בלאט 3 פון 3
נשלח: פרייטאג אוגוסט 28, 2020 11:39 am
דורך berlbalaguleh
נהורא נפישא האט געשריבן:ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:ער ברענגט חז"ל טאקע, אבער לויט ווי איך געדענק האט ער געהאלטן מער ווייניגער ווי די קאנסערוואטיווע, אז די תורה איז א מקור פאר אונזער אידישקייט, אבער נישט די איינציגסטע און אנדערע מקורות קענען אויך זיך פארמעסטן דערמיט. דאס הייסט כפירה בתורה, ווייל ער זוכט אין אנדער ערטער אויך
דאס אז די תורה קען ווערן פארשטאנדיק פון אנדערע אמתע מקורות איז נישט עפעס וואס ער האט מחדש געווען דאס איז די קלאסישע רמב"ם צוגאנג אז אריסטאטליען פיליזאפיע קען מגלה זיין דעם אמת אין די תורה.
און פארגעס נישט אז אויך הרב קוק טיישט אריין זיין מיסטישע פאנטאזיעס אין די תורה און הלכה.
0
נהורא נפישא: ברענג נישט קיין ראיה פון הרב קוק. ער איז געווען א גדול בישראל. און א ירא שמים. נאר ער האט געזאגט געוויסע קאנטראווערסיאלע סטעיטמענטס. ער האט אבער נישט צוגערירט אין די עצם קיום התורה והמצוות. משא"כ ר' משה מענדלסון (דעסויער). וועלכער איז פערזענליך געווען אן ערליכער איד. אבער ער האט געוואלט ..."א ביסל"...רעפארמירן די תורה. און ראציאנאליזירן דעם קיום פון געוויסע מצוות. ער האט אבער אויפגעמאכט א טיר פאר די נאכפאלגענדע רעפארמירער וועלכע האבן רעפארמירט די גאנצע תורה וקיום המצוות. זאגאר די אמונה אז תורה איז מן השמים האבן זיי אויך געלייקנט. אין זייער גוטהארציגקייט האבן זיי (די שפעטערע רעפארמער) געזאגט אז ס'איז געטליך אינספירירט...!
אקעגן דעם האט דער חת"ם סופר געקעמפט...!
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 9:17 pm
דורך berlbalaguleh
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:וואס האב איך געשריבן אויף דער ליובאוויטשער רבי?
און וואס האט דער ליובאוויטשער רבי אוועק געגעבן פאר אנדערע וואס הרב שך האט נישט? איך מיין אז ביידער האבן זיך אוועק געגעבן לייב און לעבן פאר א צווייטע איד. נישט פון דער רביסטיווע און ראש ישיבה, דאס איז זייער פאך געווען. נאר דער ליובאוויטשער רבי האט זיך אוועק געגעבן ווען ער איז ארויס פון זיין באקס צו טון פאר יענעם, און אזוי אויך הרב שך. זאגן דער שיעור און פירן דער ישיבה איז פשוט זיין פאך, אבער זיין גיין מחזק זיין אידן אין שפיטאל, נאכגיין יעדער בחור'ס אישוס און אים ארויס העלפן, און דאס אריין לייגן אין פאליטיק היפך זיין נאטור לטובת זיין סטאדע, איז יא זיך אוועק געגעבן פאר יענעם. ווי אויך דער ליובאוויטשער רבי'ס זיך זארגן פאר יעדער וואס ער האט נאר געקענט, און זיין געדענקן די פראבלעמן פון די וואס ער האט באגעגענט. איך זעי נישט קיין גרויסע חילוק צווישן די צווי אין דער געביט, נאר אין די חיצוניות'דיגן אויסשטעל.
איך ווייס נישט וואס דער טאשער רבי האט אוועק געגעבן פאר א צווייטן איד, אבער פון דיין שרייבאכץ זעט זיך אויס אז ווען דו וואלסט געגלויבט אין די מופתים פון הרב שך, וואלט עס געמיינט אז ער האט יא געטויגט, עפעס וואס איך פארשטיי פונקט נישט.
