איז סאטמאר א המשך פון די אידישע מסורה?

הלכה ואגדה, מוסר וחסידות
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

איך אויך האט געשריבן:אדרבה דו גיי ווייטער אן, קיינער קען נישט אזוי גוט ווייזן דאס פנים פון סאטמאר אזוי ווי דו ברענגסט עס ארויס מיט דיין עקוועלענטן שפראך.

דער נער איז ארויס פון מקווה....
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

אויסעמעקט, ס'איז שוין נישט נוגע...
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

אזוי שנעל האט יעדער געכאפט די מעסעזש?
קאך_לעפל
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 2367
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג דעצעמבער 10, 2012 11:16 am
האט שוין געלייקט: 268 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 3324 מאל

שליחה דורך קאך_לעפל »

אצינד שנעלן מיר זיך דא!
תרמב
שריפטשטעלער
שריפטשטעלער
הודעות: 1322
זיך רעגיסטרירט: מיטוואך יולי 29, 2020 9:28 am
האט שוין געלייקט: 10906 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 2379 מאל

שליחה דורך תרמב »

וואס מיינט שנעלן? נאך א אומאיידעלע אויסדרוק?
דורש אמת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 155
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 07, 2021 10:26 am
האט שוין געלייקט: 526 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 131 מאל

Re: איז סאטמאר א המשך פון די אידישע מסורה?

שליחה דורך דורש אמת »

זופ מיט מאנדלען האט געשריבן:כהאב נישט קיין יוטיוב, מה זה ועל מה זה?
הלואי וואלסטו געהאט יוטוב, וואלסטו געקענט אסך בארייכערן דיינע ידיעות.

אויב דו ווילסט קענסטו אנגעבן א וואטסאפפ גרופ וואס דו נעמסט אנטייל, און איך וועל דארט פויסטן די קליפ (איך וועל נישט דארפן וויסן דיין נומבער און אויב ס׳דא מערערע מעמבערס בלייבסטו אנאנים). פארשטייט זיך דאס איז אויב וואטסעפ קענסטו יא האבן

Sent from my iPad using Tapatalk
זופ מיט מאנדלען
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 379
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 10:12 am
האט שוין געלייקט: 573 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 365 מאל

שליחה דורך זופ מיט מאנדלען »

כהאב נישט קיין גרופס און איך בין לאוו דווקא אינטרעסירט עס צו זעהן סאיז מיר גענוג אז די ביסט מסביר וואס מען ווערט דארט געוואר און פארטיג.
אוי וויי, איז פאר זיי, א פיינעם יאפטשיק האבן זיי.
באניצער אוואטאר
גאלד
חבר ותיק
חבר ותיק
הודעות: 2379
זיך רעגיסטרירט: מאנטאג מאי 07, 2012 1:42 pm
האט שוין געלייקט: 625 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 1419 מאל

שליחה דורך גאלד »

סטאפ דע העיט!!!

די העיט דא קעגן סאטמאר איז לעצטנס א גרויל. מ'העט איז מכשיר זיין בק"ן טעמים. און מיט זיסע דריידלעך. אבער די אינטערשטע שורה אז עפעס עגבערט די געוויסע ציפראסקעטע אנגעווייטוגטע מענטשן על לא דבר.

ווי קאמיש איז דאס אז די זעלבע וואס פריטשן טאלערענץ און שלום, זענען אבסעסט מיט העיט העיט העיט.
זופ מיט מאנדלען
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 379
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 10:12 am
האט שוין געלייקט: 573 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 365 מאל

שליחה דורך זופ מיט מאנדלען »

הומאניסט האט געשריבן:ווען ר' שלמה קארליבאך האט אנגעפירט מיט א קאנצערט אין פוילן, האט מען אים געפרעגט, וויאזוי קען ער דאס טון אין די צייט וואס די פאליאקן האבן אזויפיל שלעכטס געטון פאַר אידן ?
האט ער געענטפערט אזוי: ווען איך וואלט געהאט צוויי הערצער, וואלט איך אנגעפילט איינס מיט אהבה און די אנדערע מיט שנאה... אבער אזוי ווי איך האב בלויז איין איינציג הארץ קען איך עס נישט פאר׳סמ׳ען מיט האַס!

Sent from my iPad using Tapatalk

זאלן דיינע אויגן ליינען וואס דיינע פינגערס האבן אפגעקלאפט.....

