בלאט 3 פון 14
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 10, 2020 1:55 am
דורך ביבער
סאיז דא די לופהאל אין די קאנסטיטושן וואס זאגט אז אויב מקען זיך נישט דורכקומען ביז די טאג וואס די עלעקטארס שטימען דעמאלט שטימען די הייזער אבער נאר איין שטימע פאר יעדע סטעיט. און דעמאלט גייען אלע פאפולער שטימעס צונישט.
ווי עס קוקט אויס וועט טראמפ, אלס איינער וואס האט מעולם געמאכט א לעבן אויף לופהאלס, פרובירן אפצוהאלטן די סטעיטס פון סערטיפייען א קאנדידאט דורך אריינגעבן ענדלאזע לאוסוטס און דאס וועט צוברענגען אז די סטעיטס זאלן צום סוף דארפן שטימען, און מיט די מער רויטע סטעיטס וואס סדא האט ער א זיכערע טשענס.
איך האב געקענט באשטיין א טראמפ פרעזידענטסי אבער אויב קומט דאס אויפן חשבון פון די רעפובליק איז צרות ווי א גל. מאידך גיסא איז בעסער אז טראמפ, א טיפש, זאל זיין דער וואס טוט עס און זאל די לאנד עס פיקסן ווי איידער א רשע זאל עס טהון וואס דעמאלט אין לו תיקונו.
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 10, 2020 12:35 pm
דורך פארווע חסיד
ביבער האט געשריבן:סאיז דא די לופהאל אין די קאנסטיטושן וואס זאגט אז אויב מקען זיך נישט דורכקומען ביז די טאג וואס די עלעקטארס שטימען דעמאלט שטימען די הייזער אבער נאר איין שטימע פאר יעדע סטעיט. און דעמאלט גייען אלע פאפולער שטימעס צונישט.
ווי עס קוקט אויס וועט טראמפ, אלס איינער וואס האט מעולם געמאכט א לעבן אויף לופהאלס, פרובירן אפצוהאלטן די סטעיטס פון סערטיפייען א קאנדידאט דורך אריינגעבן ענדלאזע לאוסוטס און דאס וועט צוברענגען אז די סטעיטס זאלן צום סוף דארפן שטימען, און מיט די מער רויטע סטעיטס וואס סדא האט ער א זיכערע טשענס.
איך האב געקענט באשטיין א טראמפ פרעזידענטסי אבער אויב קומט דאס אויפן חשבון פון די רעפובליק איז צרות ווי א גל. מאידך גיסא איז בעסער אז טראמפ, א טיפש, זאל זיין דער וואס טוט עס און זאל די לאנד עס פיקסן ווי איידער א רשע זאל עס טהון וואס דעמאלט אין לו תיקונו.
איך האב עס פארשטאנען אביסעל אנדערש, אז זיי קענען באשליסען פאר וועמען צו געבען זייערע עלעקטארעל'ס (אין נישט איינצעלנע שטימען)
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 10, 2020 12:45 pm
דורך מנחם ציון
העניך האט געשריבן:קורקלענד האט געשריבן:מאנכע שמועסן אז CNN האט ארויסגעשלעפט אריזאנע פון ביידן, אין אנדערע נייעס האט RCP צוגענומען פענסילוועניע.
מ'הייבט אן וואקן אויף צוריק.
CNN האט קיינמאל נישט געגעבן אריזאנע פאר ביידען.
RCP האט קיינמאל נישט געגעבן פענסילוועניע פאר ביידען.
א שאד אז קלוגע אידן גלייבן נארישקייטן און טרייסטן זיך מיט חלשות.
איז ווער איז יא דער וואס האט געקאלט דער געווינס פאר ביידען?
ס'הייסט, אפי' די נעטווארקס האבן אים אויך נישט דערקלערט געווינער? נו וואס פארפירסטו?
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 10, 2020 3:49 pm
דורך מנחם ציון
מנחם ציון האט געשריבן:קוויטעל האט געשריבן:אז איינער וויל וויסן וואס טראמפ האלט און טענה'ט, דארף ער הערן זיין לויער - רודי דזשוליאני - וויאזוי ער לייגט פאר די קלאגע.
און יא, לויט זיינע ווערטער איז נישטא קיין ספק, אז טראמפ וועט עס מאכן ביים סופרים קארט, מיט א שמיץ אריבער.
