בלאט 3 פון 4
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2020 2:24 pm
דורך מה בכך
מה בכך האט געשריבן:ברעיקינג! כלל ישראל פאראייניגט זיך אינטער נייער אימפארטייאישער כלל ישראל ארגענעזאציע 'R-PEC' להצלת חינוך המסורה לנו מדור דור! א שטאב פון די בעסטע אדוואקאטן איז אויפגענימען געווארן, און יעדע דעטאל ווערט געפירט דורך רבותינו מאורי הגולה שליט"א....! פרטים יבואו.
חיים שלום לעפקאוויטש - פרעזידענט
נפתלי משה אינדיג - וויצע פרעזידענט
יענקעלע כהן - פראפעגאנדע דעפארטמענט...
וליהודים היתה אורה ושמחה!
לחיים
Re: ווערטער געפעכט צווישן סאטמאר רז"ל און רבי מענדל בן מהר"א
נשלח: דאנערשטאג דעצעמבער 17, 2020 5:39 pm
דורך moneyminded
.
Sent from my SM-G960U using Tapatalk
נשלח: פרייטאג דעצעמבער 18, 2020 12:33 am
דורך תרמב
די גרעסטע פראבלעם וואס דו האסט געטראפן.....
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 21, 2021 8:43 pm
דורך סאנטיאגא
https://u.pcloud.link/publink/show?code ... 6S00IToRaXאינטערסאנט איבערצוהערן די דרשה וואס מהר"א האט געגעבן יענעם חוה"מ מיט א 3 יאר צוריק.
ס'קומט צו וויינען אז א פירער פון די גרעסטע געמיינדע אין יהדות החרדית זאל קענען צאמרעדן אזעלכע נאנסענס, אין זיין קליינע ברוינפן גלעזל מח איז דער דראגי פון בראנקס אקוראט אויף דער זעלבער דרגא ווי דער קאלעדזש גראדואירטע אילאן מאסק, צו אלבערט איינשטיין, אדער אפילו א לויער וואס מאכט איבער 100 אלפים א יאר, אין קאנטראסט צום דורכשניטליכן חסידישן אינגערמאן אויף פודסטעמפס מעדיקעיד און די אכטער, א שטאל מיט עלף קינדער וואס די ווייב ארבעט אוודאי נישט, ניטאמאל א דרייווערס לייסענס מעג זי האבן, און לעבן אפ אזוי "פעי טשעק צו פעי טשעק" בעסער געזאגט פון איין SNAP balance refill ביזן קומענדיגן. פארדינען פארדינט ער 650 אויף די ביכער און ער גייט נאך לכאורה בלוטיגן א שיינע פאר מאל אין זיינע פערציגערס און פופציגערס, צום זמן שמחתינו פון חתונה מאכן זיינע בנים ובנות, געוואנדן אין ווי סוקסעספול די גוטהארציגע עסקנים און די חסד פאנד לינקס וועלן זיין... די פארשטיקענע בייעס איז אזוי גרויס באשעפער אין הימל! ר'איד מ'קען נישט היינט שטיין און רעדן שטותים והבלים און איגנארירן פאקטן, ס'איז דיר אמאל איינגעפאלן אוועקצושענקן 5 מינוט און געבן א נישטער אויף גוגל די ראטע פון פאברעכערס וואס זענען קאלעדזש גראדואירטע, פאר דו האסט דו האסט דיך ארויפגעשטעלט רעדן דברות קודש פאר א אנגעשטאפטע ביהמ"ד פון דיינע שלומי אמוני ישראל? איך האב. און די שטודיעס פרעגן אפ דיינע ווערטער מיניה וביה. די ציפערן ווייזן אז די סך הכל גראודאירטע פארברעכערס זענען גאנצע 4 פראצענט פון די פריזן פאפולעישן אין די פאראייניגטע שטאטן! סתם צו האבן א מושג, די לעצטע מאל די ראטע האט געהאלטן ביי די סכום פאר די ציווילע סאסייעטי איז געווען ענדע צווייטע וועלט קריג אין 1940. אין אנדערע ווערטער 95 פראצענט אינמעיטס האבן נישט קיין קאלידזש דעגרי!! רעבעניו דו כאפסט וואספארא נומבער דאס איז? דו כאפסט וואספארא אויפגעבלאזענע גוזמא דאס איז? צו באטראכטן יעדער ארעסטאנט און דראג דילער, ווי גלייך עדזושקעישן האט אים גארנישט געברענגט און מיט דעם אלעם איז ער אנגעקומען ווי ער איז אנגעקומען? דאס איז חוץ די generalization אז יעדער גוי איז א שמוציגע בוגי מען וואס שטאמט פון די עשו שונא ליעקב [שרייב נישט קיין אומאיידעלע ווערטער. מנהל]... אבער אזא exaggeration צו זאגן ברבים מיי גאד... דאס איז נישט עפעס א ווארטזאגערל נאר דאס איז א מנהיג בישראל! פון אן עדה וואס שאקלט די חסידישע וועלט!
