בלאט 3 פון 8

נשלח: פרייטאג אפריל 30, 2021 2:27 am
דורך איזה נשמה
moments before, you can see what's about to happen.

Re: שוד ושבר שרעקליכע טראגעדיע אין מירון

נשלח: פרייטאג אפריל 30, 2021 2:52 am
דורך או אינו
דער גאלדענער אדלער האט געשריבן:
קאצקע ציקער האט געשריבן:וואס האלט דער עולם מאכט סענס צו מאכן פייערס יעצט אין אמעריקא?
ס'מאכט קיינמאל נישט קיין סענס, די גאנצע הדלקה האט קײן מקור נישט, און ס'ליידער נישט די ערשטע פאטאליטעיט וואס ס'האט פאסירט לכבוד די ל"ג בעומר פייערן! אבער דער פראבלעם אין מירון איז נישט געווען די פייער, ווייל אפילו ס'וואלט נישט געווען קיין פייער נאר אזויפיל מענטשן וואלטן זיך צוזאמען געקומען צו פייערן דעם חגיגת ל"ג בעומר דארט אין מירון צו סיי וואו, און צום ביישפיל אין מירון וואו יעדער רבי און רביסטעווע זוכט צו זיין ווי נענטער און אינטער די שאטן פון רבי שמעון, וואלט געקענט געשען די זעלבע, השם ירחם!

כ'מיין דיין קשיא ברויך ענדערש זיין צו מ'ברויך זיך אזוי שטופן לכבוד די רביס??
ענדגילטיג איז די איזרעלי גאווערמענט פאראנפארטליך. מענטשן וועלן זיך זאמלען צי יעדען אייטלעט אין צענזאציע. די פאליס ברויך מאכן זיכער אז עס איז דא סדר. כבר היה סטעמפידן אין מירון אין האבן זיך נישט געטארט לאזן פין די פרומע.

נשלח: פרייטאג אפריל 30, 2021 3:45 am
דורך טאמבל סאס
כלבאשבוע האט געשריבן:
קאצקע ציקער האט געשריבן:
קנדה האט געשריבן:זענען די משטרה שולדיג?

הונדערט פראצענט די משטרה זענען שולדיג!


די משטרה ווארפט שוין אפ די טענה אז סאיז זייער שולד, שטייטציך

https://www.haaretz.co.il/news/law/1.9760881

די ארטיקל דערמאנט צום סוף אז פאליס טשיף שמעון לביא וואס איז געווען ריספאנסיביל היינט אין מירון איז דער זעלבער וואס אונטער זיין אחריות איז געווען רב וואזנערס לוי׳

אה יא, ווייל ביי יעדע חרדישע צוזאמקום שטעלט מען דוקא דער פאליציי טשיף כדי ער זאל ארעינדזשען די מצבים פאר א סטעמפיד. דער געלעגנהייט פון רב וואזנער'ס לויה ביז יעצט איז נאכנישט אונטערגעקומען. ביי די אלע חרדישע צוזאמקומען צווישן וואזנער'ס לויה האבן די מצבים וואס ער האט אויסגעשטעלט יעדע מאל נאך זיך נישט איינגעגעבן..

וואספארא נארישקייטן צו רעדן. וואס קען די פאליציי טוהן אויב מענטשן פאלגן נישט אדער אויב די ארגאניזירער קאפערירן נישט פולערהייט? שיסן אפאר מענטשן?

Re: שוד ושבר שרעקליכע טראגעדיע אין מירון

נשלח: פרייטאג אפריל 30, 2021 7:21 am
דורך פאליטיקאנט
שוין 7 פארטאגס און כ'קען פשוט נישט איינשלאפן, שוין מערערע מאל מיטגעהאלטן טראגעדיעס פון דערנאנט, און ווען איך הער פון א טראגעדיע פון סיי וועלכע סארט, טוט מיר עס באנג, אבער יעצט קען איך זיך נישט בארואיגן.
45 טויטע און נאך צענדליגע קריטיש פארוואונדעטע אן קיין שום בייזוויליגע אקט, ניטאמאל קיין נאטירליכע געשעעניש, בלויז התרשלות! ברודער האבן זיך פשוט צוטרויטן נישט ווילנדיג.
דאס אלעס האט מען געקענט פארמיידן מיטן פשוט צו בויען נאך אן ארויסגאנג? ריבונו דעלמא, ווי איז ר' שמעון? איז עס נישט גענוג שעת ה'דחק'?