געהערט דערפון, איך זוך נאר די לינק דערצו
תודה פאר'ן חבר אין אישי וואס האט מיר צוגעפירט
https://www.youtube.com/watch?v=_wf3wUC9EBshttps://www.youtube.com/watch?v=7H10wZ4SszMhttps://www.youtube.com/watch?v=NVSJriR ... e=youtu.behttps://twitter.com/realDonaldTrumphttps://twitter.com/RudyGiuliani
נשלח: דינסטאג נאוועמבער 10, 2020 3:55 pm
דורך מנחם ציון
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 11, 2020 7:33 am
דורך שמעקעדיג
דער קליפ פאסט גאר גוט צו דיין ניק-נאמען...
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 11, 2020 1:01 pm
דורך גאנצל
מיט דעם בין איך מיט @העניך ממש אנבעליוועבעל ווי דער עולם דמיונט אריין אויף טויזנט
נאך מער מ'האלט שוין א וואך נאך די עלעקשאנס דער האט נאך נישט געברענגט צום טיש גארנישט ביידן איז גענוג באקוועים פאראויס און נאך אלס דמיונט מען
איך מיין דו האלטסט טאקע אז די קאורט גייט פאר נאו גוד ריזען פסלען 40000 וואויטס אין פענסעלוועיניע ?
עניוועי
אבער די גוטע צייטן אין אמעירטשקא איז פאראיבער
נשלח: מיטוואך נאוועמבער 11, 2020 1:17 pm
דורך קוויטעל
גאנצל האט געשריבן:מיט דעם בין איך מיט @העניך ממש אנבעליוועבעל ווי דער עולם דמיונט אריין אויף טויזנט
נאך מער מ'האלט שוין א וואך נאך די עלעקשאנס דער האט נאך נישט געברענגט צום טיש גארנישט ביידן איז גענוג באקוועים פאראויס און נאך אלס דמיונט מען
איך מיין דו האלטסט טאקע אז די קאורט גייט פאר נאו גוד ריזען פסלען 40000 וואויטס אין פענסעלוועיניע ?
עניוועי
אבער די גוטע צייטן אין אמעירטשקא איז פאראיבער
איר קענט דעם ענגלישער אויסדרוק;
I guess you fishing at the wrong pond
אוודאי אז דו הערסט קול מבשר, וואס זאגט נאך וואס cnn וכדומה זאגט, און פארשלייערן די אמת'ע פאקטן און אקטיוויטעטן פון די קאורט און אפישעלס, האט עס אזא סך הכול ווי דו שרייבסט.
האסט געמיינט אז ספרים סטאר פארקויפט מען פלייש? מה למידיע ולפסק הלכה? וואס קען די מידיע אויספירן אויסער באשמוצן און 'דעקן' באדעקן פארדעקן...
זיי מוחל, שרייב דיך איין ביי די עסקנים אינערהאלב די רעכטע לאגער, וועסטו זען וואס ס'טוט זיך אלץ אינעם בינענשטאק אין וואשינגטאן.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 6:49 pm
דורך מנחם ציון
c\p kol haolam
WASHINGTON: Bombshell claim: Trump lawyers say Dominion voting software was "designed" to let officials see results thru a backdoor and change as needed. They promise proof later this week.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 7:22 pm
דורך אינגערמאנטשיקל
די קלעים סאונד טו גוד טו בי טרו.
אויב אבער די טראמפ טיעם האט טאקע ערנסטע עווידענס אויף זייער קלעים, האט דער טראמפ מזל ווי א גוי.
נשלח: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 7:28 pm
דורך קאצקע ציקער
אינגערמאנטשיקל האט געשריבן:די קלעים סאונד טו גוד טו בי טרו.
אויב אבער די טראמפ טיעם האט טאקע ערנסטע עווידענס אויף זייער קלעים, האט דער טראמפ מזל ווי א גוי.
בעסער געזאגט מזל ווי טראמפ...
נשלח: זונטאג נאוועמבער 15, 2020 8:35 pm
דורך קורקלענד
זיי אלע שרייען אז די וואך איז די וואך! לאמיר זעהן צו ער האט וואס צו דעליווערן.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 16, 2020 12:42 am
דורך ביבער
תלמדני הקאנסטיטושאן על רגל אחת? אמר לו: עיין ב'
טוויט זה פונעם פרעזידענט מיטן הגה פונעם דזשעק דארסי.
א שיינקייט פון א טוויט. און אלעס ליגט דא און דעי צוויי שורות. פונעם דעקלעראציע ביזן לעצטן עקזעקוטיוו ארדער. פון די פעדעראלע פאפירן ביז די ליבעראלע עדיטאריעלס. פון פאליטיקל פילאזאפיע ביז פסיכאלאגיע, סאצאילאגיע און עקאנאמיע. הפך בה והפך בה דכולה בה.
