בלאט 3 פון 4
נשלח: מיטוואך מאי 12, 2021 3:03 pm
דורך מיליאנער
רבונו של עולם ווי קען מען צוקוקן אזעלכע צרות אין אידישע הייזער?
#עיקבותא דמשיחא
נשלח: מיטוואך מאי 26, 2021 12:04 am
דורך סאנטיאגא
Wow שכח פארן שעירן!
איך האלט ווי יונגער די קעיס איז אלס שווערער ווערט עס, לאמיך מסביר זיין, איינער וואס האט חתונה געהאט 25 יאר צוריק האט סאך ווייניגער געוויסט פון א היינטיגער יונגערמאן, אדער מיידל דאס איז מיט יעדע זאך אבער בפרט ביי דעם. יעדער מילעניעל קען שוין 10 חברים אין זיין עידזש וואס זענען סעפירעטעד אדער גע'געט, מ'זעהט מער און מער אז דאס ארבעט נישט, פון די אנדערע זייט ווערט מען פוילער צו ארבעטן אויף זיך אפשר, אבער די היינטיגע גייען זיך אזוי שנעל לאזן פירן. מ'דארף נאר ווערן מער ליבעראל, אז מ'איז שוין יא חתונה געהאט זאל מען וויסן פון בירט קאנטראל פאר מ'הייבט אן... נישט יעדער דארף האבן קינדער. ס'איז דא גענוג עלטערן וואס זענען clearly incompetent
נשלח: דאנערשטאג יולי 22, 2021 9:59 pm
דורך סאנטיאגא
מזל טוב! גאווערנער קאומא האט היינט נאכמיטאג ענדליך געסיינט דעם ביל, ווערנדיג די זעקסטע סטעיט צו העכערן די יארגאנג צו אכצן יאר אלט.
נשלח: דאנערשטאג יולי 22, 2021 10:02 pm
דורך סאנטיאגא
Unchained at last אפיציעלע מעלדונג היינט איבער די פריידיגע נייעס אויף סאושל מידיע
נשלח: דאנערשטאג יולי 22, 2021 10:22 pm
דורך מצפצף
מיט א הונדערט דאללערדיגע קנס איז דער געזעץ נישט ווערט די פאפיר אויף וואס עס איז געשריבן געווארן.
נשלח: דאנערשטאג יולי 22, 2021 10:25 pm
דורך רביה''ק זי''ע
פרומע אידן דארפן נישט צוקומען צו א קנס, מיר האבן א הייליגע תורה וואס זאגט אז דינא דמלכותא דינא, וועלכע איד וואס האט מורא פאר׳ן הייליגן באשעפער וועט זיך נאך וואגן חתונה צו מאכן זייער׳ס א קינד אונטער די אכצן יאר?!
נשלח: דאנערשטאג יולי 22, 2021 11:11 pm
דורך [NAMELESS]
פארוואס ווערט underage געמאסטן לויט די געזעצליכע יארגאנג פון גדלות? וואס איז די גרויסע שמחה אדער די שכל אז ביי 17.9 איז ער נישט גרייט און א טאג שפעטער יא?
נשלח: דאנערשטאג יולי 22, 2021 11:17 pm
דורך רביה''ק זי''ע
און פארוואס מ׳ווערט מחויב במצוות פונקט ביי די 12/13 יאר און נישט 12.9 פארשטייסטו יא? איין טאג פריער קען דאס קינד עסן און יום כיפור ווי גארנישט און די נעקסטע טאג לייגט ער נישט קיין תפילין איז ער א פושע ישראל בגופו? איין באשעפער ווייסט פארוואס כ׳נעם מיך אפילו די מיה זיך נאריש צו מאכן מיט דיר.
נשלח: דאנערשטאג יולי 22, 2021 11:43 pm
דורך ונבנתה העיר
פונקט יעצט
געזען, אן אלמנה פון א ציווילע קריג וועטעראן, איז געשטארבן אין 2020, און האט ביז'ן לעצטן טאג באקומען זיין קריג'ס פענסיע.
