בלאט 3 פון 3

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 1:09 am
דורך berlbalaguleh
לעמיל האט געשריבן:
berlbalaguleh האט געשריבן:
שמואל הלוי האט געשריבן:אהער דערמיט, איך האב וואס צו טון דערמיט.

האסט פארשפעטיגט. עש"ק א האלבע שעה פאר'ן זמן, אויפ'ן וועג צוריק פון מקו' (די וואך בין איך געגאנגען פרי אין מקוה) האב איך באגעגנט א יונגערמאן וואס האט מאיזה סיבה נישט געהאט חלות אויף שבת און די בעקעריס זענען שוין פארמאכט. האב איך איהם אוועקגעגעבן די 3 חלות בשמחה.
נ.ב.: די אויבנדערמאנטע פאנטאזיע איז גאר נישט קיין פאנטאזיע נאר בדידי הוו' עובדא.

א רחמנות אויף יענעם! געבסט אים חלות פון 4 חדשים צוריק עס האט מן הסתם געהאט מיין באבע'ס טעם

לאמיך דיר אראפלייגן די אמת'דיגע געשיכטע וועסטו זען אז ס'איז גארנישט קיין דזשאוק. איך בין נישט געווען דער "נותן" נאר דער "מקבל". אין מיין הויז איז געווען א שריפה ל"ע אין א פרייטיג. ווען איך האב מיך דערמאנט אז כ'האב נאכנישט קיין חלות אויף שבת איז שוין געווען א האלבע שעה פאר'ן זמן הדלה"נ. אין א ביהמ"ד איז געווען איבריגע דריי חלות וואס דער גבאי האט מיר געגעבן.

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 13, 2012 2:38 pm
דורך פיקציע
אן אראבישער קאפ! (תרתי משמע...)
[youtube]http://www.youtube.com/watch?v=0QkXv-YuhmA[/youtube]

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 12:03 am
דורך אוהב דעת
האלד דער עולם מזאל אויך לייגען פלאפס פין רבנים?איך אפאר גיטע שטיק

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 5:36 am
דורך שמעקעדיג
סא שאלה? זיכער זאלסטו לייגן. נאר אנע נעמען.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 9:45 am
דורך קאווע טרינקער
פיקציע האט געשריבן:אן אראבישער קאפ! (תרתי משמע...)

וויאזוי קען איינער שטיין אין כאפן א קליפ ווען מענטשן פאלן און צוקלאפען זיך?
אפשר מיינסטו דאס צו מרמז זיין אין "תרתי משמע"?

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 12:49 pm
דורך berlbalaguleh
אוהב דעת האט געשריבן:האלד דער עולם מזאל אויך לייגען פלאפס פין רבנים?איך אפאר גיטע שטיק

גם אני בחלומי. כ'האב אפילו איינס אדער צוויי פון רעבעס, החיים איתנו לאורך ימים ושנים.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 1:00 pm
דורך משולם שטיינפעלד
א גרויסע אדמו"ר שפאצירט אריין צו א ראנג חתונה, און ער כאפט זיך ערשט ווען ער איז שוין אפן אויבן אן. דאס הייסט א פלאפ?

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 1:22 pm
דורך שמעקעדיג
ווענדט זיך אויב מ'האט שוין גענומען בילדער.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 1:25 pm
דורך פיקציע
משולם שטיינפעלד האט געשריבן:א גרויסע אדמו"ר שפאצירט אריין צו א ראנג חתונה, און ער כאפט זיך ערשט ווען ער איז שוין אפן אויבן אן. דאס הייסט א פלאפ?

ווענדט זיך אויב די מחותנים זענען פון די שונאים.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 10:42 pm
דורך berlbalaguleh
משולם שטיינפעלד האט געשריבן:א גרויסע אדמו"ר שפאצירט אריין צו א ראנג חתונה, און ער כאפט זיך ערשט ווען ער איז שוין אפן אויבן אן. דאס הייסט א פלאפ?

