נשלח: פרייטאג אוגוסט 28, 2020 2:43 pm
[center]פארגעסענע מצוות טייל 4: הלכה למשה מסיני, הלכה לרבי עקיבה מזרתוסטרא, און הלכה לרמב"ם מאריסטו[/center]
רב דימי זאגט אין מסכת פסחים דף קי: אז ס'דא א הלכה למשה מסיני פון פיר זאכן וואס מ'טאר נישט עסן צוויי דערפון אויפאמאל, צוויי אייער, צוויי ניס, צוויי אוגערקעס, און נאך א זאך וואס מ'האט פארגעסן, און וויבאלד די הלכה איז דאך אז ספק דאורייתא לחומרא טאר מען פון גארנישט עסן צוויי אויפאמאל ווייל אפשר איז עס די פערטע זאך. וואס איז די טעם פון דיעס איסור דאורייתא? זאגט די גמרא ווייל ס'דא געוויסע שדים וואס קענען נאר קאנטראלירן זאכן וואס קומען אין פארלעך פון צוויי, און ווילאנג א מענטש איז פארזיכטיג נישט אריינצונעמען ביי זיך אין קערפער צוויי זאכן אויפאמאל קענען זיי נישט האבן א שליטה אויף איהם, אויב אבער מ'עסט יא פון די זאכן צוויי אויפאמאל דאן קענען די שדים אנמאכן חורבנות.
אויסער דעם איסור דאורייתא פון עסן זוגות (פארלעך) - זאגט די גמרא - קענען זיך די שדים פון זוגות אויך אנטשעפען אויף א מענטש אויב ער טוט אנדערע זאכן אין א פאר, צ.ב. די גמרא פארציילט אז ס'געווען א געוויסע רב וואס האט מקפיד געווען נישט אריינצוגיסן צוויי איפה (א געוויסע מעסטונג) אין איין פאס, איינמאל האט ער פארגעסן און בטעות יא אריינגעגאסן צוויי, זענען די שדים געקומען און צובראכן דעם פאס. דאס איז אבער נאר אויב מ'איז מקפיד דערויף, איינער וואס איז נישט מקפיד דערויף זענען די שדים נישט מקפיד אויף איהם און טשעפען איהם נישט, אויב אבער מ'גייט בדוקא טוהן עפעס אין א פאר דאן זענען קענען די שדים יא שעדיגן.
קומט תוספות און זאגט אז אין אייראפע דארף מען נישט מקיים זיין דעם איסור דאורייתא פון זוגות ווייל די שדים פון זוגות דרייען זיך נישט דארט, פיין, האט מען גענומען אן איסור דאורייתא און אראפגעווישט אזוי נישט מיר נישט דיר, ס'ענדיגט זיך אבער נישט דא.
קומט דער רמב"ם און זאגט נאכמער, מ'דארף אינגאצן נישט מקיים זיין דעם איסור דאורייתא פון זוגות, נישט נאר אין אייראפע נאר אין די גאנצע וועלט, די גאנצע זאך מיט די שדים איז שטותים מיט לאקשן, ס'עקזיסטירט בכלל נישט אזא מין זאך ווי שדים! נישט נאר דאס, דער רמב"ם שלאגט פאר א נייעם איסור דאורייתא אנשטאט זוגות, נעמליך, אז מ'טאר נישט מקפיד זיין און אפילו גלייבן אין זוגות… פארוואס פונקטליך ס'זאל זיין אסור איז א לאנגע פילפול וואס איז אויסער די ראמען פון דעם שיעור, אבער ווער ס'וויל קען אריינקוקן אינעם פירוש המשניות אויף מסכת עבודה זרה פרק ד' משנה ז'. דער רמב"ם פאנגט דארט אן אז די "עכטע" פילאזאפן גלייבן נישט און קמיעות און טרייבן לצנות דערפון, נאכדעם פארט ער ווייטער צו כישוף, שדים, מזלות, און ער זאגט אז דאס אלעס איז אריינגערעכט אינעם איסור פון דינען עבודה זרה. שדים איז עבודה זרה, און די איסור פון עבודה זרה איז נישט נאר דינען נאר אויך גלייבן, קומט אויס אז די גאנצע ענין פון זוגות איז עבודה זרה און מ'טאר נישט גלייבן דערין.