איך וואונדער מיר שטארק מיט וואס דיין הארץ איז אנגעפילט.....
אוי וויי, איז פאר זיי, א פיינעם יאפטשיק האבן זיי.
בונה של טוב
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 198
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג פעברואר 09, 2021 5:18 am
האט שוין געלייקט: 460 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 276 מאל

שליחה דורך בונה של טוב »

זופ מיט מאנדלען האט געשריבן:
הומאניסט האט געשריבן:ווען ר' שלמה קארליבאך האט אנגעפירט מיט א קאנצערט אין פוילן, האט מען אים געפרעגט, וויאזוי קען ער דאס טון אין די צייט וואס די פאליאקן האבן אזויפיל שלעכטס געטון פאַר אידן ?
האט ער געענטפערט אזוי: ווען איך וואלט געהאט צוויי הערצער, וואלט איך אנגעפילט איינס מיט אהבה און די אנדערע מיט שנאה... אבער אזוי ווי איך האב בלויז איין איינציג הארץ קען איך עס נישט פאר׳סמ׳ען מיט האַס!

Sent from my iPad using Tapatalk

זאלן דיינע אויגן ליינען וואס דיינע פינגערס האבן אפגעקלאפט.....

איך וואונדער מיר שטארק מיט וואס דיין הארץ איז אנגעפילט.....

איז עס דען א חידוש? ווען מ׳וואקסט אויף אין סאטמער זעהט מען אזוי אויס...
דורש אמת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 155
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 07, 2021 10:26 am
האט שוין געלייקט: 526 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 131 מאל

איז סאטמאר א המשך פון די אידישע מסורה?

שליחה דורך דורש אמת »

רימון האט געשריבן:קודם וויל איך באגריסן אונזער נייעם באחנטן ניק מיט'ן נאמען הומאניסט, שטייצעך איך האלט אז דו האקסט אין קאפ דא אין דעם ארטיקל אבער ביזטו כאטש אן אינטעליגענטער קאפ האקער, נו, וואו דען זאל אן אינטעליגענטער קאפ האקער האקן אין קאפ אויב נישט אין קאווע שטיבל.

איבער דיין הערליכע לאקשן תורה וואס האסט אזוי שיין אויסגעבויעט מתורה נביאים וכתובים ומפי ספרים וסופרים, איז דא ווי אנדערע האבן שוין דערמאנט צוויי גראבע שוברו בצידו'ס, קודם כל ס'איז זעלבסט פארשטענדליך וואס סאטמארער רב האט געוואלט און וואו ער האט געצילט מיט דעם תורה'לע, ער האט נישט געמאכט קיין נייע שיטה איבער אהבה און נישט קיין נייע שיטה איבער שנאה, בסך הכל האט ער ארומגעבויעט לויט דעם יסוד וואס מ'טרעפט אן א שיעור מאל אין חז"ל אז אלע מצוות התורה איז נאר בעושה מעשה עמך און ממש לעצטנס האב איך געלערנט ערגעצוואו (מסתמא אין דף היומי) אז אויף אן עם הארץ זאל מען נישט צוריקגעבן זיין פארלוירענע אבידה און רש"י ווערט זייער דערשראקן ווי קען מען מבטל זיין א מצוות עשה דאורייתא צוליב שנאת ת"ח לעם הארץ און רש"י גיט זיך דארט זייער שנעל אן עצה מיט די גמרא אין אלו מציאות אז ס'דארף זיין אחיך און עם הארץ מיינט מען דא איינער וואס איז לאו אחיך.

בכלל האט דארט די גמרא א גאנצע עמוד ווי געפערליך אן עם הארץ איז אז ממש דו מעגסט אים צערייסן ווי א פיש און הרג'ענען אום יו"כ און אלע ראשונים ואחרונים געבן זיך שוין אן עצה צי ס'מיינט יא ליטערלי אדער נישט ליטערלי און פונקטליך וועלכע גדר עם הארץ מ'רעדט.

אפאר בלעטער שפעטער איז דא א גמרא אז עפעס א קעניג האט גענומען זיין טאטנ'ס טויטן גוף און האט עס מבזה געווען ווייל ער איז געווען א רשע והודו לו חכמים. בקיצור, יעדער איינער ווייסט אז חז"ל געבן א מקום פיינט צו האבן דעם רשע און אלע הלכות פון בין אדם לחבירו ווי כיבוד אב אדער השבת אבידה, גייט נישט אן און בסך הכל האט סאטמארער רב גענומען א צווענגל און אריינגעשטיפט דעם געדאנק אויך אין פסוק פון ואהבת לרעיך כמוך אדער "חבריך" וואטעווער לשון ער האט גענוצט דארט.

