ווי באקאנט, לויטעט דאס
פערמי פּאראדאקס אז די יוּניווערס איז דאך אזוי גרויס ולכאורה מיט אסאך פלאנעטן וועלכע קענען אנהאלטן פארעמעס פון לעבנס, און אויב אזוי דאן וואו זענען זיי און פארוואס זעהט מען גארנישט? א מעגליכע תשובה דערויף איז וואס ווערט גערופן די
טונקעלע וואלד היפאטעזיע. דאס לויטעט אז די יוּניווערס איז בעצם פוהל מיט לעבן, נאר מ׳באהאלט זיך בכוונה שטיל, אויס מורא פון ווערן פארטיליגט דורך אנדערע לעבן אויף אנדערע פּלאנעטן. דאס איז ענליך צו דעם ווען מ׳איז מיט געווער אין א טונקעלע וואלד, וואו מ׳האט מורא אז עס זענען דא אנדערע אזוי ווי דיר. מ׳וועט זוכן צו זיין ווי שטילער אויס מורא וואס די אנדערע וועלן טוהן. און טאמער זעהט מען איינעם, וועט מען אים פרובירן צו שיסן פריער אלס הבא להורגך וכו׳.
דאס ארבעט בעצם עפ״י א סיקווענשאל געים אין
געים טעאריע וואו מ׳גייט אין טורנס, און וואו מ׳האט נישט קיין
קאמפּליִט אינפארמאציע איבער׳ן קעגנער׳ס יוּטיליטיס און ווערט. והיינו, ווייל אויב זעהט מען א סיגנאל פון טעכנאלאגישע לעבן פון א צווייטע פּלאנעט האט מען דריי ברירות: ענטפערן, איגנארירן, אדער אטאקירן/פארטיליגן
(אָננעמענדיג אז מ׳קען דאס טוהן). ווערן פארטיליגט איז א געוואלד נעגאטיווע יוּטיליטי פאר׳ן פארטיליגטן, אבער איז ל״ד אזוי פאר׳ן פארטיליגער. פון ענטפערן אדער איגנארירן ווייסט מען נישט צי עס זענען דא פארדינסטן.
IMG_7043.jpeg
עס קומט בעצם אויס אז טאמער מ׳באקומט א סיגנאל פון א צווייטן און מ׳איגנארירט דאס, איז מען נאך אלס בסכנה, וויבאלד מ׳געבט יעצט יענעם דאס מעגליכקייט צו פארטיליגן אָן דוקא האבענדיג פארדינט גארנישט פונעם איגנארירן
(סיידן אויב עס זענען דא עטישע יוּטיליטיס).
IMG_7042.jpeg
די נאמען פונעם היפאטעזיע קומט פונעם צווייטן בוך פון ליאוּ זשיקסין׳ס רעמעמבּרענס פון די וועלט׳ס עבר סיי-פיי טרילאדזשי. נעטפליקס האט עס אָנגעהויבן צו אדאפּטירן. דאס איז פון דוד בּעניאף און דניאל ווייס וועלכע האבן אדאפּטירט דזשאָרדזש מארטין׳ס א געזאנג פון אייז און פייער פענטעסי סעריע, מיט זייער געים אָוו טרוֺינס. (ואגב, די ״סאָפאַן״ קאמפּיוטער אויפ׳ן פּראָטאַן וואס איז סענטיענט, געמאכט דורך די ״טרייסאָלעריענס״, דערמאנט פונעם קאמפּיוטער אינעם סיפור פון הארלאן עליסאן.)
ואגב, אז מ׳רעדט פון געים טעאריע איז מיר אינטרעסאנט אינעם סיפור אז די ״טרייסאָלעריענס״ זוכן צו אנטלויפן פון זייער פּלאנעט וויבאלד עס ליידט פון אימסטאבּילע אָרבּיטס מכח דעם דריי-בּאַדי פראבלעם. אבער, זייענדיג אז זיי האבן דאך גאר שטארקע טעכנאלאגיע, וואלט דען זיי נישט געווען בעסער אין טערמינען פון יוּטיליטי צו זוכן און טעראַפאָרמען (באיזה אופן) א פּלאנעט מיט א סטעיבּעל אָרבּיט וואס איז ליידיג? ווי די מעשה שפילט זיך אויס ווערט זייער פּלאנעט מיט די וואס זענען דארט איבערגעבליבן, פארטיליגט (צוזאמען מיט די וועלט) אדאנק די קאנפליקט מיט דאס מענטשהייט. און ווי די באקאנטע מאמר, ״אין מלחמה זענען נישטא קיינע זיגערס. נאר איבערלעבערס.״
די געדאנק האט אויך ענליכקייטן צום בּערזערקער היפּאטעזיע, וואס לויטעט אז די סיבה מ׳זעהט נישט קיין לעבן פון אנדערע פּלאנעטן, איז ווייל ווען מ׳ווערט נתגלה שיקן אנדערע ציוויליזאציעס ארויס וואן-ניומאן פּרוֺיבּס, ראבאטן וועלכע מאכן זיך אליינס נאך, זיי צו פארטיליגן. ועכ״כ אז די האַרט-טיפּלער קאָנדזשעקטשור לויטעט אז דאס אז מ׳זעהט נישט אזעלכע פּרוֺיבּס, איז א ראיה אז עס איז טאקע נישט פארהאן קיין אנדערע לעבן אין אונזער סביבה אין די רוֺימען.