ליטוואק: ווען איך זאג ..."מופתים"... מיין איך נישט קיין הימלישע זאכן. נאר איך האב געליינט כמה מעשיות ווי הרב ש"ך, שוין אין זיינע עלטערע יארן האט זיך שטארק מטריח געווען צו פארן אין א צווייטע שטאט כדי צו רעדן מיט א ראש ישיבה אז ער זאלל ארייננעמען א בחור וואס מ'האט ארויסגעווארפן פון א צווייטע ישיבה. כדי דער בחור זאלל נישט בלייבן אויף די גאס.
איך וואלט געהאט מער התפעלות פון הרב ש"ך ווען ער וואלט געהאט די ברייטקייט צו רעספעקטירן א צווייטן מנהיג ישראל. וואס הרב ש"ך האט ליידער נישט געהאט. פיין. אלס ליטוואק האט ער נישט דערהויבן זאכן אין חסידות, ובפרט פון ליובאוויטש וועלכע זענען געווען פרעמד פאר איהם. אבער מאך נישט יענעם מנהיג ישראל פאר א שווינדלער און פאפער. ווייל דער ליובאוויטשער רבי האט געהאט עפעס ספעציעלע זכותים. שאכמ"ל. און דעריבער האט איהם טאקע זיין שווער שטארק ליעב געהאט. און מכיר טובה געווען.
לגבי טאהשער רבי זצ"ל. קען איך דיר זאגן אז דו ביסט קיינמאל נישט געווען ביי איהם. און צוגעזעהן זיין עבודת התפילה. אדער זיין אוועקגעבן זיך פאר א צווייטן איד. און ער האט ממש דערהאלטן א סאך אידן ביים לעבן סיי בגשמיות.און סיי ברוחניות. אויסרעכענען פרטים קענמען טויזנטער. אבער די מענטשן וועלכע האבן זיך געדרייט ארום איהם וועט א יעדער קענען מעיד זיין אז ר'איז געווען א צדיק אמת...!
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 9:30 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
הייסט'ס ביי דיר איז א מנהיג ישראל העכער קריטיק, און קיינער מעג נישט זאגן קריטיק אויף אים.
איך וואלט דיר געגלויבט, נאר דאס מאכט מיר אביסל דיז"י, איך האף דו פארשטייסט פארוואס.
אבער, איך האב גערעדט מיט הרב שך, און ער וועט זיך אן עצה געבן אן דיין רעספעקט. ער האט געטון וואס איז אים געווען וויכטיג בשעתו, און אז עס האט אים געקאסט דיין רעספעקט, נו נו.
איך האב פאר דיר א שאלה. דו זאגסט מיט א ברייטקייט אז הרב שך האט נישט פארשטאנן חסידות. אפשר פארשטייסטו נישט התנגדות? אפשר האט דער ליובאוויטשער רבי נישט פארשטאנן התנגדות?
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 9:40 pm
דורך כרם זית
ביידע אידן סיי דער ליובאוויטשער און סיי הרב שך, זענען גאר טייער ביי מיר (און עס מאכט ניטאמאל אויס, ווייל כרם זית קעגן זיי איז אזוי ווי א מוריטשקע קעגן א מענטש, טא וועם גייט אן וואס די מוריטשקע האלט אויפן מענטשהייט?), אבער איך טראכט אסאך מאל צו מיר אז די גאנצע מחלוקות וואלט לכאורה געקענט פארמיטן ווערן ווען די צוויי גדולים פארשטייען אז זיי דארפן נישט פירן די וועלט, נאר קער נעמען פון זייערע לאקאלע געמיינדע.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 9:44 pm
דורך ליטוואק פון בודאפעסט
זייער גוט!
יעצט דערצייל מיר, ווער איז אריין ביי יענעם און ווער איז געבליבן ביי זיך? הרב שך האט אריין גערעדט א ווארט אין נ.י.? ער האט עפעס געהייסן פאר די אידן אין קראון הייטס?
