בלאט 3 פון 4

נשלח: זונטאג יאנואר 24, 2021 9:51 am
דורך זופ מיט מאנדלען
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:האסט פארשטאנען זייער גוט. די אקט פון אראפ ברענגן קינדער קומט מיט א פרייז. די דארפט זיך זארגן אויף זייער וואוילזיין פאר די נעקסטע 18 יאר. אויך אז א חלק פון די פרייז אז מ'פארלירט די רעכט פאר די נעקסטע 18 יאר מאראליש זיך צו פאקן פעק כדי זיך צו אינדשויען אין א צווייטע לעבנס שטייגער.
דאס איז נאר געזאגט געווארן פאר איינער וואס האט מארעלס און וועליוס. ווער ס'האט נישט קיין מארעלס איז דומה לכלב סיי וואו.

און אויב דאס גאנצע ברענגען קינדער איז געטון געווארן אן בחירה? בכלל וואס איך האב ארויסגעברענגט איז אז עס איז נישט קיין עצה צו זאגן ווארט ביז די קינדער ווערן גרויס, סאיז ווי כאילו דו זאגסט אים געים אווער און די קענסט שוין נישט אינדזשויען לייף.

נשלח: זונטאג יאנואר 24, 2021 10:11 am
דורך יאסל ראקאווער
אונז דארף מיר גוט אריינקריכן אין אונזער נשמות און זיך פרעגען; וואס וואלט איך געוואלט אז מיינע קינדער זאלען טון אויב חס ושלום זיי טרעפען זיך אין מיין מצב?

אויב די ענטפער איז, אז זיך שיידן פון די ווייב איז וואס די וואלסט מייעץ געווען דיין קינד אין פונקטליך דיין מצב, איז באמת נישטא מאראלישע פליכט צו טון אנדערש פאר זיך אליין.

נשלח: זונטאג יאנואר 24, 2021 9:48 pm
דורך די קעניג פין אמעריקע
זופ מיט מאנדלען האט געשריבן:
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:האסט פארשטאנען זייער גוט. די אקט פון אראפ ברענגן קינדער קומט מיט א פרייז. די דארפט זיך זארגן אויף זייער וואוילזיין פאר די נעקסטע 18 יאר. אויך אז א חלק פון די פרייז אז מ'פארלירט די רעכט פאר די נעקסטע 18 יאר מאראליש זיך צו פאקן פעק כדי זיך צו אינדשויען אין א צווייטע לעבנס שטייגער.
דאס איז נאר געזאגט געווארן פאר איינער וואס האט מארעלס און וועליוס. ווער ס'האט נישט קיין מארעלס איז דומה לכלב סיי וואו.

און אויב דאס גאנצע ברענגען קינדער איז געטון געווארן אן בחירה? בכלל וואס איך האב ארויסגעברענגט איז אז עס איז נישט קיין עצה צו זאגן ווארט ביז די קינדער ווערן גרויס, סאיז ווי כאילו דו זאגסט אים געים אווער און די קענסט שוין נישט אינדזשויען לייף.

ווער האט דיר געצווינגן? נעם אחריות אויף וואס דו האסט געטין. עס איז זייער גרינג צו באשילדיגן יענעם.

נשלח: זונטאג יאנואר 24, 2021 9:50 pm
דורך די קעניג פין אמעריקע
יאסל ראקאווער האט געשריבן:אונז דארף מיר גוט אריינקריכן אין אונזער נשמות און זיך פרעגען; וואס וואלט איך געוואלט אז מיינע קינדער זאלען טון אויב חס ושלום זיי טרעפען זיך אין מיין מצב?

אויב די ענטפער איז, אז זיך שיידן פון די ווייב איז וואס די וואלסט מייעץ געווען דיין קינד אין פונקטליך דיין מצב, איז באמת נישטא מאראלישע פליכט צו טון אנדערש פאר זיך אליין.

איך האף מיינע קינדער וועלן האבן געניג וועליוס נישט צו דארפן זיין קינדער און זיך גיין הנאה האבן. ס׳איז גראלליג אז דו פארשטייסט דאס נישט אליינס.

