בלאט 3 פון 3

Re: די גדר צווישן צניעות שיינקייט אין פריצות

נשלח: דינסטאג יולי 14, 2020 11:40 am
דורך קל וחומר
לייבל שטילער האט געשריבן:
1111 האט געשריבן:
4) נאך מער פון דעם, פאר מיר פערזענדליך ווער איך מער אנגערייצט פון א פרוי וואס גייט אנגעטון שיין פון די היימישע גאס וואס פאלגט נאך די עוורידש צניעות סטאנדארטן (אפילו זי איז נישט צוגעפאסט אין אויסגעשניטן וכ) ווי א גויטע וואס גייט מיט טייט דשינס אין אויסגעשניטנע האלץ. רוב גויטס זענען פאר מיר בכלל נישט עטרעקטיוו, רוב אידיש ווייבלעך זענען יא.



דאס איז א שטארקע נקודה וואס איך האב אויך איינגעזעהן, והדבר צריך תלמוד.
בינגאו!
דאס האבן די תקנות מאכער געוואלט, אז ס'זאל ציען אידישע מיידלעך אנשטאט גויאישע.

Re: די גדר צווישן צניעות שיינקייט אין פריצות

נשלח: דינסטאג יולי 14, 2020 11:45 am
דורך קל וחומר
אגב, דער שו"ע הרב שרייבט לגבי איסור שער באשה ערוה (הל' ק"ש) אז שער איז נאר אן ערוה אין א פלאץ ווי פרויען דעקן צו די האר, ווייל אויב איז מען צוגעוואוינט דאס צו זעהן כסדר, ברענגט עס נישט קיין הרהורים. ולכאורה ה"ה לכל עניין צניעות וואלט היינטיגע פרויען געמעגט גיין מיט הויזן וויבאלד מ'איז געוואוינט דערצו.

נשלח: דינסטאג יולי 14, 2020 2:01 pm
דורך באר מים
קל וחומר האט געשריבן:אגב, דער שו"ע הרב שרייבט לגבי איסור שער באשה ערוה (הל' ק"ש) אז שער איז נאר אן ערוה אין א פלאץ ווי פרויען דעקן צו די האר, ווייל אויב איז מען צוגעוואוינט דאס צו זעהן כסדר, ברענגט עס נישט קיין הרהורים. ולכאורה ה"ה לכל עניין צניעות וואלט היינטיגע פרויען געמעגט גיין מיט הויזן וויבאלד מ'איז געוואוינט דערצו.

דאס איז טאקע וואס מאנכע (פון די ליטווישע קרייזן) זאגן אז היינטיגע צייטן מעגן פרויען גיין מיט הויזן, נישט אויסגעפאסט שטייצעך
גראדע מיין איך אז די היתר פון תניא ווערט טאקע עמטליך באניצט אין לויבאוויטש אויף ביי האר

נשלח: דינסטאג יולי 14, 2020 2:08 pm
דורך סאנטיאגא
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אפיציעל הייסט עס אז רויט איז די פארב פונעם שטן, ס'נאר אינטערעסאנט אז אין די צייטן פון תנ"ך פלעגן פרויען יא גיין אנגעטון רויט ווי ס'שטייט אין פסוק "כי כל ביתה לבוש שנים" = איר גאנצע הויזגעזינד איז אנגעטון רויט (crimson). גיי פארשטיי.

מיינסט לכאורה שש "וארגמן" לבושה...

נשלח: דינסטאג יולי 14, 2020 2:12 pm
דורך כרם זית
באר מים האט געשריבן:
קל וחומר האט געשריבן:אגב, דער שו"ע הרב שרייבט לגבי איסור שער באשה ערוה (הל' ק"ש) אז שער איז נאר אן ערוה אין א פלאץ ווי פרויען דעקן צו די האר, ווייל אויב איז מען צוגעוואוינט דאס צו זעהן כסדר, ברענגט עס נישט קיין הרהורים. ולכאורה ה"ה לכל עניין צניעות וואלט היינטיגע פרויען געמעגט גיין מיט הויזן וויבאלד מ'איז געוואוינט דערצו.

