בלאט 3 פון 3
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 28, 2020 9:43 am
דורך לייבל שטילער
פ"וו נישט? קול מבשר האט א עפפ.
נשלח: מאנטאג דעצעמבער 28, 2020 5:55 pm
דורך מרדכי מרדכי
לייבל שטילער האט געשריבן:פ"וו נישט? קול מבשר האט א עפפ.
א פאדקעסט איז אפען סאורס מיט א RSS
נשלח: דינסטאג דעצעמבער 29, 2020 8:12 am
דורך [NAMELESS]
חתם סופר האט געשריבן:לייבל שטילער האט געשריבן:
רב מיט בלוטיגע הענט. דא האט שמעון דעליווערט איינס און א גוט'ס, א פולע פארש ארבעט, (כאטש אייוועלט קלעימט קרעדיט פאר זיך) גאר אינטרעסאנט און שפאנענד, גוט געשריבען און נישט געקארגט קיין דעטאלן.
.
אויך זייער הנאה געהאט
ער שרייבט אין די ארטיקל אז עס איז פארהאן א דאקומענטרי פון די מעשה איינעם ווייסט וויאזוי עס הייסע און וואו מען קין עס זעהן
נשלח: מאנטאג יאנואר 11, 2021 2:36 am
דורך מה בכך
פאר א נתינה פון 100 דאלער און העכער וועט אייער נאמען דערמאנט ווערן אין דעם קומענדיגן גלאק אי"ה!
תזכה למצות.
https://www.dryveup.com/jail/18847/#donate
נשלח: מיטוואך יאנואר 13, 2021 5:29 am
דורך נײגעריגער
כ'גלייך נישט אַזוי דער נאָמען, איך מיין אז "דאס גלעקל" װאלט זיך געהערט פיל שענער און ציענד
------
מנחם ציון האט געשריבן:טאמבל סאס האט געשריבן:איך פארשטיי נישט. פארוואס האב איך קיינמאל נישט געהערט פון וואגשאהל? כ'מיין כ'האב געהערט פונ'עם אבער האט ער אויך עפעס געשריבן? וואס האט ער געברענגט צום טיש וואס שמעון האט זיך נישט געקענט אפטיילן ביז היינט?
וואגשאהל ווייס איך נישט. איך וויס ער שרייבט אין zman אין ענגליש קען זיין ער טויג אין אידיש אויך
כמעט זיכער אז ער איז אויך (געװעהן?) א אידישער שרייבער.
געשריבן און\אדער רעדאקטירט ביכער יאָרן צוריק און זײנע ארטיקלען פלעגן צומאל ערשיינען אינעם שטערן, בעיקר גלייך נאכדעם װאס זיין אױסגאַבע "צייטשריפט" האט זיך פאראייניגט מיטן שטערן; (אדער זיך גלאַט פארמאכט, געדענק 'ך ניט גענוי)
װי עס זעהט אויס פלעגט ש"ר שרייבן פאַרן "צייטשריפט"
https://yi.wikipedia.org/w/index.php?ti ... 7%A4%D7%98-------------
טאמבל סאס האט געשריבן:ס'איז שוין צייט צו פטור ווערן פון [פאלשע] פענע נעמען. פארוואס דארף איך מיך שטענדיג קראצן אויף די ראשי תבות, סופי תבות, רמזים, גימטריאות און שטריכן אין די שרייבן-סטייל צו געסן ווער עס איז דער שרייבער??
װאָסי די גרויסע נפ"מ פּונקטלעך װער דער שרייבער איז?
אַז סע אינטערעסאַנט און ליינט זעך געשמאַק איז גוט, אַז נישט בלעטערט מען אַריבער
---------
מה בכך האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:גמליאל האט געשריבן:טיכטיגער האט געשריבן:שמעון האט פארלאזט דער שטערן?
דער שטערן האט אים פארלאזט... קומט שוין לאנג נישט ארויס.
ווייל עטליכע צודרייטע בע"ת (בי.טי.'ס)
אפשר ביסטו מיר אזוי גוט און די ביסט מיר מסביר דעם ראשי תיבות ....
בעלי תּשובה?
נשלח: מיטוואך פעברואר 10, 2021 9:44 am
דורך טיכטיגער
דער גלאק קומט נאך ארויס? זיי האבן ארויסגעגעבן איין אויסגאבע און אנטרינען פונעם מארקעט
נשלח: מיטוואך פעברואר 10, 2021 12:33 pm
דורך היכי דמי
געווען עדווערטייזט אז ט"ו בשבט קומט ארויס די צווייטע, איצט הייסט עס מיין איך ערגעץ בעפאר פורים.
נשלח: מיטוואך מאי 25, 2022 1:02 am
דורך דוד שריפטליך
אפילו לאמיר זאגן אז עס ריסייקלט פון אלטע שטערנס מה בכך? חוץ דעם איך פלעג ליינען דער שטערן אלס קינד שפעטער די שפאקטיוו שפעטער האט מען עס גע'אסר'ט אין די שטאט וואו איך האב געוואוינט האט מען עס געדארפט שאפן פון געשעפטן אויסער די שטאט...... בכלל די אלע וואס האבן טענות זאלן נעמען אין באטראכט אז דאס איז לכאורה די איינציגסטע אידישע מיינענדיג אויף אידיש שפראך וואס איז רייך אינטרעסאנט און אינטערלעקטועל.