איז לאמיר דא מאכן סדר אביסל אינעם רמב"ם, דער רמב"ם זאגט אז די אמוראים פון גמרא זענען געווען טיפשים ווייל זיי האבן געגלייבט אז זייערע פעסער זענען צובראכן געווארן דורך שדים, אקעי, דאס קען מען נאך הערן, דער רמב"ם האט דאך ווי באוואוסט געהאלטן פון אריסטו מער פון די חז"ל זאגנדיג אויף איהם אז ער איז כמעט צוגעקומען צו נבואה, און אז אריסטו זאגט אז מ'טאר נישט גלייבן אין שדים איז בכלל נישט אינטערעסאנט וואס די גמרא האט צוזאגן, אונז האבן אונזער אריסטו און זאל די גמרא זיך שטעלן אויפ'ן קאפ. אז ער וויל פטור ווערן פונעם הלכה למשה מסיני פון זוגות קען מען אויך פארשטיין, אונזערע תלמידי חכמים דא ווייסן דאך שוין אז מ'מעג פטור ווערן פון איסורי דאורייתא אויב מ'וויל זייער שטארק. ווי קען ער אבער זאגן אז די איסור פון זוגות איז עבודה זרה, ס'דאך אן הלכה למשה מסיני, ווי קען זיין אז די זעלבע תורה וואס אסר'ט עבודה זרה זאל באפעלן דערויף? קען אפשר זיין אז משה רבינו האט נישט געקענט זיין אייגענע תורה? לאמיר זעהן…
שטייט אין גמרא מסכת מנחות דף כט: משה רבינו קומט ארויף אין הימל מקבל צו זיין די תורה אבער די תורה איז נאכנישט גרייט, וואס גייט פאר? דער הייליגער באשעפער איז פארנומען צולייגן קרוינען צו די אותויות. משה רבינו שטייט און ווארט, ס'גייט דורך נאך א שעה און נאך א שעה אבער די קרוינען זענען נאכנישט פארטיג. מיטאמאל פלאצט משה'ס געדולד און ער גיבט זיך א רוף אן, "הייליגער באשעפער, צו וואס פעלן אויס די קרוינען? צו וואס דארף מען דאס האבן בכלל? גיב מיר שוין די תורה און לאמיך גיין!"
"משה'לע טייערער" - ענטפערט איהם דער הייליגער באשעפער - "לאמיר דיר פארציילן עפעס וואס דו ווייסט נאכנישט, אין טויזענט יאר ארום וועט זיין א גרויסע רב מיט'ן נאמען עקיבה, און ער וועט אין יעדעס שפיץ פון די קרוינען אריינלערנען בערג פון הלכות, און דערפאר מאך איך זיכער אז ער זאל האבן איבערגענוג קרוינען צו קענען מאכן דרשות וויפיל ער וויל."
"ממש אזוי?" - פרעגט משה - "אזא גאון וועט ער זיין דער רבי עקיבה? איך וויל זעהן זיין שיעור!"
"דו קענסט איהם זעהן" - ענטפערט דער באשעפער - "אבער דו ביזט נישט גענוג א גרויסע תלמיד חכם צו זיצן פון פארנט, גיי זיץ אינגאנצן פון הינטן."
