בלאט 3 פון 4

נשלח: זונטאג אפריל 11, 2021 7:55 pm
דורך אלע צוזאמען
קוויטעל האט געשריבן:אבער דא איז שוין איינמאל געווען א אויסברוך, און מ'האט נישט איינגעזען אז ער איז א סכנה?

די מעשה מיט אים אפברענען זיין זון'ס האנט איז שוין באשטעטיגט געווארן אלס נישט אמת

נשלח: זונטאג אפריל 11, 2021 9:02 pm
דורך [NAMELESS]
אלע צוזאמען האט געשריבן:
קוויטעל האט געשריבן:אבער דא איז שוין איינמאל געווען א אויסברוך, און מ'האט נישט איינגעזען אז ער איז א סכנה?

די מעשה מיט אים אפברענען זיין זון'ס האנט איז שוין באשטעטיגט געווארן אלס נישט אמת

באשטעטיגט דורך וועם?

נשלח: זונטאג אפריל 11, 2021 9:47 pm
דורך רביה''ק זי''ע
די מעשה אז די מעשה איז באשטעטיגט געווארן אלס נישט אמת איז באשטעטיגט געווארן אלס נישט אמת...

נשלח: זונטאג אפריל 18, 2021 7:52 am
דורך נחום הסופר
קודם כל מעג מ'שוין טוישן דעם אשכול קעפל, ס'איז אלעס געווען אחוץ א געלט קאנפליקט

אינעם לינק איז דא א מידיא קליפ, זיי רעדן צו א שותף פונעם טאטן, א זיידע, א.א.וו.

https://bshch.blogspot.com/2021/04/blog-post_546.html

נשלח: מאנטאג אפריל 19, 2021 6:15 pm
דורך נחום הסופר
הארץ-רייסנדער הספד וואס דער פאטער האט געשיקט פארליינען ביים זון'ס קבר

https://bshch.blogspot.com/2021/04/blog-post_5298.html

נשלח: מאנטאג אפריל 19, 2021 7:37 pm
דורך גיב א שמייכעל
נחום הסופר האט געשריבן:הארץ-רייסנדער הספד וואס דער פאטער האט געשיקט פארליינען ביים זון'ס קבר

https://bshch.blogspot.com/2021/04/blog-post_5298.html

קען נישט עפענען די לינק, וואס זאגט ער דארט בערך?

נשלח: מאנטאג אפריל 19, 2021 7:39 pm
דורך איתן
וועלכע גער איז דאס, ר' שאול'ס אדער ר' יעקב'ס

נשלח: דינסטאג אפריל 20, 2021 8:24 pm
דורך נחום הסופר
גיב א שמייכעל האט געשריבן:
נחום הסופר האט געשריבן:הארץ-רייסנדער הספד וואס דער פאטער האט געשיקט פארליינען ביים זון'ס קבר

https://bshch.blogspot.com/2021/04/blog-post_5298.html

קען נישט עפענען די לינק, וואס זאגט ער דארט בערך?

ווערט פארגעליינט דורך א ברודער במעמד בני המשפחה ביים סיום השלשים על קבר הב' ע"ה

ער זאגט אז ס'איז א הסתר פנים, מפארשטייט נישט דרכי ה', דערמאנט די גוטע צייטן מיטן זון, אא'ו

נשלח: דינסטאג אפריל 20, 2021 8:44 pm
דורך אישתישבי
א טאטע הרג'ט א זוהן איז עס דרכי ד', אבער ר' שאול עפענט א חסידות איז ער א רשע!!! מרפסןַ איגרי!!

נשלח: פרייטאג אפריל 30, 2021 4:21 am
דורך Hadasim
real fake news האט געשריבן:סאיז א שרעקליכער פאסירונג אבער סאיז זייער ראנג עס צו מאכן אלס א ׳גורער׳ פראבלעם.


עס איז מיר נישט אזוי באטעם'ט צו שרייבן די פאלגענדע אבער האמת ניתן להיאמר וההכרח לא יגונה.

עס איז נישט ראנג עס צו מאכן פאר א גורער פראבלעם, ווייל עס איז א גורער פראבלעם. גור כהיום נוצט מעשי פשע ואלימות קעגן מענטשן וואס האבן בוחר געווען זיך מסתופף צו זיין בצילו פונעם ראש הישיבה שליט"א.

בעיני ראיתי א ווידאו ווי עס שטעלט זיך אויף א גורער משפיע און ברענגט צו די פסוק פון והרגו איש את אחיו ואיש את רעהו ואיש את קרובו קעגן די פורשים.