סאו אויב עפעס איז עס אן אומגעלונגענע אונגארישע טייטשל פאר א נישט פארגעקוקטע פתיחה אין ישיבה אבער צוזאגן אז סאטמארער רב האט דא געלאזט עפעס א באמבע איז פאלג מיר גאנג.

והשנית, דארף מען קוקן אויף דעם מענטש און וויאזוי ער האט זיך געפירט, ווייל יתכן, אז איינער לערנט גאנץ ויואל משה ליטערלי וואלט ער אפשר געדארפט זיך פירן ווי דו זאגסט, מיט אפ'פסל'ען ממש יעדן איינעם וואס גייט נישט אין שפאן פון דער שיטה און אז ר' אהרן קאטלערס וויין וואלט געדארפט זיין יין נסך וכו'. דער מציאות איז אבער נישט אזוי, סאטמארער רב האט געלעבט גוט אדער עכ"פ נישט שלעכט מיט יעדן (סיידן מיט מענטשן וואס זענען געשטאנען אין וועג אדער געשפריצט פעפער אין וויידל האט ער זיך נישט געהאלטן ביים לאזן שפייען אין די קאשע) און ער פלעגט אויפנעמען וויזשניצער און גורער און ליטווישע רביים און פרובירט מכבד זיין לפי ערך, אפגערעדט ווען ס'איז געקומען צו העלפן האט ער יעדן געהאלפן אן קיין חשבונות.

סאו אויב עפעס קען מען זאגן אז סאטמארער רב האט געטון אן עבירה לשמה און ער האט זיך נישט געהאלטן צו זיין שיטה וויאזוי ער פארשטייט אז ואהבת לרעיך כמוך דארף ארבעטן און לויט'ן עקסטרעמעסטן טייטש אין זיין תורה'לע האט ער עס אליין נישט מקיים געווען און מ'קען זאגן אז דער ערשטער מענטש וואס האט געטון עבירות לשמה וועגן אהבת ישראל איז גאר געווען דער סאטמארער רב און נישט שלמה קארליבאך און אויב עפעס האט ער מחדש געווען אז ווען ס'קומט צו אהבת ישראל אפילו ווען מ'האלט "בשיטה" אז יענער איז א כופר איז אבער בפועל ממש דארף מען אים האנדלען ווי אן ערליכער איד און זיך שוין אן עצה געבן מיט חז"ל, ממילא, דער ערשטער פרעדיגער פון אנקאנדישינעל לאוו ווען עס קומט צו "למעשה" איז נישט געווען אבי פישאף אדער מוטה פראנק נאר דער סאטמארער רב.

צוריק צו דיין שאלה אין קעפל צי סאטמאר איז א המשך צו דער אידישער מסורה, האב איך מורא אז ביזט גערעכט און אפשר טאקע נישט, און סאטמארער רב האט אויסגעבויעט א נייער מהלך וואס מ'האט נישט געזען אין אלע דורות, אז אפילו ווען יענער גייט מיט א שיטה פון כפירה וואס איז ביהרג ועל יעבור, בלייבט עס אבער נאר אן ארגומענט אין ספרים שאפע און אפשר אמאל ביי א שובבים תורה, אבער בפועל ממש איז יענער ווייטער דיין גוטער ברודער וועמען איך וועל העלפן חתונה מאכן די קינדער.

צום שלוס טייערער הומאניסט, כ'האב זייער הנאה געהאט פון די פילע מראה מקומות וואס האסט דא צוזאמגעווארפן אין דעם מאמר, האסט אבער נישט געברענגט קיין גענויער מראה מקום סיידן צו דער סאטמארער תורה, אויב איך מעג דיך מטריח זיין, ביטע ברענג די גענויע מראה מקום צו אלע אנדערע ספרים וואס האסט ציטירט ווי דער חתם סופר דער ספר הברית דער בשמים ראש וכו' וכו' אז מ'זאל קענען נאכקוקן. אדאנק.

