בד"ה כ"ק אדמו"ר מסאדיגור זצ"ל
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9706
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
מלכות רוז'ין :
הממשיכים לשולשלת הקוד'
הבן הגדול המתגורר בירושלים יכהן כאדמו"ר בירושלים .
הבן השלישי המתגורר בלונדון יכהן כאדמו"ר בלונדון
הבן החמישי המתגורר זמני בבלגיה . יכהן בבני ברק
החסידות תמשיך להתפתח באחדות גמורה והאחים יפעלו יחד לביסוס וחיזוק המוסדות,
פון מיין סאדיגורער קאנטאקט, וואס איז שוין פריער אביסל אויפגעוויזן נישט צו וויסן גענוי וואס טוט זיך, הגם אז עס איז אים נוגע

The greatest obstacle to discovery is not ignorance--it is the illusion of knowledge.
(Daniel J. Boorstin) דא
(Daniel J. Boorstin) דא
-
- א גאסט אין שטיבל
- הודעות: 19
- זיך רעגיסטרירט: מאנטאג יאנואר 06, 2020 6:15 pm
- האט שוין געלייקט: 9 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 6 מאל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:מלכות רוז'ין :
הממשיכים לשולשלת הקוד'
הבן הגדול המתגורר בירושלים יכהן כאדמו"ר בירושלים .
הבן השלישי המתגורר בלונדון יכהן כאדמו"ר בלונדון
הבן החמישי המתגורר זמני בבלגיה . יכהן בבני ברק
החסידות תמשיך להתפתח באחדות גמורה והאחים יפעלו יחד לביסוס וחיזוק המוסדות,
פון מיין סאדיגורער קאנטאקט, וואס איז שוין פריער אביסל אויפגעוויזן נישט צו וויסן גענוי וואס טוט זיך, הגם אז עס איז אים נוגע
דערווייל איז נישטא אן אפיציעלע החלטה, עס איז פארהאן א שטארקע און קלארע צוואה געחתמנט פארגאנגענע טבת אין א בית דין אז די בן חמישי איז די אדמו''ר און די ברודער הרבנים במקמותיהם זענען נכנע אונטער עם, נאר די בן הבכור איז נישט מסכים זיך אונטער גיבן כאטש עס איז ברור אז דאס האט די רבי זצ''ל געוואלט
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 755
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
- האט שוין געלייקט: 479 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 679 מאל
מיינונגזאגער האט געשריבן:ר' אלתר מיט ר’ שמעון זענען געווען צעקריגט?
מהיכן בא היסטוריה זו, האם זה חדשות אבל לא היסטוריה? איך דענק גוט ביידע. ריכטיג אז עס זענען געווען נאנטע מענטשען אזוי ווי ביי אלע גרויסע רבי'שע צדיקים וואס האבן געהאט אן אגענדע צו צוטיילן די צוויי ברידערקעס, אבער איך געדענק ווען די אחים קדושים ר’ אברהם זצ”ל מיט ר’ שמעון זצ”ל זענען געקומען אויף ניו יורק נאך געלט פאר דער יונגערע (צוקריגטער) ברידער ר’ אלתר זצ”ל ווען ער האט געהאלטן ביים חתונה מאכן איינע פון זיינע קינדער, ולא היה לו לפורטה אפי’ שוה פרוטה. און די צוויי הייליגע ברודער צוזאמען האבן דאן צוזאם געשטעלט דאס גאנצע געלט.
אדרבה, צייג מיר אן ווי אין די היסטוריה מען געהערט אפי’ א פיפס פון א מחלוקה צווישן די צוויי.
לא דובים ולא יער.
מען האט דאן געזאגט א ווערטל אז אלתר איז ר"ת אתה לא תהיה רבי
ער איז געווען אביסל שלימזל'דיג מיט חסידים, און ער איז געווען אן אויסגעשפילטער מענטש
למעשה זיינע קינדער בומען אריין, און פאקן איין אלע לעלובער רעבעס אינאיינעם..