(ווער עס קען צוברענגן א לינק צו די אויבערדערמאנטע ווידאו וואלט איך איהם שטארק מכיר טוב געווען)

גור איז א חסידות וואס בכוח הזרוע רייסן זיי אויס די רחמנות געפילן פון מענער קעגן זייער ווייבער און פון טאטעס קעגן קינדער. גור האט פאר זייער בענעפיט צופליקט משפחות און לאזן נישט זיידעס גיין צו אייניקלך'ס שמחה און אזוי אויך פארקערט.

יעצט שפילן זיי תם?

נשלח: פרייטאג אפריל 30, 2021 4:58 am
דורך Hadasim
https://www.kikar.co.il/amp/335236


"יש כאן מרידה, לא יודע מי ה'ערב רב', לא יודע מאיפה זה הגיע".

"יש הלכה למשה מסיני מה עושים כשיש מריבה, מעיפים ומפטרים, היבדלו מתוך העדה הזו"

"למה איך זה הגיע לא אני אתן הסברים ולא אף אחת מכם תתן הסברים. משה רבנו רחמן הכי גדול וגם אם זה בן דוד שלי שיוציאו חרב ויהרגו, שיפטרו ויזרקו אם נזרקה בהם רוח כפירה"

נשלח: פרייטאג אפריל 30, 2021 11:11 am
דורך מילך טראק
קען זיין גור דארף א תיקון
אבער איינער וואס נעמט א מעסער און צושנייד זיין קינד אין מיטן שלאף פארנט פון די ווייב און קינדער איז מענטעל און דאס האט לכאורה נישט מיט גור

נשלח: פרייטאג אפריל 30, 2021 12:52 pm
דורך Hadasim
א מענטל פאציענט magnified זיין שאיפות און רצונות, דאס הייסט זאכן וואס ער וואלט זיך ווען צוריק געהאלטן ווען ער איז רואיג און ניכטער שפרונגן ארויס אהן קיין גרעניץ אדער קאנטראל ווען ער האט אן אטאקע, אשר על כן איז גור, וואס א חסידות וואס איז אנטי אהבה און רחמנות און פרעדיגן שנאה הרג ואובדן און זענען פארנומען צורייסן משפחות (קוק מיין פריערדיגע תגובה), קענען נישט זאגן ידינו לא שפכו את הדם הזה און עס בוודאי ידם במעל הזה. ווייל פון די טאטע נעבך ר"ל, האבן די גורע פאליסיס פון פאראויס (פאר די אטאקע ר"ל) אויסגעריסן זיין נאטורליכע אהבה און רחמנות און אנשטאט דעם האבן זיי אריינגעלייגט אכזריות און ווען ער האט ליידער געהאט די אטאקע האט ער זיך נישט געקענט צוריק האלטן ר"ל.

די אלע מה יפית'לעך וואס פרובירן צו sugar coat'n די גור'ע אלימות עליהם כבר נאמר כל מי שיש בידו למחות ואינו מוחה הוא נתפס באותו עוון. ווען גאנץ כלל ישראל וואלט פארשריגן גור אין די גאסן אויף זייער רציחות וואלט עס זיך שוין פון לאנג אפגעשטעלט.

נשלח: פרייטאג אפריל 30, 2021 1:59 pm
דורך [NAMELESS]
מילך טראק האט געשריבן:קען זיין גור דארף א תיקון
אבער איינער וואס נעמט א מעסער און צושנייד זיין קינד אין מיטן שלאף פארנט פון די ווייב און קינדער איז מענטעל און דאס האט לכאורה נישט מיט גור



איינמאל פאר אלעמאל;
הערטס אויף צו פארשעמען מענטשן וואס האבן א מענטל אילנעס!!

Just stop it!!!

מענטשן וואס האבן מענטל אילנעס זענען געווענטליך סענסעטיוו צו א צווייטן.


א מענטש וואס הארגעט איז א רוצח.
Rub that in.


לאזן די קינדער מיט אים אונטער איין דאך איז נעקסט לעוול געז לייטינג און... רציחה.

נשלח: פרייטאג אפריל 30, 2021 2:39 pm
דורך אישתישבי
דער פראבלעם מיט בלעימען גער איז, אז עס איז נישטא א מעשה מיט איינער וואס האט גע'הרג'עט זיין זוהן וואס איז באמת געוועהן א משכב זכר'ניק.

