קאראנא מיט קרית יואל וואס איז די קאנעקשאן

ארטיקלען, אנאליזן, מיינונגען, געדאנקען, און שמועסן
מיינונגזאגער

Re: קאראנא מיט קרית יואל וואס איז די קאנעקשאן

שליחה דורך מיינונגזאגער »

היכי דמי האט געשריבן:
שושן פורים האט געשריבן:איך פארשטיי באמת נישט, על מה יצא הקצף?

זינט פסח און זיכער זינט שבועות דרייט זיך דער עולם אין די מאסן כאילו לא היה, רוב בתי מדרשים, גרויסע ווי קליינע זענען שבועות אנגעגאנגען געהעריג, און חוץ פון ממש געציילטע פעלער הערט מען נישט פון קיין נייע קעיסעס.

די סיבה איז זייער פשוט, רוב עולם ביי אונז האט עס שוין געהאט, ווי די אנטיבאדי טעסטס ווייזן קלאר האט א רוב ניכר פון אונזער עולם שוין געהאט דעם וויירוס, עס איז העכסט צייט צוריק צו גיין צום נארמאלן (?) לעבנסשטייגער.

אבער פאר מען פאטשט זיך אין די בייכער, עס איז בכלל נישט א מעלה אז מיר האבן עס שוין געהאט אויף אזא פארנעם, א חלק זענען מיר בכלל נישט שולדיג, פשוט אונזער לעבנסשטייגער איז אז מען טרעפט זיך צוזאם מערערע מאל די גאנצע געמיינדע, און די אנדערע חלק איז א בושה אז א ריזן ציבור האט גענצליך איגנארירט אלע ווארענונגען אינעם אנפאנג פון די פאנדעמיע און דאס האט אונז געקאסט שווערע קרבנות.

און צו אייך טייערע [tag]מיינונגזאגער[/tag] איך מיין אז אייער ווייטאג קומט פון דעם אז נאך איר האט פארלוירן אזא טייערע פארלוסט קענט איר נישט צוקוקען ווי עולם כמנהגו נוהג געהעריג ווי בעפאר, פאר אייך האט זיך די וועלט געטוישט אויף אייביג און איר ערווארט פון די וועלט דאס זעלביגע, אבער זארג נישט, עס איז זייער א מענטשליכע געפיל, עס איז א וועג פון טרויערן און דיעלן מיט די פעין, המקום ינחם אותך בתוך שאר אבלי ציון וירושלים, איר זאלט קיינמאל מער נישט וויסן פון קיין צער ומן השמים תנוחמו.


די ווערטער "חוץ פון ממש געציילטע פעלער הערט מען נישט קיין נייע קעיסעס" דערמאנט מיר פון אליעזר קרויס אויף קול מבשר ווי ער האט געוואלט אוועקמאכן די גאנצע וויירוס אנהויב, און ער האט אפגעלאכט דערפון, און ער האט געזאגט אז אפילו עס איז א אמת, איז עס א סכנה נאר פאר געוויסע מענטשן, ווי קראנקע און עלטערע... (איך געדענק נישט זיין פונקטליכע לשון). הייסט די וויירוס איז נישט קיין פראבלעם ווייל איך בין געזונט און שטארק און מיר גייט עס נישט שאטן.

עס איז זיכער אז רוב עולם האט עס שוין געהאט, אבער עס איז אויך זיכער אז נישט יעדער האט עס געהאט... צוויי וואכן צוריק איז אוועק א איד אין בארא פארק פון די וויירוס, און ער איז געווען א פרישע קעיס.


איך גיי עגריען מיט דיר אז עס איז העכסט צייט צוריקצוגיין צום (נארמאלען) לעבענסשטייגער, אבער פונקט אזויווי מען דרייווט א קאר מיט זיכערהייט מאסנאמען, דארף מען איצט אונטערנעמען אסאך זיכערהייט מאסנאמען כדאי צו פארמיידן פרישע קעיסעס.
עס ליגט דערין א געוואלדיגער אמת,
1. עס איז נישטא קיין נייע קעיסעס בדרך כלל אויסער עס מאכט זיך איינס צוויי
2. עס איז אויך אמת עלטערע מענטשען העכער די 60 מאנכע זאגן 50, און מאנכע באצייכענען נישט היי וועלעכער עלטער מען ווערט אנגערופן עלטערע מענטש אבער ווי אזוי עס זאל נאר נישט זיין איז די ריזיקע פאר עלטערע מענטשען אסאך העכער ווי ביי אינגע.
איך מיין פאר די הסבר וועל איל דארפן עפענען אן עקסטערע אשכול ווייל עס גייט דארט גיין קלעפ!!
זענט איר גרייט ?