און נישט נאר דאס נאר ריסורטש צייגט אז ס'איז טאפלט שכיח פאר עמיצער וואס איז אונטער גראטעס נישט צו האבן מער ווי הויעך שולע דיפלאומע און פיל מאל דאס אויך נישט. נאדיר נאך א שטודיע דאס איז פון
https://www.prisonerresource.com/inmate ... on-levels/ זיי ברענגען א סטאטיסטיק פון '03 וואס געט אן אז 75% of state inmates failed to complete high school versus 47% who earned GED
59% of federal inmates failed to complete high school versus 55% who earned GED
69% of local jail inmates failed to complete high school versus 32% who earned GED
יעצט דעס איז נאר די GED ווי די נומערן זענען היבש שלעכט אבער א graduate א פאברעכער? מאן דכר שמיה. זעלטן!
ווארט א רגע כ'בין נאכנישט פיניש, אין תפיסה קען מען אפטמאל כאטש לערנען פאר די GED אז ווען מ'גייט ארויס זאל מען קענען האבן א נארמאלע דזשאב סא דו ווילסט מיר זאגן אז אונזערע מוסדות זענען ערגער ווי די סטעיט פריזן סיסטעם??! און דאס איז נאך justified ווייל אונז זעמיר נישט קיין פארברעכער? דאס איז דיין תירוץ???
און וואס איז מיט white collar crimes? דארט זענען חסידים אויך אינגאנצן ריין? אפשר אז מ'וועט אנהייבן לערנען מיטן עולם סייענס און כעמיע און פסיכילאגיע וועסטו מעגליך באקומען א גאר אנדערע בליק אויף די מיאוסע ווארט "דראגס" און ס'וועט אפשר נישט אייביג גיין געבינדן מיט 'עדיקס' (addicts)
יא יא גענוג עשירים האמיר יאפ דאס איז א מורא'דיגע גילטיגע טענה איך מוז דיר עס געבן מיר איז עס נאכנישט איינגעפאלן, אבער וואס טוט זיך מיט באראבעווען א דור פון כשר'ע אויסגעהאלטענע ידיעות, היסטאריע, מעקענעיקס, ליטעראטור, עסעי שרייבן, פאעזיע, טאלאנט? אויסברייטערן דעם תורה עם דרך ארץ אויף ווי ווייט מעגליך צו זיין אן אינטעליגענטע מעורב בן הבריות? אויף דעם האב איך נאכנישט געהערט קיין לאגישן תירוץ.
אבער וואס ווייס איך? רבנים פארשטייען בעסער און קלארער זאכן און אז מ'פארלאזט זיך בלינד מיט אמונת צדיקים קומט מען אן
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 21, 2021 11:19 pm
דורך תרמב
דו פארלאנגסט שוין צופיל, א רבי זאל ארויפגיין אויף גוגל, זיינע פאקטן זאלן שטימען, וואס נאך ווילסטו?
