Re: יוסף מזרחי באשטימט 14 רבנים וואס זענען פון די ערב רב
נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2024 4:12 pm
דורך berlbalaguleh
ניין: ווייל ס'איז שמוץ קענמען עס נישט ארויפלייגן. אפשר אין מאחורי הפרגוד.
Re: יוסף מזרחי באשטימט 14 רבנים וואס זענען פון די ערב רב
נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2024 4:13 pm
דורך סקעפטיקער
berlbalaguleh האט געשריבן: ↑דאנערשטאג מערץ 21, 2024 4:12 pm
ניין: ווייל ס'איז שמוץ קענמען עס נישט ארויפלייגן. אפשר אין מאחורי הפרגוד.
איז וואס? איך פערזענליך האלט גראדע אז שמואלי בוטח איז א מאנדע פערזאן, גארנישט מיט זיינע טויס וואס ער פארקויפט
Re: יוסף מזרחי באשטימט 14 רבנים וואס זענען פון די ערב רב
נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2024 5:10 pm
דורך מילך טראק
הרב מזרחי איז א עקסטרים מענטש, ער איז א tot מענטש אהן קיין חשבונות, ער קען אסאך מאל איבער טרייבן, ער רעדט כסדר וועגן שמירת שבת, און ער רעדט אקעגן רבנים וואס האבן מורא צו מוכיח זיין זייערע מענטשן, היות די ווידיא איז שוין נישט אוועליבעל ווייס איך נישט וואס ער האט דארט געזאגט, די האלעקאסט וידיא האב איך אויך נישט געזהען, אבער ווי איך פארשטיי לויט די קאמענעטס האט ער געמיינט צו זאכן אז אז פון די 6 מיליאן זענען נאר א האלבע מיליאן געהאט א אידיש מאמע, די איבריגע 5.5 זענען געווען אידן פון א אידישע טאטע אבער א גוישע מאמע, און נישט מהאט נאר געהארגט 500,000 אידן.
איך בין נישט קיין גרויסע היסטאריקער אבער איך גלייב אז די נומבערס זענען זייער זייער איבערגעטריבן, אבער דאס יא, א גרויס חלק פון די אידן זענען נישט געווען קיין שומרי תורה ומצוות
Re: יוסף מזרחי באשטימט 14 רבנים וואס זענען פון די ערב רב
נשלח: דאנערשטאג מערץ 21, 2024 5:30 pm
דורך סקעפטיקער
מזרחי איז א פשוט'ע שקרן אדער בעל דמיון, ער רעדט פעפערדיגע שטותים. אפשר וועל איך מיט די צייט אביסל צונעמען זיינע זאכן.
דער בארימטער זשורנאליסט פון די עי.בי. סי. נעטווארק דזשארדזש סטעפאנאפולאס איז דער זון פון א גריעק ארטאדאקס גלח.
Re: יוסף מזרחי באשטימט 14 רבנים וואס זענען פון די ערב רב
נשלח: דינסטאג מערץ 26, 2024 1:18 pm
דורך היום
berlbalaguleh האט געשריבן: ↑דינסטאג נאוועמבער 14, 2023 8:53 pm
איך בין געווען זיכער אז הרב זמיר כהן פון "הידברות" איז אויך אויף די ליסט. מ'קען נאך א ביסל פארגרעסערן די ליסט. וואס נעמט אריין א פאר "מקובלים" אויך. זיי אלע פרעדיגן ציוניזם מן התורה. (לשיטתו פון הרב יוסף מזרחי.).
ביסט וועלקאם צו גיין אויסטשעקן. נאכדעים קום צוריק און פארצייל אונז.
אילו בדיקה שמאטעס ו'לובריקאנט היה דיינו. על אחת כמה וכמה שמוציג כפולה ומכופלת.
דו ווילסט נישט אז איך זאל עס דיר ארויסשרייבן ברחל בתך ה'נ*קעטע. אפילו נישט אין מ'אחורי הפרגוד. אפשר אין "פאליש" . עפ"ל, שר"י.
Re: יוסף מזרחי באשטימט 14 רבנים וואס זענען פון די ערב רב
נשלח: דינסטאג מערץ 26, 2024 2:38 pm
דורך סקעפטיקער
מזרחי טענה'ט אז די גמרא "גרמניא של אדום" האט נישט געקענט וויסן די ווארט גרמניא בדרך הטבע ווייל די נאמען איז געגעבן געווארן דורות שפעטער. ער פארציילט אבער נישט אז די נאמען האט יוליוס קיסר געגעבן!
Re: יוסף מזרחי באשטימט 14 רבנים וואס זענען פון די ערב רב
נשלח: דינסטאג מערץ 26, 2024 4:00 pm
דורך berlbalaguleh
סקעפטיקער האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 26, 2024 2:02 pm1 מזרחי ברענגט "פרוף" אויף די תורה אז רבן גמליאל האט געהאט די חשבון פון כט יב תשצג פאר מולד הלבנה וואס היינט ווייסן מיר אז דאס איז (כמעט) פונקטליך. ער פארציילט אבער נישט אז היפרכוס האט דאס שוין געשריבן אפאר הונדערט יאר פריער, און קידינו נאך עטליכע הונדערט בעפאר.
די "חכמה" פון די 19 יעריגע סייקל איז שוין נתחדש געווארן אין יאר 432 BC דורך Meton of Athens און ווערט טאקע אנגערופן על שמו Metonic cycle
סקעפטיקער: דו ביסט טאקע א סקעפטיקער, אזוי ווי דיין נאמען זאגט אויף דיר.