און ווער האט געשיקט שלוחים צו טוישן די פאליטיק אין א"י, ווייל ער האט געהאלטן אז צוריק געבן שטחים אין א צווייטע לאנד איז א פראבלעם? דאס איז געווען די טענה דעמאלס, מיש זיך נישט מעבר לים אין זאכן וואס זענען נישט דיין טעריטאריע. הרב שך האט ווייטער געטון זיינס אין זיין גארטן, און נישט צוגעלאזט אז א צווייטע זאל קומן שטערן, ותו לא.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 9:48 pm
דורך berlbalaguleh
כרם זית: אט דאס איז געווען די גדלות פון ר' שלמה זלמן אויערבאך זצ"ל. ער האט אמאל פארציילט אז מ'איז געקומען צו איהם און געלייגט פרעשור אז ער זאלל זאגן דיעות לגבי ציונות/קנאות. האט ער געענטפערט אז..."ס'זענען דא גענוג גדולי ישראל וועלכע פיהרן די וועלט. איך ווילל מיך קאנצענטרירן אין די ד' אמות של הלכה"...!
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 9:50 pm
דורך berlbalaguleh
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:זייער גוט!
יעצט דערצייל מיר, ווער איז אריין ביי יענעם און ווער איז געבליבן ביי זיך? הרב שך האט אריין גערעדט א ווארט אין נ.י.? ער האט עפעס געהייסן פאר די אידן אין קראון הייטס?
און ווער האט געשיקט שלוחים צו טוישן די פאליטיק אין א"י, ווייל ער האט געהאלטן אז צוריק געבן שטחים אין א צווייטע לאנד איז א פראבלעם? דאס איז געווען די טענה דעמאלס, מיש זיך נישט מעבר לים אין זאכן וואס זענען נישט דיין טעריטאריע. הרב שך האט ווייטער געטון זיינס אין זיין גארטן, און נישט צוגעלאזט אז א צווייטע זאל קומן שטערן, ותו לא.
זאגן דיעות וועגן ארץ ישראל מעג א יעדער איד. דאס הייסט נישט געמישט זיך אין זאכן מעבר לים. דער ליובאוויטשער רבי אלס יחיד און אלס מנהיג ישראל האט געהאט א רעכט זיך אריינמישן אין זאכן וואס איז נוגע ארץ ישראל. אפילו ער וואוינט מעבר לים...!
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 11:01 am
דורך כלבאשבוע
א מעין צוואה וואס ער האט געשריבן 40 יאר צוריק
ב"ה, אור לי"ב בסיון תש"מ
"ברוך ה' אלקים אלקי ישראל עשה נפלאות לבדו"
למשפחתי ולידידיי,
אין זו צוואה. אין כוחי לכך ואין לבי לכך עתה. אבל רצוני לכתוב מלים אחדות באווירה של רצינות ערב ניתוח גדול וארוך וגם מסוכן במידה ידועה.
....
היו כמה דברים, כמה עניינים שבאמת העסיקו אותי וכבשו את לבי. אכן באמת ובתמים רציתי בטובת עם ישראל, ורציתי בקשר בין ישראל אל הקב"ה, והדבר מילא את לבי, לקראתו ולמענו עשיתי את מה שעשיתי. אולי התכוונתי גם לעצמי, אבל באמת ובתום לב אהבתי את ישראל, אהבתי את הקב"ה ורציתי בשניהם, למענם עשיתי. אולי לא מספיק, אולי לא נכון – אבל בכל לב.
...
ואשאיר כמה דברים של בקשה:
כל הדברים גשמיים של כבוד וזיכרון אינם מעסיקים אותי אף לא העסיקוני באמת אי פעם. אבל יש לי בקשה מכל ידידיי אהוביי ואוהביי:
לסייע לגדל את ילדיי בדרך שרצינו לגדלם: יהודים שלמים עם אלוקים ואדם, שילכו בדרך החסידות, ושיזכרו לאהוב את העם היהודי על חסרונותיו, ואת כל יהודי לחוד. שינסו להכיר את העולם ולא להתיירא ממנו אלא להאירו באור החיים.