דאס איז טאקע וואס מאנכע (פון די ליטווישע קרייזן) זאגן אז היינטיגע צייטן מעגן פרויען גיין מיט הויזן, נישט אויסגעפאסט שטייצעך
גראדע מיין איך אז די היתר פון תניא ווערט טאקע עמטליך באניצט אין לויבאוויטש אויף ביי האר


אזוי? כפי מיטב ידעתי האט דער פריערדיגע רבי געשטורעמט מזאל זיך אנטון שייטלעך אנשטאטס טיכלעך (!), וויבאלד ביי א טיכל איז לא ימלט אז עס זאל זיך ארויסשטעקן האר.

נשלח: דינסטאג יולי 14, 2020 2:32 pm
דורך אישתישבי
קיינער איז נישט מקיל אויף האר חוץ מאדערן ארטאדאקס.
קיינער איז נישט מקיל אויף הויזן חוץ ספרדים.

עס איז שוין אויסגעשמועסט אין און אנדערע אשכול די שיטות פונקטליך אויב דער הרגל איז מבטל דער דין ערוה.

פריצות מיינט ווען עס איז בולט לשם פריצות, וואס מיינט לשם פריצות? פריצות מיינט פרעכקייט מיט ווייזן די חילוקים פין פרויען מיט מענער, עס מוז נישט זיין אויפגעדעקט, עס קען זיין מכוסה כיסוי על גבי כיסוי און עס איז נאך אלץ פריצות.

ווען א רעביצין גייט א הויכע טיכעל גג על גג איז עס נישט פריצות אפילו עס איז אויפפאלענד, ווייל עס איז לשם צניעות, נישט פריצות.
אבער ווען מען גייט א בגד וואס ברענגט ארויס חיתוך אברים וכדומה איז עס לשם פריצות.

שיין מיינט אז מען טראגט א בגד למשל מיט א שיינע רעבישע מינק, זייער שיין און זייער גוט.

נשלח: דינסטאג יולי 14, 2020 2:49 pm
דורך קל וחומר
און וואס איז דער דין אויב א פרוי גייט מיט א בגד וואס ברענגט ארויס חיתוך איברים, לשם צניעות?
איז א לאנגע קלייד צניעות'דיג?

אגב, איז מיין אז ביי די מזרחי זענען אויך דא אסאך וואס זענען מקיל מיט האר און הויזן.

נשלח: זונטאג יולי 19, 2020 2:28 pm
דורך סאנטיאגא
https://youtu.be/ZOXl5M6xgu8
ליבי פאלאק רעדט וועגן צניעות אין די חסידישע וועלט, גאר אינטערסאנט צו הערן פון א פימעיל פערספעקטיוו וואס דאס מאכט אויס פאר זיי

נשלח: זונטאג יולי 19, 2020 3:28 pm
דורך אישתישבי
קל וחומר האט געשריבן:און וואס איז דער דין אויב א פרוי גייט מיט א בגד וואס ברענגט ארויס חיתוך איברים, לשם צניעות?
איז א לאנגע קלייד צניעות'דיג?

אגב, איז מיין אז ביי די מזרחי זענען אויך דא אסאך וואס זענען מקיל מיט האר און הויזן.


חיתוך איברים מיינט אברים וואס זענען דא ביי פרויען מער ווי מענער.

גראדע איז דא צניעות ביי מענער אויך, דער חזון איש האט געהאלטן אז עס איז נישט צניעות פאר מענער צו ווייזען פוס העכער די קניען.

