צו דרייען דעם טיש צו אייך
@העניך די וויירוס האט היבש נאכגעלאזט צווישן אונז היימישע אידן, זאגאר איבער'ן לאנד וואו עס הייבן זיך איצט די נומערן איז דאס אבער לכולי עלמא אויף א גרינגערע פארנעם, מיט ווייניגער פאטאליטעטן.צו זאל דאס זיין ווייל די וויירוס זעלבסט איז אויף א שוואכערע ווערסיע, צו ווייל מיט די צייט קומט די עקספערטיז וויאזוי זיך אומצוגיין.
יעצט, איך בין מסכים מיט אייך, -און איך מיין ס'וועט יעדער- אז די גענצליך איבעריגע, גרויסע פארזאמלונגען (און גענצליך איבעריג מיין איך וואס האט נישט מיט אידישקייט נאר איז קולטורעל א קלאסישע ביישפיל וואלט געווען כ"א כסלו מסיבות רבי'שע חתונות וכדו') דארפן נישט פארקומען, עכ"פ בפומבי, צו וואס אויסשטעכן די אויגן פון די באהערדע, מידיא, וכו'
איך וויל אייך פרעגן פון א אידישע שטאנדפונקט.
פעיס פעקט, א רובא דמנכרא פון אונז האבן שוין געהאט די וויירוס, רוב פון אונז וואס האבן דאס געהאט ימים טובים צייט איז געווען אויף א גריגע אופן, אפי' די עלטערע וואס האבן דאס יא געהאט שווער האבן דאס איבערגעלעבט. (נישט אז דאס בערעכטיגט זיי אויף די יסורים וואס זיי האבן יא געהאט)
מיר אלע פאלגן נישט אויס די רעגולאציעס למחצה ולשליש, און סאיז קיין פראבלעם, סיי ווייל מען זעהט נישט די טויטליכע תוצאות. און פון א געזעלשאפטליכע שטאנדפונקט איז דאס נישט קיין פראבלעם ווייל "קיינער" ,
"קיינער" ,פאלגט דאס נישט פולקאם. און א פראמינענטע פראצענט פון די אלגעמיינע באפעלקערונג פייפט זיך אן אויף א "אידישליכע אופן" פונקט ווי אונז.
וויל איך אייך פרעגן, ביטע ענטפערן אויפריכטיג
1. וואס האלט איר בנוגע מאכן מנינים איצט?
2.גרויסע מעגא מנינים ימים נוראים?
3.הקפות?
4.מוסדות מעגן זיין אפן?
פארשטייט זיך, ווי מער מען קען זיך פארהוילן פון די גאס איז אלס בעסער און געזונטער. אבער צווישן אונז, וואס האלט איר בנוגע די אלע זאכן?