משה רבינו זעצט זיך אראפ ביים הינטערשטן שורה און נעמט זיך אויסהערן דעם שיעור, די שיעור איז איבער הלכות תפילין, רבי עקיבה לערנט פאר די קאמפליצירטע הלכות פון תפילין, און משה זעהט טאקע ווי די קרוינען קומען גוט צונוץ, יעדע הלכה טייטשט רבי עקיבה אריין אין א קרוין, ממש א מחיה. די תלמידים פרעגן אריין, רבי עקיבה ענטפערט, מ'טענה'ט זיך אהין און אהער, מ'איז זיך מפלפל אין די הלכות אהין און צוריק, די טענער ווערן העכער און העכער, ס'טוט זיך א ריתחא דאורייתא, אבער משה רבינו זיצט פון הינטן און פארשטייט נישט קיין ווארט וואס זיי רעדן. וואס איז דאס תפילין בכלל? - טראכט ער צו זיך אינגאנצן פארוואונדערט - עפעס רעדן זיי דארט פון א פסוק וקשרתם לאות על ידיך, די פסוק דארט רעדט דאך פון גאר עפעס אנדערש! ס'מיינט פשוט אז מ'זאל די תורה גוט אריינבאקן אין זיך און האבן גוט אין די האנט, מ'זאל האלטן די תורה קעגן די אויגן (רשב"ם שמות יג,ט), ווער האט בכלל גערעדט פון קעסטעלך מיט בענדלעך, פארמעט מיט טינט, וואס האט דאס מיט אידישקייט בכלל? האבן זיי שוין אינגאנצן פארגעסן פון מיר אז זיי דארפן זיך אויפבאקן אייגענע מצוות?
מיטאמאל ווערט שטיל פון די טענה'רייען און רבי עקיבה זעצט ווייטער פאר מיט'ן שיעור און זאגט נאך אן הלכה אז די בענדלעך פון די תפילין דארפ'ן זיין שווארץ, דא אבער איז ער שוין אויסגעלאפן פון קרוינען, מ'האט שוין אלע קרוינען אויסגענוצט פאר די פריערדיגע הלכות, און די תלמידים הייבן אן רודערן, פון וואו נעמט דער רבי דיעס הלכה? רבי עקיבה שטייט אינגאנצן פארלוירן, וויאזוי גיבט מען דיך דא אן עצה? מיטאמאל דערמאנט ער זיך א ירושלמי, די ירושלמי זאגט סוף מסכת ברכות "כל כדבייא בישין, וכדבייא דאורייתא טבין" - אלע ליגן איז שלעכט, אבער ליגן וואס מ'זאגט צו פארטיידיגן אן הלכה איז גוט! שוין, אז רבי עקיבה האט געטראפן א היתר צו בלאפן גיבט ער זיך א רוף אן, "איך האב די הלכה מקובל פון מיין רבי, וואס ער האט עס געהערט פון זיין רבי, און ער פון זיין רבי, ביז משה רבינו וואס ער האט עס געהערט פונעם באשעפער ביים בארג סיני!" דער עולם קויפט עס אפ, ס'ווערט ווידער שטיל, און רבי עקיבה זעצט ווייטער פאר מיט'ן שיעור. משה שמייכלט זיך אונטער, ער פארשטייט גאנץ גוט די בלאף וואס רבי עקיבה האט דא געטוהן, ער איז דאך משה רבינו אליינס און ער האט אין זיין לעבן נישט געזאגט אזא זאך, בארואיגט האט ער זיך אבער אז מ'האט נישט אינגאנצן פארגעסן פון איהם. די אלע "הלכות למשה מסיני" זייערע האבן טאקע מיט מיר משה גארנישט איינגעשטויסן, אבער אז מיין תורה ארבעט נישט פאר זיי זאלן זיי טאקע מאכן אן אייגענע, פארוואס זאל משה רבינו זיין א גרעסערע אויטאריטעט ווי רבי עקיבה, זראטוסטרא אדער אריסטו? אבי זיי זענען נישט אינגאנצן אפגעפארן פון אידישן וועג, און זיי געדענקען נאך זייער פאלק'ס היסטאריע און זייער ערשטע רבי משה.