אנגעהויבן ביי זיין זוהן ר' אלימלך, זיין ברודער ר' נחמן, וואס זענען וועלט בארימט
זייער ברודער ר' חיים יוסף איז אויך נישט אוועקצומאכן
און אפי' דער שטילער ברודער ר' דוד'ל האט א טראק מיט מעריצים, און איז באוואוסט אלץ אן איש קדוש אין בארא פארק
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1010
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
- האט שוין געלייקט: 642 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל
יא, דאס איז אמת אז די קינדער פון ר' אלתר פירן היינט די וועלט, פון די איבריגע ווייסט מען קוים.
[tag]מיינונגזאגער[/tag] וועלכע יאר זענען זיי געקומען נאך געלט? אפשר איז יענץ געווען נאך פאר ר' אלתר האט זיך דערקלערט רבי? ווייל פון ווען ער האט זיך דערקלערט רבי האבן זיי כמעט נישט געהאט קיין שייכות. כן שמעתי ברור מחסידי לעלוב.
[tag]מיינונגזאגער[/tag] וועלכע יאר זענען זיי געקומען נאך געלט? אפשר איז יענץ געווען נאך פאר ר' אלתר האט זיך דערקלערט רבי? ווייל פון ווען ער האט זיך דערקלערט רבי האבן זיי כמעט נישט געהאט קיין שייכות. כן שמעתי ברור מחסידי לעלוב.
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1010
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
- האט שוין געלייקט: 642 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל
עמעזאן האט געשריבן:דערווייל איז נישטא אן אפיציעלע החלטה, עס איז פארהאן א שטארקע און קלארע צוואה געחתמנט פארגאנגענע טבת אין א בית דין אז די בן חמישי איז די אדמו''ר און די ברודער הרבנים במקמותיהם זענען נכנע אונטער עם, נאר די בן הבכור איז נישט מסכים זיך אונטער גיבן כאטש עס איז ברור אז דאס האט די רבי זצ''ל געוואלט
נישט נאר די עלטסטע זון, נאר אויך די מאמע רייסט איין אז די עלטסטע זון זאל ווערן רבי.
פריער נאכ'ן כינוס אין גרויסן בית המדרש, האבן די עלטערע ברידער ארויסגעגאגנען אינאיינעם. אונטער זיי איז געגאנגען דער "ינוקא מסדיגורא" אין באגלייטונג פון גבאי וזקני חסידי אביו. קוקט אויס ווי ס'איז פארטיג, די חסידים האבן אים שוין אויפגענומען.
-
- ידיד ותיק
- הודעות: 755
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יוני 10, 2020 5:47 pm
- האט שוין געלייקט: 479 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 679 מאל
ליטוואק פון בודאפעסט האט געשריבן:מלכות רוז'ין :
הממשיכים לשולשלת הקוד'
הבן הגדול המתגורר בירושלים יכהן כאדמו"ר בירושלים .
הבן השלישי המתגורר בלונדון יכהן כאדמו"ר בלונדון
הבן החמישי המתגורר זמני בבלגיה . יכהן בבני ברק
החסידות תמשיך להתפתח באחדות גמורה והאחים יפעלו יחד לביסוס וחיזוק המוסדות,
פון מיין סאדיגורער קאנטאקט, וואס איז שוין פריער אביסל אויפגעוויזן נישט צו וויסן גענוי וואס טוט זיך, הגם אז עס איז אים נוגע
@ליטוואק אויף פרעגסטו דעם קאנטאקט דיינעם וואס זענען די מעלות פון דער יונגער רבי אז דער רבי ז"ל זאל אים אפוינטן? וואס טויג ער מער ווי די אנדערע זוהן?
Re: בד"ה כ"ק אדמו"ר מסאדיגור זצ"ל
לכאורה איז עס געווען מט׳ אדער נ׳ .מפיל קינד האט געשריבן:יא, דאס איז אמת אז די קינדער פון ר' אלתר פירן היינט די וועלט, פון די איבריגע ווייסט מען קוים.
