בלאט 3 פון 3

נשלח: מאנטאג אפריל 26, 2021 5:06 pm
דורך shem-tov
לויט ווי איך פארשטיי האט די גאנצע התנגדות צו טון מיט מוצש"ק. כידוע האט זיך געטאן אסאך מחלוקת און איבערקערענישן ביי כלל ישראל וועגן זמן מוצש"ק, און געוויסע גדולי ישראל און פוסקים פון אונזערע קרייזען האבן געהאלטן אז די וואס האלטן די פריערדיגע זמנים זענען ממש מחלל שבת רח"ל. דא אין אמעריקע האט מען ברוב אנגענימען צאת הכוכבים שיטת ר"ת. און אפילו די וואס נישט, וועלן נישט טון מלאכות קעגן דעם רוב, יעצט אמת מען קען מאכן שבת ווי פרי מען וויל כמבואר כאן, איז אבער דא די חשש אז עולם גולם וועט קלערען אז אויב מאכט מען שבת פרי מעג מען דאך אויך ענדיגן פרי וואס דאן רעדט מען דאך שוין פון חילול שבת דעריבער האט מען זיך ביי אונזערע קרייזן נישט צוגעכאפט צו דעם ענין פון וממהרים לבא, חוץ אמאל ווען מען האט געדארפט א ישועה וכדו'

פארשטייצעך אז מהר"א קען דאס נישט ארויסזאגן אפען..

אויף דעם איז דא א חסידיש דיוק פון סאטמאר רב זי"ע פארוואס זאגט דער פייטן קודם המאחרים לצאת מן השבת און נאכדעם וממהרים לבא? לכאורה איז דאך די סדר פארקערט, מרמז צו זיין אז נאר אויב מען האלט שבת ביזן סוף דעמאלטס האט דער וממהרים לבא א חשיבות

אויך איז ידוע וואס דער קלויזענבארגער רב האט זיך אויסגעדריקט אויף די אידן וואס פאסטן אויס מוצאי יוה"ק פאר צוויי און זיבעציק ממש ביטער רחמנות געהאט אויף זייער נישט פאסטן...

נשלח: מאנטאג אפריל 26, 2021 5:40 pm
דורך אישתישבי
איז אבער דא די חשש אז עולם גולם וועט קלערען אז אויב מאכט מען שבת פרי מעג מען דאך אויך ענדיגן פרי וואס דאן רעדט מען דאך שוין פון חילול שבת


פליז.

חוץ פין דעם וואס דאס איז א גזירה וואס מאכט סענס אזוי ווי די יח דבר, מען איז מקבל שבת על פי רוב נאך דער זמן הדלקת הנרות

נשלח: מאנטאג אפריל 26, 2021 5:42 pm
דורך רביה''ק זי''ע
יא, מיין אמשינאווער חבר האט מיר געזאגט מיט טרערן אין די אויגן אז ער האט ביטער רחמנות אויף די אידן וואס עסן ליידער ליידער יום כיפור נאכמיטאג פאר שעתיים, בעיקר האט ער רחמנות אויף די וואס פאסטן שוין יא ביז׳ן 72. מילא די וואס פאסטן ליידער אויס ביי די געהעריגע זמן פון 36 מינוט קען ער נאך אביסל פארשטיין אז ס׳איז זיי שווער צו פאסטן נאך א שעה און א האלב, אבער די וואס פאסטן שוין ממילא ביז׳ן 72 פארוואס דארפן זיי פאר די פופציג מינוט אנווערן די גאנצע מעשה...

נשלח: דינסטאג אפריל 27, 2021 2:00 am
דורך berlbalaguleh
רביה"ק זי"ע: פון אמשינאוו קענמען נישט ברענגען קיין ראיה. ווייל ווען ביי די גאנצע וועלט איז דינסטאג אינדערפריה איז ביים רבי'ן נאך שבת נאכמיטאג. און ער זאגט אתה אחד ושמך אחד ביי שמו"ע...!

