בלאט 3 פון 3

נשלח: מיטוואך יוני 03, 2020 3:09 am
דורך דוראק
נולד מאוחר האט געשריבן:די רגע איינער פיגערט אויס פארוואס דער אייבישטער האט באשפען דו וועלט, זאל ער וויסען אז ער חלומט. סאיז נישט מעגליך פאר א נברא צי פארשטיין זיין בורא. א נברא קען קיינמאל נישט זיין גלייך מיט זיין בורא.

קיינער האָט ניט געפּרואווט מסביר צו זײַן אַ סיבה אויף בריאת העולם, נאָר אַז דאָס קומט מצד דעם אויבערשטן און ניט צוליב דער וועלט (אין תוך גענומען, איז דאָס די נקודה פון אַלץ וואָס איך האָב געשריבן אין דער פריערדיקער הודעה).

נשלח: מיטוואך יוני 03, 2020 8:13 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
קודם א מילתא דבדיחתא פון איינער פון מיין רבי'ס Douglas Adams
There is a theory which states that if ever anyone discovers exactly what the Universe is for and why it is here, it will instantly disappear and be replaced by something even more bizarre and inexplicable. There is another theory mentioned, which states that this has already happened


און יעצט, צום נקודה פון דער צחוק פון דער אויבישטער, האב איך זיך לעצטענס אנגעשטויסן אין אזא מראה מקום

עמק המלך, שעשועי המלך, שער א' פרק ב' האט געשריבן:האדם הגשמי כשיש לו איזה שמחה, או יחשוב שיבוא לידו ריוח גדול, הוא משתעשע בעצמו, ושוחק בינו לבין עצמו, ומרוב השמחה מתנועע, וידוע כי השחוק באדם הגשמי בא לו מן הטחול, והטחול כולו מותרי הדם, ואם כן השחוק בא לאדם מצד המותרות דהיינו כח הדין. כן כביכול בעל הרצון יתברך שמו לעד, צפה וראה שאלו העולמות שהיה משער להאצילם, היה צריך בהם דין, כדי לתת שכר ועונש, ואלו לא היה משתעשע לא היה מקום לדין, ואפילו לחקיקה שחקק בעצמותו, לא היה לה מקום, דהיינו הכדור הראוי להעמיד בו כל העולמות, מפני שהוא דין לגבי האין סוף. ומפני זה נשתעשע, שהוא כמו המים או האש כשהרוח נושב בהם, והמים או האש מתנועעים ומתלהטים כברק לעיינין, ומבהיקין ומבריקין אנה ואנה, כן אין סוף יתברך שמו היה מתנועע בעצמו, ומבהיק ומבריק בהעיגול, מתוכו אל תוכו, ואותו הנענוע נקרא שעשוע. ומאותו השעשוע מחלקי עצמו אל עצמו, נולד ממנו כח שיעור החקיקה של האותיות היא התורה, הנמצאת בכח גנוז, בהאלפא ביתות אשר אפרשם אחר כך, וכלל הדברים שנעשה הכל מן המחשבה, שחשב בהצדיקים, והספיקה להעלות אור עצמותו יתברך, כדי לעשות מקום פנוי אל מקום בריאות העולמות. והנענוע ופעולת השעשוע עצמו, הועיל לקבץ חלקי ניצוצי הרושם, לעשותו אותיות, והכל היה בפעם אחד, ולפי שאין סוף יתברך שמו הוא פשוט בתכלית הפשיטות, כל צד תנועה הוא מוליד חום, באופן שמהשעשוע הזה הוא שיעור כח דכח הדין, ומהשעשוע נולד שיעור החקיקה.


גאר אן אינטרעסאנטע משל וויאזוי די צמצום איז געווארן און וויאזוי דער וועלט איז באשאפן און וואס די הימעלדיגע געטליכע צחוק באדייט.