ולכל האחרים בקשה: הרבה הרבה הרבה רציתי לעשות. והאמינו לי, לא לכבוד עצמי. אש בערה בי: למען ה' ולמען משיחו. לו ידעתי שאחרים עושים טוב ממני הייתי מצטנע בפינה קטנה. סהדי במרומים שלא נדחקתי ולא נדחפתי מעצמי לא לכבוד ולא לשררה ולא לכל הדומה לדבר. אבל הרבה הרבה רציתי לעשות. אנא מכם: המשיכו לעשות את מה שרציתי.
המשיכו לעשות דברים שיעשו קשר בין אלה: אלקי ישראל ועם ישראל, העולם ומלואו והתורה, שיהיו ארבעתם כארבע אותיות של שמו הגדול.
"שמע ישראל ה' אלקינו ה' אחד"
והוא היודע ועד.
עדין
https://www.facebook.com/67255655619655 ... D6cgEE&d=n
בד"ה הגאון האדיר רבי עדין שטיינזאלץ זצ"ל
נשלח: מאנטאג סעפטעמבער 07, 2020 5:44 pm
דורך אמת וצדק
ווי ערווארטערט האבן די יתד מיטן הפלס נישט דערמאנט קיין ווארט פונעם פטירה פון הרב שטיינזלץ. ווידער די המודיע מיטן המבשר האבן אים יא אין קורצען באשריבען אין זייער טעגליכע אויסגאבע, ערשט מאנטאג נאכן פטירה (ער איז אוועק אויף א פרייטאג).
די רעדאקטער פונעם משפחה מאגעזין אין א״י ר׳ אריה ארליך האט אים אויך אין קורצען באשריבען, אבער האט בעיקר ארויסגעברענגט זיין מעלה פון זיך מתבטל זיין צום ליובאוויטשער רבי ווי מען קען זען פון דאס וואס ער האט מסכים געווען אויפן פארלאנג פונעם רבי׳ן צו משנה זיין - זיין לעצטען נאמען פון שטיינזלץ צו אבן-ישראל..
פארשטייט זיך אז די ליובאוויטשער אויסגאבע ״כפר חב״ד״ האט אסאך ארומגערעדט פון אים, בעיקר בנוגע זיין קשר צו חב״ד מיט איר לעצטע רבי.
Re: בד"ה הגאון האדיר רבי עדין שטיינזאלץ זצ"ל
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 3:28 am
דורך רוני
אין איינער פון זיינע ספרים שרייבט ער אין די אנהייב אזוי:
אין די פריערדיגע ספרים פלעגט מען שרייבן א הקדמה מיט א גילוי דעת אז איבעראל ווי עס ווערט דערמאנט גוים מיינט מען די פארצייטיגע גוים עובדי ע"ז, אבער ח"ו מיינט מען נישט די היינטיגע גוים וואס זענען גוט און חסידי אומות העולם וכו'.
איך וויל אויך שרייבן א גילוי דעת אז איבעראל ווי עס ווערט דערמאנט א איד מיינט מען די פארצייטישע אידן וואס זענען געווען ווי עס דארף צו זיין, אבער מען מיינט נישט די היינטיגע אידן...
Re: בד"ה הגאון האדיר רבי עדין שטיינזאלץ זצ"ל
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 2:22 pm
דורך [NAMELESS]
לא הבנתי
Re:
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 14, 2023 7:42 pm
דורך berlbalaguleh
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 9:44 pm
זייער גוט!
יעצט דערצייל מיר, ווער איז אריין ביי יענעם און ווער איז געבליבן ביי זיך? הרב שך האט אריין גערעדט א ווארט אין נ.י.? ער האט עפעס געהייסן פאר די אידן אין קראון הייטס?