איך בין נישט קיין אדמו"ר נאר א פשוטער בעל עגלה און איך האב געהאט א פלאפ (די שאלה איז נאר אויף וועמען דער פלאפ איז דא) ביי א לחיים אין א געוויסן "שטעעטעלע" אין ראקלענד קאונטי. ומעשה שהי' כך הי'. איינער, א קרוב פון מיין משפחה איז פארגלעיבט אז מען קען נאר מאכן א לחיים פאר חתן-כלה מיט די בלעססינג פון העיליגן רעבע שליטע. זענען מיר, די קרובים געפארן אין שטעטל אין א זונטיג ר"ח טעיוועס שחל להיות בחנוכה. אפווארטנדיג שעות אז דער העיליגער רעבע שליטע זאל ערשיינען בהדרת קדשו. ענדליך איז קעוואד קעדישעס ערשינען אנגעטון מיטן קאלפיק. אני הקטן בין בטבע נישט קיין הדיוט קופץ בראש. האב איך געווארט מיט געדולד ביז ס'איז געווען פלאץ ביים טיש. כ'האב געזען בחוש ווי די העיליגע צירע פון רעבע שליטע שאאנט. ס'איז נאר געווען איין פראבלעם. קיין איין מענטש וואס איז געזיצן ביים טיש האב איך נישט געקענט. ביז איך האב געכאפט אז מיינע בני המשפחה האבן די גבאים שוין פון לאנג פאריאגט כדי צו מאכן פלאץ פאר א צווייטע משפחה פון פארגלעיבטע .

נשלח: דאנערשטאג נאוועמבער 15, 2012 9:25 pm
דורך berlbalaguleh
berlbalaguleh האט געשריבן:
אוהב דעת האט געשריבן:האלד דער עולם מזאל אויך לייגען פלאפס פין רבנים?איך אפאר גיטע שטיק

גם אני בחלומי. כ'האב אפילו איינס אדער צוויי פון רעבעס, החיים איתנו לאורך ימים ושנים.

נאך א מעשה. פון אן אדמו"ר. גאר א גרויסן. וואס זיינע חסידים האלטן אז ר'איז נאך גרעגסער פון יהושע בן נון. אפשטעלן די זון מיט די לבנה און די מערכות השמים איז ביי איהם א קלייניגקייט. ער קען אנמאכן א גרידלאק פון איין עק ברוקלין ביז'ן צווייטן. ווען ער מאכט א שמחה סטאפט מען דעם אויטא פארקער אויף גאנץ ... עוועניו. און די לעמפלעך וואס שיינען איבער די גאסן זענען נאך לעכטיגער ווי די מנורות ביי שמחת בית השואבה אין ביהמ"ק. מעשה שהי'. ר'איז געווען אויף שבת שבע ברכות ביי זיין מחותן. אויך אן אדמו"ר. האט איהם דער מחותן מכבד געווען מיט ראש חודש בענטשן. ער האט זיך אזוי צופייערט אז ער האט געזאגט דעם ראנג טאג פון ראש חודש. ס'איז געווען א מורא'דיגער פלאפ. ווען מ'האט זיך געכאפט אויפ'ן טעות האט דער רבי שליט"א שטילערהייט אויסגערופן דעם ריכטיגן טאג פון ר"ח.

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 4:04 pm
דורך איך זאג דיר
berlbalaguleh האט געשריבן:
אוהב דעת האט געשריבן:האלד דער עולם מזאל אויך לייגען פלאפס פין רבנים?איך אפאר גיטע שטיק

גם אני בחלומי. כ'האב אפילו איינס אדער צוויי פון רעבעס, החיים איתנו לאורך ימים ושנים.