ס׳קוקט אויס אז דו האסט געדרעמלט בשעת׳ן ליינען אדער אפשר בשעת׳ן שרייבן די תגובה…

ס׳מיר נאר אביסל שווער צו פארשטיין וויאזוי מ׳קען דרעמלען ווען איינער ״האקט אין קאפ״

בילד
דורש אמת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 155
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 07, 2021 10:26 am
האט שוין געלייקט: 526 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 131 מאל

Re: איז סאטמאר א המשך פון די אידישע מסורה?

שליחה דורך דורש אמת »

צו וועמען האט הלל גע׳עצה׳ט דעלך סני לחברך לא תעביד? צו א פרומען איד? צו א סאטמארער חסיד? צו איינעם וואס גייט מיט, מיט די שיטה?…ניין בפירוש נישט, די דאזיגע הדרכה האט ער געגעבן צו א גוי גמור א פשוטער פראסטער שייגעץ וואס האט קיינמאל נישט איבערגעטראטן די שוועל פון א ישיבה, וואס ווייס נישט צו זאגן פון קיין רמזים אדער געדרייטע פשטלעך און גמרא לאגיק און צו אים זאגט ער ׳לחברך׳…דיין חבר, דיין שכן, איינער וואס האט קיינמאל נישט געטראכט פון זיך מגייר זיין, מיט אזא איינעם דארף מען זיך רעכענען. ורחמיו על כל מעשיו, ווי דער אבן עזרא זאגט. דינים פון יושר וצדק זענען געגעבן געווארן נאך פאר מתן תורה. איי וועסטו טענהן פון גמראס וואו סע שטייט אנדערש? האבן שוין ראשונים און אחרונים מבאר געווען אז יענע מאמרים רעדן זיך נישט פון היינטיגע ציוויליזירטע גויים (נישט ווייניגער ציוויליזירט ווי סאטמאר)

Sent from my iPad using Tapatalk
דורש אמת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 155
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 07, 2021 10:26 am
האט שוין געלייקט: 526 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 131 מאל

Re: איז סאטמאר א המשך פון די אידישע מסורה?

שליחה דורך דורש אמת »

איז דער סאטמארער רב געווען א רעפארמאטאר? תורה חדשה מאתו תצא? האט ער געגרינדעט א נייע סעקטע? א נייע רעליגיע, די סאטמארע רעליגיע?

אזוי האט טאקע געזאגט צו די פרעסע דער ספאוקס מאן פאר קרית יואל: ״the Satmar religion”,אזוי אז די גויים וואס קענען נישט דעם רבינס ספרים זאלן אויך וויסן אז סאטמאר איז נישט אידענטיש מיט די אידישע רעליגיע…וגם הוא זכור לטוב!
זופ מיט מאנדלען
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 379
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 10:12 am
האט שוין געלייקט: 573 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 365 מאל

שליחה דורך זופ מיט מאנדלען »

סאטמאר רב האט נישט געגרינדעט קיין נייע רעליגיע אדער סעקטע.

אין אידישקייט איז אייביג געווען מחלוקת און שנאה לרשעים, קענסט זאגן אז סשטימט נישט מיט די תורה אבער דעמאלץ וועסטו דארפן גרינדן א נייע ווערסיע [מעגליך אז ארגינעל אבער ניי] אין אידישקייט.
אוי וויי, איז פאר זיי, א פיינעם יאפטשיק האבן זיי.
דורש אמת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 155
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 07, 2021 10:26 am
האט שוין געלייקט: 526 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 131 מאל

Re: איז סאטמאר א המשך פון די אידישע מסורה?

שליחה דורך דורש אמת »

זופ מיט מאנדלען האט געשריבן:סאטמאר רב האט נישט געגרינדעט קיין נייע רעליגיע אדער סעקטע.

אין אידישקייט איז אייביג געווען מחלוקת און שנאה לרשעים, קענסט זאגן אז סשטימט נישט מיט די תורה אבער דעמאלץ וועסטו דארפן גרינדן א נייע ווערסיע [מעגליך אז ארגינעל אבער ניי] אין אידישקייט.
קוקט אויס ווי איר האט אויך געכאפט א דרעמל בשעת’ן ליינען דעם אשכול, פונקט ווי רמוןבילד
זופ מיט מאנדלען
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 379
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 10:12 am
האט שוין געלייקט: 573 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 365 מאל

שליחה דורך זופ מיט מאנדלען »