און ווער האט געשיקט שלוחים צו טוישן די פאליטיק אין א"י, ווייל ער האט געהאלטן אז צוריק געבן שטחים אין א צווייטע לאנד איז א פראבלעם? דאס איז געווען די טענה דעמאלס, מיש זיך נישט מעבר לים אין זאכן וואס זענען נישט דיין טעריטאריע. הרב שך האט ווייטער געטון זיינס אין זיין גארטן, און נישט צוגעלאזט אז א צווייטע זאל קומן שטערן, ותו לא.
נאר דער ליובאוויטשער רבי האט געהאלטן אז אלס א חלק פון כלל ישראל האט ער א רעכט און א חיוב צו טון השתדלות אז זאכן זאלן נישט געטון ווערן וועלכע זענען לדעתו אקעגן די הלכה. משא"כ אין יאפאן אדער טשיינע וואלט ער נישט אריינגערעדט וואס די ארטיגע רעגירונג זאל יא, אדער נישט טון.
Re:
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 15, 2023 10:56 am
דורך בני מר ומתוק
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 9:44 pm
זייער גוט!
יעצט דערצייל מיר, ווער איז אריין ביי יענעם און ווער איז געבליבן ביי זיך? הרב שך האט אריין גערעדט א ווארט אין נ.י.? ער האט עפעס געהייסן פאר די אידן אין קראון הייטס?
און ווער האט געשיקט שלוחים צו טוישן די פאליטיק אין א"י, ווייל ער האט געהאלטן אז צוריק געבן שטחים אין א צווייטע לאנד איז א פראבלעם? דאס איז געווען די טענה דעמאלס, מיש זיך נישט מעבר לים אין זאכן וואס זענען נישט דיין טעריטאריע. הרב שך האט ווייטער געטון זיינס אין זיין גארטן, און נישט צוגעלאזט אז א צווייטע זאל קומן שטערן, ותו לא.
וכמו שאמר חכם אחד,
The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
Re:
נשלח: זונטאג דעצעמבער 17, 2023 3:27 am
דורך berlbalaguleh
berlbalaguleh האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 9:17 pm
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:וואס האב איך געשריבן אויף דער ליובאוויטשער רבי?
און וואס האט דער ליובאוויטשער רבי אוועק געגעבן פאר אנדערע וואס הרב שך האט נישט? איך מיין אז ביידער האבן זיך אוועק געגעבן לייב און לעבן פאר א צווייטע איד. נישט פון דער רביסטיווע און ראש ישיבה, דאס איז זייער פאך געווען. נאר דער ליובאוויטשער רבי האט זיך אוועק געגעבן ווען ער איז ארויס פון זיין באקס צו טון פאר יענעם, און אזוי אויך הרב שך. זאגן דער שיעור און פירן דער ישיבה איז פשוט זיין פאך, אבער זיין גיין מחזק זיין אידן אין שפיטאל, נאכגיין יעדער בחור'ס אישוס און אים ארויס העלפן, און דאס אריין לייגן אין פאליטיק היפך זיין נאטור לטובת זיין סטאדע, איז יא זיך אוועק געגעבן פאר יענעם. ווי אויך דער ליובאוויטשער רבי'ס זיך זארגן פאר יעדער וואס ער האט נאר געקענט, און זיין געדענקן די פראבלעמן פון די וואס ער האט באגעגענט. איך זעי נישט קיין גרויסע חילוק צווישן די צווי אין דער געביט, נאר אין די חיצוניות'דיגן אויסשטעל.
איך ווייס נישט וואס דער טאשער רבי האט אוועק געגעבן פאר א צווייטן איד, אבער פון דיין שרייבאכץ זעט זיך אויס אז ווען דו וואלסט געגלויבט אין די מופתים פון הרב שך, וואלט עס געמיינט אז ער האט יא געטויגט, עפעס וואס איך פארשטיי פונקט נישט.
ליטוואק: ווען איך זאג ..."מופתים"... מיין איך נישט קיין הימלישע זאכן. נאר איך האב געליינט כמה מעשיות ווי הרב ש"ך, שוין אין זיינע עלטערע יארן האט זיך שטארק מטריח געווען צו פארן אין א צווייטע שטאט כדי צו רעדן מיט א ראש ישיבה אז ער זאלל ארייננעמען א בחור וואס מ'האט ארויסגעווארפן פון א צווייטע ישיבה. כדי דער בחור זאלל נישט בלייבן אויף די גאס.