אז א מענטש וויל פארשטיין עפעס, מוז עס ווערן א חלק פון אים. עד"מ, דער טעם פון עסן קען מען נישט איבערגעבן, נאר דורך משלים. א וויין פארזוכער וועט דיר זאגן אז די וויין האט אין זיך א רמז פון יאגעדעס און האלטץ. וואס מיינט דאס? איך ווייס נישט, אבער ער ווייסט יא, און דאס דארף זיין א רמז צו וואס מ'טוט שפירן בשעת'ן טועם זיין די וויין. דאס איז אלס פאר מענטשן צווישן מענטשן, וואס מיר ענדלן זיך גענוג. צו פארשטיין וואס א הונט פילט בשעת'ן עסן, איז גאר עפעס אנדערש, און דעריבער טאקע קענען מענטשן נישט עסן קיין הונט מאכלים. א הונט קען עסן פלייש, ווייל ער ענדלט אונז גענוג אז פאר אים אויך איז פלייש גוט און שטויב שלעכט. א שלאנג איז נאך מער אפגעטיילט פון אונז, ער עסט שטויב. און די זיינען אלע נבראים גשמיים. ווי איז א נברא רוחני ווי א מלאך? פון וואס שפייזט ער זיך? מיר קענען נישט דערהערן די שפייז פון א מלאך. און דאס איז נאר ביי שפייז, ביי אנדערע זאכן, איז עס נאך שווערער, ווייל קיין שום גשמיות איז נישט דא. אזוי איז עס ביים פארשטיין דער באשעפער, וואס אלע נבראים האבען איין זאך אינאיינעם, אז זיי זענען נבראים נישט קיין בוראים, ממילא האבן מיר אלע איין זאך וואס מיר קענען נישט פארשטיין, און דאס איז בריאה, דארט טיילן מיר זיך פון אים.

Re: תכלית בריאת העולם ועשיית המצוות

נשלח: מיטוואך יוני 03, 2020 2:52 pm
דורך עוקר הרים
נולד מאוחר האט געשריבן:די רגע איינער פיגערט אויס פארוואס דער אייבישטער האט באשפען דו וועלט, זאל ער וויסען אז ער חלומט. סאיז נישט מעגליך פאר א נברא צי פארשטיין זיין בורא. א נברא קען קיינמאל נישט זיין גלייך מיט זיין בורא.
@עוקר הרים, סאיז גאנץ קלאר פון דו בריאה אז סאיז נישט באשאפן געווארן כדי מיר זאלן מקיים זיין תורה ומצוות, רובא דרובא מענטשען,ַַַַרוב צייט פון דו בריאה , רוב פלאץ פון דו בריאה האבן נישט קיין שייכות מיט תורה.
דו פאקט אז ס'איז נישט וועגן דעם באשאפן געווארן מיינט נאך נישט אז ס'איז נישט קיין גוטע זאך צי מקיים זיין תורה ומצות.
אייז קריעם איז גוט אפי דו וועלט איז נישט באשאפען געווארן פאר עם


קען טאקע זיין אז פון די בריאה איז גאנץ קלאר אז די וועלט איז נישט באשאפען געווארען בלויז פאר תורה ומצוות, אבער פון אלע הינדרעטע מאמרי חז"ל און מדרשים(בראשית בשביל התורה....,כל העולם בשביל חנינא,...ועוד הרבה) איז זייער קלאר אז דייקא יא בשביל ישראל והמצוות און אז דאס איז די גאנצע תכלית און אלע אנדערע ביליאנע מענטשען זענען נאר טפלים....
עס איז טאקע דא זאכען וואס חז"ל זאגען אז מען קען נישט פארשטיין למשל מה היה לפנים און זיי פראבירען עס טאקע נישט צו מסביר זיין, אבער תכלית הבריאה זעהט אויס האבען זיי יא געהאלטען מען קען פארשטיין ווייל ס'איז דא צענדליגע ראשונים ואחרונים ובפרט ספרי חסידות וואס זענען עס יא מסביר לכאורה האבען זיי געהאלטען אז אונז מען עס קענען יא פארשטייין.....