בלאט 3 פון 4
נשלח: דינסטאג יוני 16, 2020 12:53 am
דורך חסידישער_ספקן
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:און דאס אז דער באשעפער האט צוגעלאזט פאר יאשקע צו באווייזן אזעלכע נסים איז דען נישט קיין אלוקות?
כ'האב נישט געזעהן דעם קריינא דאיגרתא, זאגט ער טאקע קלאר אז ע"פ הלכה טאר מען נישט מאכן קיין מדינה? בכל אופן איז פון דארט נישט קיין ראיה אויף אלע אנדערע גדולים.
בנוגע וואס די שרייבסט וועגן יאשקע. קודם מי אמר אז ער האט באוויזן ניסים. דאס איז דעת המאמינים בו, כפי זכרוני אנו כופרים בזה.
מיר ערליכע יודען זענען נתחנך אויף יעדע קליינע זאך וואס געשעהט צו אונז לטובה, צו דאנקען דעם אייבערשטען, זעהן אין דעהם השגחה פרטית וכו'. דאכט זיך אז דאס איז די default ביי יעדע היימישע יוד. ודעת בעל ויואל משה צו פלוצלינג זאגן אויף א נס "מעשה שטן" דאס איז די חידוש. וכמו שאומרים בשמו של הקלויזענבורגע רב זצ"ל שאמר: עס וועט קומען א טאג וואס מוועט זאגן אויף יציאת מצרים מעשה שטן הצליח.....
בנוגע קריינא דאיגרתא, לפי זכרוני שרייבט ער דאס קלאר. עס איז אמת אז דאס איז נישט געווען דעת כל חברי האגודה, רק חלקם. אבער בעיקר האבן די חברי האגודה זיך נישט אריינגעלאזט אין די אידיאלאגיע, נאר אין חלק וואס איז נוגע למעשה. ובזה שונה דעת ויואל משה, וכמדומני אז בפועל איז דעת האדמור מליבאוויטש כדעת האגודה באופן כללי.
בנוגע די צומישעניש פון אויפשטעלן א מדינה באיסור או בהיתר. כמובן האב איך מכוון געווען לדעת הויואל משה אז יעדע מדינה איז א כפירה בגזירת הגלות און איז עובר אויף די שלש שבועות.
צו מחלק זיין אז א מדינה מיט רשות איז מותר, האב איך נישט געזעהן איינע פון גדולי האגודה זאל אזוי שרייבן. ביי די מזרחי איז עס א דבר פשוט. גדולי האגודה האבן בעצם כמעט זיך נישט מתייחס געווען צו די נושא. לדעתי הענייה האבן זיך געהאלטן אז יש כמה היתרים, סאיז אגדתא, השבועות תלויים זה בזה כדעת הזרע שמשון, היה בהיתר האומות וכו.
גדולי האגודה האבן געפסקנט וואס איז נוגע למעשה, אז מזאל בוחר זיין וכו.
נשלח: דינסטאג יוני 16, 2020 12:56 am
דורך חסידישער_ספקן
כרם זית האט געשריבן:פייסיס האט געשריבן:די גדולי הדור האבן נישט געהאלטן אז דער סאטמארער האט דאס אויבער ווארט בנוגע כלל ישראל, און נישט בחינם האט מען עהם פארשיקט פון זיין שליימער רב
משא''כ סקווירא האט די ווארט איבער כלל ישראל אריינגערעכנט ווער סוואוינט אין די מייל.
(אנטשולדיג אז איך מאך שמוציג מיין מאל מיט אזאנע קליין קעפיגע ענינים (מקען נאכקוקן
אלע מיינע הודעות צו זען אז דאס איז די ערשטע הודעה פון די סארט). אבער דאס איז בתורת מחאה זיך צו האלטן בכבודיג צו אונזערע גדולים, צי מאיז מודה צו זיי אויף אלעם צו נישט.)
מצטרף צו די מחאה בזלזול בעל ויואל משה!
לדינא, במציאות האבן רוב גדולי הדור נישט געהאלטן בדעתו.
נשלח: דינסטאג יוני 16, 2020 12:59 am
דורך רביה''ק זי''ע
חסידישער_ספקן האט געשריבן:בנוגע וואס די שרייבסט וועגן יאשקע. קודם מי אמר אז ער האט באוויזן ניסים. דאס איז דעת המאמינים בו, כפי זכרוני אנו כופרים בזה.
כ'רעד דאך לשיטת רביה"ק אז ס'געווען נסים פון די סטרא אחרא, כ'בין טאקע נישט זיכער וועם ער מיינט דארט יאשקע צו מוחמאד אדער אן אנדערער פון יענע חברה, עכ"פ איינער פון יענע חברה האט באוויזן נסים דארט ביי די זעקס טאג מלחמה.
נשלח: דינסטאג יוני 16, 2020 1:03 am
דורך פייסיס
חסידישער_ספקן האט געשריבן:כרם זית האט געשריבן:פייסיס האט געשריבן:די גדולי הדור האבן נישט געהאלטן אז דער סאטמארער האט דאס אויבער ווארט בנוגע כלל ישראל, און נישט בחינם האט מען עהם פארשיקט פון זיין שליימער רב
משא''כ סקווירא האט די ווארט איבער כלל ישראל אריינגערעכנט ווער סוואוינט אין די מייל.
