בלאט 3 פון 3
נשלח: מאנטאג אפריל 12, 2021 10:45 pm
דורך berlbalaguleh
דו האסט א הווה אמינא אז די חז"ל האבן עס (ח"ו) געגנב'עט פונ'ם נייעם טעסטאמענט. אדער פארקערט...! אויב דאס זאלל זיין דער פאל (אז א יעדעס גוטע ווארט און אבזערוואציע האבן די חכמים (ח"ו) געגנב'עט פון אנדערע , גוי'אישע מקורות) דאמאלס זענען זיי נישט אזעלכע חכמים. נאר א באנדע גנבים און שווינדלערס, הס מלהזכיר, עפ"ל. דאמאלס דארף מען נישט נאכגיין זייערע רייד. און מ'קען טון וואס מ'ווילל. מ'קען אנצינדן די לייט אום שבת קודש. אויך קענמען אנצינדן דעם טעלעוויזשן און קאמפיוטער. מ'קען אויך פרעגלען חזיר אין פוטער. און עסן אלערליי שקצים ורמשים...!? און ווער ס'האלט יא די אלע רעסטריקשנס איז א נאר.
נשלח: מאנטאג אפריל 12, 2021 10:50 pm
דורך רביה''ק זי''ע
ר' בערל, וואס זאל איך דיר זאגן, ביזט צוקער זיס. איך זעה אז דו הייבסט שוין אן פארשטיין די אטדס, דו פארשטייסט זיי שוין באלד בעסער פון מיר, ואם בארזים נפלה שלהבת...
נשלח: מאנטאג אפריל 12, 2021 10:56 pm
דורך berlbalaguleh
רביה"ק זי"ע: די או. טי. די.'ס זענען נאר געווארן אזוי פאר די זעלבע סיבה. ווייל מ'האט נישט משריש געווען אין זיי אמונה בהשי"ת און אמונת חכמים. און זיי האבן נאר מקיים געווען די מצוות כמעשה קוף בעלמא...!
נשלח: מאנטאג אפריל 12, 2021 11:29 pm
דורך אישתישבי
berlbalaguleh האט געשריבן:דו האסט א הווה אמינא אז די חז"ל האבן עס (ח"ו) געגנב'עט פונ'ם נייעם טעסטאמענט. אדער פארקערט...! אויב דאס זאלל זיין דער פאל (אז א יעדעס גוטע ווארט און אבזערוואציע האבן די חכמים (ח"ו) געגנב'עט פון אנדערע , גוי'אישע מקורות) דאמאלס זענען זיי נישט אזעלכע חכמים. נאר א באנדע גנבים און שווינדלערס, הס מלהזכיר, עפ"ל. דאמאלס דארף מען נישט נאכגיין זייערע רייד. און מ'קען טון וואס מ'ווילל. מ'קען אנצינדן די לייט אום שבת קודש. אויך קענמען אנצינדן דעם טעלעוויזשן און קאמפיוטער. מ'קען אויך פרעגלען חזיר אין פוטער. און עסן אלערליי שקצים ורמשים...!? און ווער ס'האלט יא די אלע רעסטריקשנס איז א נאר.
איך האב געשריבן
אין נביא בעירו שטייט אין חתם סופר בשם חז"ל, און עס שטייט אין דער נייע טעסטאמענט בשם יאשקע
כלומר, עס שטייט נישט אין חז"ל, עס שטייט אין דער נייער טעסטאמענט בשם יאשקע. ד.ה. אז אין אנדערע ווערטער קען אפשר א תמים טענה'ן אז דער חתם סופר רופט יאשקע חז"ל חלילה. קענסט מסביר זיין וואס די ווילסט ר' בערל?
Re: סלאגאנען פון ספרי קודש וואס קומט פון טמא'נע מקורות
נשלח: מאנטאג אפריל 12, 2021 11:33 pm
דורך תוהו ובוהו
berlbalaguleh האט געשריבן:רביה"ק זי"ע: די או. טי. די.'ס זענען נאר געווארן אזוי פאר די זעלבע סיבה. ווייל מ'האט נישט משריש געווען אין זיי אמונה בהשי"ת און אמונת חכמים. און זיי האבן נאר מקיים געווען די מצוות כמעשה קוף בעלמא...!
מ'האט פרובירט....
Sent from my KFDOWI using Tapatalk
נשלח: דינסטאג אפריל 13, 2021 3:43 am
דורך berlbalaguleh
נישט זייער שטארק: ווייל מ'איז געווען ביזי אין די מלחמה אקעגן ציונות. אויפ'ן וועג האבן מיר אויך פארלוירן דאס מענטשליכקייט...! ווייל, ווי קומט א יונגער שנאק אנצו זידלען אן עלטער'ן איד. נאר דער תירוץ איז אז יענער איז א ציוני. דאמאלס מעג מען שוין אלעס...! או.קעי. דאס ציוניזם איז שוין א געפגר'טער פערד. האבן די היינטיגע קינדער און יונגווארג א נייע פאנטשינג בעג..."טמא'נע כלים"...דאס געט זיי שוין א היתר צו רעדן חוצפה'דיג צו און אנזידלען עלטערע מענטשן. אין נאמען פון רעליגיע און קנאות...עיין ..."שומרים"...!