נשלח: זונטאג יאנואר 24, 2021 10:47 pm
דורך כפתור
דער @ערליכעראיד האט געלאזט דעם עולם געשפאנט.
אזויפיל איז זיכער אז ער האט אנגערירט א רויע נערוו, און ער איז מסתם נישט דער איינציגסטער וואס דרייט זיך ארום מיט אזעלעכע מחשבות.
ער האט געבעטן הילף, אבער נישט געלאזט צופיל אינפארמאציע איבער זיין מצב. דער עולם טענה'ט זיך צי ער זאל ווארטן ביז ער מאכט חתונה אלע קינדער, דערווייל ווייסט מען נישט צו ער האט בכלל קינדער.
ר' ערליכער, קומט אריין קלאר. ביי אונדז איז נישט קיין חילוק אויב איר האט שוין געטוישט אדער איר ווילט טוישן

נשלח: מאנטאג יאנואר 25, 2021 1:42 am
דורך רביה''ק זי''ע
זיגמונד פרויד פלעגט טענה׳ן אז די אלע ענינים פון מאראל/ווירדן/וועליוס זענען סתם מייסעלעך וואס מיר פארציילן פאר זיך אליינס צו פארדעקן אונזערע שוואכקייטן און פחדים/פאביעס, אמאל פלעג איך לאכן פון איהם פאר׳ן רעדן אזעלכע נארישקייטן, ווי א טאג ס׳גייט פארביי אלץ מער זעה איך איין ווי גערעכט ער איז געווען. צ.ב. א מענטש איז אומצופרידן אין די חיי נישואין זיינע אבער ער האט נישט די קוראזש זיך צו גט׳ן, אנשטאט פילן שלעכט אז ער האט נישט די קוראזש צו טוהן וואס איז גוט פאר איהם פארציילט ער א מעשה אז ער מיינט די וואוילזיין פון זיינע קינדער גאר. ווי אויך איז דא אמאל איינער וואס האט נישט ליעב ווען מענטשן גט׳ן זיך מיט קינדער ווייל ער פארכט זיך אז אויב די קינדער וועלן אויפוואקסן אן א דאפלטע השגחה וועלן זיי אויפוואקסן אביסעלע צו אויפגעקלערט, איז אנשטאט מודה זיין צו זיך אז ער האט א פאביע פון קינדער וואס וואקסן אויף מיט א לויזע השגחה פארציילט ער זיך א שיינע מעשה פון וועליוס און אז קינדער ״דארפן״ א ״נארמאלע״ שטוב.

נשלח: מאנטאג יאנואר 25, 2021 7:16 am
דורך די קעניג פין אמעריקע
נישט די ערשטע זאך פון פרויד וואס איז ממש זינלאז!

נשלח: מאנטאג יאנואר 25, 2021 11:46 am
דורך זופ מיט מאנדלען
איך ווייס נישט צו אלע ענינים פון מאראל זענען נאר צו פארדעקן עפעס, אבער עס איז זיכער אז רוב מאל ווען א מענטש רעדט פון מאראל איז עס נישט דער גאנצער פראבלעם זיינער.

נשלח: מאנטאג יאנואר 25, 2021 3:16 pm
דורך די קעניג פין אמעריקע
זאלס מיר שטארק מוחל זיין. וואס דו שרייבסט האט נישט קיין הענט און קיין פיס.
דו האלסט אז עס איז אויסגעהאלטן צו איינמייערען קינדער און דערנאך זיי לאזן הפקר מיט די מאמע ווייל מען וויל זיך גיין הנאה האבן אין א אנגדערע לייוו סטייל??? אויב יא האב איך גענדיגט די שמיעס מיט דיר!
און אויב האלסטו נישט אזוי דאן וואס דרייסטו א קאפ מיט די נערישע תגובות???

נשלח: מאנטאג יאנואר 25, 2021 4:55 pm
דורך זופ מיט מאנדלען
איך האב בסך הכל רעאגירט אויף דעם וואס די האסט באטיטלט דאס וואס רביה"ק האט געברענגט פון פרויד אלס זינלאז, איך ווייס נישט ווי די זעסט דא איך זאל זאגן אז ער מעג איבערלאזן זיין ווייב און קינדער.

נשלח: מאנטאג יאנואר 25, 2021 8:37 pm
דורך רביה''ק זי''ע
די קעניג פין אמעריקע האט געשריבן:דו האלסט אז עס איז אויסגעהאלטן צו איינמייערען קינדער און דערנאך זיי לאזן הפקר מיט די מאמע ווייל מען וויל זיך גיין הנאה האבן אין א אנגדערע לייוו סטייל????

ווער האט גערעדט פון הפקר? כ׳מיין אז דו זאלסט רעדעפינירן ״הפקר״ ווייל איך זעה נישט וואו ס׳קומט אהער.

