Re: אפריקאנער אמעריקאנער דערשטיקט צום טויט דורך פאליציי!!!!
נשלח: פרייטאג יוני 14, 2024 3:29 am
ער האט נישט געהאלטן זיין קני אויפן האלדז נאר אויפן אקסל. דאס האלטן אויפן האלדז איז א שקר.
http://vps9000.inmotionhosting.com/~kavesh6/
http://vps9000.inmotionhosting.com/~kavesh6/viewtopic.php?t=13873
איך גיי נישט איבערגיין דא אלע ארגומענטן וואס די דאקומענטרי און קאלמאן האדזשעס טענה'ן, זיכער גיי איך נישט אויסלייגן אדער ענטפערן אלע קארטלעך פון רעדלי באלקא.berlbalaguleh האט געשריבן: ↑פרייטאג יוני 14, 2024 3:08 pm אין ניו יארק איז מיט בערך זיבן יאר צוריק געווען אן ענליכע פאל, וואו אן אפריקאנער-אמעריקאנער "פארברעכער" האט רעזיסטעד צו ווערן ארעסטירט. זיין חטא איז געווען אז ער איז געגאנגען קאמפעטישן מיט א סטאר וואס פארקויפט ציגארעטלעך, וואס דער אייגנטימער איז אויך געווען פון זיין ראסע. ער האט גערופן די פאליס, ווייל יענער האט פארקויפט "לוסי'ס", איינציגע ציגארעטלעך פאר א דאללער פארנט פון זיין געשעפט. ווען פאליס איז געקומען האבן זיי געשיקט א "קליינטשיגן" געוואקסענעם פאליס פון איטאליענער אפשטאם, ער איז געווען א הויכער, העכער זעקס פוס. ווען ער האט זיך נישט געוואלט אונטערגעבן האט דער פאליסמאן איהם מיט כח אראפגעווארפן צו די ערד. ער האט די גאנצע צייט געשריגן אז ער קען נישט אטעמען, ווייל ער איז געווען חולה קראנק מיט אסטמא און הארץ פעלער און אנדערע מחלות. דער פאליס האט איהם נישט אויסגעהערט נאר אנגעהאלטן פעסט ביים האלז ביז ער האט אויסגעהויכט זיין נשמה. דארט האט דער פאליס און זיין לויער גע'טענה'ט אז דאס איז געווען א טייל פון זיין טרעינינג, און ער איז געשטארבן פון אנדערע געזונטהייטס סיבות. נאר ס'האט איהם גארנישט געהאלפן, מ'האט איהם געפייערט. איך געדענק שוין נישט אויב ער איז געגאנגען זיצן אויך.
עטליכע פאקטן דארפן ווערן ארויסגעהויבן:אלפא האט געשריבן: ↑זונטאג יוני 16, 2024 6:00 amאיך גיי נישט איבערגיין דא אלע ארגומענטן וואס די דאקומענטרי און קאלמאן האדזשעס טענה'ן, זיכער גיי איך נישט אויסלייגן אדער ענטפערן אלע קארטלעך פון רעדלי באלקא.berlbalaguleh האט געשריבן: ↑פרייטאג יוני 14, 2024 3:08 pm אין ניו יארק איז מיט בערך זיבן יאר צוריק געווען אן ענליכע פאל, וואו אן אפריקאנער-אמעריקאנער "פארברעכער" האט רעזיסטעד צו ווערן ארעסטירט. זיין חטא איז געווען אז ער איז געגאנגען קאמפעטישן מיט א סטאר וואס פארקויפט ציגארעטלעך, וואס דער אייגנטימער איז אויך געווען פון זיין ראסע. ער האט גערופן די פאליס, ווייל יענער האט פארקויפט "לוסי'ס", איינציגע ציגארעטלעך פאר א דאללער פארנט פון זיין געשעפט. ווען פאליס איז געקומען האבן זיי געשיקט א "קליינטשיגן" געוואקסענעם פאליס פון איטאליענער אפשטאם, ער איז געווען א הויכער, העכער זעקס פוס. ווען ער האט זיך נישט געוואלט אונטערגעבן האט דער פאליסמאן איהם מיט כח אראפגעווארפן צו די ערד. ער האט די גאנצע צייט געשריגן אז ער קען נישט אטעמען, ווייל ער איז געווען חולה קראנק מיט אסטמא און הארץ פעלער און אנדערע מחלות. דער פאליס האט איהם נישט אויסגעהערט נאר אנגעהאלטן פעסט ביים האלז ביז ער האט אויסגעהויכט זיין נשמה. דארט האט דער פאליס און זיין לויער גע'טענה'ט אז דאס איז געווען א טייל פון זיין טרעינינג, און ער איז געשטארבן פון אנדערע געזונטהייטס סיבות. נאר ס'האט איהם גארנישט געהאלפן, מ'האט איהם געפייערט. איך געדענק שוין נישט אויב ער איז געגאנגען זיצן אויך.
אזוי פיל יא, קאלמאן איז נישטא צו טענה'ן די אומשולד פון דערעק שאווין, און אויב ער וואלט - וואלט זיין בורדען אוו פרוף געווען זייער הויך, ער וויל נאר ארויסברענגען די ספיקות אין די קעיס וועלכע שטעלן 'ריזנאבל דאוט' צום אורטייל, און וויבאלד געוויסע זאכן זענען ניטאמאל אויפגעברענגט געווארן פארן דזשורי בשעתו וויל ער שטעלן די פראצעס אונטער פראגע צייכן, (ווי צום ביישפיל די פאקט אז ער איז געווארן טרענירט אזוי (ריכטיג אדער אומריכטיג) און אז ער האט עס יא געטון לויט די פארשריפטן, די טעאריעס אז ער איז נישט געשטארבן פון דערעק'ס פוס אדער פון ווייניג לופט, וכו').
באלקא - מיט זיין גרינטליכע אנאליז - לייגט נאכאלץ אראפ א שיינע צאל הנחות בדרך צו פעסטשטעלן זיין צד - און הגם מ'קען טענה'ן אז עס איז זייער מסתבר וואס ער זאגט - איז עס אבער נישט סופישענט אנקעגן 'ריזנאבל דאוט', און דאס איז וואס קאלמאן מערקט אויף..