נשלח: דאנערשטאג יולי 22, 2021 11:44 pm
דורך [NAMELESS]
מאך דיך נישט נאריש און רעד נישט צו מיר. איך האב דיר נישט אדרעסירט און מוזט דיך נישט אנרופן.
עס וואלט געדארפט זיין זעלבסט פארשטענדליך אז רעליגיעזע דינים קומען נישט אהער ווייל זיי נישט געמאכט צו פארשטיין.
דא קומט מען כלומפערשט ראטעווען די יוגנט און סך הכל האט מען אויפגעטון אז די גאוו'ט מישט זיך ווייטער אריין און דיקטאטורט פריוואטע לעבנס און אין אמת'ן העלפט עס נישט קיין סאך זעה איך נישט די גרויסע שמחה.
נשלח: פרייטאג יולי 23, 2021 12:06 am
דורך רביה''ק זי''ע
דא שטעקט דיין טעות, רעגירונג׳ס געזעצן זענען פונקט אזוי נישט געמאכט צו פארשטיין.
נשלח: פרייטאג יולי 23, 2021 6:22 pm
דורך שמעקעדיג
אויסער ביי היימישע אידן, זענען דא נאך אנדערע וואס מאכן חתונה די קינדער אונטער 18?
נשלח: פרייטאג יולי 23, 2021 7:15 pm
דורך סאנטיאגא
עמינדב האט געשריבן:פארוואס ווערט underage געמאסטן לויט די געזעצליכע יארגאנג פון גדלות? וואס איז די גרויסע שמחה אדער די שכל אז ביי 17.9 איז ער נישט גרייט און א טאג שפעטער יא?
דו סאונדסט ווי די בעלי דגש וואס מוטשענען זיך ארום מיט די סאושל דיסטענסינג צו ס'איז טאקע 6 פיס וואס מאכט עס צו ס'קען זיין ווייניגער... א גדר איז א גדר, קום נישט מיט די ליטווישע סחיטה סברות..
טאקע דאס שרייט רייזי! אדרבה, ווען הייסט מען א ליגל אדאולט? ווען מעג מען טרינקען? רייכערן? דרייוון? קויפן א לאטערי? אכצן? איין און צוואנציג? עפעס א נומבער דארף מען דאך אראפשטעלן. איז וויאזוי קומט מען אן פון אכצן צו פערצן? אדער צוועלף? יא איר האט גוט געליינט.
צו ווייסט איר אז 12 שטאטן האבן נישט קיין שום מינימום עידזש אף קאנסענט?? א שטייגער ווי מעסעטושסעטס, מעין, איידעהא, וועסט ווירזשיניע, און כ'קען נישט גלייבן קאליפארניע?
נאך א תירוץ: קוק אויף די סטאדיס! ארום 80 פראצענט פון טשיילד מערידזשעס ענדיגן זיך נישט גוט. אין פארגלייך צו 50 פראצענט פון אדאולט מערידזשעס
נשלח: פרייטאג יולי 23, 2021 7:24 pm
דורך סאנטיאגא
שמעקעדיג האט געשריבן:אויסער ביי היימישע אידן, זענען דא נאך אנדערע וואס מאכן חתונה די קינדער אונטער 18?
זיכער אזוי, האסט נישט געוואטש די דאקומענטרי וואס כ'האב געלינקט אין די הקדמה דא? פילע פרומע קריסטן, בפרט די מארמענס מאכן חתונה יונג, ס'איז א פארפוילטע רעליגיעזע מנהג. אראבערס מאכן אפילו חתונה ביי די 13-14. מדינות ווי אין אפריקע, אינדיע, אזיע, סאודי אראביע, תימן, סאמאליע, אלבעניע, מאלי, זימבאבוועי, טערקיי, ליידער איז עס מער איינגעריסן ווי מ'שטעלט זיך פאר. ס'איז דא פלעצער ווי ס'איז נאך פיל ערגער ווי ביי אונז, מ'קען זעהן א מיידל וואס מ'גלייכט. מארגן קלאפט מען אן ביי פלוני אינדערהיים פרעגן רשות צו דער טאטע איז מסכים און אז ער זאגט יא איז עס א גאו עהעד, און 2 מינוט שפעטער איז דא א שידוך...