נשלח: מאנטאג יאנואר 25, 2021 10:33 pm
דורך די קעניג פין אמעריקע
די וועלטס שטייגער איז אז א קינד האט א טאטע מיט א מאמע. און אז א טאטע פאקט פעק און לאזט די קינדער אליינס מיט דו מאמע, איז די ווארט הפקר זייער פאסיג.

נשלח: מאנטאג יאנואר 25, 2021 10:40 pm
דורך רביה''ק זי''ע
יא, די שאלה איז יעצט צו דו האסט אמאל מיטגעהאלטן א נארמאלע דיווארס אויך.

Re: איך וויל מיך גט'ן

נשלח: דינסטאג יאנואר 26, 2021 5:56 am
דורך א חסיד פון ווילנא
פאר א סיבה שטייט אין די תורה א מצוה פון גט׳ן
עת לקרב ועת לרחק
אמאל איז א מצוה זיך צו גט׳ן און מ׳ קען נישט קוקן אויף די קינדער, עס איז זייער ווייטאגלעך אבער עס איז נישט דא קיין ברירה נאר בוחר זיין הרע במיעוטו

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

נשלח: דינסטאג יאנואר 26, 2021 8:26 am
דורך [NAMELESS]
לאמיר זאגן די טאטע וויל גיין איין לייפסטייל און, לויט ווי רוב עולם זאגט דא, זאל ער גיין. נעבעך וואס איז ער שולדיג אז ער האט געהאט די אלע קינדער, ער קען נישט אייביג קוקן אויף דעם. פארפאלן, ער מעג טון וואס ער האט צו טון און שוין.

וואס טוט מען אבער אויב די ווייב דיסיידט אויך אז זי וויל אן אנדערע לייפסטייל און עס איז אנדערש ווי די לייפסטייל וואס דער טאטע וויל?
דארף זי יעצט בליין מיט ערציען די קינדער? לויט רוב דא, איז די ענטפער ניין!

נעבעך, זי האט אויך נישט געהאט קיין בחירה. זי מעג דאך זיכער אויך אנטלויפן און האבן א פרישע טשענס. ניין?

נו, וואס טוט מען מיט די קינדער???!!

באבע זיידע לעבן שוין נישט אדער האבן אויך דיסיידעד צו גיין א דיפרענט לייף סטייל.

א בית יתומים. אקעי.
אבער וואס טוט מען אויב די מענטש פון די בית יתומים האט אויך דיסיידעד צו גיין א דיפרענט לייף סטייל?

נשלח: דינסטאג יאנואר 26, 2021 8:29 am
דורך די קעניג פין אמעריקע
א חסיד פון ווילנא האט געשריבן:פאר א סיבה שטייט אין די תורה א מצוה פון גט׳ן
עת לקרב ועת לרחק
אמאל איז א מצוה זיך צו גט׳ן און מ׳ קען נישט קוקן אויף די קינדער, עס איז זייער ווייטאגלעך אבער עס איז נישט דא קיין ברירה נאר בוחר זיין הרע במיעוטו

Sent from my LM-X210CM using Tapatalk

מאכט יעצט ממש ׳סענס׳

די סיבה פארוואס מ׳גייט דא אויפמעסן די קינדער לעבן איז?......
ווייל ער וויל גיין הנאה האבן אין א צווייטע לעבנסשטייגער...!

הערליך! דאס הייסט מענטשליך?

אין מיינע אויגן איז אזא איינער מער א הינט ווי א מענטש.

נשלח: דינסטאג יאנואר 26, 2021 8:43 am
דורך די קעניג פין אמעריקע
בכל אופן הרב ערליכע איד ס׳איז נישט רעלעוואנט זיך צו טענהנען מיט די עולם דא.
נאר איין זאך פאר די טיסט אזא זאך הער אויס רעבעצין לארע אויף אפאר טעג און דערנאך זיי מחליט.
דארפסט סוסקרייבן אויף Sirius xm נישט טייער אויף די ערשטע 3 חדשים.
זי איז טשאנאל 111. הער און מאך א informed decision נישט עפעס וואס אויפן טויט בעטל וועסטו זיך נישט קענען מוחל זיין.
איך קען נישט מער מגיב זיין אויף די אשכול דא ווייל ס׳רייסט מיר ממש דאס הארץ אויף טייל תגובות דא.
ולה׳ הישועה.