(אנטשולדיג אז איך מאך שמוציג מיין מאל מיט אזאנע קליין קעפיגע ענינים (מקען נאכקוקן
אלע מיינע הודעות צו זען אז דאס איז די ערשטע הודעה פון די סארט). אבער דאס איז בתורת מחאה זיך צו האלטן בכבודיג צו אונזערע גדולים, צי מאיז מודה צו זיי אויף אלעם צו נישט.)
מצטרף צו די מחאה בזלזול בעל ויואל משה!
לדינא, במציאות האבן רוב גדולי הדור נישט געהאלטן בדעתו.
מצטרף אני לזילזול בעל יואל משה, די דעת קודש פון מנהיגי כלל ישראל, איז שוין געזאגט געווארן צענדליגע יארן פאר'ן אויפשטאנד פונעם מדינה.
און אויך נאכן קריג האט דער הייליגער בעלזער רב און קלויזנבורגער רב, און גערער רבי, און ווישניצער רבי און ווער נישט - געזאגט פאר זייערע טויזענטע תלמידים וחסידים וואס מ'האט צוטון, און די צייט וואס דער בעל יואל משה האט אנגעהויבן מאכן גערודער, איז עס נאר געווארן א שיטה פון גיין מאכן מחאות בחורים ואנשי מעשה אינעם הייליגן מאנהעטן יעדן שני וחמישי, און האט נישט אויפגעטון פאר'ן כלל, עד כדי כך אז די מדינה שטייט פיין, און די עכטע מנהיגי הדור האבן דאס ווארט
נשלח: דינסטאג יוני 16, 2020 1:09 am
דורך חסידישער_ספקן
פייסיס האט געשריבן:mevakesh האט געשריבן:חסידישער_ספקן האט געשריבן:רביה''ק זי''ע האט געשריבן:ווער פון די חברי האגודה האט אנגענומען די שלוש שבועות להלכה?
וואס הייסט להלכה? מייסד זיין א מדינה? אלע האבן געהאלטן סאיז אסור. ראה באריכות מכתבי קריינא דאיגרתא המבאר באריכות שאסור לייסד.
איינמאל די מדינה שטייט האבן אלע געהאלטן אז סאיז נישט נוגע להלכה ומותר ללכת לבחירות וכו בדיוק כדעת האדמור מליובאוויטש
נישט אלע, אסאך חסידישע רביס פארן קריג ווי למשל די ריזשינע רביס האבן געהאלטן אז א מדינה על פי תורה איז נישט קיין פראבלעם די ליטווישע בראשות רבי אלחנן וואסערמאן זענען גיווען אנטקעגן
ס'דא אפאר בענדער בריווען פון די רוזשינע רביס, בנוגע דעם טעמע, און ס'נישט אזוי גלאטיג דארט, אז זיי האבן געהאלטן אויף יא.
נאר וואס דען, די חסידישע מהלך איז געווען נישט באשמוצן קיין יודען, ממילא זענען זיי געגאנגען אויף א מהלך וואס האט אויסגעקוקט כאילו זיי זענען נישט אקעגן.
בנוגע די רוזינע רביס איז בפשטות פשט אין זייער שמחה צו די מדינה צוליב א נבואה פון הייליגען רוזינער.
אין די הקדמה צום ספר 'דברי יהושע' פון דעם מאנאסטריטשער רבי'ן הרה"ק ר' יהושע העשיל ראבינאוויטש זצ"ל, ברענגט ער דארט א עדות פון א חסיד וואס האט געהערט פון הייליגן רוזינער כדברים הללו:
איך האב מורא, איך האב מורא, אז סע וועט אויף שטעהען א מלכות, א מלכות פין אומה"ע אין וועט הייסן יודין געהין קיין א"י אזוי ווי אין בבל איז געווען, חאטשע סע שטייט זיך אז אין בבל איז אויך גידארפט זיין ע"י אותות ומופתים, אזוי וויא אין מצרים נאר ווייל זייא האבין גיהאט נשים נכריות, אין היינט איז זיך דאס ניטא נאר דער היינטיגער דור זענין נכשל בנדות איז דאס זעהיר מטמא דיא וועלט וחזר למאמר. אזוי וויא אין בבל איז געווען אין דאס וועט טאקע זיין דיא גאולה שלמה, דער אייבערשטער וועט אין דעם דור אראפ שיקין דעם אור נשמת המשיח, ויבנה את ביהמ"ק, הלואי סע זאל חאטשע זיין אין אינזערע יארין הגם סע וועט זיין פאר אינדז א חרפה א בושה נאר איידיר גאר ניט, ולא סיים יותר, עכ"ל שם.
במילא האבן זיי געזעהן אין דעם עפעס א סימן צו די גאולה.... וברור שאדמורי רוזין זענען געווען מער פאזיטיוו צו די מדינה ווי די אנדערע חברי האגודה.
נשלח: דינסטאג יוני 16, 2020 1:12 am
דורך חסידישער_ספקן
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:חסידישער_ספקן האט געשריבן:בנוגע וואס די שרייבסט וועגן יאשקע. קודם מי אמר אז ער האט באוויזן ניסים. דאס איז דעת המאמינים בו, כפי זכרוני אנו כופרים בזה.