כ'געדענק נישט כ'זאל האבן אמאל געוויינט מיט פיזישע טרערן אויף א טראגעדיע. כ'קען נישט עסן. איך בין אויסגעטריקנט אבער כ'עקל מיך פון טרינקן.


א בחור קומט צו א"י צום ערשטן מאל פראווען א זמן, און א וואך אריין איז ער וואס? צוקוועטש?!!?!?. וואס איז די פלאן? יעצט דארף איך ווײטער טונקן חלה היינט נאכט?
איך דארף הילף! כ'האלט עס נישט אויס!

נשלח: פרייטאג אפריל 30, 2021 7:36 am
דורך פאליטיקאנט
ניטאמאל קיין לויה גייען די משפחות האבן!
איייייייייייי

נשלח: פרייטאג אפריל 30, 2021 7:52 am
דורך אישתישבי
קאצקע ציקער האט געשריבן:
קנדה האט געשריבן:זענען די משטרה שולדיג?

הונדערט פראצענט די משטרה זענען שולדיג!



מער שולדיג ווי דער גערער טאטע?

Re: שוד ושבר שרעקליכע טראגעדיע אין מירון

נשלח: פרייטאג אפריל 30, 2021 8:24 am
דורך או אינו
פאליטיקאנט האט געשריבן:שוין 7 פארטאגס און כ'קען פשוט נישט איינשלאפן, שוין מערערע מאל מיטגעהאלטן טראגעדיעס פון דערנאנט, און ווען איך הער פון א טראגעדיע פון סיי וועלכע סארט, טוט מיר עס באנג, אבער יעצט קען איך זיך נישט בארואיגן.
45 טויטע און נאך צענדליגע קריטיש פארוואונדעטע אן קיין שום בייזוויליגע אקט, ניטאמאל קיין נאטירליכע געשעעניש, בלויז התרשלות! ברודער האבן זיך פשוט צוטרויטן נישט ווילנדיג.
דאס אלעס האט מען געקענט פארמיידן מיטן פשוט צו בויען נאך אן ארויסגאנג? ריבונו דעלמא, ווי איז ר' שמעון? איז עס נישט גענוג שעת ה'דחק'?


כ'געדענק נישט כ'זאל האבן אמאל געוויינט מיט פיזישע טרערן אויף א טראגעדיע. כ'קען נישט עסן. איך בין אויסגעטריקנט אבער כ'עקל מיך פון טרינקן.


א בחור קומט צו א"י צום ערשטן מאל פראווען א זמן, און א וואך אריין איז ער וואס? צוקוועטש?!!?!?. וואס איז די פלאן? יעצט דארף איך ווײטער טונקן חלה היינט נאכט?
איך דארף הילף! כ'האלט עס נישט אויס!
פלגי מים ירדו עינינו, אוי דוה ליבנו.
דיין אלע קשיות איז סעיפים אין די גרויסע קשיא מה תכליתו בבראשית ברא?
וידום אהרן איז א תירץ, נישט ווי מלערנט פשוט אהרן האט באגראבען די געפילען פין א טאטע, וואס פארלירט זיין בכור אין זיין ברידער באמצעות פין טון אן עבודה וואס זאל מעלה זיין די בריאה, אין איר באלאנסירן פאר זייערע ברידער אין אומות העולם. נאר ער האט מיט די צער דערגרייכט א טיפערע הכרה א שטערקער קשר מיטן מי שאמר והיה עולם וואס קען מיט ווערטער נישט ארויסגעברעגט ווערן.

נשלח: פרייטאג אפריל 30, 2021 8:43 am
דורך שמעקעדיג
אישתישבי האט געשריבן:
קאצקע ציקער האט געשריבן:
קנדה האט געשריבן:זענען די משטרה שולדיג?

הונדערט פראצענט די משטרה זענען שולדיג!



מער שולדיג ווי דער גערער טאטע?

אביסל מער שולדיג ווי דער טאטע, אביסל ווייניגער פון ספייקי....
וואט די העק?
פוי!