Re: ווערטער געפעכט צווישן סאטמאר רז"ל און רבי מענדל בן מהר"א
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 21, 2021 11:38 pm
דורך א חסיד פון ווילנא
איך וועל ווארטן צו זען ווי די אלע וואס באדערט אלס ווען מ׳ ברענגט ארויף סאטמאר, וועלן יעצט פארשרייען דעם שרייבער פאר ארויף ברענגען עפעס פון 3 יאר צוריק
Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 21, 2021 11:47 pm
דורך סאנטיאגא
תרמב האט געשריבן:דו פארלאנגסט שוין צופיל, א רבי זאל ארויפגיין אויף גוגל, זיינע פאקטן זאלן שטימען, וואס נאך ווילסטו?
יאפ א ביטערע מציאות.
אבער האט ער נישט געזאגט ווען ס'איז אים אויסגעקומען גוט אז מ'זאל ארויפגיין אויף די כלי און קוקן צו ס'רעגנט אין אריזאנע?
נשלח: פרייטאג יאנואר 22, 2021 11:37 am
דורך אישתישבי
ברוינפן גלעזלעך קאפ
נשלח: זונטאג יאנואר 24, 2021 1:51 am
דורך פייפעריי
דאס פון די ניו יארק טיימס. קוקט אויס זיי האבן אויך נישט קיין גוגעל
The poorest place in the United States is not a dusty Texas border town, a hollow in Appalachia, a remote Indian reservation or a blighted urban neighborhood. It has no slums or homeless people. No one who lives there is shabbily dressed or has to go hungry.
Crime is virtually nonexistent.
https://www.nytimes.com/2011/04/21/nyre ... place.html
נשלח: זונטאג יאנואר 24, 2021 2:56 am
דורך שמעון וואלף
פייפעריי האט געשריבן:דאס פון די ניו יארק טיימס. קוקט אויס זיי האבן אויך נישט קיין גוגעל
The poorest place in the United States is not a dusty Texas border town, a hollow in Appalachia, a remote Indian reservation or a blighted urban neighborhood. It has no slums or homeless people. No one who lives there is shabbily dressed or has to go hungry.
Crime is virtually nonexistent.
https://www.nytimes.com/2011/04/21/nyre ... place.html
Whom are you kidding?
טאקע נישטא קיין קריים אין מאנרא? וויפול רעדער געשטאכן, שטיינער געווארפן, פענסטער אויסגעשאסן, פייער אינטערגעצינדן, גניבות וגזילות, טערעראזירענדע פני קאולס? דאס אז די געליטענע ווילן נישט מסר'ן טוישט נישט די מציאות.
ביטע קוואוט נישט נאך די טיימס מיט א געמאכטע תמימות ווען ביני ובינך ווייסמיר די אמת.
ווי האט יענער געזאגט, יא מ'האט געשטאכן רעדער, באקלאפן די ביינער און ס'איז ווייטער שטיל.
נשלח: זונטאג יאנואר 24, 2021 9:46 am
דורך זופ מיט מאנדלען
פאר די פאליטישע טעראר גלייב איך נישט אז קאלעדזש בילדונג וואלט ווען געהאלפן.
נשלח: זונטאג יאנואר 24, 2021 10:35 am
דורך רביה''ק זי''ע
איך מיין אז יא, די אלע געפעכטן קומען ווייל דער עולם גייט ליידיגט און זוכט meaning אין לעבן, אז מ'לערנט זאכן וואס מ'קען טוהן פאקטישע זאכן דערמיט טרעפט מען די meaning דארט און מ'פאלט נישט אריין אין די לופטיגע בעיבישקייטן.
