בלאט 3 פון 4

נשלח: מאנטאג אפריל 26, 2021 8:32 pm
דורך תרמב
אבער דו דארפסט אויך נעמען די זילבערנע שטעקן מיט די קעצי גלעזער

נשלח: מאנטאג אפריל 26, 2021 9:01 pm
דורך Lesser
איך האלט אויך אז די רבי שליט"א איז פיינע נייעס, פון די סארט רבי'ס/בנש"ק וואס וויל עס זאל פאר יענעם גוט גיין.

בכלל קוקט ער אויס ווי א פיינער.

נשלח: מאנטאג אפריל 26, 2021 9:29 pm
דורך מפיל קינד
אבשלום בן מעכה האט געשריבן:איך קען זאגן בפה מלא, אז דער נייער רבי האלט ביי גארנישט.

פאסט נישט פאר אייך...

נשלח: מאנטאג אפריל 26, 2021 9:30 pm
דורך מפיל קינד
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:אויף די קליפ וואס פארט ארום ווי ער גייט ארויס פון שול מיט׳ן טלית אין די הענט זעהט אויס ווי ער גייט אט אט אויספלאצן אין א געוויין, קען זיין אז ער האט הנאה געהאט פארדעם און נאכדעם אבער אין יענע מינוט האט ער זיכער נישט הנאה געהאט, ס׳איז א גרויסע רחמנות אז ער איז אויפגעוואקסן אין א סיסטעם וואו מ׳האט איהם נישט אויסגעלערנט צו שטיין אויף זיינע רעכטן. (שוין ווייטער מיט׳ן סיסטעם...)

יא, כידוע די גויים וואס וואקסן אויף אן קיין סיסטעם, זיי שטייען אויף זייערע רעכטן און וויינען טאקע קיינמאל נישט. ויהי לפלא.

נשלח: מאנטאג אפריל 26, 2021 9:39 pm
דורך רביה''ק זי''ע
מפיל קינד האט געשריבן:יא, כידוע די גויים וואס וואקסן אויף אן קיין סיסטעם, זיי שטייען אויף זייערע רעכטן און וויינען טאקע קיינמאל נישט. ויהי לפלא.

כאנישט קיין אהנונג וואס דו ווילסט, יעדער מענטש אויף דער וועלט וואקסט אויף אין א סיסטעם, אידן ווי גוים צוגלייך. דער רבי זז"ג, אויב פארשטיי איך וואס גייט דארט פאר, איז כנראה אויפגעוואקסן אין א סארט סיסטעם כנ"ל.

נשלח: מאנטאג אפריל 26, 2021 10:14 pm
דורך רימון
אבשלום, שטותים האט אויך א שיעור.
אין אנדערע נייעס האט דער רבי געגעבן היינט אן אינטערוויו אויף קול בחצרות.

נשלח: זונטאג מאי 02, 2021 11:45 pm
דורך אבשלום בן מעכה
מ'האלט שוין נאכן צווייטן שבת. דעם ערשטן שבת איז געווען א טראסק לאור המצב. אצינד קען מען זען דעם ריכטיגן בילד, וואו דער רבי האלט.

עס איז געווען די וואך א הערליכע עולם, ביים די תפילות און די טישן. פרייטאג צו נאכטס זענען געווען צענדליגע אידן. אפציעל האט מען מפרסם געווען אז דער רבי וועט פירן טיש בלויז שבת מברכים, אבער ביינאכט זענען אנגעקומען עטליכע בחורים און יונגעלייט, האט זיך דער רבי אוועקגעזעצט און געפירט מיט זיי א שטיקל באטע. שפעטער איז דער רבי שליט"א אריבערגעגאנגען קיין זוועהיל, צום טיש, וואו דער זוועהילער רבי האט אויפגענומען דעם רבי'ן שליט"א ביותרת הכבוד, פיל מער פון וואס מען האט לכתחילה געקלערט.

אצינד איז דא א רעדע אז מען וועט אפשר מחדש זיין אז ס'זאל זיין א טיש יעדע וואך. בכל אופן, דעם קומענדיגען שבת וועט זיכער זיין א טיש אלס שבת מברכין.

בייטאג האט מען זיך געשטעלט דאווענען אין צייט, עס איז געווען א שיינע ציבור מתפללים, מער פון געווענליך. נאכן דאווענען איז געווען א קידוש און דער רבי האט פארפירט א שיינע שמועס בענין ר"ר מענדעלע רימנובער, וואס די יארצייט געפאלט די וואך, און אויך אנדערע ענינים.

אויף שלש-סעודות האט זיך פארזאמלט א גרעסערן ציבור אידן, מער פון וואס מען האט ערווארטעט. דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש, ווי אויך דברי התעוררות אויף די טראגעדיע אין מירון.

