גבור חיל האט געשריבן:בת קול האט געשריבן:איך פארשטיי דו לעבסט אין ניו יארק, אבער די וויירוס האט זיך נישט אפגעשטעלט דארט.
צו פארשטיין סטאטיסטיקס דארף מען קוקן אויף גאנץ אמעריקא און אלע אינטערנאציענאלע לענדער.
קום אריין מיט נומערן ביטע.
די פאראייניגטע שטאטן האט א נידריגערע עקסעס מארטעליטי ראטע פון אייראפע אריינגערעכט יונייטעד קינגדאם, בעלגיע, איטאליע, שפאניע ועוד ועוד.
די פאטאליטעט ראטע פון אמעריקע איז ממש די נידריגסטע פון עני אנדערע גרויסע לאנד.
דא האסטו די נומערן, אויסגעשטעלט לויט טויטע פער מיליאן.
אמעריקע איז די צענטע אויף די ליסטע, מיט בלויז צוויי מערב וועלט לענדער העכער, בעלגיע און שפאניע.
(אגב, בעלגיע איז די איינציגסטע לאנד אין ווי די קאנפירמד קאוויד טויט פעלער איז מער ווי די אלגעמיינע עקסעס טויט פעלער, וואס מיינט אז עס מעגליך אז זיי האבן באמת נישט מער טויט פעלער ווי אנדערע לענדער, זיי רעכענען עס נאר בעסער.)