דער ענין איז קלאר, פון א ווארט וואס א מענטש האט געזאגט ווערט נאך נישט די גאנצע פארטיי א נייע סעקטע, אויב האט ער גערעדט פון די תוצאות פון דעם ווארט זע איך נישט אז סאטמאר זאל אויסקוקן אנדערש פון די מסורה.
אוי וויי, איז פאר זיי, א פיינעם יאפטשיק האבן זיי.
באניצער אוואטאר
גיב א שמייכעל
מאנשי שלומינו
מאנשי שלומינו
הודעות: 134
זיך רעגיסטרירט: פרייטאג פעברואר 05, 2021 8:45 am
האט שוין געלייקט: 56 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 138 מאל

שליחה דורך גיב א שמייכעל »

איך האב נאר שנעל איבערגעבליקט די אשכול אין דאס בלוט איז מיר ארויף אין קאפ...
קען מען פליז אויפהערן צו בארעדן די איידעלע, חשובע, טייערע פארטיי וואס ריפט זיך סאטמאר???
וואס האבן זיי שוין אלץ געטוהן?!
זיי האבן ס"ה נאר....
-פארשעמט תלמידי חכמים וצדיקים אין אלע גאסן.
-געשינדען די הויט פאר איינער וואס האט זיך נאר דערוואגט צו טראכטן קעגן זיי.
-געפייניגט און גערצחט מענטשען וואס זענען נישט געגאנגען אין שפאן פינעם שיטה הקדושה.
-מבזה געווען הרבנים מ'קלויזנבורג, פאפא, צעהלים, סקווירא, האליין, וכו' וכו' זיע"א.
-פרובירט צו אפן אין גראב הארגענען מענטשען וואס זיי האבן געהאט צוטוהן מיט.
-אפגעשניטען בערד און פיאות פון אידען.
-אוועקגעכאפט קליידער פון אידען אין מקווה.
-פרובירט אנצודרייען מחלוקת'ן צווישן רבנים.
-נאכגעשריגן ערלעכע יוד'ן אויף אויף די גאס.
-אינטערגעצינדען ווייבער קעגן די מענער, ולהיפך.
-וואנדאליזירט בתי מדרשים, תלמיד תורה'ס וכו'.
-אינטערגעצינדען בנינים מיט מענטשען אינעווענדיג.
-זיכער געמאכט אז די גאנצע וועלט שטינקט מיט, מיט זייער אינערליכע פאליטיק.
וכו' וכו' וכו'
איז, מה כל הרעש??? די נאציס ימ"ש האבן לכאורה געטוהן ערגער'ס...
פליז לאמיר אויפהערן צו רעדן פון דעם אין לאזן שטיקער היסטאריע גיין אין דער ערד אריין!!!
גיב מיר א ליי"ק אדער נישט, א שמייכעל גיב זיכער!
זופ מיט מאנדלען
היימישער באניצער
היימישער באניצער
הודעות: 379
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג דעצעמבער 01, 2020 10:12 am
האט שוין געלייקט: 573 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 365 מאל

שליחה דורך זופ מיט מאנדלען »

גיב א שמייכעל האט געשריבן:איך האב נאר שנעל איבערגעבליקט די אשכול אין דאס בלוט איז מיר ארויף אין קאפ...
קען מען פליז אויפהערן צו בארעדן די איידעלע, חשובע, טייערע פארטיי וואס ריפט זיך סאטמאר???
וואס האבן זיי שוין אלץ געטוהן?!
זיי האבן ס"ה נאר....
-פארשעמט תלמידי חכמים וצדיקים אין אלע גאסן.
-געשינדען די הויט פאר איינער וואס האט זיך נאר דערוואגט צו טראכטן קעגן זיי.
-געפייניגט און גערצחט מענטשען וואס זענען נישט געגאנגען אין שפאן פינעם שיטה הקדושה.
-מבזה געווען הרבנים מ'קלויזנבורג, פאפא, צעהלים, סקווירא, האליין, וכו' וכו' זיע"א.
-פרובירט צו אפן אין גראב הארגענען מענטשען וואס זיי האבן געהאט צוטוהן מיט.
-אפגעשניטען בערד און פיאות פון אידען.
-אוועקגעכאפט קליידער פון אידען אין מקווה.
-פרובירט אנצודרייען מחלוקת'ן צווישן רבנים.
-נאכגעשריגן ערלעכע יוד'ן אויף אויף די גאס.
-אינטערגעצינדען ווייבער קעגן די מענער, ולהיפך.
-וואנדאליזירט בתי מדרשים, תלמיד תורה'ס וכו'.
-אינטערגעצינדען בנינים מיט מענטשען אינעווענדיג.
-זיכער געמאכט אז די גאנצע וועלט שטינקט מיט, מיט זייער אינערליכע פאליטיק.
וכו' וכו' וכו'
איז, מה כל הרעש??? די נאציס ימ"ש האבן לכאורה געטוהן ערגער'ס...
פליז לאמיר אויפהערן צו רעדן פון דעם אין לאזן שטיקער היסטאריע גיין אין דער ערד אריין!!!