נאר איך האף אז דו ליידסט נישט פון אן "אינפערייאריטי" קאמפלעקס. אזוי ווי א טייל פון אונזערע אידן. ווייל ס'איז מעגליך אז א גוי'אישער סייענטיסט האט "אויך" געזאגט די זעלבע אדער ענליך וואס די תורה. ממילא איז די תורה שוין נישט אריגינאל אדער אינטרעסאנט. כש"כ די ווערטער פון די חז"ל.
אלס א משל: ס'איז דא אין די וועלט'ס היסטאריע א געשיכטע פון א קעניג/געוועלטיגער וועלכער האט געהייסן האמוראבי. אין זיינע שריפטן האט מען אויך געטראפן א סאך "ענליכע" געזעצן ווי אין די תורה. ממילא... זאגן אונזערע סקעפטיקער זענען די ווערטער פון די תורה שוין נישט אריגינאל אדער אמת. די זעלבע איז ביי דברי חז"ל ווען זיי האבן עפעס פעסטגעשטעלט, אזוי ווי ביי הלכות קידוש החודש. אדער אין ענייני רפואה. אויב די היינטיגע סייענטיסטן זאגן אנדערש זענען שוין די דברי חז"ל נישט אמת (ח"ו). און ווער סגלייבט יא אז זייערע ווערטער זענען אמת דער איז "פרימיטיוו". אדער איו די באקס.
איין זאך וואס איך געדענק אז איך האב געלערנט (אלס יונגל) אין חדר. (כ'מיין אין מס' פסחים) וואו די גמ' האט א דעבאטע אויב די וועלט דרייט זיך ארום די זון. (העליא-סענטריזם). אדער די זון דרייט זיך ארום די וועלט.
די גמ' ברענגט דארט די מיינונג פן די חכמי ישראל און די מיינונג פון די חכמי אוה"ע (אומות העולם. די גויים. פון וואו דו קומסט, אסטראלאג.).
די מסקנא פון די גמ' איז אז מ'קען נישט וויסן. ווייל ס'איז גלייך צו א טיר וואס דרייט זיך אויף הינדזשעס. מ'קען נישט וויסן אויב די טיר דרייט זיך אדער די פרעים דרייט זיך. (דאס איז א שטיקל משל אויף די וועלט ווס. די זון אין יוניווערס). אפילו את"ל אז היינט ווייסט מען יא. דאס מיינט נישט אז די חז"ל זענען געווען עמי הארצים אין סייענס. ס'איז נאר אז זיי האבן געהאט די בעסטע סייענטיפישע אינפארמאציע וואס איז געווען עוועילעבל אין יענע צייט.
Re: יוסף מזרחי באשטימט 14 רבנים וואס זענען פון די ערב רב
נשלח: דינסטאג מערץ 26, 2024 4:04 pm
דורך berlbalaguleh
סקעפטיקער האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 26, 2024 2:38 pm
מזרחי טענה'ט אז די גמרא "גרמניא של אדום" האט נישט געקענט וויסן די ווארט גרמניא בדרך הטבע ווייל די נאמען איז געגעבן געווארן דורות שפעטער. ער פארציילט אבער נישט אז די נאמען האט יוליוס קיסר געגעבן!
לגבי ר' יוסף מזרחי: ער איז אמאל געווען זייער גוט. ס'איז געווען א געשמאק איהם צו הערן. נאר היינט , ליידער רעדט ער שוין שטותים והבלים. און ער רופט עס נאך אן " שיעורי תורה"...!
Re: יוסף מזרחי באשטימט 14 רבנים וואס זענען פון די ערב רב
סקעפטיקער האט געשריבן: ↑דינסטאג מערץ 26, 2024 2:38 pm
מזרחי טענה'ט אז די גמרא "גרמניא של אדום" האט נישט געקענט וויסן די ווארט גרמניא בדרך הטבע ווייל די נאמען איז געגעבן געווארן דורות שפעטער. ער פארציילט אבער נישט אז די נאמען האט יוליוס קיסר געגעבן!
לגבי ר' יוסף מזרחי: ער איז אמאל געווען זייער גוט. ס'איז געווען א געשמאק איהם צו הערן. נאר היינט , ליידער רעדט ער שוין שטותים והבלים. און ער רופט עס נאך אן " שיעורי תורה"...!
דיין סקעפטיציזם לגבי דעם נאמען "גרמניא" (של אדום) וואס דו זאגסט אז ס'איז נישט אריגינאל פון חז"ל. נאר זיי האבן עס גענימען פון יוליוס קיסר. דאס מיינט גארנישט קעגן די אריגינאליקייט פון דברי חז"ל. דער עיקר איז דער לימוד וואס חז"ל לערנען ארויס איבער דייטשלאנד. און דער רמז אין די תורה איבער דעים פאלק.
די גמ' אין מס' יומא זאגט אויך אן ענליכע זאך. "גרממיא" של אדום. זאגט דער הגהות הב"ח אז מ'דארף צו זאגן "גרמניא". רש"י דארט זאגט אז דאס מיינט מען דעם פאלק פון "סקסוניא". נעמען טוישן זיך מיט די צייט און פלאטץ. די עיקר איז דער לימוד. און די פרעדיקשן פון די דעוועלאפמענט.