ממילא דא, ווען דער "שטימע" האט אים געזאגט וועגן זיין זוהן, און ער זאגט נישט אז דער "שטימע" האט אים געהייסן הרג'נען, דאס איז עפעס געוועהן א רעאקציע, און דער שאלה איז פין ווי.

יעצט אפילו אויב דער שטימע האט עס אים געזאגט, אדער אפילו אויב מען זאל בלעימען גער און זאגן אז ווייל גער האלט אין איין פרעידיגען (איך ווייס נישט דאס פאר א פאקט) אז עס איז בעסער צו שטארבן ווי איידער עובר זיין אויף קדושת גער, ממילא האט דער טאטע געהרגעט. פעלט אויך, ווייל עס וואלט געברויכט זיין מער פעלער.

אבער, אונז האבן דאך א קארפעט פאליסי, ממילא איז מעגליך אז די זעלבסטמארד בחורים אין גער איז אלעס וועגען זיי ווילען נישט פוגם זיין. הגם מען גיבט דארט מעדיקעישען פאר דעם, פאר ווער עס וויל.

נשלח: מיטוואך מאי 05, 2021 7:25 am
דורך Hadasim
איש החינוך נאם בסמינר גור: “לירוק על מישהו? הצדיק אמר לך?”
איש החינוך הרב חיים רייך תקף ב’שיחת חיזוק’ בסמינר גור את האלימות והחרמות נגד קהילת ראש הישיבה מגור • “כשיהודי מחתן ולא מגיעים לחתונה שלו זה פגיעה! זה פשע!” • “תזרקו אותי מכאן, לא אכפת לי. אין שום היתר בעולם לא להגיד שלום ליהודי שהוא חסיד של זה ולא של זה”

https://ch10.co.il/news/669214/

נשלח: מיטוואך מאי 05, 2021 8:35 am
דורך Hadasim
א שטארקייט פון א מענטש!

האט נישט מורא צו זאגן די אמת אין פנים אריין.

דין גירא בעיניה דסטנא!

נשלח: מיטוואך מאי 05, 2021 9:55 am
דורך Hadasim
תמליל הדרשה

נשלח: מיטוואך מאי 05, 2021 9:57 am
דורך Hadasim
התגובה של גור

נשלח: מיטוואך מאי 05, 2021 10:09 am
דורך Hadasim
נסיון לרצח בגור בבורו פארק - חסיד גור ביקש לרצוח את הרב גרפינקל

https://bshch.blogspot.com/2021/05/blog ... 7.html?m=1

נשלח: מיטוואך מאי 05, 2021 3:24 pm
דורך Hadasim
אין גור טוצעך א שטורעם נאכדעם וואס דער מחנך הרב חיים רייך האט געהאלטן א דרשה אין די גורע מיידלעך סעמינאר נאך די מירון טראגעדיע און געשריגן מיט טרערן אז מ'דארף האבן מידות טובות אפילו פאר חסידים פון הרב שאול. זיי גריסן, חלילה נישט שפייען אויף זיי, און גיין צו שמחות.

בשעת די דרשה איז געווארן א שטורעם, די מיידלעך האבן אנגעפאנגען ארויסגיין, אבער הרב רייך האט נישט אויפגעהערט ביז מ'האט אים אויסגעפלאגט די מייק נאך זאגן אזעלכע שרעקליכע דברי כפירה וואס איז קעגן אלעס הייליג וואס מ'לערענט אין גור.

אין די דרשה האט ער גערעדט מיט די גרעסטע כבוד אויף גערע רבי און געזאגט אז ער איז א "מלאך אלוקים" און ס'איז זיכער אז ער הייסט נישט זיך אזוי אויפפירען. אבער זעהט אויס די מיידלעך ווייסן בעסער און זיי ווייסן אז דער רבי האלט יא אז מ'דארף זיך אזוי אויפפירן.

אודיו של הדרשה חלק א' וב'

https://twitter.com/The_Gerrer/status/1 ... 44324?s=20

https://twitter.com/The_Gerrer/status/1 ... 95874?s=20

נשלח: מיטוואך מאי 05, 2021 4:09 pm
דורך סמבטיון
צייט צו טוישן די קעפל

נשלח: מיטוואך מאי 05, 2021 4:51 pm
דורך Hadasim
נאך אן אשכול איבער די נושא

שטורעם אין גער נאך דרשה פאר מידות טובות אין גערע סעמינאר

viewtopic.php?f=55&t=14613