כ'רעד דאך לשיטת רביה"ק אז ס'געווען נסים פון די סטרא אחרא, כ'בין טאקע נישט זיכער וועם ער מיינט דארט יאשקע צו מוחמאד אדער אן אנדערער פון יענע חברה, עכ"פ איינער פון יענע חברה האט באוויזן נסים דארט ביי די זעקס טאג מלחמה.
דאס איז א חידוש שעל בעל הויואל משה להוכיח.
בנוגע צו דאס איז ניסים אדער נישט איז דאס לדעתי נישט קיין מקור הוכחה לכאן או לכאן. כמובן אז איינער וואס האלט עס איז אסור טאר נישט נתפעל ווערן פון ניסים. און איינער וואס האלט סאיז א מעשה היתר וועט זעהן יד ה'.
נשלח: דינסטאג יוני 16, 2020 1:25 am
דורך רביה''ק זי''ע
כ'פארשטיי, למעשה אבער קען מען אויך זעהן "אלוקות" (כלשון הרבי מחב"ד) אין א נס פון די סטרא אחרא פון דעם אליינס אז דער באשעפער לאזט עס צו.
וואס אנבאלאנגט דאס וואס דו ברענגסט פונעם רוזינער, אין שיח שרפי קודש ברענגען זיי פונעם חידושי הרי"ם דאכצעך אז ווען די אומות העולם וועלן לאזן די אידן מאכן אן אייגן לאנד וועט עס זיין א סימן אז די גאולה איז נאנט, קען זיין אז פון דעם נעמט זיך די גרויסע התלהבות וואס די פוילישע רביס האבן געהאט צו דעם גאנצן ענין. בכלל שטייט שוין אינעם פירוש אויף שיר השירים וואס איז מיוחס צום רמב"ן (למעשה מיין איך איז אנגענומען אז ס'איז פונעם רמב"נ'ס רבי) אז די גאולה וועט צוגיין אויף אן אופן אז די פעלקער וועלן צווינגען די אידן ארויפצוגיין אויף ארץ ישראל, וואס בלייבט נאר איבער צו פארשטיין איז וואס האט רביה"ק מסאטמאר געהאט קעגן דעם רמב"ן. מ'קען עס אפשר פארענטפערן לויט וואס כ'האב אמאל געהערט פון א חשוב'ע איד ווען איינער אן אנגעקלערטער האט ערווענט דעם רמב"ם אז אין בין העולם הזה לימות המשיח אלא שיעבוד מלכיות בלבד, האט דער חשובער איד זיך צופיייערט און געזאגט "אויב דאס איז די גאנצע משיח דארף איך עס נישט האבן!", קען אפשר זיין אז דער בעל ויואל משה האט אויך געהאט עפעס אזא סארט מחשבה.
לגבי די צומישעניש צווישן די שלוש שבועות און די איסור צו מאכן א מדינה, צו מאכן א מדינה אן עובר זיין אויף די שלוש שבועות איז זייער פשוט. דעם עלייה בחומה קען מען אויסקרויזן דורך ארויפגיין אין קלענערע גרופעס, אויב מ'מאכט עס בהסכמה פון די UN איז נישט דא קיין התגרות באומות, און אויב מ'האלט נישט אז מיט מאכן א מדינה איז מען צוגעקומען צום תיקון השלם איז נישט דא קיין דחיקת הקץ.
נשלח: דינסטאג יוני 16, 2020 1:32 am
דורך פייסיס
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:כ'פארשטיי, למעשה אבער קען מען אויך זעהן "אלוקות" (כלשון הרבי מחב"ד) אין א נס פון די סטרא אחרא פון דעם אליינס אז דער באשעפער לאזט עס צו.
וואס אנבאלאנגט דאס וואס דו ברענגסט פונעם רוזינער, אין שיח שרפי קודש ברענגען זיי פונעם חידושי הרי"ם דאכצעך אז ווען די אומות העולם וועלן לאזן די אידן מאכן אן אייגן לאנד וועט עס זיין א סימן אז די גאולה איז נאנט, קען זיין אז פון דעם נעמט זיך די גרויסע התלהבות וואס די פוילישע רביס האבן געהאט צו דעם גאנצן ענין. בכלל שטייט שוין אינעם פירוש אויף שיר השירים וואס איז מיוחס צום רמב"ן (למעשה מיין איך איז אנגענומען אז ס'איז פונעם רמב"נ'ס רבי) אז די גאולה וועט צוגיין אויף אן אופן אז די פעלקער וועלן צווינגען די אידן ארויפצוגיין אויף ארץ ישראל, וואס בלייבט נאר איבער צו פארשטיין איז וואס האט רביה"ק מסאטמאר געהאט קעגן דעם רמב"ן. מ'קען עס אפשר פארענטפערן לויט וואס כ'האב אמאל געהערט פון א חשוב'ע איד ווען איינער האט ערווענט דעם רמב"ם אז אין בין העולם הזה לימות המשיח אלא שיעבוד מלכיות בלבד, האט דער חשובער איד זיך צופיייערט און געזאגט "אויב דאס איז די גאנצע משיח דארף איך עס נישט האבן!", קען אפשר זיין אז דער בעל ויואל משה האט אויך געהאט עפעס אזא סארט מחשבה.
דעם סאטמארן האט געבאדערט אז אלע אנדערע פירערס פייפן אויף עהם.