נשלח: זונטאג יאנואר 24, 2021 10:41 am
דורך פייפעריי
שמעון וואלף האט געשריבן:פייפעריי האט געשריבן:דאס פון די ניו יארק טיימס. קוקט אויס זיי האבן אויך נישט קיין גוגעל
The poorest place in the United States is not a dusty Texas border town, a hollow in Appalachia, a remote Indian reservation or a blighted urban neighborhood. It has no slums or homeless people. No one who lives there is shabbily dressed or has to go hungry.
Crime is virtually nonexistent.
https://www.nytimes.com/2011/04/21/nyre ... place.html
Whom are you kidding?
טאקע נישטא קיין קריים אין מאנרא? וויפול רעדער געשטאכן, שטיינער געווארפן, פענסטער אויסגעשאסן, פייער אינטערגעצינדן, גניבות וגזילות, טערעראזירענדע פני קאולס? דאס אז די געליטענע ווילן נישט מסר'ן טוישט נישט די מציאות.
ביטע קוואוט נישט נאך די טיימס מיט א געמאכטע תמימות ווען ביני ובינך ווייסמיר די אמת.
ווי האט יענער געזאגט, יא מ'האט געשטאכן רעדער, באקלאפן די ביינער און ס'איז ווייטער שטיל.
די לעצטע מאל מען האט געשטאכן א רעדל איז געווען 30 יאר צירוק
די זאגסט מען האט נישט געמסרט, איז עס נישט געווען אויף 60 מינוטס? מען האט געמסרט וועם מען האט געקענט.
זיי זאגן Crime is
virtually nonexistent., טאקע ווייל עפעס איז יא דא
נשלח: זונטאג יאנואר 24, 2021 8:50 pm
דורך קומזיץ
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך מיין אז יא, די אלע געפעכטן קומען ווייל דער עולם גייט ליידיגט און זוכט meaning אין לעבן, אז מ'לערנט זאכן וואס מ'קען טוהן פאקטישע זאכן דערמיט טרעפט מען די meaning דארט און מ'פאלט נישט אריין אין די לופטיגע בעיבישקייטן.
געפעכטן געשעהן ווייל דאס איז די טבע פון א מענטש, אילמלא מוראה של מלכות איש את רעהו חיים בלעו ,
די המון עם חסידים זענען זייער צופרידן מיט זייער לעבן שטייגער
די וואס זיכן meaning קומען דא אויף קאווע שטיבל
נשלח: מאנטאג יאנואר 25, 2021 12:41 am
דורך שמעון וואלף
פייפעריי האט געשריבן:שמעון וואלף האט געשריבן:פייפעריי האט געשריבן:דאס פון די ניו יארק טיימס. קוקט אויס זיי האבן אויך נישט קיין גוגעל
The poorest place in the United States is not a dusty Texas border town, a hollow in Appalachia, a remote Indian reservation or a blighted urban neighborhood. It has no slums or homeless people. No one who lives there is shabbily dressed or has to go hungry.
Crime is virtually nonexistent.
https://www.nytimes.com/2011/04/21/nyre ... place.html
Whom are you kidding?
טאקע נישטא קיין קריים אין מאנרא? וויפול רעדער געשטאכן, שטיינער געווארפן, פענסטער אויסגעשאסן, פייער אינטערגעצינדן, גניבות וגזילות, טערעראזירענדע פני קאולס? דאס אז די געליטענע ווילן נישט מסר'ן טוישט נישט די מציאות.
ביטע קוואוט נישט נאך די טיימס מיט א געמאכטע תמימות ווען ביני ובינך ווייסמיר די אמת.
ווי האט יענער געזאגט, יא מ'האט געשטאכן רעדער, באקלאפן די ביינער און ס'איז ווייטער שטיל.
די לעצטע מאל מען האט געשטאכן א רעדל איז געווען 30 יאר צירוק
די זאגסט מען האט נישט געמסרט, איז עס נישט געווען אויף 60 מינוטס? מען האט געמסרט וועם מען האט געקענט.