קלערט נאר אריין אויסער מעלות באלייכטונגען וכו וכ'ו וכ'ו. וואס קען מען ליינען היינט אויף אידיש בלויז שטערן שפאקטיוו גלאק און דער וועקער וואס איז אויך נישט דא איבעראל געהעריג צו באקומען איך קען קוים ווארטן צו זעהן די קומענדיגע פארזעצונג פון דער גרינער יצר טוב...

נשלח: מיטוואך מאי 25, 2022 6:06 am
דורך מרדכי מרדכי
אויף איי וועלט האט איינער געטענה'ט אז ער שטעלט צאם א נייע שטאב און גייט ארויסקומען חודשליך
אויך אז ער גייט ארויסקומען אויף שבועות
נחיה ונראה
נשלח: מיטוואך מאי 25, 2022 8:06 pm
דורך היכי דמי
ער האט גענומען א שותף וואס גייט פירן די ביזנעס. האפענטליך וועט עס איצט ארויסקומען חודשליך
נשלח: מיטוואך מאי 25, 2022 9:17 pm
דורך מרדכי מרדכי
א שותף שמעקט שוין נישט גוט
איך האף אז דא וועט נישט זיין אזוי ווי די פרשה וואס גייט יעצט פאר מיט קינדליין/הונדערט
ער האט שוין אויך עפעס געהאט ביי דער שטערן
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 14, 2022 2:32 pm
דורך [NAMELESS]
איז דער גלאק אפיציעל דערנאך?
נשלח: מיטוואך דעצעמבער 14, 2022 8:16 pm
דורך berlbalaguleh
ס'איז פשוט א שאד אז אזא אינטעלעקטואלער און טאלאנטירטער שרייבער ווי שמעון ראלניצקי זאל נישט מצליח זיין מיט זיין אויסגאבע.
מיך האט געצויגן פון די ערשטע אויסגאבע זיין נאמען, אבער למעשה איז ער נישט גענוג ברייט און באלאנסירט כדי צו אפעלירן צו א ברייטערן קרייז ליינערס. ער מיינט אז ער דארף נאכאלץ צופרידן שטעלן דעם ענגן קרייז וואס קוקט אלעס אן מיט א שמאלקייט.. און אנישט, ביסטו אפגעסטעמפלט ווי א שייגעץ און דיין אויסגאבע ווערט גע'אסר'ט. אזוי ווי למשל געוויסע ערליכע אידן מיט די מענטאליטעט פון די שפיגל ברעכערס. זיי רייסן זיך צו ארויסקומען בחרב ובחנות אקעגן דעם מאמענט. כאטש ער פרובירט מיט אלע כוחות זיך צו האלטן אלס ..."משלנו"... מער איז מקפיד א יעדע וואך צו ברענגען לכה"פ 2 אדער 3 מאל דאס ווארט "סאטמאר"...! אבער אונז ערליכע אידן (שפיגל ברעכערס) כבר אמרנו, האבן שטארקע טענות צו איהם (מאמענט). שוין עטליכע וואכן נאכאנאנד ברענגט ער אינטערוויוס מיט ליובאוויטשער "רבנים"... אויך האט ער געברענגט אן אינטערוויו מיט - הערטס און שטוינטס - א מגולח מיט א טשופ אין מדינת ישראל וועלכער לערנט פאר דף היומי, רחמנא ליצלן מהאי דעתא. די קינדער וועלכע ליינען דאס קענען נאך (ח"ו) ווערן אויפגעקלערט. אויך קענעמן (ח"ו) קומען מהרהר צו זיין בשבח פון דעם אגודיסט'ישן דף היונה. (וויאזוי אונז ערליכע אידן, די ברכיים אשר לו כרעו לבעל הציוני, רופן עס אן מיט די ליצנותא דעבודה זרה).
אונז (כבר אמרנו) גיימער ארגאניזירן א שטארקע מחאה אין פראנט פון זייערע אפיסעס אין די עיר הקדשה וויליאמסבורג...!
נשלח: דאנערשטאג מערץ 23, 2023 8:35 pm
דורך וואלווי
וואס איז די אבסעשאן ביי חרדישע מאגאזינען מיט שפיאנען.
דריי פראנט פעידזש ארטיקלען וועגען שפיאנען?
נשלח: דאנערשטאג מערץ 23, 2023 8:51 pm
דורך ליימדארפער
יעצט איז אריין אין סטייל 'מופתים' געשיכטעס...
דא האסטע...
Re: "גלאָק" נייע חודש'ליכע אויסגאבע פון ר' שמעון ראלניצקי
נשלח: דאנערשטאג מערץ 23, 2023 11:41 pm
דורך כרם זית
וואלווי האט געשריבן:וואס איז די אבסעשאן ביי חרדישע מאגאזינען מיט שפיאנען.
