בלאט 3 פון 13

נשלח: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 6:23 pm
דורך מאן דאמר
פאליטיקאנט האט געשריבן:
דאס אז די צוואה איז מזויף פארענטפערט אסאך פראגעס:
קודם כל וויאזוי האט ער געקענט איגנארירן מש"י ווען ער איז דער וועלכע האט פאקטיש געבויעט די חסידות?
פארוואס האט קיינער נישט געוויסט דערפון, עס וואלט געווען מענטשליך זיך צו אדורכרעדן מיט די רביצין און עלטערע זין זיי מסביר זיין כאטש?


איך זיך נישט דא צו נעמען א צד, אבער לגבי די טענה פארוואס ער האט זיך נישט אדורך גערעדט מיט קיינעם איז נישט אזא שטארק טענה, וויבאלד נאך אלעם איז ער אוועק פלוצלינג, ס׳קען זיין אז ער האט דערקלערט אז ווען עס וועט ווערן שׁמאָל די מצב וועט ער האבן א חודש צוויי notice און ער וועט דעמאלס קענען אויסארבייטן די גאנצע נושא

נשלח: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 6:26 pm
דורך מנחם ציון
אנגעבליך איז דער צוואה שוין פון א האלבע יאר צוריק וואס דאס איז היבש צייט און ער וואלט זיך שוין געקענט דורכרעדן די גאנצע נושא מיט די יורשים

Re: די דעטאלן ארום די פרשה אין סאדיגורא

נשלח: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 6:34 pm
דורך פאליטיקאנט
נאך א דעטאל.
ער האט געשריבן די צוואה "בדעה צלולה" אפאר שעה נאכן לאנדן צוריקקומענדיג פון שווערע טריעטמענס?

נשלח: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 7:45 pm
דורך אינגערמאנטשיקל
פאליטיקאנט. אלע דיינע פוינטס האב איך געזעהן אויף שאולזוהן'ס בעסקיסע. ועוד יותר. אבער דו שרייבסט אז די האסט עס געהערט פון איינעם אינוואלווד.

מעג איך פרעגן הויך וואס מיינט דאס "אינוואלווד"?

נשלח: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 9:25 pm
דורך שושן פורים
לכבוד שבת קודש האט געשריבן:

ה. ס'איז ביי מיר אלס געווען א שאלה, צי דער רבי איז נשלט פון די גבאים און זיי טוען מיט אים וואס זיי ווילן. איך בין נישט געווען קלאר דערין. ווען ס'איז היינט ארויסגעקומען דער נישט שיינע בילד, ווי אזוי דער רבי פאפט אויפן פליגער מיטן מאסק אויף זיין געזוכט, האב איך פארשטאנען אז יא! - ווי שטארק און שיין ער רעדט, אבער אז א גבאי האט גענומען די דרייסט און געכאפט א פיקטשער פונעם רבי'ן אויף אזא מצב, טוען זיי מיט אים וואס זיי ווילן, זיי האלטן אים נישט עכט בכבוד'דיג.


וואס פאלט דיר איין אז א גבאי האט גענומען דאס בילד?

נשלח: מאנטאג אוגוסט 31, 2020 11:41 pm
דורך לכבוד שבת קודש
ווער דען?

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2020 12:01 am
דורך תרמב
ס'קען זיין אז א פרעמדער איז פונקט געווען אויפן פליגער צו כאפן דעם בילד

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2020 12:49 am
דורך שלמה המלך
יעדער רעכט-דענקיגער מענטש מיז מודה זיין אז די גאנצע פרשה איז א חידה סתימה!
יא אוודאי ער האט זיך געטשאטשקעט מיט זיין יושעלע און חכמת אדם תאיר פניו ווי אן איידל קינד - אבער פארט בנו בכורו איז דען א קטיל קניא?
אזוי מיט גארנישט איבערלאזען פאר א געטרייע בכור איז פלא'דיג אפילו ר' יושע'לע איז ראוי לאותו איצטילא - דער מש"י איז דאך געוועהן יד ימינו און דעם זיידענס - וועם זאל איינפאלען אז נישט לו משפט הבכורה!
ס'איז זייער פלא'דיג - און וויזוי קען מען פארלאנגען אז דער משי זאל קומען קיין בני ברק צום טיש? ווען דמו נשפך כמים - יא גערעכט אדער נישט.
איך זאג אלעס אלץ א דרויסענדיגער - וויאזוי דאס בילד קוקט אויס פון אינדרויסן