Re: שוד ושבר שרעקליכע טראגעדיע אין מירון

נשלח: פרייטאג אפריל 30, 2021 9:19 am
דורך החוקר
פאליטיקאנט האט געשריבן:ניטאמאל קיין לויה גייען די משפחות האבן!
איייייייייייי

נעבעך.

די משפחה ווייסט נעבעך נישט, אבער דאס קען זיי שפעטער זייער ציפן און באנג טון אז זיי האבן אים נישט געקענט באגלייטן. זאל דער אייבירשטער זיי געבן די כוחות עס איבערצוטראגן.

ולא ישמע עוד שוד ושבר בגבלינו.

Re: שוד ושבר שרעקליכע טראגעדיע אין מירון

נשלח: פרייטאג אפריל 30, 2021 9:24 am
דורך החוקר
או אינו האט געשריבן:די פאליס ברויך מאכן זיכער אז עס איז דא סדר. כבר היה סטעמפידן אין מירון אין האבן זיך נישט געטארט לאזן פין די פרומע.

אפשר ביסטו בעסער מסביר וואס פונקטליך מען האט זיך נישט געטארט לאזן פון די פרומע?

Re: שוד ושבר שרעקליכע טראגעדיע אין מירון

נשלח: פרייטאג אפריל 30, 2021 9:26 am
דורך טמיר
פון א קאמענט אויף אידישער ווינקל. לויט דעם הייסט עס ליטערלי א מאסן שחיטה דורך די פאליציי.

In an interview with someone who saw the whole thing start, he says that their was a constant stream of people going through when suddenly everything stopped. Their was nowhere to go. People were piling up one onto the other. He picked up his head and saw a group of police officers blocking the way, not letting anyone pass. They screamed at the police to let them pass, people are dying here.

Sent from my SM-G960U1 using Tapatalk

נשלח: פרייטאג אפריל 30, 2021 10:10 am
דורך סמבטיון
דער איש תישבי איז עפעס א געמיש פון די ערגסטע סארט וואס איך האב נאר אמאל בייגעוואוינט אין מיין לעבן. קענסט זיך נישט איינהאלטן? די נפטרים זענען נאך ווארעם. ווי פראדאצירט מען אזא שטייןהארץ????????????????????????????????

נשלח: פרייטאג אפריל 30, 2021 10:34 am
דורך [NAMELESS]
כצאן לטבח.

שוין יארן וואס די עקספערטן ווארענען אז דער מצב ל״ג בעומר אין מירון איז א סכנה ממשית. אלע האבן געזען דעם דו״ח, דעם רעפארט, פונם מבקר המדינה, דער קאמפטראלער, פון 2008, וועגן דער רעאלער סכנת נפשות, דעם טוויט פון אריה עהרליך פון דריי יאר צוריק, און נאך.

האט איר געזען כאטש איין רב אויפן גאנצן כדור הארץ וואס זאל זיך אויפשטעלן און זאגן: רבותי ס׳איז א חשש פון שפיכת דמים, פון סכנת נפשות?

ניין.

צו דער זעלבער צייט קומען פאר אסיפת פון רבנים, פלאקאטן און איסורים אויף שייטלעך פון אינדיע, ווייל זיי זענען א חשש עבודה זרה. (הגם דער חיד״א ווייס, סאטמאר דיין פון אנטווערפן, וועלכער האט דאס גרונטליך געפארשט און שטודירט, און אנדערע דיינים און עקספערטן, זאגן אז ס׳איז נישט קיין שום חשש).


איז נישט שפיכת דמים פונקט אזוי הארב ווי עבודה זרה?!

כצאן לטבח יובל. בגשמיות וברוחניות.

Cp

נשלח: פרייטאג אפריל 30, 2021 10:43 am
דורך שמעקעדיג
ווייטער די רבנים....

איך בין זיכער אז באיאנער רבי און תולדות אהרן רבי האבן נישט געזען דעם טוויט פון עהרליך און דעם דו"ח פון דעם מבקר המדינה.

לאזט שוין די רבנים לעבן.