און פארשטייט זיך 97% פון די צייט האנדלט זיך פון א 38 יעריגע חתן מיט א בת מצוה מיידל. ס'רופט זיך hand in marriage
כ'האב געליינט א שרעקעדיגע ציפער: איבער 650 מיליאן פרויען אלוועלטליך זענען חתונה געמאכט געווארן אונטער 18.
נשלח: פרייטאג יולי 23, 2021 7:50 pm
דורך סאנטיאגא
נשלח: מוצ"ש יולי 24, 2021 10:27 pm
דורך הקטן
סאנטיאגא האט געשריבן:קוק אויף די סטאדיס! ארום 80 פראצענט פון טשיילד מערידזשעס ענדיגן זיך נישט גוט. אין פארגלייך צו 50 פראצענט פון אדאולט מערידזשעס
וואס ריפסטו "נישט גוט" נישט בלייבן ציזאמען פאר אייביג?
נשלח: מוצ"ש יולי 24, 2021 10:59 pm
דורך רביה''ק זי''ע
סאנטיאגא האט געשריבן:עמינדב האט געשריבן:פארוואס ווערט underage געמאסטן לויט די געזעצליכע יארגאנג פון גדלות? וואס איז די גרויסע שמחה אדער די שכל אז ביי 17.9 איז ער נישט גרייט און א טאג שפעטער יא?
דו סאונדסט ווי די בעלי דגש וואס מוטשענען זיך ארום מיט די סאושל דיסטענסינג צו ס'איז טאקע 6 פיס וואס מאכט עס צו ס'קען זיין ווייניגער... א גדר איז א גדר, קום נישט מיט די ליטווישע סחיטה סברות..
די דשאוק איז נאך אז דווקא די לומדים וואס וועלן דיר קענען מסביר זיין אז איינמאל חז״ל האבן עס ״אוועקגעשטעלט״ ווערט עס ״א דין אזא״ פונקט זיי זענען די וואס ווען ס׳קומט צו ענינים אינדרויסן פון די ד׳ אמות של הלכה ווערן זיי א תם ומתממם עם תמימים און מוטשען זיך באמת(!) צו פארשטיין. אמאל פלעג איך ממש שטוינען פון דעם ערשיינונג, היינט פארשטיי איך אבער אז אינטעלעקט איז נישט מער ווי א tool וואס ווערט באנוצט דורך די געפילן און אז מ׳פארשטייט פארוואס דער מענטש פילט אזוי זענען די אלע ארגומנטן ממש נישט אין פלאץ. די תורות פון מח שליט על הלב וכו׳ איז א דשאוק וואס איז נישט געהערט געווארן זייט דעם וועלט באשאף, ס׳איז זעלבסט א פראדוקציע פונעם לב השליט על המח, און איז אויך די גרעסטע ראיה דערויף.