ווייל אויב וועגן די איסור, איז געווען צענדליגע רבנים וואס האבן געהאלטן פארקערט, און האבן זיך 'נישט' געמישט אין סאטמארע ביזנעס
נשלח: דינסטאג יוני 16, 2020 1:43 am
דורך חסידישער_ספקן
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:כ'פארשטיי, למעשה אבער קען מען אויך זעהן "אלוקות" (כלשון הרבי מחב"ד) אין א נס פון די סטרא אחרא פון דעם אליינס אז דער באשעפער לאזט עס צו.
וואס אנבאלאנגט דאס וואס דו ברענגסט פונעם רוזינער, אין שיח שרפי קודש ברענגען זיי פונעם חידושי הרי"ם דאכצעך אז ווען די אומות העולם וועלן לאזן די אידן מאכן אן אייגן לאנד וועט עס זיין א סימן אז די גאולה איז נאנט, קען זיין אז פון דעם נעמט זיך די גרויסע התלהבות וואס די פוילישע רביס האבן געהאט צו דעם גאנצן ענין. בכלל שטייט שוין אינעם פירוש אויף שיר השירים וואס איז מיוחס צום רמב"ן (למעשה מיין איך איז אנגענומען אז ס'איז פונעם רמב"נ'ס רבי) אז די גאולה וועט צוגיין אויף אן אופן אז די פעלקער וועלן צווינגען די אידן ארויפצוגיין אויף ארץ ישראל, וואס בלייבט נאר איבער צו פארשטיין איז וואס האט רביה"ק מסאטמאר געהאט קעגן דעם רמב"ן. מ'קען עס אפשר פארענטפערן לויט וואס כ'האב אמאל געהערט פון א חשוב'ע איד ווען איינער אן אנגעקלערטער האט ערווענט דעם רמב"ם אז אין בין העולם הזה לימות המשיח אלא שיעבוד מלכיות בלבד, האט דער חשובער איד זיך צופיייערט און געזאגט "אויב דאס איז די גאנצע משיח דארף איך עס נישט האבן!", קען אפשר זיין אז דער בעל ויואל משה האט אויך געהאט עפעס אזא סארט מחשבה.
לגבי די צומישעניש צווישן די שלוש שבועות און די איסור צו מאכן א מדינה, צו מאכן א מדינה אן עובר זיין אויף די שלוש שבועות איז זייער פשוט. דעם עלייה בחומה קען מען אויסקרויזן דורך ארויפגיין אין קלענערע גרופעס, אויב מ'מאכט עס בהסכמה פון די UN איז נישט דא קיין התגרות באומות, און אויב מ'האלט נישט אז מיט מאכן א מדינה איז מען צוגעקומען צום תיקון השלם איז נישט דא קיין דחיקת הקץ.
אבער די סארט אלוקות קען זיין נסיונות....
אז די רעדסט פון די ענין פון קיבוץ גליות פאר ביאת הגואל, דאס איז א לאנגע טעמע. און בפשטות הדברים פון נביא איז דאס די סדר הגאולה. זעה אויך לשון רש"י אין תהילים קפיטל ע:
ובמדרש תהלים ראיתי משל למלך שכעס על צאנו וסתר את הדיר והוציא את הצאן ואת הרועה אחר זמן החזיר את הצאן ובנה את הדיר ולא הזכיר את הרועה אמר הרועה הרי הצאן מוחזר והדיר בנוי ואני איני נזכר כך למעלה מן הענין נאמר כי אלהים יושיע ציון וגו' ואוהבי שמו ישכנו בה הרי הדיר בנוי והצאן כנוס והרועה (זה דוד) לא נזכר לכך נאמר לדוד להזכיר אלהים להצילני.
א באנק פאר די שיח שרפי קודש. נאכנישט געזעהן.
דיין הסבר איז פשוט בנוגע שלש שבועות, און אזוי אויך זענען דא נאך הסברים פשוטים. איך האב נאר געשריבן אז לא ראיתי לגדולי האגודה אז זיי זאלן זיך מתייחס זיין בכלל. עס קוקט מיר אויס אז עס איז געווען ביי זיי א דבר פשוט אז עס נישט קיין פראבלעם.
נשלח: דינסטאג יוני 16, 2020 2:40 am
דורך berlbalaguleh
חוקר ודורש: איבער דעם וואס דו פארלאנגסט אז ..."קאמפאט"... זאלל זיך באציען מיט אנשטענדיגע נעמען און רעספעקטפול צו ר' איטשע מאיר לוין און די אנדערע רבנים. איז א תפילת שווא. ווייל ער איז מסתמא נשפע געווארן פון די פארדארבענע סאטמאר'ע פראפאגאנדע וואו ר' איטשע מאיר און די אנדערע רב'נישע פערזענליכקייטן וועלכע האבן געהאלטן אנדערש זענען באטיטלט געווארן (דורך די רעדלפיהרערס) מיט אזעלכע געמיינע טיטלען ווי ימ"ש און שר"י און עפ"ל...!