[tag]מיינונגזאגער[/tag] וועלכע יאר זענען זיי געקומען נאך געלט? אפשר איז יענץ געווען נאך פאר ר' אלתר האט זיך דערקלערט רבי? ווייל פון ווען ער האט זיך דערקלערט רבי האבן זיי כמעט נישט געהאט קיין שייכות. כן שמעתי ברור מחסידי לעלוב.
איך ווייס נישט ווען ר׳ אלתר האט זיך דערקלערט לעלובער רבי ער האט זייער אסאך פארברענגט אין ב״פ אין זיין ביהמ״ד אויף די 50גער גאס.
ר׳ אהרן בידרמן פום ב״ש א זוהן פון ר׳ שמעון הצדיק זי״ע איז בכלל נישט אוועק צו מאכן. נישט ווי הר״ר מיילעך וואס דארף אראפ לייגען א שפיל, און טאנצען און שפרינגען ווי א מאלפע אין די זו צו האבן באזיכער.
ר׳ נחמן א גוטער זאגער נישט קשה.
הרה״צ דודל שליט״א א סובל יסורים כל ימיו אויסגעארבעט זיין גוף לעבודת בורא. אבער הכל תלוי במזל אפי׳ ספר תורה שבהיכל.
Sent from my iPhone using Tapatalk
-
- וְאֶת־הָאֶ֜לֶף
- הודעות: 1010
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג סעפטעמבער 05, 2017 1:08 am
- האט שוין געלייקט: 642 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 989 מאל
אפילו רבי נחמן האט גאר אסאך אנהענגער און געטרייע חסידים איבער די וועלט. אסאך אידן שלעלפן אריין רבי נחמן צו זייערע שמחות קיין אמעריקע פאר גרויס געלט, אפילו זיי האבן נישט קיין שייכות מיט לעלוב.
ס'דא נאך איינער, ר' חיים יוסל וואס איז אויך א שטיקל כוכב, אבער ווערט שוין געלייגט אין שאטן קעגן זיינע ברידער.

- חבר ותיק
- הודעות: 3541
- זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מערץ 08, 2016 11:19 pm
- האט שוין געלייקט: 121 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 2068 מאל
בוטן האט געשריבן:מפיל קינד האט געשריבן:דער פון 17? ער האט אויך א שיינע פאר חסידים, אפשר אפילו 10, נישט זיכער.
אז מ'רעדט שוין יא פון לעלוב אינעם סאדיגערע אשכול, גיב כאטש אהער בילדער פון וועמען מ'רעדט; ווער איז אלתר און ווער איז שמעון און ווער איז נחמן און חיים
און אין איינוועגס לייג צו, ווער איז דוד און ווער איז יצחק. און ווער איז יעקב יוסף.
א קונץ צו זיין אליהו הנביא? א קונץ צו זיין איש תשבי!
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9706
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
איינער קען מסביר זיין וואס איז שלעכט מיט'ן זיך צוטיילן? פארוואס נישט? פארוואס מוז איין ברודער זיך מכניע זיין צום צווייטן? א ביזנעסמאן לאזט נאר איין קינד עפענן א ביזנעס? זאל דער עפענן דא, און יענער דארט, און זאל יעדער גיין ווי עס שמעקט אים. ווי איז די פראבלעם?
אדרבא, דאס האלטן א גרויסע זאך אונטער איין רבי האט נישט קיין פשט. די חסידים האבן נישט קיין רבי וואס קען זיי, נאר זייער זיידע, און דער רבי האט שוין נישט קיין אחריות פאר די ציבור, נאר פאר די 'זאך'. דעריבער זענען די אלע גרויסע רבי'ס נישט מער ווי CEOס און נישט קיין ערליכע מענטשן. בויען גרויסע בניינים און פארן אויף וואקעישען אין פריוואטע פליגעס קענען זיי, אבער זיך פירן ערליך באשיידן און אפגעהיטן איז מהם והלאה.