Re: שוד ושבר שרעקליכע טראגעדיע אין מירון

נשלח: פרייטאג אפריל 30, 2021 11:03 am
דורך החוקר
אוי @שמעקעדיג ממש די נקודה האב איך געטראכט צו ענטפערן, מיט נאך א שמיץ אריבער. ברוך שכוונתי.

נשלח: פרייטאג אפריל 30, 2021 11:16 am
דורך מילך טראק
חתם סופר האט געשריבן:כצאן לטבח.

שוין יארן וואס די עקספערטן ווארענען אז דער מצב ל״ג בעומר אין מירון איז א סכנה ממשית. אלע האבן געזען דעם דו״ח, דעם רעפארט, פונם מבקר המדינה, דער קאמפטראלער, פון 2008, וועגן דער רעאלער סכנת נפשות, דעם טוויט פון אריה עהרליך פון דריי יאר צוריק, און נאך.

האט איר געזען כאטש איין רב אויפן גאנצן כדור הארץ וואס זאל זיך אויפשטעלן און זאגן: רבותי ס׳איז א חשש פון שפיכת דמים, פון סכנת נפשות?

ניין.

צו דער זעלבער צייט קומען פאר אסיפת פון רבנים, פלאקאטן און איסורים אויף שייטלעך פון אינדיע, ווייל זיי זענען א חשש עבודה זרה. (הגם דער חיד״א ווייס, סאטמאר דיין פון אנטווערפן, וועלכער האט דאס גרונטליך געפארשט און שטודירט, און אנדערע דיינים און עקספערטן, זאגן אז ס׳איז נישט קיין שום חשש).


איז נישט שפיכת דמים פונקט אזוי הארב ווי עבודה זרה?!

כצאן לטבח יובל. בגשמיות וברוחניות.

Cp

פארט ארום א קליפ פון הרב אמנון יצחק אז מען זאל נישט פארן לג בעומר צוליב די געדרענג נאר מען זאל לערנען א שטיקל זוהר אדער פארן א פאר טעג פריער

Re: שוד ושבר שרעקליכע טראגעדיע אין מירון

נשלח: פרייטאג אפריל 30, 2021 11:23 am
דורך נעגעל וואסער
שמעקעדיג האט געשריבן:ווייטער די רבנים....

איך בין זיכער אז באיאנער רבי און תולדות אהרן רבי האבן נישט געזען דעם טוויט פון עהרליך און דעם דו"ח פון דעם מבקר המדינה.

לאזט שוין די רבנים לעבן.

עס איז טאקע נישט די "שולד" פון די רבנים, ווייל זיי האבן נישט קיין טוויטער וכו'. נאר די אלע וואס ברענגן די אנדערע נייעס פאר די רבנים, די אלע פרישע פירצות, קענען אויך אפירברענגן די וויכטיגע און ברענעדיגע אפדעיטס.

ווער זענען די נייעס ברענגער? איך און דו. ווען עס באדערט אונז באמת הצלת נפשות, און מען שמעקט סכנות פאראויס דארפן אונז אלע זיך לאזן הערן. ועל הכלל כולו יצא.

נשלח: פרייטאג אפריל 30, 2021 11:27 am
דורך א חסיד פון ווילנא
חתם סופר האט געשריבן:כצאן לטבח.

שוין יארן וואס די עקספערטן ווארענען אז דער מצב ל"ג בעומר אין מירון איז א סכנה ממשית. אלע האבן געזען דעם דו"ח, דעם רעפארט, פונם מבקר המדינה, דער קאמפטראלער, פון 2008, וועגן דער רעאלער סכנת נפשות, דעם טוויט פון אריה עהרליך פון דריי יאר צוריק, און נאך.

האט איר געזען כאטש איין רב אויפן גאנצן כדור הארץ וואס זאל זיך אויפשטעלן און זאגן: רבותי ס'איז א חשש פון שפיכת דמים, פון סכנת נפשות?

ניין.

צו דער זעלבער צייט קומען פאר אסיפת פון רבנים, פלאקאטן און איסורים אויף שייטלעך פון אינדיע, ווייל זיי זענען א חשש עבודה זרה. (הגם דער חיד״א ווייס, סאטמאר דיין פון אנטווערפן, וועלכער האט דאס גרונטליך געפארשט און שטודירט, און אנדערע דיינים און עקספערטן, זאגן אז ס׳איז נישט קיין שום חשש).