כאטש דאס איז נישט די נושא איבער וואס דער אשכול איז געווידמעט, וועל איך דיר ענטפערן אין קורצן.

די מענטשן וואס האבן נאכגעשריגן און גערודפט רבנים זיי האט מען איבערגעלאזט נאקעט אויפן גאס.

די מענטשן וואס האבן אונטערגעצינדן בנינים אדער פרובירט הרגנען מענטשן [ :?: ] זייערע ווייבער האט מען אנגעהעצט קעגן זיי.

און דער בזיון הרבנים איז אפטמאל געווען א פאטש פאר א פאטש.

קומענדיגע מאל ברענג מקורות אויף יעדע זאך און מוועלמיר דעבאטירן ווי מענטשן, אגב איז נישט דער אשכול געווידמעט פאר דעם אויב די ווילסט קענסטו עפענען א אשכול איבער די שווארצע זייט פון סאטמאר [סוועט אויסקוקן ווי "היימישע פארברענגען אין אייוועלט ;) ]
אוי וויי, איז פאר זיי, א פיינעם יאפטשיק האבן זיי.
דורש אמת
ידיד השטיבל
ידיד השטיבל
הודעות: 155
זיך רעגיסטרירט: זונטאג פעברואר 07, 2021 10:26 am
האט שוין געלייקט: 526 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 131 מאל

Re: איז סאטמאר א המשך פון די אידישע מסורה?

שליחה דורך דורש אמת »

איך מיין אז ר חיים ליבערמאן און @הומאניסט האבן א שטארקע טענה.
די תכלית פון תורה איז קיום האנושי, עשות משפט ואהבת חסד, יושר וצדק. ווען סאטמארער רב האט דערקלערט אז די וויכטיגסטע זאך איז שנאה און אז די גאנצע תורה באשטייט פון שנאה האט ער נישט נאר פארבייגט פון די מסורה נאר ער האט אויסגעריסן דעם יסוד און תכלית פון תורה. און איינגעפרעגלט די דאזיגע כפירה און סם המוות אין דורות פון קינדערשע הערצער אין נאמען פון בוכ״ע און זיין תורה. איז שייך א גרעסערער חילול השם ותורתו?
ניט נאר אידישקייט האט ער אויסגעריסן נאר די גאנצע מענטשליכקייט. דרך ארץ (=מענטשלעכקייט) קדמה לתורה בעשרים וששה דורות. אם אין דרך ארץ אין תורה ד. ה. תורה אן מענטשלעכקייט איז ניט ווערט קיין האלבע קאָפיקע. דער כתב סופר ווייזט אויף אז אן עבירה וואס דער שכל האט פארבאטן איז אפילו הארבער ווי אן עבירה וואס גאט האט פארבאטן!
( דער רבי זאגט טאקע אין נאמען פון רמב״ם אז מענטשליכקייט און אָרנטלעכקייט וואס נעמט זיך נישט פון בארג סיני האט ניט קיין שום ווערט ניט ביי אידן און ניט ביי גויים. וועגן דעם דאזיגן עם הארצישן גרייז - א באזונדערן אשכול אם ירצה השם.)
פאר די אלע מעשים מתועבים וואס ער האט אנגעפירט במשך זיין גאנץ לעבן דורך זיינע געטרייע הינט (אין א מאסקע פון פרומקייט) פאדערט זיך טאקע א פארסמטע הארץ.
ר חיים ליבערמאן האט נישט געהערט וועגן די דאזיגע פורים תורה פון די דרשה אין די ישיבה אבער זיין אינטואיציע האט אים נישט גענארט ווען ער האט געשריבן ״ מיט חוצפה און גאווה האבן זיי געפאנגען די תורה צו רעדן אין איר נאמען״. אויב אויף הרב קוק האט דער חפץ חיים געזאגט אז ער איז ״א גאון וואס רעדט עם הארצות, א צדיק וואס רעדט אפיקורסות״ קען מען דאס זיכער זאגן אויף רבי יואליש. פיריעד.