דריי פראנט פעידזש ארטיקלען וועגען שפיאנען?
אז מען קען נישט קוקן קיין מאוויס, דאן דארף דער שבת גוי עס אפשרייבן אין פארמאט פון אן ארטיקל (און שרייבן אונטן די בילדער 'פאר איליסטראציע').
נשלח: פרייטאג מערץ 24, 2023 12:03 am
דורך וואלווי
כרם זית האט געשריבן:וואלווי האט געשריבן:וואס איז די אבסעשאן ביי חרדישע מאגאזינען מיט שפיאנען.
דריי פראנט פעידזש ארטיקלען וועגען שפיאנען?
אז מען קען נישט קוקן קיין מאוויס, דאן דארף דער שבת גוי עס אפשרייבן אין פארמאט פון אן ארטיקל (און שרייבן אונטן די בילדער 'פאר איליסטראציע').
מוז זיין די זעלבע גוי פון דער בלאט. כד הוינא גברא כטליא האט די בלאט געהאט אלס די ערשטע פארזעצונג, א שטורעמישע געשעהניש פון עפעס אן אגענט 007... וואס האט זיך פשוט נישט געענדיגט, ווייל די באטאן אין זיין קאר האט אייביג באשאפן א נייע אינזל....
מ'קען איצטער פרובירן צו באשרייבן די דראמאטישע געשיכטע פון פיפציג שאטנ'ס פון גרוי: א דראמאטישע שילדירענג פון די כח פון אהבת הבריות....
נשלח: פרייטאג מערץ 24, 2023 1:07 am
דורך berlbalaguleh
וואלווי האט געשריבן:כרם זית האט געשריבן:וואלווי האט געשריבן:וואס איז די אבסעשאן ביי חרדישע מאגאזינען מיט שפיאנען.
דריי פראנט פעידזש ארטיקלען וועגען שפיאנען?
אז מען קען נישט קוקן קיין מאוויס, דאן דארף דער שבת גוי עס אפשרייבן אין פארמאט פון אן ארטיקל (און שרייבן אונטן די בילדער 'פאר איליסטראציע').
מוז זיין די זעלבע גוי פון דער בלאט. כד הוינא גברא כטליא האט די בלאט געהאט אלס די ערשטע פארזעצונג, א שטורעמישע געשעהניש פון עפעס אן אגענט 007... וואס האט זיך פשוט נישט געענדיגט, ווייל די באטאן אין זיין קאר האט אייביג באשאפן א נייע אינזל....
מ'קען איצטער פרובירן צו באשרייבן די דראמאטישע געשיכטע פון פיפציג שאטנ'ס פון גרוי: א דראמאטישע שילדירענג פון די כח פון אהבת הבריות....
איך דערמאן זיך. כד הוינא (כ)טליא. אין די בראשית יארן (שוין ליידער נישט אין די שמות און ויקרא יארן) ווען דער בלאט איז פריש ארויסגעקומען איז ער נאך געווען עפעס א קוואליטי צייטונג. 'רהאט אייביג געברענגט (עכט) אידישע נייעס פון ארום די וועלט. און דער איד. וואס איז שוין דאמאלס געווען א פאפירענע שמאטע, האט נאכגעטאנצן דעם בלאט. ווען דער בלאט האט געברענגט עפעס א זאפטיגע שפיאן מעשה. האט דער איד אויך עפעס אונטערגעקעקעצט מיט א הינקעדיגע כמו שפיאן מעשה וואס האט נישט געהאט קיין הענט און פיס. די מעשה האט געהייסן ..."דער היימישער שפיאן"...(עפעס אזוי). נאך 4 וואכן/פארזעצונגען איז דער אידישער שפיאן (נעבעך) געשטארבן.
ביי א צווייטע געלעגנהייט האט (זעהט אויס) דער בלאט, דאמאלס אנגעפיהרט דורך דעם איש חכם שמעון ראלניצקי, אונטערגעריקט א פיסל פאר די אומ-וויסנדע בהמות פון דער איד. זיי האבן באשריבן איינעם א קינדער דאקטער א פרייען אפיקורס (מסתמא אויך א ציוני) וועים די חילונים אין מדינת ישראל פארגעטערן. מיט די שענסטע פארבן. ווי גלייך אין איד זאלל שטיין די גרעסטע שבחים און קאמפלימענטן אויף בן גוריון.(שר"י) כבר אמרנו. ביז מ'האט זיי אויפמערקזאם געמאכט. אזוי ווי נאך א סאך אנדערע טעותים וועלכע זענען געקומען פון אמעראצעס פון די עדיטארס דארט. למשל. די קריסטליכע, שמייליגע בילד פון ..."די לעסט סאפפער"...האבן די אקסן געשריבן..."אידן זענען זיך משמח אום פורים"...!
נשלח: פרייטאג מערץ 24, 2023 1:19 am
דורך פרעזידענט עלעקט
סאיז מער ווייניגער א יום טוב אויסגאבע