זיי זאגן Crime is
virtually nonexistent., טאקע ווייל עפעס איז יא דא
שוין ווייטער פראבירסטי פארטושן די מוחות. ווען איינער דערציילט א מעשה אויף 60 מינוט ווערט עס נאכנישט רעקארדעט אלץ קריים אפילו טאמער "דער איד" האט עס בא'טיטול'ט אלץ מסירה. איך ווייס נישט ווי אלט די ביסט אבער ווער ס'האט מיטגעלעבט יענע צייטן ווייסט גענוג און נאך מעשיות ווי מ'האט באקלאפט די ביינער פון בחורים און אינגעלייט און דעמאלטס איז נאכנישט געווען אין סטייל ווי היינט צו לויפן צו די פאליס (ס'נאך געווען פאר די היתר מאה רבנן). איך וואין נישט אין מאנרא און איך האלט נישט מיט אלע שגץ שטיק אבער דאס געדענק איך אז פאר צוואנציג יאר צוריק האט מען נאך געשטאכן די רעדער פון אברהם לעפקאוויטש וואס האט זיך דערוואגט צו מאכן א מסיבה פאר קווינס ישיבה. איך שטעל זיי אויף די חזקה אז ס'מסתמה געווען נאך אבער די משל איז גענוג אויפציווייזן אז די ביסט מיסאינפארמירט אדער סתם א שקרן.
א דאנק סורוועילאנס קעמרעס האבן זיך זאכן טאקע היפש אפגעשטילט אבער גיב נישט קרעדיט פאר אונזער איידעלע חינוך.
סארי פאר פארדרייען די שמועס ענד טענקס פאר ליסענינג
נשלח: מאנטאג יאנואר 25, 2021 1:03 am
דורך פייפעריי
איך געדענק גוט יענע צייטן. יעדע עבירה'לע איז געווארן איבערגעגעבן פאר די אינסטאנצן.
נשלח: מאנטאג יאנואר 25, 2021 11:25 am
דורך מפיל קינד
שמעון וואלף האט געשריבן:פייפעריי האט געשריבן:דאס פון די ניו יארק טיימס. קוקט אויס זיי האבן אויך נישט קיין גוגעל
The poorest place in the United States is not a dusty Texas border town, a hollow in Appalachia, a remote Indian reservation or a blighted urban neighborhood. It has no slums or homeless people. No one who lives there is shabbily dressed or has to go hungry.
Crime is virtually nonexistent.
https://www.nytimes.com/2011/04/21/nyre ... place.html
Whom are you kidding?
טאקע נישטא קיין קריים אין מאנרא? וויפול רעדער געשטאכן, שטיינער געווארפן, פענסטער אויסגעשאסן, פייער אינטערגעצינדן, גניבות וגזילות, טערעראזירענדע פני קאולס? דאס אז די געליטענע ווילן נישט מסר'ן טוישט נישט די מציאות.
ביטע קוואוט נישט נאך די טיימס מיט א געמאכטע תמימות ווען ביני ובינך ווייסמיר די אמת.
ווי האט יענער געזאגט, יא מ'האט געשטאכן רעדער, באקלאפן די ביינער און ס'איז ווייטער שטיל.
וויפיל מענטשן זענען געשטארבן פון די אלע געוואלטאטן? וועמען האט מען גע'הרג'ט אין קרית יואל די אלע יארן?
אויב די אלע קריימס וואלטן באריכטעט געווארן וואלט קרית יואל נאכאלץ געווען צווישן די נידריגסטע. קריימס מיינט אסאך ערגערס ווי שטעכן רעדער און בא'מקל'ן מענטשן.