נשלח: דינסטאג אפריל 13, 2021 4:27 am
דורך אישתישבי
רעדסט אוודאי פין עלטערע מענטשן וואס האבן שכל ווי קינדער, נעבעך.
נשלח: דינסטאג אפריל 13, 2021 11:16 pm
דורך berlbalaguleh
ניין: כ'האב געזעהן גאנץ יונגע ראצערס זידלען און שפעטן אן עלטערן מענטש...!
נשלח: דינסטאג אפריל 13, 2021 11:19 pm
דורך אישתישבי
berlbalaguleh האט געשריבן:ניין: כ'האב געזעהן גאנץ יונגע ראצערס זידלען און שפעטן אן עלטערן מענטש...!
און דער גערער וואס זידעלט און עלטערע איד וואס איז ביי ר' שאול? זיי זענען ביידע ציונים?
נשלח: דינסטאג אפריל 13, 2021 11:22 pm
דורך תרמב
די יצר הרע שלאפט נישט, סאיז אלץ דא פרישע פירצה’ס וואס מ’דארף מחנך זיין די עלטערע, ציונות, כלים, ר’ שאול, וכדומה
Re: סלאגאנען פון ספרי קודש וואס קומט פון טמא'נע מקורות
נשלח: זונטאג אפריל 25, 2021 2:14 pm
דורך דורש אמת
מע הערט נאכזאגן פונעם בעשט און פון רבי ישראל סאלאנטער : דאס וואס גייט ארויס פון מויל איז וויכטיגער ווי דאס וואס גייט אריין אין מויל. דער זאג שטאמט פונעם ברית חדשה בשם יויזל. א מוראדיגע מעשה דערוועגן וועט איר טרעפן אין די זכרונות פון הרב יעקב מזאה אונטערן קעפל הב״ח הקדוש.
Sent from my iPad using Tapatalk
נשלח: מאנטאג אפריל 26, 2021 4:49 pm
דורך berlbalaguleh
דורש אמת: דער ברית החדשה האט עס אויך געגנב'עט פון אידן. כ'מיין אז ס'איז דא אזא אדער ענליכער פסוק אין תהילים...!
Re: סלאגאנען פון ספרי קודש וואס קומט פון טמא'נע מקורות
נשלח: מאנטאג אפריל 26, 2021 8:13 pm
דורך תוהו ובוהו
berlbalaguleh האט געשריבן:דורש אמת: דער ברית החדשה האט עס אויך געגנב'עט פון אידן. כ'מיין אז ס'איז דא אזא אדער ענליכער פסוק אין תהילים...!
אדרבה, וואו?
Sent from my KFDOWI using Tapatalk
נשלח: דינסטאג אפריל 27, 2021 12:08 am
דורך כרם זית
ר׳ בערל מיינט לכאורה די חסידישע איינטייטש אויף "ואנכי תולעת ולא איש"...
נשלח: מיטוואך יאנואר 26, 2022 3:35 pm
דורך טאמבל סאס
איך בין נישט זיכער אויב ס'געהערט דא ווייל דאס קומט דירעקט פון יענע מקורות אבער ס'איז א theme וואס איז געווארן היינט א חלק פון א.ג. היימישע אידישקייט:
מתי האט געשריבן:34 אל-תחשבו כי באתי להטיל שלום בארץ לא באתי להטיל שלום כי אם-חרב: 35 כי באתי להפריד בין איש ואביו ובין בת ואמה ובין כלה וחמותה
נשלח: מיטוואך יאנואר 26, 2022 5:17 pm
דורך berlbalaguleh
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:באמת זענען דא אסאך פאראלעלן וואס מ׳קען ציען צווישן די וועלט פון חז״ל און די ברית החדשה, איך מיין אז צו רוב חידושים פון יאשקע וואס שטייט נישט פריער קען מען טרעפן א פאראלעל אין גמרא. די שאלה בלייבט נאר צו די געדאנקען זענען אריגינעל יאשקע׳ס חידושים צו די געדאנקען זענען אלטע וואס צירקולירן ביי אידן שוין פון פאר יאשקע און ביידע האבן עס גענומען פונעם זעלבן פלאץ.
רביה"ק זי"ע (ע"ה): איך וועלל גיין נאך א טריט ווייטער און זאגן אז די קריסטליכע פיהרער וועלכע האבן געשריבן אט די אויבנדערמאנטע פסוקים, האבן עס גענומען פון דברי חז"ל. אן געבן קרעדיט פאר די אריגינאלע בעלי המימרא.
ביי מיר שמעקט אבשלום בן מעכה'ס באהויפטונג מיט אן אינפערייאריטי קאמפלעקס...!אז אלעס ביי אונז איז געגנב'עט פון אנדערע מקורות...!