Sent from my iPad using Tapatalk
מילך טראק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 808
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 12, 2020 11:17 pm
געפינט זיך: אויפן וועג צום קאווע שטיבל
האט שוין געלייקט: 448 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 640 מאל

שליחה דורך מילך טראק »

דורש אמת האט געשריבן:איך מיין אז ר חיים ליבערמאן און @הומאניסט האבן א שטארקע טענה.

חבד, בעלזא,ועוד פארן קריג זענען געוווען גרעסערע קנאים ווי סאטמאר
מילך טראק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 808
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 12, 2020 11:17 pm
געפינט זיך: אויפן וועג צום קאווע שטיבל
האט שוין געלייקט: 448 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 640 מאל

שליחה דורך מילך טראק »

דורש אמת האט געשריבן:צו וועמען האט הלל גע׳עצה׳ט דעלך סני לחברך לא תעביד? צו א פרומען איד? צו א סאטמארער חסיד? צו איינעם וואס גייט מיט, מיט די שיטה?…ניין בפירוש נישט, די דאזיגע הדרכה האט ער געגעבן צו א גוי גמור א פשוטער פראסטער שייגעץ וואס האט קיינמאל נישט איבערגעטראטן די שוועל פון א ישיבה, וואס ווייס נישט צו זאגן פון קיין רמזים אדער געדרייטע פשטלעך און גמרא לאגיק און צו אים זאגט ער ׳לחברך׳…דיין חבר, דיין שכן, איינער וואס האט קיינמאל נישט געטראכט פון זיך מגייר זיין, מיט אזא איינעם דארף מען זיך רעכענען. ורחמיו על כל מעשיו, ווי דער אבן עזרא זאגט. דינים פון יושר וצדק זענען געגעבן געווארן נאך פאר מתן תורה. איי וועסטו טענהן פון גמראס וואו סע שטייט אנדערש? האבן שוין ראשונים און אחרונים מבאר געווען אז יענע מאמרים רעדן זיך נישט פון היינטיגע ציוויליזירטע גויים (נישט ווייניגער ציוויליזירט ווי סאטמאר)

Sent from my iPad using Tapatalk

ווי סאטמאר דערציילט האט זייער רבי פערזנדליך געהאלפן זיינע שונאים
מילך טראק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 808
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 12, 2020 11:17 pm
געפינט זיך: אויפן וועג צום קאווע שטיבל
האט שוין געלייקט: 448 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 640 מאל

שליחה דורך מילך טראק »

זופ מיט מאנדלען האט געשריבן:
גיב א שמייכעל האט געשריבן:איך האב נאר שנעל איבערגעבליקט די אשכול אין דאס בלוט איז מיר ארויף אין קאפ...
קען מען פליז אויפהערן צו בארעדן די איידעלע, חשובע, טייערע פארטיי וואס ריפט זיך סאטמאר???
וואס האבן זיי שוין אלץ געטוהן?!
זיי האבן ס"ה נאר....
-פארשעמט תלמידי חכמים וצדיקים אין אלע גאסן.
-געשינדען די הויט פאר איינער וואס האט זיך נאר דערוואגט צו טראכטן קעגן זיי.
-געפייניגט און גערצחט מענטשען וואס זענען נישט געגאנגען אין שפאן פינעם שיטה הקדושה.
-מבזה געווען הרבנים מ'קלויזנבורג, פאפא, צעהלים, סקווירא, האליין, וכו' וכו' זיע"א.
-פרובירט צו אפן אין גראב הארגענען מענטשען וואס זיי האבן געהאט צוטוהן מיט.
-אפגעשניטען בערד און פיאות פון אידען.
-אוועקגעכאפט קליידער פון אידען אין מקווה.
-פרובירט אנצודרייען מחלוקת'ן צווישן רבנים.
-נאכגעשריגן ערלעכע יוד'ן אויף אויף די גאס.
-אינטערגעצינדען ווייבער קעגן די מענער, ולהיפך.
-וואנדאליזירט בתי מדרשים, תלמיד תורה'ס וכו'.
-אינטערגעצינדען בנינים מיט מענטשען אינעווענדיג.
-זיכער געמאכט אז די גאנצע וועלט שטינקט מיט, מיט זייער אינערליכע פאליטיק.
וכו' וכו' וכו'
איז, מה כל הרעש??? די נאציס ימ"ש האבן לכאורה געטוהן ערגער'ס...
פליז לאמיר אויפהערן צו רעדן פון דעם אין לאזן שטיקער היסטאריע גיין אין דער ערד אריין!!!