יעצט וועלן מיר אויך פארשטיין נאך אן אינטערעסאנטע משנה אין מסכת ידים פרק ד' משנה ג', ווי באקאנט איז דא א מצוה פון מעשר שני וואס מ'דארף עסן אין ירושלים, אבער אין די דריטע און זעקסטע יאר נאך שמיטה גיבט מען עס פאר ארימעלייט, שמיטה אליינס זענען דאך אלע פעלדער הפקר און פון הפקר דארף מען נישט אפשיידן קיין מעשר. פרעגט די משנה, די מצוה פון מעשר שני גייט דאך אן אין חוץ לארץ אויך מדרבנן, די מצוה פון שמיטה גייט אבער נאר אן אין ארץ ישראל, קומט דאך אויס אז אין חוץ לארץ דארף מען געבן מעשר אין שמיטה אויך, וואס זאל מען טוהן מיט די מעשר? זאל מען עס עסן אין ירושלים אדער געבן פאר ארימעלייט? ביז היינט האט מען טאקע נישט געגעבן קיין מעשר אום שמיטה אין חוץ לארץ, ס'איז שוין אבער דורך א לאנגע צייט זייט מ'האט פראדוצירט עפעס א נייע הלכה. די רבנים דארפן דאך יעדעס שטיק צייט אויפקומען מיט פרישע זאכן, דאס איז דאך זייער פרנסה, ס'איז שוין העכסט צייט פאר עפעס א פרישע גזירה/תקנה/איסור.
ווי יעדע זאך ווערט גלייך א מחלוקת, "גזר רבי טרפון, מעשר עני!" רבי טרפון זאגט פאר די ארימעלייט, רבי אלעזר בן עזריה זאגט עסן אין ירושלים, און מ'נעמט זיך טענה'ן אהין און צוריק וועמענ'ס הלכה שטימט בעסער. מיטאמאל גיבט זיך רבי אליעזר א צואוויין און שרייט אויס, "איך האב מקובל פון מיין רבי, וואס ער האט געהערט פון זיין רבי, און זיין רבי פון זיין רבי, ביז משה רבינו אז מ'דארף עס געבן פאר ארימעלייט!" פארשטייט עטץ וואס גייט דא פאר? די גאנצע שאלה האט זיך נאר אנגעפאנגען וועגן א מצוה דרבנן פון מעשר שני אין חוץ לארץ, מן התורה דארף מען אינגאנצן נישט אפשיידן מעשר אין חוץ לארץ, מ'האלט דאך דא אינמיטן מאכן א נייע גזירה און פלוצלנוג ווערט דאס אן הלכה למשה מסיני? וואו איז די הלכה למשה מסיני געווען אויסבאהאלטן ביז היינט? זאגט דער ר"ש משאנץ אויפ'ן פלאץ (און אזוי זאגט אויך דער רא"ש אין הלכות קטנות אנפאנג הלכות מקוואות) אז די ווערטער "הלכה למשה מסיני" מיינט טאקע נישט אז משה רבינו האט עס געזאגט, ס'מיינט נאר "איך האלט אז מ'דארף אזוי טוהן כאילו ס'וואלט געווען מקובל פון משה רבינו".
ווען א רב זאגט "ס'שטייט אין די תורה" אדער "דער הייליגער באשעפער לאזט נישט", פעלט ניטאמאל אויס נאכצוקוקן צו ס'שטייט טאקע אזוי אין די תורה צו נישט, און אפילו אויב מ'טרעפט יא אז ס'שטייט טאקע אין די תורה מיינט נאכנישט אז דער רב זאגט עס נאר ווייל ס'שטייט אין די תורה. די ווערטער "ס'שטייט אין די הייליגע תורה" מיינט נישט מער ווי "איך וויל מ'זאל אזוי טוהן כאילו ס'וואלט געשטאנען אין די תורה", גראדע קען פארצופאל אמאל געלונגען אז דער רב'ס מיינונג זאל שטיין אין די תורה, אבער ווען ס'וואלט נישט געשטאנען וואלט ער עס נאכאלץ געזאגט. די תורה איז אינגאנצן נישט די מדובר, די שאלה איז אייביג צו איך וויל פאלגן דעם רב צו נישט. אויב ווילסטו פאלגן דעם רב מאכט שוין נישט אויס וואס שטייט אין די תורה, און אויב ווילסטו נישט פאלגן קענסטו זיך זוכן א צווייטן וועם נאכצוטאנצן. ס'דא היינט ברוך השם א גרויסע אויסוואל פון רביס, רבנים, סעלעבריטיעס, און סתם מיינונג-זאגערס, און אז דו טרעפסט קיינעם וועם ס'געפעלט דיר קענסטו ווערן דיין אייגענע סעלעבריטי און מיינונג-זאגער...