פאריגע וואך האט דער רבי באזוכט ביי כ"ק מרן האדמו"ר מסקווירא שליט"א, וואו דער רבי איז געזעצן א לענגערע צייט ביחידות. דאן האט האדמו"ר מסקווירא אים ארויסבאגלייט ביזן גאס. דעם קומענדיגן וואך איז געפלאנט באזוכן ביי גדולי הרבנים והאדמורי"ם שליט"א. אויך זענען געווען פארשידענע ישיבות און אראגאניזאציעס וואס האבן איינגעלאדנט דעם רבי'ן שליט"א צו מאורעות, ל"ג בעומר מסיבות און פייערונגען, פסח שני מסיבות. דער רבי שליט"א איז נאכנישט זיכער וואס אנצונעמען און וואס נישט. אין די קומענדיגע וואכן וועלן זיך זאכן אויסקלארן.

נשלח: מאנטאג מאי 03, 2021 12:01 am
דורך מפיל קינד
אבשלום בן מעכה האט געשריבן:דער זוועהילער רבי האט אויפגענומען דעם רבי'ן שליט"א ביותרת הכבוד, פיל מער פון וואס מען האט לכתחילה געקלערט.

געב אלעס ארויס, וואס האט מען געקלערט...?

נשלח: מאנטאג מאי 03, 2021 12:16 am
דורך אבשלום בן מעכה
פארגעסן צו זאגן:

שבת בייטאג ביי קידוש, האט דער רבי גערעדט פון ר' מענדעלע רימנובער. האט ער געזאגט אז דער רבי ר' מענדעלע האט משפיע געווען פרנסה פאר אידישע קינדער. ער האט דאס פארגליכן צו די קוגל וואס מען עסט שבת בייטאג, אז דאס איז אויך משפיע פרנסה. און האט צוגעענדיגט מיט א הבטחה, אז אלע אידן וואס קומען דא דאווענען, וועלן זוכה זיין צו פרנסה בהרחבה.

נשלח: מאנטאג מאי 03, 2021 10:11 am
דורך אישתישבי
אבשלום בן מעכה האט געשריבן:מ'האלט שוין נאכן צווייטן שבת. דעם ערשטן שבת איז געווען א טראסק לאור המצב. אצינד קען מען זען דעם ריכטיגן בילד, וואו דער רבי האלט.

עס איז געווען די וואך א הערליכע עולם, ביים די תפילות און די טישן. פרייטאג צו נאכטס זענען געווען צענדליגע אידן. אפציעל האט מען מפרסם געווען אז דער רבי וועט פירן טיש בלויז שבת מברכים, אבער ביינאכט זענען אנגעקומען עטליכע בחורים און יונגעלייט, האט זיך דער רבי אוועקגעזעצט און געפירט מיט זיי א שטיקל באטע. שפעטער איז דער רבי שליט"א אריבערגעגאנגען קיין זוועהיל, צום טיש, וואו דער זוועהילער רבי האט אויפגענומען דעם רבי'ן שליט"א ביותרת הכבוד, פיל מער פון וואס מען האט לכתחילה געקלערט.

אצינד איז דא א רעדע אז מען וועט אפשר מחדש זיין אז ס'זאל זיין א טיש יעדע וואך. בכל אופן, דעם קומענדיגען שבת וועט זיכער זיין א טיש אלס שבת מברכין.

בייטאג האט מען זיך געשטעלט דאווענען אין צייט, עס איז געווען א שיינע ציבור מתפללים, מער פון געווענליך. נאכן דאווענען איז געווען א קידוש און דער רבי האט פארפירט א שיינע שמועס בענין ר"ר מענדעלע רימנובער, וואס די יארצייט געפאלט די וואך, און אויך אנדערע ענינים.

אויף שלש-סעודות האט זיך פארזאמלט א גרעסערן ציבור אידן, מער פון וואס מען האט ערווארטעט. דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש, ווי אויך דברי התעוררות אויף די טראגעדיע אין מירון.

פאריגע וואך האט דער רבי באזוכט ביי כ"ק מרן האדמו"ר מסקווירא שליט"א, וואו דער רבי איז געזעצן א לענגערע צייט ביחידות. דאן האט האדמו"ר מסקווירא אים ארויסבאגלייט ביזן גאס. דעם קומענדיגן וואך איז געפלאנט באזוכן ביי גדולי הרבנים והאדמורי"ם שליט"א. אויך זענען געווען פארשידענע ישיבות און אראגאניזאציעס וואס האבן איינגעלאדנט דעם רבי'ן שליט"א צו מאורעות, ל"ג בעומר מסיבות און פייערונגען, פסח שני מסיבות. דער רבי שליט"א איז נאכנישט זיכער וואס אנצונעמען און וואס נישט. אין די קומענדיגע וואכן וועלן זיך זאכן אויסקלארן.


