בלאט 3 פון 3
נשלח: דאנערשטאג יולי 15, 2021 10:16 pm
דורך יעקב מעקסוועל
קורקלענד האט געשריבן:זעהט מיר אויס ווי איר זוכט א לעזונג וויאזוי מ'זאל אפיציעל אנהויבן גיין שטודירן. דאס וואס איר פרובירט עס שפילן ווי א לעזונג פאר שידוכים איז נאר בלויז צו קענען ערפילן אייער ענדגילטיגע ציל אויף שטודירן.
wow, איך האב געזאגט איך האלט מען זאל גיין אין קאלעדזש, און דו כאפסט איך וויל מען זאל גיין שטודירן, דשיניעס!
די מענטשן וואס האבן א פראבלעם מיט שטודירן, האבן אוודאי א פראבלעם אז בחורים און מיידלעך זאלן זיך טרעפן אליין שידוכים, איך רעד צו מענטשן וואס זענען יא אפן צו אזעלכע געדאנקען. איך האב טאקע געשריבן אז דאס וועט העלפן פאר נאך נושאים, און אוודאי האב איך אויך געמיינט די פשטות פון זיך איינקויפן די ידיעות וואס מען קען באקומען אין קאלעדזש.
----------
@צפרדע, אוודאי דארף מען ארבעטן אויף די שלום בית, דאס איז וואס אונז אלע טוען. אפילו ווען א קאפל איז די אולטימעט מעטש דארפן זיי אויך ארבעטן א גאנצע לעבן צו אנהאלטן די שלום בית און עס בויען שטערקער און טיפער. די מציאות איז נאכאלס, ווען צוויי מענטשן זענען נישט אזוי פאסיג דארפן זיי אריינלייגן גאר אסאך מער כוחות (און אסאך מאל ווייטאג) אין די שלום בית, און נאך אלע מעשיות איז זייער שלום בית נישט קיין דמיון צו די אהבה ואחוה וואו עס שטייט ביי די וואס זענען מתחילה אנגעקומען גוט.
אזויווי דו זאגסט צום סוף, די שאלה איז וואס אונז גייען טון אנדערש פאר אונזער קינדער. מען בלעימט נישט יעצט, מען האט נישט קיין טענות, מען זוכט א סעלושען.
נשלח: דאנערשטאג יולי 15, 2021 10:20 pm
דורך רביה''ק זי''ע
יעקב מעקסוועל האט געשריבן:קודם כל טרעפן זיי זיך נישט מיט קיין סאך דעיט'ס, מיט וויפיל מיידלעך גייט שוין אן עוורידזש בחור ארויס, דאס מיינט מען דארף האפן אז פונקט וועט מען אים אנטראגן א פאסיגע זאך. ווען מען קען זיך מיט א גאנצע קאלעדזש פון מיידלעך איז סאך מער שכיח צו טרעפן א פאסיגע זאך. פונקט ווי רוב מענטשן טרעפן זיך גאר נאנטע און פאסיגע חברים אין א געווענליכע סייז ישיבה/סקול.
באמת איז עס נישט אזוי פשוט אז מ׳דרייט זיך ארום און מ׳טרעפט מיידלעך, געווענליך גייט עס אז איינער ברענגט א חבר וואס ברענגט א חבר און מ׳דרייט זיך אזויפיל צווישן סינגלס וואס טוען אקטיוו דעיטן (כ׳רעד אפילו נישט פון סינגל עווענטס) און מ׳רעדט פון דעם און פון יענעם, און געווענליך מאכט זיך שוין עפעס, אנדערש ווי היינט ביי געווענליכע חסידים וואו יעדע שידוך וואס איינער וויל אנטראגן דארף דורכגיין ווייניגסטנס פינעף מענטשן וואס יעדער האט די כח צו מאכן א וועטאו אויף די גאנצע זאך און וואס ס׳קומט אן צום בחור/מיידל איז נאר וואס א בית דין של שבעים ואחד זקנים האבן געגעבן זייער הסכמה אז לויט זייער דמיון איז עס פאסיג.
נשלח: מיטוואך סעפטעמבער 01, 2021 7:24 pm
דורך מיין אמת
לעצם הענין, איך האלט די בעסטע וועג צו טון שידוכים וואלט געווען ווען בחורים און מיידלעך זאלן זיין באקאנט איינער מיטן צווייטן צו קענען אליין ווערן נאנט מיט די פאסיגע שידוך.
אויב בחורים וואלטען ביי די 18 געגאנגען אין כולל, ארבעטן (אפשר אפילו שוין נאכן זיין א יאר אין כולל)
וואלט זיך עס לכאו' קריעטעד מיט די צייט.