושאי כלים זענען באזירט אויף די גמרא מיט די ראשונים.
די גמרא שטימט פיין. ופרע ראש האשה איז נאר ביי א נשואה און א בתולה איז מותר. עס איז נאר דא א סתירת המחבר דבסימן ע"ה משמע שבתולות הולכות בשיער מגולה, ובאבהע”ז בסי’ כ"א כ’ לא תלכנה בנות ישראל פרועו’ ראש בשוק א’ פנויות וא’ אשת איש. די מג"א ענטפערט א’ פנויות וא’ אשת איש גייט ארויף סותרות קליעות שערן וואס דאס איז אויך אסור ביי א בתולה און די בית שמואל און חלקת מחוקק זאגן אז פנויה מיינט מען אלמנה. אבער יעדער איז מודה אז נשואה איז אסור און א בתולה איז מותר.
פון מג"א איז משמע אז ער האלט נשואה איז אסור מדאורייתא וז"ל מג"א
"בתולות שדרכן כו’ – ק’ דבא”ע סי’ כ”א ס”א כ’ לא תלכנה בנות ישראל פרועו’ ראש בשוק א’ פנויות וא’ אשת איש וכ”כ הרמב”ם פכ”א מהא”ב ועוד דאי’ בכתובות רפ”ב אם יצאה בהינומ’ וראשה פרועה זהו סי’ שהיתה בתולה ודוחק לומר דפנויות דקתני היינו אלמנה דא”כ ה”ל לפרש וי”ל דפרוע’ ראש דכתב בא”ע היינו שסותרות קליעות שערן והולכות בשוק דזה אסור אפי’ בפנויה וכן פירש”י פ’ נשא על ופרע ראש האשה ומ”מ צ”ל דפנויה לא מתסרי מדאוריי’ דא”ת דקרא איירי גם בפנויה א”כ גם בגילוי הראש תהא אסור’ לילך דמהכא ילפינן בכתובות פ”ז שלא תלכנה בנות ישראל בגילוי הראש אלא ע”כ קרא לא איירי בפנויה רק שמדת צניעות היא לבתולות שלא לילך כן:"
נאר מעורר צו זיין, דער מג"א איז נישט די איינציגסטע תירוץ, קוק אין חלקת מחוקק און בית שמואל אויך. און דעריבער האבן רוב כלל ישראל נישט אנגענומן די איסור פון לאנגע האר נאך די אקסל.
איך האב עס פריער צוגעצייכענט משנה ברורה בשם די מגן גיבורים.
משנה ברורה סימן ע"ה
"(יב) שדרכן וכו' עיין במ"א שכתב דלא ילכו בגילוי הראש רק אם שערותיהן קלועות ולא סתורות אבל המחצית השקל והמגן גבורים מקילין בזה. כתב הח"א נכריות שאינן מוזהרות לכסות שערן צ"ע אם דינן בזה כבתולות:"
מגן גיבורים
https://hebrewbooks.org/pdfpager.aspx?r ... =&pgnum=43
נשלח: מאנטאג יוני 01, 2020 7:43 pm
דורך רביה''ק זי''ע
פייפעריי האט געשריבן:ופרע את ראש האישה רעדט די תורה פון א נשואה. מהיכי תיתי לבתולה.
מהיכי תיתי ס'זאל זיין א חילוק?
פייפעריי האט געשריבן:דרכה לכסותו אין הלכות קרי"ש רעדט מען אויך אויפן גאס, אין שטוב פלעגן די נשואות אויך גיין פריעות ראש.
אויב אין שטוב פלעגן נשואות גיין אויפגעדעקט איז מען דאך רגיל אין דעם און ס'וואלט נישט געדארפט צו זיין קיין ערווה (לשיטת המחבר אז ערוה איז נאר עפעס וואס מ'איז נישט רגיל צו זעהן).
נשלח: מאנטאג יוני 01, 2020 7:45 pm
דורך לייבל שטילער
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:פייפעריי האט געשריבן:ופרע את ראש האישה רעדט די תורה פון א נשואה. מהיכי תיתי לבתולה.
מהיכי תיתי ס'זאל זיין א חילוק?
.
ווייל א נישט-נשואה קען נישט זיין קיין סוטה.
נשלח: מאנטאג יוני 01, 2020 10:29 pm
דורך פייפעריי
פייפעריי האט געשריבן:דרכה לכסותו אין הלכות קרי"ש רעדט מען אויך אויפן גאס, אין שטוב פלעגן די נשואות אויך גיין פריעות ראש.