ווי עס זעהט אויס דארף דער רבי דרינגענד א גוטע גבאי.

ווער עס האט א גוטע עצה פין א גוטע גבאי לרומם ולפאר בית באניע זאל איבערגעבן. עס איז א סגולה פאר פרנסה.

נשלח: דינסטאג מאי 04, 2021 4:57 pm
דורך גיב א שמייכעל
אבשלום בן מעכה האט געשריבן:מ'האלט שוין נאכן צווייטן שבת. דעם ערשטן שבת איז געווען א טראסק לאור המצב. אצינד קען מען זען דעם ריכטיגן בילד, וואו דער רבי האלט.

עס איז געווען די וואך א הערליכע עולם, ביים די תפילות און די טישן. פרייטאג צו נאכטס זענען געווען צענדליגע אידן. אפציעל האט מען מפרסם געווען אז דער רבי וועט פירן טיש בלויז שבת מברכים, אבער ביינאכט זענען אנגעקומען עטליכע בחורים און יונגעלייט, האט זיך דער רבי אוועקגעזעצט און געפירט מיט זיי א שטיקל באטע. שפעטער איז דער רבי שליט"א אריבערגעגאנגען קיין זוועהיל, צום טיש, וואו דער זוועהילער רבי האט אויפגענומען דעם רבי'ן שליט"א ביותרת הכבוד, פיל מער פון וואס מען האט לכתחילה געקלערט.

אצינד איז דא א רעדע אז מען וועט אפשר מחדש זיין אז ס'זאל זיין א טיש יעדע וואך. בכל אופן, דעם קומענדיגען שבת וועט זיכער זיין א טיש אלס שבת מברכין.

בייטאג האט מען זיך געשטעלט דאווענען אין צייט, עס איז געווען א שיינע ציבור מתפללים, מער פון געווענליך. נאכן דאווענען איז געווען א קידוש און דער רבי האט פארפירט א שיינע שמועס בענין ר"ר מענדעלע רימנובער, וואס די יארצייט געפאלט די וואך, און אויך אנדערע ענינים.

אויף שלש-סעודות האט זיך פארזאמלט א גרעסערן ציבור אידן, מער פון וואס מען האט ערווארטעט. דער רבי האט משמיע געווען דברות קודש, ווי אויך דברי התעוררות אויף די טראגעדיע אין מירון.

פאריגע וואך האט דער רבי באזוכט ביי כ"ק מרן האדמו"ר מסקווירא שליט"א, וואו דער רבי איז געזעצן א לענגערע צייט ביחידות. דאן האט האדמו"ר מסקווירא אים ארויסבאגלייט ביזן גאס. דעם קומענדיגן וואך איז געפלאנט באזוכן ביי גדולי הרבנים והאדמורי"ם שליט"א. אויך זענען געווען פארשידענע ישיבות און אראגאניזאציעס וואס האבן איינגעלאדנט דעם רבי'ן שליט"א צו מאורעות, ל"ג בעומר מסיבות און פייערונגען, פסח שני מסיבות. דער רבי שליט"א איז נאכנישט זיכער וואס אנצונעמען און וואס נישט. אין די קומענדיגע וואכן וועלן זיך זאכן אויסקלארן.



אלעס איז געווען מער ווי ערווארטעט/געקלערט/געראכטן...?!?!
סארא סוקסעס איז דאס!! :lol: :lol:

נשלח: דינסטאג מאי 04, 2021 6:38 pm
דורך מפיל קינד
קוקט מיר אויס אז געווענליך אין באניע מיינט דער רבי מיטן גבאי. יעדע עקסטערע מענטש איז א באנוס...

נשלח: פרייטאג מאי 07, 2021 3:45 pm
דורך אבשלום בן מעכה
די וואך קומט א טיש אין באניע... דער עולם ווערט מכובד צו קומען, ס'גייט זיך גיסן דארט קוגל... אויפן קרעטשניפער נאדבורנער נוסח... מ'קען פועל'ן ישועות. טיש איז 11:30 פונקטליך.

נשלח: פרייטאג מאי 07, 2021 6:54 pm
דורך סעגאל
אבשלם אז די ביסט אזא גרויסער חסיד פינעם נייעםרבין. פארוואס זעט מען נישט צי שאפען א נארמאלע הויז אין מאנסי.ער זאל נישט דארפען אריינפארען יעדע וואך?

נשלח: מוצ"ש מאי 08, 2021 9:56 pm
דורך אבשלום בן מעכה
ער וויל נאכנישט דערווייל.