א חסיד פון דער לעלובער רבי פון בארא פארק (יא, איך קען צוויי אזעלכע, און דער פארציילער האט א טאטע וואס איז אויך א חסיד) האט מיר לעצטענס פארציילט ווי פארעקעלט ער איז ווען א רבי פון א גרויסע ציבור איז געפארן אויף א פענסי וואקעישען, איין טאג נאך דעם וואס א ריזיגע טראגעדיע האט פאסירט אין זיין קהלה און כמעט א גאנצע משפחה איז פארווישט געווארן. האב איך זיך געטענה'ט מיט אים אז אלע חסידים ווילן דאך אז זייער רבי זאל זיין א פריץ און ארום פארן ווי א קעניג. האט ער מיר געגעבן צו פארשטיין אז עס איז נישט אמת, נאר די קאמפאני דארף עס. ווען איינער זעט ווי דער לעלאווער רבי לעבט, אין א קליינע דירה און הארטע בענקלעך, ווייסן זיי אז דא רעדט זיך פון אן ערליככע איד. פרעמדע וואס זענען נישט זיין חסידים זען אויך איין אז ער איז א מורם מעם, נאר פאר זיי איז עס נישט נוגע. (איך קען נישט דער לעלאווער רבי, איך זאג נאר נאך פון יענעם) אבער אין די קאמפאני זעלבסט, האבן זיי נישט קיין ברירה און זיי מוזן נאכטאנצן די פריצישקייט און אום מענטשליכקייט פון דער גראבע יונג וואס פילט בכלל נישט בצערן פון זיין אייגענע סטאדע.

איך שפיר די ווייטאג פונעם אנגעווייטיגטן חסיד. עס גייט אים נעבעך שווער און ווייטאגליך און ער קוקט זיך צו וויאזוי דער אדמו״ר זיצט על סיר הבשר און שפירט נישט זיין ווייטאג.
באט אן די אדהער הענד ווייסען מיר נישט, און פארשטייען נישט די פרעשור פון די גרויסע אדמורים.
טויזענטער פראבלעמען א יעדן טאג בלי שום גוזמא, וואס ער קען יא אדער נישט העלפן. און ווען ער קען נישט העלפן איז זיין פרעשור נאך גרעסער. ער איז אדורכגעפאלן מיט זיין אחריות.
דאס רופט פאר א גרויסער וואקעישאן.
ריכטיג אז די לעלובע רבי'ס זיצן אויף הארטע בענקלעך, אבער זיין אחריות און פרעשור איז פילפאכיג קלענער.
באט אן די אדהער הענד ווייסען מיר נישט, און פארשטייען נישט די פרעשור פון די גרויסע אדמורים.
טויזענטער פראבלעמען א יעדן טאג בלי שום גוזמא, וואס ער קען יא אדער נישט העלפן. און ווען ער קען נישט העלפן איז זיין פרעשור נאך גרעסער. ער איז אדורכגעפאלן מיט זיין אחריות.
דאס רופט פאר א גרויסער וואקעישאן.
ריכטיג אז די לעלובע רבי'ס זיצן אויף הארטע בענקלעך, אבער זיין אחריות און פרעשור איז פילפאכיג קלענער.
- ליטוואק פון בודאפעסט
- שריפטשטעלער
- הודעות: 9706
- זיך רעגיסטרירט: מיטוואך דעצעמבער 19, 2012 6:51 pm
- האט שוין געלייקט: 3162 מאל
- האט שוין באקומען לייקס: 9133 מאל
איך דארף גלויבן באמונה שלימה אין א זאך וואס איך זעי נישט, אבער וואס איך זעי איז נישט וויכטיג.
די פרעשור זעי איך נישט, זיין הרגשים ווייס איך נישט, זיין פראבלעמן ווייס איך נישט. אבער זיין פריצישע לעבן זעי איך יא.
איך דארף אבער גלויבן אז ער נעמט אלס צום הארצן, און ער הערט אזויפיל פראבלעמן און עס באדערט אים.
גיוו מי א ברעיק. זיך אפרו'ען איז איין זאך, זיין א פריץ איז אן אנדערע. מ'קען גיין זיך אפרו'ען אין א נארמאלע פלאטץ, מיט א נארמאלע פליגע, אדער גאר א קאר, און ווארטן א פאר טעג ווען מענטשן זענען אזוי נעבעכדיג געשטארבן.