איז נישט שפיכת דמים פונקט אזוי הארב ווי עבודה זרה?!

כצאן לטבח יובל.
בגשמיות וברוחניות.
Cp

וואס האבן די רבנים געזאלט טון, נישט לאזן פארן ל"ג בעומר? ווער וואלט זיי געפאלגט?
איך מיין אז דאס באלאנגט פאר עסקנים ווי די חברי הכנסת וכדומה,
אויף זיי דארף מען טייטלען מיט די פינגער!

נשלח: פרייטאג אפריל 30, 2021 11:32 am
דורך מילך טראק
חתם סופר האט געשריבן:אינטערוויו 9 יאהר צוריק מיט ר' שרגי
https://www.youtube.com/watch?v=e-Lb0zGqbZw

Wow
קוקט אויס זייער א איידעלע מענטש געווען

ווי אלט איז ער געווען ?

Re: שוד ושבר שרעקליכע טראגעדיע אין מירון

נשלח: פרייטאג אפריל 30, 2021 12:14 pm
דורך נעגעל וואסער
מילך טראק האט געשריבן:
חתם סופר האט געשריבן:אינטערוויו 9 יאהר צוריק מיט ר' שרגי
https://www.youtube.com/watch?v=e-Lb0zGqbZw

Wow
קוקט אויס זייער א איידעלע מענטש געווען

ווי אלט איז ער געווען ?

זיי זאגן 33.
פון לעצטיגע בילדער זעט אויס אביסל אנדערש, און ארויסגעלאזטע בארד וכו'. אנדערע זאגן אז ער האט אפגעלאזט דאס זינגעריי צוליב די חינוך פון זיינע קינדער.

תנצב"ה.

נשלח: פרייטאג אפריל 30, 2021 1:01 pm
דורך חמלה גדולה
did someone chap that the name of the police chief is שמעון לביא? spooky

נשלח: פרייטאג אפריל 30, 2021 2:04 pm
דורך [NAMELESS]
.

נשלח: פרייטאג אפריל 30, 2021 2:32 pm
דורך אישתישבי
טמיר האט געשריבן:פון א קאמענט אויף אידישער ווינקל. לויט דעם הייסט עס ליטערלי א מאסן שחיטה דורך די פאליציי.

In an interview with someone who saw the whole thing start, he says that their was a constant stream of people going through when suddenly everything stopped. Their was nowhere to go. People were piling up one onto the other. He picked up his head and saw a group of police officers blocking the way, not letting anyone pass. They screamed at the police to let them pass, people are dying here.

Sent from my SM-G960U1 using Tapatalk


עפעס איז נישט מסודר מיט דעם, ווען עס קומט גענוג א גרויסע עולם קען אפאר פאליס נישט צוריק האלטען.
עס איז יתכן זיי האבן פארמאכט א טיר און פארשלאסן, אבער דאס איז נישט וואס דער מענטש זעהט. לכאורה זעהט ער אין דמיון.

ווי אויך שטימט עס נישט מיט וואס ערליך האט געזעהן צוויי יאר צוריק.

אלא מאי, פשט איז, אז דער דורכגאנג ווערט שמעלער ביים סוף, בין וועג ארויס, און עס מאכט א שטיפעניש פריער, עס איז פשוט נישט גוט געמאכט.

אדער פשוט ווייל די סטעפס. נעמען לענגער אראפ צו גיין, און ממילא האלט עס צוריק מענטשן פין גיין שנעל,

אדער ווייל די סטעפס זענען געוועהן גליטשיג און עס האט געמאכט איינער זאל זיך אויסגליטשען, און נאך איינער, ביז עס איז שוין געוועהן א הןיפען מענטשען ל"ע, דורך דעם וואס זיי זענען געשטיפט געווארען פין אינטען.

וואס איך פארשטיי נישט, די וואוסנאט פין דער הצלה זאגט ער, אז ער איז געוועהן אין דער מתחם פין תולדות, און ער איז אנגענומען צו דער הויפען מענטשען, וויאזוי איז ער אנגעקומען אהין דורך דער גאנצע עולם? אפשר האט ער עפעס א הונטערוועג?