נשלח: מאנטאג יולי 20, 2020 2:53 am
דורך סאנטיאגא
לייבל שטילער האט געשריבן:די גדר פון צניעות, אדער בעסער געזאגט די מהות פון א "צנועה" איז אז זי פיהרט זיך אויף ווי איינער וואס איז אקופירט, ד.ה. מדרך העולם (ווען וועלט איז נאך געווען וועלט...) איז אז א מיידל וועט פרובירן צו מושך זיין פרעמדע מענער און אזוי דארף זיין. א פארהייראטע פרוי, ווידער, האט דאך שוין איינס ממילא זאל זי נישט טוען קיין פעולות וואס ווייזן 'מענער! קוקט אויף מיר!' אריינגערעכנט אבער נישט אויסשליסליך, קליידונג. ס'האט נישט מיט ווערן אנגערייצט זינט ס'וועלן אייביג זיין מענער וואס וועלן ווערן אנגערייצט, נאר וואס דען? אויב גייט זי אנגעטוען מער פריצות'דיג ווי די שטייגער איז דאס א סטעיטמענט פון 'קוקט אויף מיר'. כנלע"ד נכון.

אלע סטארס מאכן סיינס און רעקלאמעס און מארקעטינג סטראטעגיעס מיטן זעלבן ציל קוק אויף מיר, קויף מיר. דו מאכסט אבער דעם דיסידזשען לויט דיין טאש, לויט דיין באקוועמליכקייט. דו בלעימסט נישט דעם אייגנטומער און די מארקעטער פארן דיר מאכן תאוות ווייל דו האסט גענוג שכל עס צו איגנארירן, איז בלעים נישט יענעם פאר דיינע ראיות, דארפסט דיך לערנען צו לעבן דערמיט און האפענטליך באקומסטו דיינע געברויכן.
ווי ליבי און רעיטשל ברענגען ארויס אינעם ווידיא, דעס אז דו רעדסט דיך איין אז זי טוט זיך 'צייגן' פאר דיר איז סעקסיסם! דאס אז אונז מיין מיר אז זי זוכט מ'זאל קוקן, איז א פאלנער שטות וואס מ'רעדט אונז איין, ס'מיינט נישט דיך בכלל און ס'איז נישט קיין גרינגע זאך צו לעבן דערמיט זייענדיג א מאן קען איך עמפעטייזן די פרויען האבן נישט קיין מושג וואס מיר גייען דורך כ'זאג נישט, פארט ס'מיינט נישט דיר, פונקט ווי א פרעמדע פרוי זאל דיר געבן א קאמפלימענט מיינט נאכנישט אז זי וויל דיר יעצט וויזויהייסטעס...

נשלח: זונטאג יולי 26, 2020 11:11 am
דורך געזונטערהייט
@1111
האסט געשריבן אז די ווילסט בעיקר א תשובה פון א הלכה'דיגן שטאנדפונקט, אבער איך בין נישט אויסגעקאכט אין הלכה, וועל איך ענטפערן וואס די סברא/השקפה זאגט מיר:
די גדר פון צניעות איז צו זיין באשיידן, נישט ארויסשטיין מער פון יעדן, און דורך דעם ציען א אויג.
די גמרא רעכנט אויס די חטאים פון די פרויען פון ירושלים אז זיי האבן געטון פעולות וואס האט זיי געמאכט ארויסשטיין פון צווישן זייערע חברטעס און אזוי זאל מען קוקן אויף זיי.
א פרוי מעג און דארף גיין אנגעטון שיין, אבער עס זאל זיין לויט די סטאנדארט פון איר סביבה.
אויב די גאנצע שטאט גייט מיט גרינע אדער בלויע קליידער, און איין פרוי וועט קומען און זיך אנטון א שווארצע, פארשטייט יעדער אז זי וועט ציען אלע אויגן צו זיך און דאס איז אסור.
ווילאנג זי פיט מיט די ארומיגע איז זי צניעות'דיג. איינמאל זי גייט אויפאלנד, אנדערש ווי יעדעם, איז עס קעגן צניעות/באשיידן.

נשלח: זונטאג יולי 26, 2020 2:14 pm
דורך 1111
איך בין נישט קלאר.

