דער אוה"ח הק' איז אין פרשת תזריע, (ויקרא י"ג ל"ז)
כי הן אמת שכל דבר תורה נאמר למשה ואין חכם יכול לדעת יותר ממה שידע משה, והגם שתצרף כל דורות ישראל מיום מתן תורה עד שתמלא הארץ דעה אין חידוש שלא ידעו משה, אבל ההפרש הוא כי משה נתן לו ה' תורה שבכתב ותורה שבעל פה, והנה האדון ב"ה בחכמתו יתברך רשם בתורה שבכתב כל תורה שבעל פה שאמר למשה, אבל לא הודיע למשה כל מה שנתן לו בעל פה היכן הוא רמוז בתורה שבכתב וזו היא עבודת בני ישראל עמלי תורה ללבש ההלכות שנאמרו למשה בסיני והסודות והדרשות כלן יתנו להם מקום בתורה שבכתב, ולזה תמצא באו התנאים וחברו תורת כהנים וספרי וכו' וכל דרושתם בכתובים אינם אלא על פי ההלכות (שידעו מכבר) והלבישם בתורת ה' תמימה שבכתב, ואחריהם ועד היום זו היא עבודת הקודש בני תורה לדייק המקראות וליישבם על פי המאמרים שהם תורה שבעל פה
ווי מער איך טראכט אריין כאפ איך מיך אז סממש דברים פשוטים מאוד
די משנה אין אבות הייבט אן משה קיבל תורה מסיני ומסורה ליהושע וכו',
איז די שאלה וואס האט ער דען געדארפט איבערגעבן ספעציעל צו יהושע'ן,
סתם די פסוקים חומש פון אלע מצות? דאס איז דאך דברים שבכתב גלוי לכל,
דאס דארף דען א קבלה ומסורה? יעדער קען דאס אליין זעהן,
איז אבוויעסלי דא רעדט מען פון תורה שבעל פה,
יעצט וואס פונקטליך איז תורה שבעל פה,
איז בפשטות איז עס די פרטי הלכות, דהיינו די טויזנטער הלכות וואס מיר געפינען למשל אין רמב"ם אין שו"ע,
ווי למשל הלכות שחיטה וניקור, הלכות שבת, חושן משפט, זמנים, שיעורים, וכו'
ס'מוז דאך פשוט אזוי זיין, כלל ישראל האט דאך געמוזט somehow וויסן וויזוי זיך צו פירן ווי א איד צווישן קבלת התורה אין חז"ל,
און דאס האבן זיי געוויסט פון די קבלה פון תושב"פ וואס משה האט מקבל געווען מסיני ווי די משנה אין אבות זאגט,
יעצט ווי איך פארשטיי איז לכאורה משניות די מערסטע ענליך צו ארגינעלע תושב"פ, נישט ממש אלעס אבער אסאך,
איך געדענק איך האב אמאל געזען אדער געהערט בימי חורפי אז געוויסע פרקי משניות איז ארגינעל ווארט פאר ווארט מקובל ביז משה רבינו מסיני,
למשל דער פרק איזהו מקומן אין מס' זבחים, וואס האט נישט קיין מחלוקת, איז ממש ארגינעל ווארט פאר ווארט מסיני
אז מ'אבזערווירט די לשון און סיגנון פון משניות ספעציעל סדר טהרות, מס כלים, טהרות, נגעים אהלות,
שטעלט זיך ארויס א אינטערסאנטע זאך,
זייער אסאך משניות אפשר רוב, איז מציאות'ן, ער זאגט כמעט נישט קיין כללים,
למשל אזא מין טאפ איז טמא, אזא מין וואגן איז נישט טמא, א אויוון איז אזוי, א בענקל איז אזי,
איז פשט איז אזוי, לפענ"ד, די תורה האט געוואלט אונז זאל מיר רעקאנסיילן די אלע מציאות'ן אין אויספיגרן די כללים,
איינמאל אונז פיגור מיר אויס די כללים איז דער נעקסטער סטעפ איז ווי אין תורה שבכתב ליגן די כללים,
די שקלא וטריא פון גמרא טוהט ממש דאס, ווי אויך שפעטער די בעלי תוספות און שפעטער בכל הדורות עד היום הזה, צו גריבלען טיפער אלעס איז פשוט'ע לאגיק פן רעקאנסיילן תושב"פ וואס זענען בעיקר געבויט אויף טויזנטער מציאות'ן,
יעצט אזוי, די משניות דעקט נישט ממש יעדער איינציגער מציאות שבעולם, וואס איז געווען און וועט זיין לעולם ועד,
דאס איז דאך אין לדבר סוף און עס פעהלט עכט נישט אויס,
ער דעקט נאר פונקטליך וויפיל עס פעהלט זיך אויס צו כאפן די כללים,
דאס מיינט צו זאגן אז יעדער משנה האט א חידוש וואס שיקט א הינט צו ארויסהאבן די ריכטיגע כלל,
יעצט דורכאויס די פראצעדור פון אויספיגרן די כללים האבן פארשידענע חכמים זייער שכל געפירט צו אנדערע סברות סיי פון כללים און סיי וויזוי צו דרשנ'ן פון די פסוקים,
צוליב דעם איז נולד געווארן מחלוקת'ן, איבער הלכות פון מציאות'ן וואס האט נישט געהאט קיין קבלה מסיני, יעדער תנא האט זייער שכל אנדערש געפירט צו אנדערע מסקנות,
היוצא לנו מזה, די אלע טויזענטער הלכות וואס מיר ווייסן היינט איז איינע פון די 3
1, גראד מקובל מסיני אן קיין סברה, הללממס"נ
2, אויך גראד מקובל מסיני אבער מלובש אין תורה שבכתב, כפי האור החיים הק'
3, א מציאות וואס לפי חז"ל פאלט אונטער א כלל אויספארמירט פון אנדערע מציאות'ן וואס איז מקובל מסיני
נאכדעם איז דא אינגאנצן איין אנדערע ענין וואס האט גארנישט מיט כל הנ"ל, וואס רופט זיך "גדרים וסייגים",
וואס לפי האמת איז משורשו אויך תורת ה' ווייל די תורה האט געהייסן און געגעבן די אטאריטעט פאר חכמי הדור, צו גוזר זיין גזירות זאל זיין א סייג לתורה,
הא גופא צו מאכן גדרים וסייגים לערנט מען ארויס פון פסוקים,
און ווי עס שיינט ארבעט עס ענליך צו די אמריקאנע כלל וואס רופט זיך precedence דהיינו אז מ'קען נישט מבטל זיין א גזירה וואס פריערדיגע חכמים האבן גוזר נאר מיט גאר שטארקע אויסנאמען,
כן נלפענ"ד נכון