כאטש דאס איז נישט די נושא איבער וואס דער אשכול איז געווידמעט, וועל איך דיר ענטפערן אין קורצן.

די מענטשן וואס האבן נאכגעשריגן און גערודפט רבנים זיי האט מען איבערגעלאזט נאקעט אויפן גאס.

די מענטשן וואס האבן אונטערגעצינדן בנינים אדער פרובירט הרגנען מענטשן [ :?: ] זייערע ווייבער האט מען אנגעהעצט קעגן זיי.

און דער בזיון הרבנים איז אפטמאל געווען א פאטש פאר א פאטש.

קומענדיגע מאל ברענג מקורות אויף יעדע זאך און מוועלמיר דעבאטירן ווי מענטשן, אגב איז נישט דער אשכול געווידמעט פאר דעם אויב די ווילסט קענסטו עפענען א אשכול איבער די שווארצע זייט פון סאטמאר [סוועט אויסקוקן ווי "היימישע פארברענגען אין אייוועלט ;) ]

נישט אמת

מען האט גערוידפט מענטשען סתם ווייל זיי האלטן אנדערש

לשיטתך די נאציס האבן געהארגט דיינע זיידעס ווייל זיי פארשעמט זייער גלויבן (ערגער ווי שלאגן)
ווייל זיי האבן נישט געהאט קיין רעספעקט פאר די גוים וכו'
מילך טראק
ידיד ותיק
ידיד ותיק
הודעות: 808
זיך רעגיסטרירט: דינסטאג מאי 12, 2020 11:17 pm
געפינט זיך: אויפן וועג צום קאווע שטיבל
האט שוין געלייקט: 448 מאל
האט שוין באקומען לייקס: 640 מאל

שליחה דורך מילך טראק »

גיב א שמייכעל האט געשריבן:איך האב נאר שנעל איבערגעבליקט די אשכול אין דאס בלוט איז מיר ארויף אין קאפ...
קען מען פליז אויפהערן צו בארעדן די איידעלע, חשובע, טייערע פארטיי וואס ריפט זיך סאטמאר???
וואס האבן זיי שוין אלץ געטוהן?!
זיי האבן ס"ה נאר....
-פארשעמט תלמידי חכמים וצדיקים אין אלע גאסן.
-געשינדען די הויט פאר איינער וואס האט זיך נאר דערוואגט צו טראכטן קעגן זיי.
-געפייניגט און גערצחט מענטשען וואס זענען נישט געגאנגען אין שפאן פינעם שיטה הקדושה.
-מבזה געווען הרבנים מ'קלויזנבורג, פאפא, צעהלים, סקווירא, האליין, וכו' וכו' זיע"א.
-פרובירט צו אפן אין גראב הארגענען מענטשען וואס זיי האבן געהאט צוטוהן מיט.
-אפגעשניטען בערד און פיאות פון אידען.
-אוועקגעכאפט קליידער פון אידען אין מקווה.
-פרובירט אנצודרייען מחלוקת'ן צווישן רבנים.
-נאכגעשריגן ערלעכע יוד'ן אויף אויף די גאס.
-אינטערגעצינדען ווייבער קעגן די מענער, ולהיפך.
-וואנדאליזירט בתי מדרשים, תלמיד תורה'ס וכו'.
-אינטערגעצינדען בנינים מיט מענטשען אינעווענדיג.
-זיכער געמאכט אז די גאנצע וועלט שטינקט מיט, מיט זייער אינערליכע פאליטיק.
וכו' וכו' וכו'
איז, מה כל הרעש??? די נאציס ימ"ש האבן לכאורה געטוהן ערגער'ס...
פליז לאמיר אויפהערן צו רעדן פון דעם אין לאזן שטיקער היסטאריע גיין אין דער ערד אריין!!!

דאס קען איז פארשטיין
שטעל דיך פאר א מגיד שיעור אין בעלזא כאפט אריין א קבוצה ישיבה קטנה בחורים לערנט פאר ויואל משה ער שלעפט מיט די בחורים ווען מווארפט אים ארויס פון ישיבה ?
פארשפארט