לאמיר זאגן אז די פרויען אין מיין סביבה זענען צוטיילט אויף דריי:
1)די פרומע עולם: גייען אנגעטון יאנטשי, אין פארפרומט
2)די מיטלגאטיגע עולם: גייט אנגעטון שיין און נארמאל
3) די באלבאטישע עולם: גייין אנגעטון גאר שיין.

עס איז אויך דא פון די וואס זענען עקסטרים אויף ביידע זייטן, עס זענען דא די גאר פרומע וואס גייען אנגעטון ממש גרויליג, און אין שווארצן. אויך איז דא די אנדערע עקסטרים פרויען וואס זענען כמעט דראפ-אוטס, זיי גייען אנגעטון טייט און כמעט אויסגעלאסן.. פון די צוויי עקסטרימס רעד איך נישט.

סוי וואס איז די גדר, מעג איך גיין אנגעטון ווי גרופע נומער 3, ווייל עס איז דא א שיינע פראצענט עולם וואס גייט אזוי? אדער ניין, מען מוז זיין עוורעדזש?

נשלח: זונטאג יולי 26, 2020 2:24 pm
דורך געזונטערהייט
דו פרעגסט זייער קלאר!

מען מעג גיין ווי נומער 3 אבער מיט א מאס
אין ענגליש זאגט מען: with a grain of salt.

אפילו עס איז דא א פראצענט וואס גייט אזוי, דארף זי אבער זיכער מאכן אז זי שטייט נישט ארויס פון די המון עם, פון די נארם.
ווילאנג עס בלענדט אריין און עס רופט נישט ווילדערהייט ארויס קיין אויג.
עס זאל נישט זיין אזוי ווי ביי די פרויען פון ירושלים וואס חז"ל ברענגען.

נשלח: זונטאג יולי 26, 2020 2:26 pm
דורך געזונטערהייט
עס איז דא זאכן וואס אפילו אויב אסאך גייען אזוי, פארשטייט אבער יעדער אז דאס ציעט א עקסטערע אויג.

נשלח: מיטוואך אקטאבער 14, 2020 10:27 pm
דורך טובה
אישתישבי האט געשריבן:
קל וחומר האט געשריבן:און וואס איז דער דין אויב א פרוי גייט מיט א בגד וואס ברענגט ארויס חיתוך איברים, לשם צניעות?
איז א לאנגע קלייד צניעות'דיג?

אגב, איז מיין אז ביי די מזרחי זענען אויך דא אסאך וואס זענען מקיל מיט האר און הויזן.


חיתוך איברים מיינט אברים וואס זענען דא ביי פרויען מער ווי מענער.

גראדע איז דא צניעות ביי מענער אויך, דער חזון איש האט געהאלטן אז עס איז נישט צניעות פאר מענער צו ווייזען פוס העכער די קניען.


עס איז נישט אינגאנצען אזוי

די חיתוך האבר פון די אחורים פון א פרוי איז א היבשע ערוועקער פאר תאוות.

נשלח: פרייטאג אקטאבער 16, 2020 1:24 pm
דורך פאלקאוויטש123
וואס איז מיט שמאלע טייטע הויזן ביי די זכרים??
לעצטנס איז עס געפערליך אריינגעכאפט די שמאלע הויזן ביי די היימישע חסידישע קינדער
וואס האלט די עולם ?

נשלח: פרייטאג אקטאבער 16, 2020 1:33 pm
דורך ישעיה
טובה האט געשריבן:
אישתישבי האט געשריבן:
קל וחומר האט געשריבן:און וואס איז דער דין אויב א פרוי גייט מיט א בגד וואס ברענגט ארויס חיתוך איברים, לשם צניעות?
איז א לאנגע קלייד צניעות'דיג?

אגב, איז מיין אז ביי די מזרחי זענען אויך דא אסאך וואס זענען מקיל מיט האר און הויזן.


חיתוך איברים מיינט אברים וואס זענען דא ביי פרויען מער ווי מענער.