נשלח: דינסטאג יוני 16, 2020 6:10 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דער ליובאוויטשער רבי איז געווען א שטארקן קנאי אין זיין זאכן, פארט הייסט ער א ליבעראלער. פארוואס? ווייל די ליניע צווישן קנאים און 'פשרנים' איז אין איין זאך, שיטת ההתבדלות. דער ליובאוויטשער רב האט נישט געהאלטן פון די שיטת התבדלות, מיר האבן פונקט אזויפיל אחריות פאר די פרייע איד און די פרומע, עד כדי כך אז אין די שמועס צווישן אים און דער בעלזער רבי, ווי ער דערמאנט אז ער ארבעט אויף דעם אז מ'זאל לערנען הלכות נדה אין די מיידלעך שולעס און דער בעלזער פרעגט אים "ביי אונז אויך?", און דער ליובאוויטשער גיבט אים א נזיפה פאר'ן זיך אויסדרוקן אזוי. דאס האט נישט מיט די שיטה פון שלש שבועות אדער נישט.
אדרבא, ווען קנאות מיינט זיך שלאגן, איז סאטמאר די קלענסטע קנאים, וואס טון גארנישט פאר אידן אין א"י. בשעת אז די אגודה האט זיך נאכאנאנד געשלאגן אויף אידישקייט אין א"י, האט סאטמאר זיך אנטזאגט פון סיי וועלכע ווארט בנוגע די גזירת הדת אין א"י. אחוץ א פאר קלייניקייטן, בעיקר וועגן 'ספק איסור דרבנן' אדער געמישטע שווים באדן און אנדערע אומוויכטיגע שטותים.
לגבי איטשע מאיר און ר' ש"י זווין איז א פשוט'ע חילוק. אן עסקן קען זיין א פיינע מענטש, אבער א ר' קומט אים נישט דערפאר. הרב זווין איז געווען א ריזיגע ת"ח, און עס איז א חוצפה פון אים צוצונעמן דער פשוט'ן טיטל. נאר ללמד זכות אביסל, אז אויף די טארבל פון זיין ספרים שטייט א פשוט'ן ש"י זווין אזוי ווי יש"י החסידה וכדו', און דעריבער איז זיין נאמן אזוי געבליבן.
נשלח: דינסטאג יוני 16, 2020 11:09 am
דורך berlbalaguleh
ליטוואק פון בודאפעסט: אבער ביי סאטמאר הייסט קנאות נישט גיין צו די חילונים און פרובירן זיי צו מאכן שומרי תורה ומצוות. נאר זיך ארומרייסן מיט אנדערע ערליכע אידישע גרופס. ווי אגודה, מזרחי, בעלזא, וויזשניץ, קלויזנבורג וכדומה...!
נשלח: פרייטאג יוני 19, 2020 12:20 am
דורך mevakesh
דער היינטיגער לובאביטשער רבי איז אן עקפערט אין נעמען עדווענטעג פון א מציאות
יעדער זאך וואס עס איז געווען אויפן וועלט אפילו וואס עס איז אהנגענומען אלס שלעכטס האט ער געזעהן א געלעגענהייט ווי צו מאכן נאך יידישקייט אדער נאך חסידים. ער האט גענוצט ראדיא וואס אלע האבן געאסרט צו פארשפרייטן זיינע תורות
דאס זעלבע מיט די מדינה הגם ער איז בפחרוש געווען אנקץטקעגן ציוניסטישע רעיונות ווי אתחלתא דגאולה וכדומה האט ער פארשטאנען צו נוצן ציונותצו דערנעטרן מענטשן צו איהם און צו יידישקייט
די געלונגענע חבד שלוחים האבן דאס גוט געלערנט און זיי וועלן אלס ארויפשפרינגין אויף יעדע געלעגענהייט צו נעמען די מציאות און ניצן אויף צו שטיפן זייער נאראטיב
נשלח: דאנערשטאג יוני 25, 2020 12:23 am
דורך דוראק
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דער ליובאוויטשער רבי איז געווען א שטארקן קנאי אין זיין זאכן, פארט הייסט ער א ליבעראלער. פארוואס? ווייל די ליניע צווישן קנאים און 'פשרנים' איז אין איין זאך, שיטת ההתבדלות. דער ליובאוויטשער רב האט נישט געהאלטן פון די שיטת התבדלות, מיר האבן פונקט אזויפיל אחריות פאר די פרייע איד און די פרומע, עד כדי כך אז אין די שמועס צווישן אים און דער בעלזער רבי, ווי ער דערמאנט אז ער ארבעט אויף דעם אז מ'זאל לערנען הלכות נדה אין די מיידלעך שולעס און דער בעלזער פרעגט אים "ביי אונז אויך?", און דער ליובאוויטשער גיבט אים א נזיפה פאר'ן זיך אויסדרוקן אזוי. דאס האט נישט מיט די שיטה פון שלש שבועות אדער נישט.
אדרבא, ווען קנאות מיינט זיך שלאגן, איז סאטמאר די קלענסטע קנאים, וואס טון גארנישט פאר אידן אין א"י. בשעת אז די אגודה האט זיך נאכאנאנד געשלאגן אויף אידישקייט אין א"י, האט סאטמאר זיך אנטזאגט פון סיי וועלכע ווארט בנוגע די גזירת הדת אין א"י. אחוץ א פאר קלייניקייטן, בעיקר וועגן 'ספק איסור דרבנן' אדער געמישטע שווים באדן און אנדערע אומוויכטיגע שטותים.