איך רעד אפגעזעהן וואס עס גייט זיך ענדיגן יעצט. די עצם טוויט פאר זיך, מיטן הגה, איז א זעלטענהייט פאר די בריאה אנושית ואשרינו שזכינו לכך.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 16, 2020 2:41 am
דורך שמעקעדיג
די הגה קריגט מיט דיין חתימה....
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 16, 2020 9:59 am
דורך מפיל קינד
העניך האט געשריבן:ממש ווייטאגליך צוצוקוקן.
טאקע ווייטאגליך, ווענד זיך פאר וועם...
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 16, 2020 10:00 am
דורך ביבער
שמעקעדיג האט געשריבן:די הגה קריגט מיט דיין חתימה....
נישט ממש. די קאנסטיטושן איז מחייב נאר גאווערמענט. דעס אז דער בעל הטוויט איז יעצט דער פרעזידענט און ער קען נישט אריינרעדן אין א א פרייוועט קאמפעניס דעסיזשענס איז פרידאם אוו ספיטש כפשוטו.
איך מעג פערזענליך דיסאגריען מיט טוויטער און ווען דאס געשעהט קען מיר קיינער נישט צוואונגן צו גיין אויף טוויטער. דעס איז אויך פרידאם אוו ספיטש.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 16, 2020 3:50 pm
דורך אישתישבי
לדעתי וואלט טוויטער נישט געטארט קאנטראלירן וואס איז אמת און וואס איז נישט.
און טאקע מהאי טעמא, פרידאם אוו ספיטש.
טוויטער וואלט נאר געמעגט און געמוזט מעקען ווען עס איז נוגע טעראר.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 16, 2020 4:07 pm
דורך שמעקעדיג
און למשל האלאקאוסט לייקענער איז אויך אין דעם כלל?
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 16, 2020 8:34 pm
דורך ביבער
אישתישבי האט געשריבן:לדעתי וואלט טוויטער נישט געטארט קאנטראלירן וואס איז אמת און וואס איז נישט.
און טאקע מהאי טעמא, פרידאם אוו ספיטש.
טוויטער וואלט נאר געמעגט און געמוזט מעקען ווען עס איז נוגע טעראר.
לא זכיתי להבין. ביי דעפינישן איז נישט שייך קיין פרידאם אוו ספיטש ביי פרייוועט קאמפעניס. אדרבה, די רגע וואס גאווערמענט טיילט אים איין וואס יא אדער נישט צו זאגן, אפילו מיטן אויסרייד פון פרידאם אוו ספיטש, איז דאס די איינציגסטע ווייאלעישן פון פרידאם אוו ספיטש.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 16, 2020 9:16 pm
דורך קורקלענד
גערעכט אז ס'איז נישט שייך. אבער די פאקט אז זיי זענען אימיון אויף זייער ספיטש, און אז מ'קען די פירמעס נישט פארהאלטן פאר סיי וועלכע אומרעכט דורך ספיטש איז אויך נישט אויסגעהאלטן.
די סיבה פארוואס די געזעץ האט זיי געגעבן אימיוניטי איז ווייל זייער טענה איז געווען אז זיי זענען סך העל א פלאטפארמע, און דערפאר טראגן זיי נישט קיין אחריות. אויב זענען זיי א פלאטפארמע דאן האבן זיי נישט וואס זיך צו מישן.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 16, 2020 9:51 pm
דורך ביבער
קורקלענד האט געשריבן:גערעכט אז ס'איז נישט שייך. אבער די פאקט אז זיי זענען אימיון אויף זייער ספיטש, און אז מ'קען די פירמעס נישט פארהאלטן פאר סיי וועלכע אומרעכט דורך ספיטש איז אויך נישט אויסגעהאלטן.
אקעי דעס איז שוין א צווייטער נושא. (אגב די קאנסערוועטיווס זענען אינגאנצן אף טרעק. זיי וואלטן געדארפט זיין די ערשטע צו דעפענדן 230. תמות נפשי עם פלשתים איז זיי וויכטיגער)
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 16, 2020 10:36 pm
דורך מה בכך
אישתישבי האט געשריבן:לדעתי וואלט טוויטער נישט געטארט קאנטראלירן וואס איז אמת און וואס איז נישט.
און טאקע מהאי טעמא, פרידאם אוו ספיטש.
טוויטער וואלט נאר געמעגט און געמוזט מעקען ווען עס איז נוגע טעראר.
נשלח: מאנטאג נאוועמבער 16, 2020 10:53 pm
דורך רביה''ק זי''ע
די שאלה פונעם אשכול'ס קעפל איז שוין אירעלעוואנט, יעצט איז די שאלה צו טראמפ האט געווינען, און דער ענטפער איז יא און ניין, ס'ווענדט זיך אין וועלכע פאראלעל יוניווערס.