איך וואלט געהאט מער התפעלות פון הרב ש"ך ווען ער וואלט געהאט די ברייטקייט צו רעספעקטירן א צווייטן מנהיג ישראל. וואס הרב ש"ך האט ליידער נישט געהאט. פיין. אלס ליטוואק האט ער נישט דערהויבן זאכן אין חסידות, ובפרט פון ליובאוויטש וועלכע זענען געווען פרעמד פאר איהם. אבער מאך נישט יענעם מנהיג ישראל פאר א שווינדלער און פאפער. ווייל דער ליובאוויטשער רבי האט געהאט עפעס ספעציעלע זכותים. שאכמ"ל. און דעריבער האט איהם טאקע זיין שווער שטארק ליעב געהאט. און מכיר טובה געווען.
לגבי טאהשער רבי זצ"ל. קען איך דיר זאגן אז דו ביסט קיינמאל נישט געווען ביי איהם. און צוגעזעהן זיין עבודת התפילה. אדער זיין אוועקגעבן זיך פאר א צווייטן איד. און ער האט ממש דערהאלטן א סאך אידן ביים לעבן סיי בגשמיות.און סיי ברוחניות. אויסרעכענען פרטים קענמען טויזנטער. אבער די מענטשן וועלכע האבן זיך געדרייט ארום איהם וועט א יעדער קענען מעיד זיין אז ר'איז געווען א צדיק אמת...!
נאך א קליינע נקודה להוספה: און פאר זיך האט ער גארנישט געדארפט. למשל. ער פלעגט עסן "פרישטאג, לאנטש און סאפפער" צוזאמען. א ביסל הינען יויך (טשיקן זופ) מיט א "פליגל"...אום 2 אזייגער ביינאכט. די איבעריגע צייט האט ער אוועקגעגעבן צו לערנען און דאווענען און העלפן אנדערע אידן...!
נאר איין מעשה (אחד מני אלף, אויב דו ווילסט עס גלייבן). ער איז אמאל געפארן קיין לאנדאן צו שאפן געלט. ווען א איד א נצרך (לצורך רפואה) איז אריינגעקומען האט איהם דער טאהשער רבי זצ"ל אוועקגעגעבן די גאנצע געלט וואס איז דאמאלס געווען אויפ'ן טיש.
Re:
נשלח: זונטאג דעצעמבער 17, 2023 3:30 am
דורך עמקות התם
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן: ↑מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 9:44 pm
זייער גוט!
יעצט דערצייל מיר, ווער איז אריין ביי יענעם און ווער איז געבליבן ביי זיך? הרב שך האט אריין גערעדט א ווארט אין נ.י.? ער האט עפעס געהייסן פאר די אידן אין קראון הייטס?
און ווער האט געשיקט שלוחים צו טוישן די פאליטיק אין א"י, ווייל ער האט געהאלטן אז צוריק געבן שטחים אין א צווייטע לאנד איז א פראבלעם? דאס איז געווען די טענה דעמאלס, מיש זיך נישט מעבר לים אין זאכן וואס זענען נישט דיין טעריטאריע. הרב שך האט ווייטער געטון זיינס אין זיין גארטן, און נישט צוגעלאזט אז א צווייטע זאל קומן שטערן, ותו לא.
אט דאס איז איינע פין דיינע טעותים
ארץ ישראל איז א ירושה פאר ישראל, עס באלאנגט נישט פאר מדינת ישראל, אדער אגודה, דגל…. און א ירשוה קען מען נישט אוועקגעבן, ווילאנג די פרעגסט נישט יעדע וואס טראגט אין וועט טראגען דעם נאמען ישראל, ממילא איז נישט שייך קיין שלום מיט דעם ישמאל און אוועקגעבן אונזער ירושה