לגבי איטשע מאיר און ר' ש"י זווין איז א פשוט'ע חילוק. אן עסקן קען זיין א פיינע מענטש, אבער א ר' קומט אים נישט דערפאר. הרב זווין איז געווען א ריזיגע ת"ח, און עס איז א חוצפה פון אים צוצונעמן דער פשוט'ן טיטל. נאר ללמד זכות אביסל, אז אויף די טארבל פון זיין ספרים שטייט א פשוט'ן ש"י זווין אזוי ווי יש"י החסידה וכדו', און דעריבער איז זיין נאמן אזוי געבליבן.
אַן אינטערסאַנטע געדאַנק. לויט דעם דאַרף אויסקומען, אַז פון די ערשטע גרויסע קנאים איז געווען דער מייסד שיטת תורה עם דרך ארץ, ניין?
נשלח: דאנערשטאג יוני 25, 2020 3:13 am
דורך berlbalaguleh
דוראק: אויב דו האסט געליינט די ביאגראפיע פון הר"ר שמשון רפאל הירש, דער בעל שיטת תורה עם דרך ארץ, וועסטו זעהן אז ער איז טאקע געווען א גרויסער קנאי. ער האט געהאלטן אז מ'דארף זיך אפטיילן פון די רעפארמער. די שיטה האט געהייסן..."אויסטריטט"... דאס איז געווען א מין ..."טיילונג"...! אז די ארטאדאקסישע אידן זאללן מאכן אן עקסטער קהילה. און ארויסטרעטן פון די בשותפות'דיגע אדמיניסטראטיווע פיהרונג מיט די רעפארמיסטישע געמיינדע...!
נשלח: דאנערשטאג יוני 25, 2020 8:08 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
דוראק האט געשריבן:ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:דער ליובאוויטשער רבי איז געווען א שטארקן קנאי אין זיין זאכן, פארט הייסט ער א ליבעראלער. פארוואס? ווייל די ליניע צווישן קנאים און 'פשרנים' איז אין איין זאך, שיטת ההתבדלות. דער ליובאוויטשער רב האט נישט געהאלטן פון די שיטת התבדלות, מיר האבן פונקט אזויפיל אחריות פאר די פרייע איד און די פרומע, עד כדי כך אז אין די שמועס צווישן אים און דער בעלזער רבי, ווי ער דערמאנט אז ער ארבעט אויף דעם אז מ'זאל לערנען הלכות נדה אין די מיידלעך שולעס און דער בעלזער פרעגט אים "ביי אונז אויך?", און דער ליובאוויטשער גיבט אים א נזיפה פאר'ן זיך אויסדרוקן אזוי. דאס האט נישט מיט די שיטה פון שלש שבועות אדער נישט.
אדרבא, ווען קנאות מיינט זיך שלאגן, איז סאטמאר די קלענסטע קנאים, וואס טון גארנישט פאר אידן אין א"י. בשעת אז די אגודה האט זיך נאכאנאנד געשלאגן אויף אידישקייט אין א"י, האט סאטמאר זיך אנטזאגט פון סיי וועלכע ווארט בנוגע די גזירת הדת אין א"י. אחוץ א פאר קלייניקייטן, בעיקר וועגן 'ספק איסור דרבנן' אדער געמישטע שווים באדן און אנדערע אומוויכטיגע שטותים.
לגבי איטשע מאיר און ר' ש"י זווין איז א פשוט'ע חילוק. אן עסקן קען זיין א פיינע מענטש, אבער א ר' קומט אים נישט דערפאר. הרב זווין איז געווען א ריזיגע ת"ח, און עס איז א חוצפה פון אים צוצונעמן דער פשוט'ן טיטל. נאר ללמד זכות אביסל, אז אויף די טארבל פון זיין ספרים שטייט א פשוט'ן ש"י זווין אזוי ווי יש"י החסידה וכדו', און דעריבער איז זיין נאמן אזוי געבליבן.
אַן אינטערסאַנטע געדאַנק. לויט דעם דאַרף אויסקומען, אַז פון די ערשטע גרויסע קנאים איז געווען דער מייסד שיטת תורה עם דרך ארץ, ניין?
דאס איז קאמפליצירט, ווייל מצד אחד האט ער שטארק דוגל געווען אין טיילונג, לגבי די קהלה. אבער לגבי די געדאנקן און אלגעמיינעם אחריות פאר'ן ציבור, האט ער נישט געהאלטן פון די אונגארישער סארט טיילונג. איך מיין זיין געגענער בענייני טיילונג האבן נישט געהאלטן אזוי צוליעב די אחריות פאר די פרייער, נאר מער בתורת אז עס פעלט נישט אויס, און ממילא איז די פרייז צו הויך.
תורה עם דרך ארץ איז א שיטה, נישט קיין מהלך, ודו"ק.
אבער די ספרים פון רשר"ה זענען געווידמעט צו מענטשן וואס צווייפלן און זוכן ליכט אין די תורה אנשטאטס וועלטישע חכמות, וואס לכאורה טראגט עס אן אחריות פאר'ן אלגעמיינעם כלל.