ובענין זה איז אינטרעסאנט צוצוצייכענען צום
טעזע און
מאדעל, בראשות פון דער עקאנאמיסט דר. ראבּין הענסאן, אז עס איז יתכן אז
(ווענדענדיג זיך אין וויפיל שווערע טרעפּן/פילטערס מ׳דארף דורכגיין אָנצוקומען צו טעכנאלאגישע ציוויליזאציעס) עס זענען שוין דא עיליען ציוויליזאציעס וואס עקספּענדן און ״כאפן״ שטחים פון די יוּניווערס. און ווען מ׳דעטעקט זיי מיינט דאס אז זיי זענען שוין דא צו עקספּענדן אהער!
(ועיין ערך סילוּריען היפּאטעזיע. ולאידך גיסא איז בכלל דא דעם בכור היפּאטעזיע וועלכע לויטעט אז אונז זענען טאקע דאס ערשטע. אין זייער מאדעל רירן זיי אָן דערויף, ובפרט אויב איז דא מער צייט ארום קלענערע רויטע שטערענס, וועלכע לעבן אסאך לענגער, אז לעבן זאל אפירקומען. ולכן, אז אונז זע׳מיר יא דא אזוי פרי, איז דאס ווייל על הכלל כולו פונעם סעט פון עיליענס קען מען נאר זיין ביים אָנהויב, ווייל די וואס זענען געקומען פריער נעמען איבער און לאזן נישט אנדערע זיך דעוועלאפּן.)
דר. דניאל מארטין, איינע פון די מחברים פונעם מאדעל, האט געמאכט א
פּרעזענטאציע וויאזוי די ציוויליזאציעס וואס ״כאפן״ פילן אָן שטחים פון די יוּניווערס, ביז זיי קלאפן זיך אָן אין א צווייטע ציוויליזאציע וואס ״כאפט״ שטחים. עס דערמאנט פון
וואָראָנאָי סעלס אין 3D (אויב אלע עקספּענדן דאס זעלבע שנעל ארום זייער היים-פּלאנעט).
ואגב, בענין שׁעיפּס, וויל
ער פארענטפערן דעם
פערמי פּאראדאקס דורך די
לעווענטאל פּאראדאקס. די
לעווענטאל פּאראדאקס איז אז לעבן ארבעט דורך פּראָטיִנס, וועלכע ווערן
צאמגעשטעלט דורך עמיִנוׂי עסידס. אבער כדי צו קענען טוהן זייערע ביאלאגישע פונקציעס דארף זיך דערנאך די פלאכע טשעין פון עמיִנוׂי עסידס פאָלדן אין א ספעציעלן וועג. און ווי מער עמיִנוׂי עסידס די (פּאַליפּעפטייד) טשעין האט, אלס מער מעגליכע וועגן פון זיך צאמשטעלן האט דאס. און אויב מ'נעמט אָן אז אלע וועגן ווי עס קען זיך פאָלדן זענען דאס זעלבע פּראַבּעבּל, דאן וואלט גענומען פי כמה לענגער ווי די גיל העולם, ואפילו טאמער עס פרובירט מעגליכע וועגן משונה'דיג שנעל, אז עס זאל טרעפן די ריכטיגע וועג וויאזוי זיך צו פאָלדן אז עס זאל זיין געאייגענט פאר לעבן. (עס איז טאקע יתכן אז עס איז דא א סיבה מכח די ענערגיע וכדומה וואס עס פאָלד זיך פונקט אזוי. (עפ״י
אַנפינסען׳ס דאָגמאַ גייט א ספּעציפישע פּאַליפּעפּטייד טשעין, עכ״פ א קליינע, זיך פונקטליך פאָלגן אין איר ספּעציפישע שׁעיפּ עפ״י וואו עס נוצט און קומט אָן צום קלענסטן ענערגישע סטעיט; עכ״פ אונטער נארמאלע ביאלאגישע אומשטענדן. הגם, עס איז שייך אז פּראָטיִנס זאלן ל״ע זיך נישט ריכטיג פאָלדן און דאס קען ל״ע זיין א מחלה.) ועפי"ז זאגט ער אז אט די וועגן זענען מער ווי די מעגליכע פּלאנעטן אינעם יוניווערס. און נאר דא האט עס, ביי טשענס, פאסירט.