Re: די דעטאלן ארום די פרשה אין סאדיגורא

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2020 1:13 am
דורך פאליטיקאנט
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:פאליטיקאנט. אלע דיינע פוינטס האב איך געזעהן אויף שאולזוהן'ס בעסקיסע. ועוד יותר. אבער דו שרייבסט אז די האסט עס געהערט פון איינעם אינוואלווד.

מעג איך פרעגן הויך וואס מיינט דאס "אינוואלווד"?
אינוואלווד מיינט איינער וואס איז געזיצן אפאר שעה מיט יעדע צד אריינגערעכנט איבער 8 שעה מיט ר' יהושע, און א שיינע שטיק צייט מיט די רביצין.

ער האט באמת נישט קיין צד און האט נאר פרובירט מתווך זיין, (ער איז נישט קיין סאדיגורא, א דריטע ברודער האט עם אריינגעמישט האבנדיג אסאך ערפארונג און רבי'שע אנגעלעגנהייטן) אבער ער האט מיך פארציילט אסאך אומבאקאנטע טענות פון ביידע זייטן.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2020 1:29 am
דורך שושן פורים
לכבוד שבת קודש האט געשריבן:ווער דען?

סיי ווער אויפן פליגער

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2020 2:44 am
דורך אישתישבי
מיר זעהט אויס, אז טאמער ר' שיעלע איז מסכים אז די אנדערע ברודער'ס זאלען זיך רופען אדמורים אין ירושלים און לאנדאן איז עס גאר שיין פין אים, און אפילו מער פין לפנים משורת הדין.

די אלע מעשה'לעך וואס מען זאגט זענען מן הסתם נישט אמת, שאולזאהן אליין איז א ראי' אז דער רבי פין ירושלים איז א חברהמאן וואס ווייסט וויאזוי צו באקומען שאולזאהן אויף זיין זייט מיט טענות של הבל, און מעשה'לעך וואס מאכען נישט קיין נפק"מ למעשה נאר זוכען צו ערוועקן געפיל און רחמנות פאר דער נעבעך'דיגער עלטעסטער וואס דער טאטע האט אים צוגענומען זיין חלום פין די לעצטער צוואנציג יאר.

לדעתי, מיט אלע רחמנות און וויי געפילען וואס מען קען מיט פילען מיט דער מש"י, זעהט מיר נישט אויס ווי דער כלל החסידי און כלל האדמורים וועלען צופיל פארדינען טאמער ווערט ער א רבי, ער איז אפשר א מענטש מיט שטארקע שאיפות, אבער זיין יסוד איז נישט תורה און נישט יראת שמים, ממילא ווען דער טאטע האט איבערגעגעבן אלס פאר טאקע דער יונגע טראטשעקעל, אבער סוף כל סוף חלומ'ט ער פין תורה, פארשטייט א תוס', פארשטייט א חסידיש ספר, דאס איז זיין יסוד, אויף דעם בויט ער, און פארשטייט זיך אויך דער סאדיגורער [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל], אבער נישט נאר דער [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל].

Re: די דעטאלן ארום די פרשה אין סאדיגורא

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2020 5:09 am
דורך שמעי'
און אנדערע נייעס האב איך באמערקט אז ער האט זיך איינגעהאנדלט א שניפסל.

Sent from my SM-G973F using Tapatalk

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2020 8:24 pm
דורך איך אויך
און איז צוריק אין אנטווערפן (כמעט) כאחד האדם.

נשלח: דינסטאג סעפטעמבער 01, 2020 8:54 pm
דורך נײגעריגער
בילדער פון אנטװערפּן
ס'איז פון די איינציגסטע בילדער װי כ'האב געזעהן א שמייכל (צהלת פּנים אויב איר װילט)

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 12:34 am
דורך פערינא
מ'זאגט אז די טאטע איז געווען א קליגער, די מאמע איז זיכער א קליגער. מסדר געווען די ברידערס זייער שיין. ס'איז דא גענוג קאפעלס וואס האבן פראבלעמס. אמאל פירט די ווייב אויס.

נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 02, 2020 3:07 pm
דורך [NAMELESS]
.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 04, 2020 1:49 am
דורך שמעקעדיג
לכבוד שבת קודש האט געשריבן:ווען ס'איז היינט ארויסגעקומען דער נישט שיינע בילד, ווי אזוי דער רבי פאפט אויפן פליגער מיטן מאסק אויף זיין געזיכט

נישט שיינע בילד? וואס גענוי איז נישט שיין דערמיט? ווייל דו שרייבסט "פאפט" אנשטאט "שלאפט" מיינט נאך נישט אז עס איז נישט שיין! האסט נישט געוואוסט אז ער שלאפט? ער שלאפט גראדע זייער איידל...

דאס וואס ער טראגט א מאסק אויפ'ן געזיכט איז באגריסענסווערד, און בכלל אלע עירליינס פארלאנגען עס, טא וואס זאל ער טון? און דער פאקט אז ער זיצט אין עקאנאמי קלאס כאחד האדם צייגט אז ער פארמאגט נישט די רבי'שע גאווה...

לענ"ד קען דער בילד אריינגיין אין דעם אשכול רבי'ס פון א אנדערע בליק.

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 05, 2020 9:40 pm
דורך אישתישבי
למעשה צו ער פאפט צו ער שלאפט, איז עס נישט א בילד וואס מען דארף נעמען און פארשפרייטען. דער וואס האט עס געכאפט און פארשפרייט האט נישט געהאט דער בעסטע אינטערעסן פין דער רבי אין קאפ.

און דאס מיינט לכאורה "לכבוד שבת".

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 05, 2020 10:46 pm
דורך שמעקעדיג
הערליכע ארטיקל אין מאמענט די וואך.

נשלח: מוצ"ש סעפטעמבער 05, 2020 11:11 pm
דורך אינגערמאנטשיקל
שמעקעדיג האט געשריבן:הערליכע ארטיקל אין מאמענט די וואך.

מיינסט אודאי advertorial.

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 9:05 pm
דורך berlbalaguleh
דער צמאמענט האט די וואך א לאנגן ארטיקל איבער דעם ..."שבת במלוכה"...אין סאדיגורה. ס'ליינט זיך זייער געשמאק. זייער שיין באשריבן. אבער איך הייב אן צו גלויבן אז פראפעסאר ישעיהו ליבוביץ איז געווען גערעכט ווען ער האט געזאגט אז חסידות איז געווארן (אדער אייביג געווען) א סארט עבודה זרה.

צו זיין פארגלויבט און פארגעטערן א בשר ודם (דאס איז געזאגט פאר אנדערע חסידות'ן אויך) יהיה מי שיהיה. זאלל ער זיין יונג אדער אלט, איז א בחינה פון עבודה זרה...!

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 9:09 pm
דורך קאצקע ציקער
berlbalaguleh האט געשריבן:דער צמאמענט האט די וואך א לאנגן ארטיקל איבער דעם ..."שבת במלוכה"...אין סאדיגורה. ס'ליינט זיך זייער געשמאק. זייער שיין באשריבן. אבער איך הייב אן צו גלויבן אז פראפעסאר ישעיהו ליבוביץ איז געווען גערעכט ווען ער האט געזאגט אז חסידות איז געווארן (אדער אייביג געווען) א סארט עבודה זרה.

צו זיין פארגלויבט און פארגעטערן א בשר ודם (דאס איז געזאגט פאר אנדערע חסידות'ן אויך) יהיה מי שיהיה. זאלל ער זיין יונג אדער אלט, איז א בחינה פון עבודה זרה...!

ס'איז מער א בחינה פון טפשות...

נשלח: זונטאג סעפטעמבער 06, 2020 9:19 pm
דורך berlbalaguleh
קאצקע ציקער: פארגעס נישט. די רבי קען נישט שפיעלן אליין. ער דארף האבן אן עולם חסידים...!