אבער די קנאות פון דער ליובאוויטשער רבי'ן קען מען נישט פארלייקענן. בשעת אז יעדער האט אנגעקוקט די 'מיהו יהודי' אלס נאך א רשעות פון די רשעים און ווייטער געגאנגן, האט ער געהאלטן אז מ'דארף זיך שלאגן אנטקעגן. ווער איז געווען גערעכט? ווייס איך נישט, עס איז דעמאלס געווען א שיקול, מ'האט געהאלטן אז בויען א חרדישע ווערטשאפט וועט, אין די ווייטערע צוקונפט, מער אויפטון. וכן לגבי אנדערע זאכן, ווי ער האט געשטורעמט און אנדערע גדולי ישראל האבן געהאלטן אז עס איז אומוויכטיג.
היינט איז די יארצייט!
נשלח: דאנערשטאג יוני 25, 2020 9:37 am
דורך קאך_לעפל
[justify]היינט איז די יארצייט פון מרנא ורבנא רבי מנחם מענדל פון ליובאוויטש שליט''א ( זי''ע)
דער רבי איז פון זיין יוגענט געווען באוויסט אלס א עילוי עצום, ער האט רעגלמעסיג זיך געשריבן מיט רבי יאשע רזין - דער ראגאטשאווער גאון. ער איז געגאנגען שטודירן אין די גרעסטע און פרעסטיזשפולסטע אינווערזיטעטן אין סט. פעטערבורג, בערלין, און פאריז. וואו ער האט זיך פארפולקאמט און באקומען א באשיינונג אין עלעקטעריק אינזשעניריי, מאטעמאטיקס, און פיזיקס. אין רוסטuב - בעלערוס, האט ער זיך געטראפן מיט די ליבע פון זיין הארץ, הרבנית חיה מושקא ע''ה. נאך פינף יאר נאכאנאנדע אינטימע באגעגענישן צווישן זיי, האט דאס פארפאלק ענדליך געהייראט אין פריידן אין די שטאט ווארשע אין פוילן.
די ליובאוויטשער חסידים ארגומענטירן אז דורכאויס די לעקציעס פון די פראפעסארן אין אינווערזיטעט האט די רבי געלערנט חת''ת. זאגאר רבי יאשע בער סאלאווייטשיק - זשעי בי. וועלכער האט שטודירט אינאיינעם מיט די רבי אין די בערלינער אינווערזיטעטן האט גאר שארף אפגעווארפן דעם באהויפטונג, ער האט ארגומענטירט: מנחם איז געווען גאר א פרומער, און ער האט קיינמאל נישט געלערנט קיין תורה אן קיין קאפל.
אין די ערשטע יארן אין אמעריקע, האט דער רבי געדינט אלס א סוקסעספולער עלעקטערישער אינזשעניר פאר די אמעריקאנער נעווי.
י' שבט תשי''א, בלויז א יאר נאך די טראגישע פטירה פון זיין הייליגן שווער מרנא ורבנא, רבי יוסף יצחק. האט דער רבי פארגעזאגט פאר די חסידים דעם הייליגן מאמר באתי לגני אחותי כלה, און מיט דעם האט ער אפיציעל איבערגענומען דאס נשיאות פון אלוועלטליכער חסידי חס''ד איבער די גאנצע גארער וועלט.
דער רבי איז געווען באהאווענט און גערעדט פליסיג גאנצע 12 שפראכן. ער האט קומיוניקירט מיט זיינע חסידים מינדערליך און שריפטליך אין יעדע אינזיכט פון זייער לעבן, אויף א רעגלמעסיגער פארנעם. זיין אינטימע צוגעבינדקייט מיט זיינע חסידים האט כמעט נישט געהאט זיינס גלייכן. זיי האבן געגלייבט אין אים מער ווי אין ג-ט זעלבסט. ער האט געהויבן זייער גייסטער מאטריאליסטיש און מאראליש אזש מאנכע פון זיינע אנגעהענגער ווילן גארנישט גלייבן אז ער איז אפוועזען, און זיי גלויבן אז זיין גייסט לעבט נאכאלס צווישן אונז און אז ער איז גאר דער אויסגעבענקטער מלך המשיח....
ער האט אריינגעברענגט א גלויבונג אין ביאת המשיח אויף א פארנעם ווי קיינמאל בעפאר. ער האט דאס צוגעגליכנט צו קינד וואס מיטשעט זיין פאטער אז ער זאל שוין אהיים קומען פון שול, אבער דער פאטער פארבלייבט נאך ווייטער שמיעסן מיט זיינע פריינד. דער קינד איז מיד און הונגעריג, ער מוטשעט און מוטשעט דעם פאטער אז ער וויל אהיים גיין, אבער דער פאטער איז פארזינקן אין דיסקאסיעס מיט זיינע פריינד. דער קינד ווערט שוין מיד פון ווארטן און גייט זיך אליינס אהיים. אינדערפרי פרעגט אים דער פאטער מיט וואונדער, פארוואס האסטו נישט אויסגעווארט אויף מיר? זאגט אים דאס קינד, טאטע ווי לאנג קען איך דען ווארטן? די זעלבע איז מיט משיח! מיר ווארטן און ווארטן! ווי לאנג נאך קענען מיר דען ווארטן? מיר גייען אליינס אהיים קיין ארץ ישראל. דער טאטע דער אויבישטער פרעגט, פארוואס האסטו נישט געווארט אויף מיר? טאטע ווי לאנג קען איך נאך ווארטן? מיר ארבייטן צו הייבן די געמיטער ווייטער צו ווארטן אויף משיח צדקינו האט דער רבי געזאגט....
