נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 31, 2020 6:24 pm
ס׳איז א מחלוקת ראשונים צו די אסמכתא פון לא תסור גייט ארויף אויף יעדע רב צו נאר אויף די סנהדרין, דארף מען איינזעצן דעם רבי אלחנן יעדע ראשון לויט זיין שיטה.
[/b]
לויט די פסוק אין ספר דברים איז דאס אמת לגבי די סנהדרין אויך, אבער אז מ׳פארברייטערט עס שוין יא מיט אסמכתאות און סברות קען מען דאך שוין זאגן וואס מ׳וויל.
למעשה גערעדט, אפילו לויט די ראשונים וואס האלטן אז לא תסור גייט ארויף נישט נאר אויף די סנהדרין נאר אויף אלע רבנים זענען היינטיגע רבנים זיכער נישט אריינגערעכנט פשוט אלץ א טעכנישע סיבה. צ.ב. אז דיין רב לאזט נישט נוצן קיין אינטערנעט שלא לצורך פרנסה האסטו קעגן איהם הונדערטער מער לינקע רבנים וואס לאזן יא, און דו קענסט מקיים זיין דעם לא תסור מיט׳ן זיי פאלגן. ס׳איז כמעט נישט דא קיין איסור וואס א נארמאלע מענטש זאל האבן א נסיון עובר צו זיין וואס זאל זיין אנגענומען ביי אלע רבנים צו אפילו רוב רבנים, די אוסרים וועלן אלץ זיין א מיעוט שבמיעוט.
[/b]
אישתישבי האט געשריבן:אין דברי חיים שטייט אז רבנים זענען נאר דא אויב איינער האט א ספק אין א דין מדיני התורה, פרעגט ער א רב איינער וואס קען בעסער. אבער נישט אז א רב האט עפעס א כח.