עס פעלט נישט אויס צו לייגן פלאפס פון רבנים און רבי'ס ווייל דאס אליין אז מיר זענען אין אזא דור ווי ס'זענען דא אזעלעכע רבי'ס און רבנים דאס איז דער גרעסטער פלאפ וואס מיר האבן מאז היתה ישראל לגוי, דאס נעמט נישט אריין אלע רבנים און רבי'ס, אבער רובא דרובא זענען ליידער יא אין כלל פונעם גרויסן פלאפ וואס מיר ליידן, ליידער ליידער. די הייליגע תנאים ואמוראים האבן שוין געזאגט אויף דעם דור ייתי ולא אחמיניה, מ'דארף די דאזיגע רבי'ס מיט רבנים שיקן למאמאדראקא און שלאגן כפרות מיט זיי, שולדיג זענען מיר וואס מיר געבן זיי דעם פלאטפארם צו טרעטן אויף אונז, און רבותי מיינט נישט אז איך בין א פרומשטיקער איד וואס קרעכטסט אויפן מצה הדור, בכלל נישט, איך בין א עוועריטש איד א פשוטער מענטש וואס קען די חברה מיט זייערע געמיינע שטיק, איך רעד דא נישט פון זייער יראת שמים וואס זיי האבן ליידער זייער ווייניג דערפון אויב בכלל, איך רעד דא פון זייער חי'השקייט, און זיי ווילן נאך איינרעדן די וועלט אז זיי זענען די "האולי פיעפל".

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 19, 2012 4:46 pm
דורך שמעקעדיג
איך זאג דיר האט געשריבן:שולדיג זענען מיר וואס מיר געבן זיי דעם פלאטפארם צו טרעטן אויף אונז

דהיינו?

נשלח: דינסטאג נאוועמבער 20, 2012 12:38 am
דורך berlbalaguleh
שמעקעדיג האט געשריבן:
איך זאג דיר האט געשריבן:שולדיג זענען מיר וואס מיר געבן זיי דעם פלאטפארם צו טרעטן אויף אונז

דהיינו?

דער בעל המימרא (איך זאג דיר) מוז זיין זייער שטארק אנגעווייטאגט איבער נעגאטיווע עקספיריענס וואס ער האט געהאט, האנדלנדיג מיט מענטשן וואס קליידן זיך מיט אן איצטלא דרבנן און זענען נישט ראוי דערצו. ואין אדם נתפס על צערו. ווייל דער פאקט איז אז רובא דרובא פון רבנים זענען אידן תלמידי חכמים וואס געבן זיך אוועק צו העלפן א צווייטן. נאר די מיעוטא דמיעוטא וואס טויגן נישט, זיי מאכן אן א חילול ה', און אויף זיי איז געזאגט געווארן דער מאמר חז"ל "ילבש שחורים וילך למקום שאין מכירין אותו... ויעשה מה שלבו חפץ. ואל יתחלל שם שמים על ידו.

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 6:50 pm
דורך זר זהב
וואס איך בין דורך... הערטס זיך איין. כ'ווייס נישט צי איך זאל עס שרייבן דא אדער אינעם היסטארי פארום. איך קען נישט נעבעך ציילן וויפיל מאל איך האב פארפאסט א מעריב, און שוין אפגערעט א מעריב מיט מנין. סוי האו איז דיס פאר עי טשעינדזש?....

נעכטן גיי איך שפעט דאווענען מעריב מיט א מנין, איינער געט א שריי אויס ותן טאלימוטאר און ס'מיר גוט געווארן, דאס געשריי האט מיר דערמאנט אז איך האב שוין געדאווענט מעריב! ביי מיין ערשטן מנין האט אויך איינער אויסגעשריגן ותן טל. אזוי האביך עס אויפגעכאפט אז איך דאווען דא אומזיסט... איך האב געהאלטן ביי מי כמוך, און נישט וועלענדיג עובר זיין אויף בל תוסיף האביך זיך אויפגעהויבן און אהיימגעגאנגען. דאס איז דער "פלאפ"...

יעצט צום פראבלעם, איך קען נישט רעדן זייט נעכטן נאכט! ווייל שמונע עשרה האביך נישט געדאווענט. וואס טוט מען? איז דא א דיין דא?

נשלח: מיטוואך דעצעמבער 05, 2012 8:50 pm
דורך ונבנתה העיר
נאך גוט אז דו האסטעך דערמאנט ביי מי כמוך, ביי המלך הקדוש וואלסטו שוין נישט געמעגט אויסרעדן ביז ראש השנה.. .