דער רבי פארמאגט קינדער מיט גרויסע נשמות, וואס די געווענליכע מוסדות קענען נישט נאכקומען די פארלאנגען, וואס עס פאדערט פאר זיי (מ'פלעגט אזוי זאגן אויף אסאך גדולי ישראל בצעירותם), און ער דינגט פאר זיי ספעציעלע מוסדות און סערוויס, געבויעט לויט זייער גרויסע נשמה. ס'איז שווער צו טוישן, און בכלל איז א ספק אויב אין מאנסי קען ער דאס האבן. קומט דער רבי דערפאר יעדע שבת קיין מאנסי. חסידים ומעריצים ווארטן און קוקן אויס מיט שפאנונג, צו מסדר זיין דעם ענין, און אז דער רבי זאל קענען זיך עווענטואל אריבערציען קיין מאנסי.

די וואך שבת בין איך צופעליג געווען אין מאנסי, בין איך אריינגעפאלן צום טיש. עס איז געווען א שיינע עולם, בערך א פופציג אידן, ס'רוב פון זיי בחורים, דער רבי האט געטיילט קוגל מיט געשמאק, און געשמועסט מיטן עולם, ווי אויך געזינגען שירי קודש, אויסלערנענדיג ניגונים פונעם זיידן ר' מרדכי'לע זי"ע. די אנדערע תפילות מיט טישן בין איך נישט געווען.

נשלח: זונטאג מאי 09, 2021 12:15 am
דורך אישתישבי
ווי וואוינט דער רבי דערווייל?

נשלח: זונטאג מאי 09, 2021 1:03 am
דורך אלע צוזאמען
ווילאמסבורג

נשלח: זונטאג מאי 09, 2021 1:19 am
דורך דער גאלדענער אדלער
אבשלום בן מעכה האט געשריבן:די וואך שבת בין איך צופעליג געווען אין מאנסי, בין איך אריינגעפאלן צום טיש

אזא חסיד ווי דו פאלט צופעליג אריין?!?!

נשלח: זונטאג מאי 09, 2021 1:31 pm
דורך אבשלום בן מעכה
איך בין נישט קיין חסיד. איך האלט פשוט מיט פון ערשטע מקורות, מער ווי אנדערע מענטשן פון גאס.

נשלח: פרייטאג יוני 04, 2021 1:31 am
דורך אבשלום בן מעכה
די וואך קומט פאר א טיש ביים ינוקא מבאניע שליט"א.

דער עולם זאל קומען אין די מאסן, ס'וועט זיין קרעטשניפער קוגל, אזוי ווי ס'פאסט, לכבוד שבת קודש...

נשלח: פרייטאג יוני 04, 2021 8:34 am
דורך קאך_לעפל
אבשלום בן מעכה האט געשריבן:פארגעסן צו זאגן:

שבת בייטאג ביי קידוש, האט דער רבי גערעדט פון ר' מענדעלע רימנובער. האט ער געזאגט אז דער רבי ר' מענדעלע האט משפיע געווען פרנסה פאר אידישע קינדער. ער האט דאס פארגליכן צו די קוגל וואס מען עסט שבת בייטאג, אז דאס איז אויך משפיע פרנסה. און האט צוגעענדיגט מיט א הבטחה, אז אלע אידן וואס קומען דא דאווענען, וועלן זוכה זיין צו פרנסה בהרחבה.


גוטע נייעס... מ'קען שוין ענדליך אוועק ווארפן דאס פוד סטעמפס קארטל...

נשלח: פרייטאג יוני 04, 2021 8:34 am
דורך קאך_לעפל
אבשלום בן מעכה האט געשריבן:די וואך קומט פאר א טיש ביים ינוקא מבאניע שליט"א.

דער עולם זאל קומען אין די מאסן, ס'וועט זיין קרעטשניפער קוגל, אזוי ווי ס'פאסט, לכבוד שבת קודש...


מה זה קרעשניפער קוגל?

נשלח: פרייטאג יוני 04, 2021 8:43 am
דורך קאך_לעפל
אין רזא דשבתא זמירות ווערט געברענגט, אז דער לעגענדארער רבי לייזער וואלף פון קרעשניף זי''ע,האט זיך געפירט צו עסן פרייטאג צו נאכטס ווארימע בונדלעך... און ער האט זיך דערביי אונטערגעמורמעלט "בנים אתם לשם אליכם... נאכן עסט די בונדלעך האט ער געמאכט א גנוחה גדולה (פארט''ץ בלע''ז)... אלזא דער ינוקא קדישא האלט זיך אויך צו צו דעם דאזיגער הייליגער מנהג... מ'מוז דאס נייטיג וויסן, צו קענען לויפן צייטליך פאר שוץ...