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אויב אין שטוב פלעגן נשואות גיין אויפגעדעקט איז מען דאך רגיל אין דעם און ס'וואלט נישט געדארפט צו זיין קיין ערווה (לשיטת המחבר אז ערוה איז נאר עפעס וואס מ'איז נישט רגיל צו זעהן).
ווייל די איסור פון גיין אויפגעדעקט אויפן גאס מאכט די ערוה לגבי קרי"ש. וועגן דעם טאר מען נישט ליינען קרי"ש אין פראנט פון די אייגענע ווייב'ס האר, כאטש ער איז רגיל מיט איר האר ווייל זי גייט דאך געווענטליך אויפגעדעקט אינדערהיים, אבער וויבאלד אויפן גאס טאר זי נישט ממילא איז דא ערוה לגבי קרי"ש. די זעלבע אויב א אידישע פרוי איז זיך נוהג צו גיין אויגעדעקט אויפן גאס כדרך הפרוצות וועט מען נישט טארן ליינען קרי"ש כאטש מאיז רגיל, וויבאלד זי טוט עס באיסור. (ביי נכריות שאנן מזהרות לכסות שערן איז די חיי אדם מסתפק אם דינן בזה כבתולות).
דרכן לכסות לא בא למעט רק בתולות או שער היוצא מחוץ לצמתן שזה תלוי במנהג המקומות. שאם המנהג לכסות הוה ערוה ואם לאו מותר.
די איסור מאכט די הרהור, והא ראיה, א בתולה א טאג פאר די חתונה איז נישט קיין ערוה א טאג נאכדעם איז א ערוה. עיין משנה ברורה סימן ע"ה, עיין שו"ת דברי יואל סימן י'
קומט אויס אזוי
ווען סאיז דא אן איסור איז עס אן ערוה אפילו אין דרכה לכסותה
ווען עס איז נישט דא קיין איסור איז דא א חילוק בין דרכה לאין דרכה, עס ווענד זיך אין די מנהג
פאה נכרית אפילו דרכה לכסותה איז נישט קיין ערוה ווייל עס איז נישט קיין האר בכלל, עס איז ווי א בגד.
נשלח: מאנטאג יוני 01, 2020 10:35 pm
דורך רביה''ק זי''ע
לייבל שטילער האט געשריבן:רביה''ק זי''ע האט געשריבן:פייפעריי האט געשריבן:ופרע את ראש האישה רעדט די תורה פון א נשואה. מהיכי תיתי לבתולה.
מהיכי תיתי ס'זאל זיין א חילוק?
.
ווייל א נישט-נשואה קען נישט זיין קיין סוטה.
ממילא איז וואס, די טעם פארוואס מ'דארף צודעקן די האר איז ווייל מ'קען זיין א סוטה?
נשלח: מאנטאג יוני 01, 2020 10:41 pm
דורך רביה''ק זי''ע
פייפעריי האט געשריבן:ווייל די איסור פון גיין אויפגעדעקט אויפן גאס מאכט די ערוה לגבי קרי"ש. וועגן דעם טאר מען נישט ליינען קרי"ש אין פראנט פון די אייגענע ווייב'ס האר, כאטש ער איז רגיל מיט איר האר ווייל זי גייט דאך געווענטליך אויפגעדעקט אינדערהיים, אבער וויבאלד אויפן גאס טאר זי נישט ממילא איז דא ערוה לגבי קרי"ש. די זעלבע אויב א אידישע פרוי איז זיך נוהג צו גיין אויגעדעקט אויפן גאס כדרך הפרוצות וועט מען נישט טארן ליינען קרי"ש כאטש מאיז רגיל, וויבאלד זי טוט עס באיסור. (ביי נכריות שאנן מזהרות לכסות שערן איז די חיי אדם מסתפק אם דינן בזה כבתולות).
די איסור מאכט די הרהור, והא ראיה, א בתולה א טאג פאר די חתונה איז נישט קיין ערוה א טאג נאכדעם איז א ערוה. עיין משנה ברורה סימן ע"ה, עיין שו"ת דברי יואל סימן י'
דו מאכסט איין גרויסע קוגל פונעם שו"ע מיט'ן דברי יואל, דער מחבר האט קלאר געהאלטן אז אלעס ווענדט זיך צו מ'איז רגיל צו נישט ווי דער בן איש חי איז זייער שיין מסביר (
שנה א' פרשת בא סימן יב). מ'קען אריינטייטשן און אריינקוועטשן פשטים, אבער איך זעה נישט קיין שום סיבה צו זאגן אז דער מחבר האט געהאלטן אז די איסור מאכט די ערוה.