קורקלענד האט געשריבן:זעהט מיר אויס ווי איר זוכט א לעזונג וויאזוי מ'זאל אפיציעל אנהויבן גיין שטודירן. דאס וואס איר פרובירט עס שפילן ווי א לעזונג פאר שידוכים איז נאר בלויז צו קענען ערפילן אייער ענדגילטיגע ציל אויף שטודירן.
wow, איך האב געזאגט איך האלט מען זאל גיין אין קאלעדזש, און דו כאפסט איך וויל מען זאל גיין שטודירן, דשיניעס!
די מענטשן וואס האבן א פראבלעם מיט שטודירן, האבן אוודאי א פראבלעם אז בחורים און מיידלעך זאלן זיך טרעפן אליין שידוכים, איך רעד צו מענטשן וואס זענען יא אפן צו אזעלכע געדאנקען. איך האב טאקע געשריבן אז דאס וועט העלפן פאר נאך נושאים, און אוודאי האב איך אויך געמיינט די פשטות פון זיך איינקויפן די ידיעות וואס מען קען באקומען אין קאלעדזש.
----------
@צפרדע, אוודאי דארף מען ארבעטן אויף די שלום בית, דאס איז וואס אונז אלע טוען. אפילו ווען א קאפל איז די אולטימעט מעטש דארפן זיי אויך ארבעטן א גאנצע לעבן צו אנהאלטן די שלום בית און עס בויען שטערקער און טיפער. די מציאות איז נאכאלס, ווען צוויי מענטשן זענען נישט אזוי פאסיג דארפן זיי אריינלייגן גאר אסאך מער כוחות (און אסאך מאל ווייטאג) אין די שלום בית, און נאך אלע מעשיות איז זייער שלום בית נישט קיין דמיון צו די אהבה ואחוה וואו עס שטייט ביי די וואס זענען מתחילה אנגעקומען גוט.
אזויווי דו זאגסט צום סוף, די שאלה איז וואס אונז גייען טון אנדערש פאר אונזער קינדער. מען בלעימט נישט יעצט, מען האט נישט קיין טענות, מען זוכט א סעלושען.