נשלח: דינסטאג יאנואר 26, 2021 3:20 pm
דורך בת קול
דעת האט געשריבן:לאמיר זאגן די טאטע וויל גיין איין לייפסטייל און, לויט ווי רוב עולם זאגט דא, זאל ער גיין. נעבעך וואס איז ער שולדיג אז ער האט געהאט די אלע קינדער, ער קען נישט אייביג קוקן אויף דעם. פארפאלן, ער מעג טון וואס ער האט צו טון און שוין.

וואס טוט מען אבער אויב די ווייב דיסיידט אויך אז זי וויל אן אנדערע לייפסטייל און עס איז אנדערש ווי די לייפסטייל וואס דער טאטע וויל?
דארף זי יעצט בליין מיט ערציען די קינדער? לויט רוב דא, איז די ענטפער ניין!

נעבעך, זי האט אויך נישט געהאט קיין בחירה. זי מעג דאך זיכער אויך אנטלויפן און האבן א פרישע טשענס. ניין?

נו, וואס טוט מען מיט די קינדער???!!

באבע זיידע לעבן שוין נישט אדער האבן אויך דיסיידעד צו גיין א דיפרענט לייף סטייל.

א בית יתומים. אקעי.
אבער וואס טוט מען אויב די מענטש פון די בית יתומים האט אויך דיסיידעד צו גיין א דיפרענט לייף סטייל?



פארוואס מיינט טרעפן א נייע לייף סטייל איבערלאזן די קינדער?
האב איך דא עפעס פארזעהן? סך הכול וויל ער א גט. די קינדער וועלן האבן 2 רוהיגע שטיבער אנשטאט איין שטוב פיל מיט צומישעניש.

נשלח: דינסטאג יאנואר 26, 2021 10:46 pm
דורך ערליכער איד
יישר כח פאר אלע מגיבים

איך מיין ארויס צוברענגן, אז אסאך וואס דרייען זיך דא ארום, אדער אפי׳ וואס דרייען זיך נישט דא ארום, זענען אין דעי זעלבע מצב, נישט צופרידן מיטן ווייב, מיט זיין גאנצע ארום. זיין לבוש,ארבעט,די ווייבס אנגעטועכס,האט צוטיען מיטן טאטען,מאמען, שווער, שוויגער, איז די שאלה וואס זאל ער טיען לפי האמת,
פארוואס 45 פראצענט פון גוים, אפי׳ מיט קינדער גט׳ן זיך. איז אונזער סיסטעם אויסגעשטעלט אקעגן זיך גט׳ן. מוסדות, שידוכים, וכו׳

נשלח: מיטוואך יאנואר 27, 2021 12:31 am
דורך שמחהלע קאפשטיק
א גוט מארגען @ערליכער איד,
דער עולם האט שוין געווארט אויף דיר.

נשלח: מיטוואך יאנואר 27, 2021 9:03 am
דורך זופ מיט מאנדלען
א מין סומאטוכע....

ווייסט אז די האסט כמעט גורם געווען פאר @די קעניג פון אמעריקע א הארץ אטאקע....

נשלח: מיטוואך יאנואר 27, 2021 11:05 am
דורך אישתישבי
ערליכער איד האט געשריבן:יישר כח פאר אלע מגיבים

איך מיין ארויס צוברענגן, אז אסאך וואס דרייען זיך דא ארום, אדער אפי׳ וואס דרייען זיך נישט דא ארום, זענען אין דעי זעלבע מצב, נישט צופרידן מיטן ווייב, מיט זיין גאנצע ארום. זיין לבוש,ארבעט,די ווייבס אנגעטועכס,האט צוטיען מיטן טאטען,מאמען, שווער, שוויגער, איז די שאלה וואס זאל ער טיען לפי האמת,
פארוואס 45 פראצענט פון גוים, אפי׳ מיט קינדער גט׳ן זיך. איז אונזער סיסטעם אויסגעשטעלט אקעגן זיך גט׳ן. מוסדות, שידוכים, וכו׳


ברוך השם די ווילסט נאר רעדן וועגן גט'ן, אבער די אליין ווילסט דיך נישט גט'ן, אפשר ווילסטו נאר יענער זאל זיך קענען גט'ן? וואס גייט דיר אהן אז יענער איז חתונה געהאט?

נשלח: מיטוואך יאנואר 27, 2021 11:18 am
דורך רביה''ק זי''ע
כ׳מיין אז ער איז שוין גע׳גט ער וויל נאר נישט זיין דער איינציגסטער, misery loves company.