גראדע איז דא צניעות ביי מענער אויך, דער חזון איש האט געהאלטן אז עס איז נישט צניעות פאר מענער צו ווייזען פוס העכער די קניען.


עס איז נישט אינגאנצען אזוי

די חיתוך האבר פון די אחורים פון א פרוי איז א היבשע ערוועקער פאר תאוות.

(הוא הוא, מענער האבן דאך אויך בריסטן)

Re: די גדר צווישן צניעות שיינקייט אין פריצות

נשלח: מאנטאג אקטאבער 19, 2020 4:05 am
דורך טראמפ'ס עדווייזער
בת קול האט געשריבן:די פליכט איז אויפן מאן זיך צו היטן די אויגן. פרויען ארום אנדערע פרויען זענען בכלל נישט מחייב צו גיין צניעות׳דיג.
דאכט זיך, אז דאס איז די איינציגסטע הלכה וואו מען צווינגט ארויף די גדר אויף די מענטשן וואס וואס האבן נישט די איסור.
אויב עס זענען דא מענער וואס קענען זיך נישט איינהאלטן די געדאנקען, אפשר זאלן זיי לייגן גדרים אויף זיך, אנשטאט לייגן אויף אנדערע.
בעניין צניעות איז דא צוויי איסורים איינס אויפן מאן און איינס אויפן פרוי. די איסור אויפן מאן איז "ולא תתירו אחרי לבבכם ואחרי עיניכם אשר אתם זונים אחריהם" און די איסור אויפן פרוי איז "וליפני עיוור לא תיתן מכשול" אלע הלכות בגדרי צניעות זענען געבויט אויף דעם, איז אויב ווילסטו וויסן וואס איז צניעות'דיג צו נישט קוק אויב די לבוש וכדו' קען צוברענגן צו זנות

Sent from my SM-G965F using Tapatalk

נשלח: זונטאג נאוועמבער 29, 2020 9:13 pm
דורך סאנטיאגא
געזונטערהייט האט געשריבן:@1111
א פרוי מעג און דארף גיין אנגעטון שיין, אבער עס זאל זיין לויט די סטאנדארט פון איר סביבה.
אויב די גאנצע שטאט גייט מיט גרינע אדער בלויע קליידער, און איין פרוי וועט קומען און זיך אנטון א שווארצע, פארשטייט יעדער אז זי וועט ציען אלע אויגן צו זיך און דאס איז אסור.
ווילאנג זי פיט מיט די ארומיגע איז זי צניעות'דיג. איינמאל זי גייט אויפאלנד, אנדערש ווי יעדעם, איז עס קעגן צניעות/באשיידן.

לויט דעם קומט אויס אז אויב מארגן דיסיידט א גרויסע מאדל אז זיך שערן די האר און טראגן א שפיצל און אנטוהן פאלם שטרימפ איז די נייע מאדע, און דאס ווערט די נייע גויאישע באוועגונג וועט אויסקומען אז די היימישע פרויען וועלן זיך מוזן לאזן וואקסן האר און אויסטוהן די שטרימפ ווייל די אלטעמאדישע באשיידנקייט איז גאר אויפפאלנד און ציעדיג...

נשלח: זונטאג נאוועמבער 29, 2020 9:22 pm
דורך סאנטיאגא
פאלקאוויטש123 האט געשריבן:וואס איז מיט שמאלע טייטע הויזן ביי די זכרים??
לעצטנס איז עס געפערליך אריינגעכאפט די שמאלע הויזן ביי די היימישע חסידישע קינדער
וואס האלט די עולם ?

טאקע א געפערליכע פריצות און די רעביצין טייטלבוים'ס און טווערסקי'ס דארפן זעהן צו האקן דערויף

Re: די גדר צווישן צניעות שיינקייט אין פריצות

נשלח: זונטאג נאוועמבער 29, 2020 11:57 pm
דורך moneyminded
עס איז דא חדרים ווי מען שיקט אהיים די אינגעלעך וועגן דעם

Sent from my SM-G960U using Tapatalk