נשלח: מאנטאג יאנואר 25, 2021 5:51 pm
דורך זופ מיט מאנדלען
די שלעק וואס זענען געגאנגן אין די צייט פון די פאליטיק ווייס איך נישט צו זיי קענען אנגערופן ווערן קריים, אמת אז עס זענען געווען אסאך אומבארעכטיגטע טאהטן, אבער זיי זענען געקומען פון א אידעלאגיע און אויפן דירעקטן באפעל פון די פירער, געווענליך איז עס נישט געווען אויף די אייגענע האנט, דאס מיינט אז זיי זענען בסך הכל געווען וואוילע בחורים וואס זייער מנהל האט זיי געהייסן בורדענען.
נשלח: מאנטאג יאנואר 25, 2021 8:57 pm
דורך תרמב
בא’מקל’ען מענטשן איז נישט קיין קריים!? א נייע מעשה! אפשר היינטיגע צייטן פון בל”ם איז אזוי.
נשלח: דינסטאג יאנואר 26, 2021 1:19 am
דורך שמעון וואלף
פייפעריי האט געשריבן:איך געדענק גוט יענע צייטן. יעדע עבירה'לע איז געווארן איבערגעגעבן פאר די אינסטאנצן.
מאלעסטעישן איז אויך באריכטעט געווארן?
נשלח: דינסטאג יאנואר 26, 2021 8:40 am
דורך תרמב
זעהט אויס אז עס איז נישט געשעהן אזעלכע זאכן....
Re: ווערטער געפעכט צווישן סאטמאר רז"ל און רבי מענדל בן מהר"א
נשלח: דינסטאג יאנואר 26, 2021 1:00 pm
דורך א חסיד פון ווילנא
תרמב האט געשריבן:זעהט אויס אז עס איז נישט געשעהן אזעלכע זאכן....
נאך נישט געווען קיין עוולה דעמאלס
גוטע צייטן געווען
Sent from my LM-X210CM using Tapatalk
נשלח: דאנערשטאג יאנואר 28, 2021 10:09 pm
דורך סאנטיאגא
פייפעריי האט געשריבן:דאס פון די ניו יארק טיימס. קוקט אויס זיי האבן אויך נישט קיין גוגעל .
איך בין נישט זיכער וואס דו ווילסט מיט דעם. גוגל איז נישט די אורים ותומים, אבער ווען אהרן טייטלבוים שטעלט זיך אויף און מאכט אזא אמעראצישע classification אין די צייט וואס די Department of Justice Bureau האט צאמגעשטעלט א רייכן קונטרס מיט דייטליכע סטאטיסטיקס אויף יעדע correlation פון קרימינאלן מיט עדזושקעישן וואס דו קענסט נאר טראכטן, און אלעס איז עוועליבל בחינם אויסצוטשעקן, און ער איז אזוי שטערבליך off קומט מיר מאדנע גרימאסן אויף די וואנצעס און שנויצן און לאזט מיר איבער מיט טיפע רחמנות געפילן אויף אלע זיינע בלינדע נאכפאלגער וואס נעמען אן זיינע ווערטער (און די ווערטער פון יעדע פירער וואס ווייסט נישט וואס ער רעדט) ווי קודש קדשים. פארשטייט זיך דאס איז אלעס אויב די טענה איז בכלל רעלעוואנט...
אדרבה כאפטס אלע בליק אויף page 2 אונטן ביי די ברייטע שורות. אין מיין פריערדיגע סטאדי זענען די נומבערס נאך געווען בחסד דאס איז איז א דראסטישע טראסק פון 4 פראצענט מיט עפעס, וואס פארמאגן דעגרי צו 2.8 ביז 2.3 פראצענט, און אין די ריפארט ברענגען זיי, אז זיי שאצן א חשבון פון 40 פראצענט שטאטישע ארעסטאנטן און 27 פראצענט פעדעראלע, וואס האבן נישט געזעהן די אינעווייניג פון א קאלידזש אין זייער לעבן... קומט ער מיר אוועקמאכן א גוטע חינוך ווייל גאנץ אמעריקע באשטייט פון "דראג עדיקס" און קאר פלינדערייען... אזוי ווייט פונעם מציאות צו זיין?!