נשלח: דאנערשטאג אפריל 29, 2021 5:21 pm
דורך Hadasim
ראוי לציין דברי האור החיים הקדוש על הפסוק ושמרו בני ישראל את השבת לעשות את השבת (שמות לא טז) "עוד צריך לדעת כוונת אומרו לעשות את השבת... עוד ירצה באומרו לעשות את השבת כי מה שמוסיף מחול על הקדש יסכים ה' לקרותו שבת ונמצא זה האיש עושה שבת ממש כי שעות מיום ו' וגם שעות מיום א' שהם חול בני ישראל עושים אותם שבת:

נשלח: דאנערשטאג אפריל 29, 2021 11:07 pm
דורך Hadasim
די גרויסע חסידות'ער פילן זייער threatened פון individuality זיי באשטיין אויף א דאמינא גלויבינג סיסטעם און דערפאר האבן זיי זייער שטארק מורא ווען איינער מאכ"ט שב"ת פא"ר זי"ך אז עס קען האבן אן avalanche effect אויף די איבעריגע גלויביגע.

נשלח: זונטאג מאי 02, 2021 1:52 am
דורך מילך טראק
אין סאטמאר פלעגט מען זאגן מאחרים לצאת מן השבת וממהרים לבא
ממהרים לבא איז נאר חשוב אויב ס'איז אויך מאחרים לצאת

נשלח: זונטאג מאי 02, 2021 2:20 am
דורך Hadasim
א שיין ווארט, אבער נישט עכט נוגע, כ'האב נישט געזעהן אז די וואס דאווענען מיט די ערלי מנין זאלן מאכן אויס פריער.

נשלח: מאנטאג מאי 03, 2021 4:17 pm
דורך תרמב
די סאטמארע וואס זאגן דעם ווארט מיינען די וויזניצע

נשלח: דינסטאג מאי 04, 2021 3:01 pm
דורך berlbalaguleh
ניין: זיי מיינען די מאדערן ארטאדאקס...!

נשלח: דינסטאג מאי 04, 2021 8:54 pm
דורך אישתישבי
און מען קען זאגן פארקערט אויך, מאחרים לצאת איז נאר חשוב אויב איז מען ממהרים לבא.

נשלח: דינסטאג מאי 04, 2021 10:12 pm
דורך Hadasim
איך האב געהערט די ווארט אביסל בעסער, עס הייבט זיך אהן מיט א קושיא, פארוואס שטייט קודם המאחרים לצאת און נאכדעם וממהרים לבא, עס וואלט געדארפט שטיין פארקערט, ווייל קודם קומט שבת?

אויף דעם איז די תירוץ, אז ממהרים לבא איז נאר חשוב אויב ס'איז אויך מאחרים לצאת.

נשלח: מיטוואך מאי 05, 2021 8:13 am
דורך berlbalaguleh
מילך טראק האט געשריבן:אין סאטמאר פלעגט מען זאגן מאחרים לצאת מן השבת וממהרים לבא
ממהרים לבא איז נאר חשוב אויב ס'איז אויך מאחרים לצאת

כמו שאמרתי...!

נשלח: פרייטאג יוני 16, 2023 5:27 pm
דורך אייניקעל
פריע מנינים קבלת שבת אין וויליאמסבורג
רימינוב אויף ספענסער
לאשאנץ פרענקלין/פלאשינג
קדושת צבי ספענסער ווילאבי, 45 מינוט פאר די זמן
קול יעקב (שווייד) סאוט 8 און דריגס 45 מינוט פארן זמן
סעליש בעדפארד פארק, האלבע שעה פארן זמן
אליק 821 קענט, ביים זמן
ברעזוב 18 ספענסער, האלבע שעה פארן זמן
קלעסאן ווייבער שול אויף פרענקלין, ביים זמן
יאמפעלע (אמאליגע אפטא) מנינים פון 7:00 און ווייטער איעדע 20 מינוט
די שטיבל 66 פענן סט 6:15 (נשים ידליקו 7:00, מזמור שיר 7:05) - מנין ב' 10 מינוט פארן זמן

ווער עס ווייסט פון נאך אדער תיקונים ביטע צולייגן