פריינד און פיינט צו גלייך וועלן איינשטומען, אז דער רבי איז געווען אדער איז, א זעלטענהייט פון א פיגור ס'איז כמעט נישט געווען אדער נישטא זיין גלייכנס. ער איז געווען אדער ער איז א סארט גאנצקייט פון א מענטש וואס האט אדער נעמט אלעס אריין אין זיך. זאל זיין געדענקעניש אדער לעבעניש זיין געבענטש צווישן כלל ישראל...
יחי אדונינו מורינו ורבינו מלך המשיח לעולם ועד.
מיר האפן אז ידידינו ונבנתה וועט אריינקומען קלאר.[/justify]
נשלח: דאנערשטאג יוני 25, 2020 9:47 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
א רעכטע הספד אויף סענדז סט, אזוי ווייסט שוין יעדער וואס מ'שמועסט דארט אין די חברה קנין ספרים צימער, וואס מ'האט שפעטער אריבער געפירט צום קאווע שטיבל אין לימינאוו.
נשלח: דאנערשטאג יוני 25, 2020 9:51 am
דורך קאך_לעפל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:א רעכטע הספד אויף סענדז סט, אזוי ווייסט שוין יעדער וואס מ'שמועסט דארט אין די חברה קנין ספרים צימער, וואס מ'האט שפעטער אריבער געפירט צום קאווע שטיבל אין לימינאוו.
ווי אזוי זאגט מען אויף אידיש קיש אין [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]?
נשלח: דאנערשטאג יוני 25, 2020 11:30 am
דורך berlbalaguleh
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:א רעכטע הספד אויף סענדז סט, אזוי ווייסט שוין יעדער וואס מ'שמועסט דארט אין די חברה קנין ספרים צימער, וואס מ'האט שפעטער אריבער געפירט צום קאווע שטיבל אין לימינאוו.
ליטוואק פון בודאפעסט: דו קענסט זיין רואיג אז א סאך פון די פאקטן וואס קאך לעפל האט דא געברענגט שמועסט מען נישט אין קאווע שטיבל אדער אין קנין ספרים שטיבל פון סענדזס סטריט.
איך קען דיר יא אראפלייגן מער ווייניגער וויאזוי די שמועס גייט דארט. אבער לאמיר עס איבער לאזן פאר א צווייטע געלעגנהייט...!
נשלח: מיטוואך יולי 08, 2020 11:40 am
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
די אשכול איז דאך געווידמעט אויף דער ליובאוויטשער רבי, קען מען דאך דא אריין טייטשן וואס מ'וויל.
איך וויל וויסן אויף דער ריי"ץ און זיין התנגדות צו ציונות. איך האב געליינט געוויסע רמזים אין געוויסע ערטער, אז ער איז ממש געווען א בחינה פון נטורי קרתא אין זיין התנגדות צו ציונות. עפעס דערציילט מען ווען ער האט גערעדט מיט גרויס חוצפה צום אמרי אמת פאר'ן וואגן צו גיין באזוכן הרב קוק. דער אמרי אמת איז נישט געבליבן שולדיג און ער האט צוריק געשאסן. איך האב נישט די פרטים, אבער יצחק אלפסי דארף זיי צו ברענגן אין זיין בוך וועגן חסידות און ציונות 'החסידות ושיבת ציון' דוכט זיך הייסט עס. זיין 'רשימה אודות האגודה' טראפקעט מיט אזעלכע שנאה און קנאות על כל אשר בשם אגודה יכונה, אזש עס איז שווער צו ליינן.
עס זעט גאר אויס אז זיין טענות אויף די אגודה איז גאר געווען די התחברות לרשעים זייערע, גיי ווייס.
קיין עכטע מקורות קען איך יעצט נישט ברענגן, ממילא וואלט איך געוואלט הערן פון דער עולם וואס מ'קען ברענגן.
נשלח: מיטוואך יולי 08, 2020 10:29 pm
דורך כרם זית
דער ריי''ץ נ''ע איז טאקע געווען א גרויסע קנאי, ווי דער טאטע דער רבין רש''ב. צוליב דעם טאקע האט געהערשט א שטיקל נאנטשאפט צום מונקאטשער. בנוגע די מעשה מיטן א''א, קען איך אזוי פיל זאגן אז דער ריי''ץ אליין איז דאך געגאנגען באזוכן הרב קוק ז''ל, איז שווער אנצונעמען די מעשה (הגם דיש לתרץ דנשתנו הזמנים). און למיטב זכרוני שרייבט דארטן יצחק אלפסי בעיקר וועגן דער רש''ב.
און וואס קען [tag]ונבנתה העיר[/tag] צולייגן?
נשלח: דאנערשטאג יולי 09, 2020 12:58 am
דורך berlbalaguleh
ליטוואק פון בודאפעסט: לויט ווי איך ווייס (פון סאטמאר'ע מקורות) איז דער ריי"צ נ"ע געווען פון די גרויסע מתנגדים צו ציונות. אבער בעת די התייסדות המדינה האט ער געטוישט זיין מהלך. ער האט געזאגט ..."מדינה שאני"...!
און לגבי באזוכן הרב קוק ז"ל. ער איז דאך געווען א גדול בישראל...!