נשלח: מוצ"ש יולי 24, 2021 11:12 pm
דורך בן נון
אריינמישן די גאווערמענט וועט גארנישט טוישן ווייל ווילאנג די רעגירונג וועט נישט אנהייבן צו פראסיקיוטן די עכטע קרימינאלן ווי דראג דילערס און יוהמען טרעפיקערס וועט קיין געזעץ נישט אויסמאכן עס וועט פשט זיין נאך א שטעקן צו שלאגן די קליינע מענטשן זאג אלע רעיל ביג גענגסטערס וועלן זיך דרייען און די גאסן אבער די פראסיקיוטר וועט זיין ביזי זיך שלאגן אין געריכט מיט אגודת ישראל וועגן א 17 יאר אלט מערידש
מיר דארפן ריעל טשעינדש נישט נאך א געזעץ
Re: פריידי רייז אין קאמף מיט אמעריקע אפצושטעלן underage marr
נשלח: זונטאג יולי 25, 2021 6:21 pm
דורך moneyminded
סתם ליצי ליצנות
סאיז בערך אזא עוולה ווי צו פארקען ביי א באס סטאפ לול
Sent from my SM-G960U using Tapatalk
נשלח: זונטאג יולי 25, 2021 10:00 pm
דורך סאנטיאגא
הקטן האט געשריבן:סאנטיאגא האט געשריבן:קוק אויף די סטאדיס! ארום 80 פראצענט פון טשיילד מערידזשעס ענדיגן זיך נישט גוט. אין פארגלייך צו 50 פראצענט פון אדאולט מערידזשעס
וואס ריפסטו "נישט גוט" נישט בלייבן ציזאמען פאר אייביג?
גיטין, דאמעסטיק אביוז, און הויעכע טשאנסן פון פאווערטי. כ'וועל שפעטער לינקן סארסעס
נשלח: זונטאג יולי 25, 2021 10:07 pm
דורך סאנטיאגא
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:סאנטיאגא האט געשריבן:עמינדב האט געשריבן:פארוואס ווערט underage געמאסטן לויט די געזעצליכע יארגאנג פון גדלות? וואס איז די גרויסע שמחה אדער די שכל אז ביי 17.9 איז ער נישט גרייט און א טאג שפעטער יא?
דו סאונדסט ווי די בעלי דגש וואס מוטשענען זיך ארום מיט די סאושל דיסטענסינג צו ס'איז טאקע 6 פיס וואס מאכט עס צו ס'קען זיין ווייניגער... א גדר איז א גדר, קום נישט מיט די ליטווישע סחיטה סברות..
די דשאוק איז נאך אז דווקא די לומדים וואס וועלן דיר קענען מסביר זיין אז איינמאל חז״ל האבן עס ״אוועקגעשטעלט״ ווערט עס ״א דין אזא״ פונקט זיי זענען די וואס ווען ס׳קומט צו ענינים אינדרויסן פון די ד׳ אמות של הלכה ווערן זיי א תם ומתממם עם תמימים און מוטשען זיך באמת(!) צו פארשטיין. אמאל פלעג איך ממש שטוינען פון דעם ערשיינונג, היינט פארשטיי איך אבער אז אינטעלעקט איז נישט מער ווי א tool וואס ווערט באנוצט דורך די געפילן און אז מ׳פארשטייט פארוואס דער מענטש פילט אזוי זענען די אלע ארגומנטן ממש נישט אין פלאץ. די תורות פון מח שליט על הלב וכו׳ איז א דשאוק וואס איז נישט געהערט געווארן זייט דעם וועלט באשאף, ס׳איז זעלבסט א פראדוקציע פונעם לב השליט על המח, און איז אויך די גרעסטע ראיה דערויף.
דאס אז דו פארשטייסט היינט בעסער ווי אמאל איז שוין נישט קיין גוטער סימן, מ'דארף דאך ווערן דומער און דומער...
נשלח: זונטאג יולי 25, 2021 11:16 pm
דורך רביה''ק זי''ע
וואס עפעס? ס׳דאך א בפירוש׳ע ברייתא נישט אזוי: תניא רבי ישמעאל ברבי יוסי אומר, תלמידי חכמים כל זמן שמזקינין חכמה נתוספת בהם.
נשלח: מאנטאג יולי 26, 2021 1:07 am
דורך yatzmachp
די דזשאוק איז מען קען לעגאל פארן צו אן אנדערע סטעיט און מאכן מערידזש לייסענס און נאכדעם צוריק קומען קיין ניו־יארק און זיי וועלן עס מוזן אננעמען.