Sent from my iPhone using Tapatalk
מיינונגזאגער

Re: קאראנא מיט קרית יואל וואס איז די קאנעקשאן

שליחה דורך מיינונגזאגער »

טובה האט געשריבן:וואס איז די קאנעקשאן? אמממ.. ביידע הייבען זיך אן מיט א ק'.

גראד גערעדט, צו מען וויל יא גלייבן צו נישט. דער וויירוס סכנה אין יענע געגענט איז שוין פאריבער פונלאנג.
א גמר חתימה טובה צו דיר אין צו אלע קאווע שטיבעל חבירים. שלום עליכם צו אייל אלע שוין לאנג נישטא געווען. איך בין געווען צו פארנומען.
בדרך אגב די גרעסטע ספייק אין קעיסעס פון ניו יארק סטעיט איז אין די עיר הבירה מאנרא קרית יואל.
בדרך אגב נישט צו לאנג צוריק האב איך באקומען אן אישי פון איינע פון אונזערע חבירים מיר אנציצייגען ווי די טבע האנישי איז אזוי שטארק איינגעבאקען אין אונז.
דאס וואס ער שרייבט און קורצן, (נישט מדיוק בלשונו הק׳) אויב ביסטו נישט קיין טראל און צייגט אן צוויי ארטיקלען וואס זענען סותרה הדדי.
איין ארטיקעל די. און די צווייטע ווי עס ווערט אוועק געמאכט די אנשיקעניש.
קודם עס איז ממש מביל על הריעון צו זעהן ווי שווער עס איז זעך אפצוגעוואוינען אין א טבע ריגארדלעס וואס די קאנציקווענסען זענען.
און אויך א מעלה גירה טוישט נישט זיין מיינונג נאך ער/זי אנטהאלט נייע אינפארמעישאן.
איך בין שוין אינגאנצען צימישט איך וויסס שוין נישט די חילוק פון רייט טא ראנג אויף דעם שטעל איך די סטאטוס קואאו יהיה מה שישהיה חאטשיק לעבן אויף דערווייל ווי נארמאלע מענטשען.


Sent from my iPhone using Tapatalk
טובה
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 60
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יוני 08, 2020 10:32 pm
האט שוין געלייקט: 24 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 17 מאל

שליחה דורך טובה »

מיינונגזאגער האט געשריבן:
טובה האט געשריבן:וואס איז די קאנעקשאן? אמממ.. ביידע הייבען זיך אן מיט א ק'.

גראד גערעדט, צו מען וויל יא גלייבן צו נישט. דער וויירוס סכנה אין יענע געגענט איז שוין פאריבער פונלאנג.
א גמר חתימה טובה צו דיר אין צו אלע קאווע שטיבעל חבירים. שלום עליכם צו אייל אלע שוין לאנג נישטא געווען. איך בין געווען צו פארנומען.
בדרך אגב די גרעסטע ספייק אין קעיסעס פון ניו יארק סטעיט איז אין די עיר הבירה מאנרא קרית יואל.
בדרך אגב נישט צו לאנג צוריק האב איך באקומען אן אישי פון איינע פון אונזערע חבירים מיר אנציצייגען ווי די טבע האנישי איז אזוי שטארק איינגעבאקען אין אונז.
דאס וואס ער שרייבט און קורצן, (נישט מדיוק בלשונו הק׳) אויב ביסטו נישט קיין טראל און צייגט אן צוויי ארטיקלען וואס זענען סותרה הדדי.
איין ארטיקעל די. און די צווייטע ווי עס ווערט אוועק געמאכט די אנשיקעניש.
קודם עס איז ממש מביל על הריעון צו זעהן ווי שווער עס איז זעך אפצוגעוואוינען אין א טבע ריגארדלעס וואס די קאנציקווענסען זענען.
און אויך א מעלה גירה טוישט נישט זיין מיינונג נאך ער/זי אנטהאלט נייע אינפארמעישאן.
איך בין שוין אינגאנצען צימישט איך וויסס שוין נישט די חילוק פון רייט טא ראנג אויף דעם שטעל איך די סטאטוס קואאו יהיה מה שישהיה חאטשיק לעבן אויף דערווייל ווי נארמאלע מענטשען.


Sent from my iPhone using Tapatalk



קלארשטעלונג:

ווען איך האב געשריבן יענע שורות וואס איר קוואטירט איז געוועון פאר די צווייטע אויפשטייג.
פארשפארט