בלאט 3 פון 6
נשלח: פרייטאג אקטאבער 22, 2021 7:48 am
דורך קהל'ס נער
טאהש'ער אייניקעל האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:טאהש'ער אייניקעל האט געשריבן:האלוי קול באישה !!!
האלאו: זיי נישט קיין פרומער,יא. אויב דו ביסט נאך אזוי קינדיש אז ס'שטערט דיך ווען א אידישע באבע זינגט עפעס אויף אידיש, דאמאלס ביטע גיי קיין איי-וועלט. דארט איז די ריכטיגע פלאטץ פאר דיר...לאל
קהל'ס נער האט געשריבן:נאכן אויסהערן די קול באשה (ע"י אמירה לעכו"ם), ווייס איך נאך אלץ נישט וואס דאס מיינט.
איז עס א גמטריה?
טעם הכמוס?
ע"פ זוהר?
ס'איז ע"פ פשט א פרוי אין ס'שטערט מיר ווייל אין א פרימע פלאטץ טאר נ ישט זיין זאכן וואס מ'טאר נישט ע"פ הלכה
פארוואס איז ביי דיר אזוי פשוט אז עס איז אסור להלכה?
נשלח: פרייטאג אקטאבער 22, 2021 8:08 am
דורך berlbalaguleh
קהל'ס נער: זיכער. ס'איז נישט אזוי פשוט. ס'דא א יש אומרים אז דער איסור גייט נאר ארויף אויף א פרוי וואס מ'קען. אויך. איך בין זיכער אז די באבע (וועלכע זינגט/גרילצט אויף דעם פאוסטער) איז שוין לאנג געשטארבן...!
איך בין זיכער אז די (חסיד'ישע ) יונגעלייט וועלכע זענען געזיצן איין מוצאי שבת ביים זינגער'ס קאנטעסט, ווען זיי הערן די באבע זינגען וואלטן זיי איהר גראד אהיימגעשיקט...!
נשלח: פרייטאג אקטאבער 22, 2021 8:36 am
דורך טאהש'ער אייניקעל
berlbalaguleh האט געשריבן:קהל'ס נער: זיכער. ס'איז נישט אזוי פשוט. ס'דא א יש אומרים אז דער איסור גייט נאר ארויף א פרוי וואס מ'קען. אויך. איך בין זיכער אז די באבע (וועלכע זינגט/גרילצט אויף דעם פאוסטער) איז שוין לאנג געשטארבן...!
איך בין זיכער אז די (חסיד'ישע ) יונגעלייט וועלכע זענען געזיצן איין מוצאי שבת ביים זינגער'ס קאנטעסט, ווען זיי הערן די באבע זינגען וואלטן זיי איהר גראד אהיימגעשיקט...!
ערשטנ'ס לויט ווי איך ווייס דעי דיעה וואס מ'טאר נישט נאר ווען מ'קען די פרוי איז נאר פאר ספרדים
צוויטנ'ס אויך אויב להלכה ס'נישט אסור נאך אלטס ס'פאסט נישט צי לייגען אזא זאך אין א פרימע פלאטץ
נשלח: פרייטאג אקטאבער 22, 2021 9:07 am
דורך berlbalaguleh
נו, איך בין דאך א ספרדי. איך דאוון נוסח ספרד. און איך גיי א גארטל. חוץ מזה. די ספרדים און אשכנזים האבן באקומען איין און די זעלבע תורה ביים בארג סיני.
ועוד. כמו שאמרתי. אויב דו ביסט סענסיטיוו צו אט די זאכן איז נישט דא דיין פלאטץ. ווייל דא וועסטו באגעגענען א סאך פון די זאכן. אויך ציונות לרחצה. למשל איך בין א שטארקער ציוני (אויך אן ארוני. און א טאהשער חסיד...) ווען איך צוהיץ מיך אקעגן די אזוי גערופענע קנאקאים ווי הרב ישראל מ. סופר און הרב ש.ב. מרגליות דאמאלס וועסטו נישט קענען אויסהאלטן. איך ווילל נישט גורם זיין קיין צער פאר קיין שום איד...!
נשלח: פרייטאג אקטאבער 22, 2021 9:57 am
דורך קהל'ס נער
טאהש'ער אייניקעל האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:קהל'ס נער: זיכער. ס'איז נישט אזוי פשוט. ס'דא א יש אומרים אז דער איסור גייט נאר ארויף א פרוי וואס מ'קען. אויך. איך בין זיכער אז די באבע (וועלכע זינגט/גרילצט אויף דעם פאוסטער) איז שוין לאנג געשטארבן...!
איך בין זיכער אז די (חסיד'ישע ) יונגעלייט וועלכע זענען געזיצן איין מוצאי שבת ביים זינגער'ס קאנטעסט, ווען זיי הערן די באבע זינגען וואלטן זיי איהר גראד אהיימגעשיקט...!
ערשטנ'ס לויט ווי איך ווייס דעי דיעה וואס מ'טאר נישט נאר ווען מ'קען די פרוי איז נאר פאר ספרדים
צוויטנ'ס אויך אויב להלכה ס'נישט אסור נאך אלטס ס'פאסט נישט צי לייגען אזא זאך אין א פרימע פלאטץ
בערל האסט מיך ארויס געכאפט די ווערטער.
טאשער אייניקל: ולא תהא תורה אחרת, גלייבסט אין דעים?
אויב נישט, דערמאן מיך באלד ווען איך גיי אין מקוה זיך צי טויפן צי א ספרדי.
ווידער מיטן פאסטיך: ס'פאסט נישט פאר א טאשער אייניקל זיך צי דרייען אין קאווע שטיבל, ס'דא ציונות, כפירה למחצה, און (צניעות'דיגע) בילדער פון פרויען.
נשלח: פרייטאג אקטאבער 22, 2021 10:00 am
דורך רביה''ק זי''ע
קול באשה איז נאר אסור ווען מ׳ליינט קריאת שמע (אדער אנדערע דברים שבקדושה) כמבואר בשולחן ערוך (און דער רמ״א קריגט נישט), ובני ישראל יוצאים ביד רמ״א.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 25, 2021 1:03 pm
דורך טאהש'ער אייניקעל
איך וועל ענטפערען אויף די הלכה'דיגע ענינים וואס איך האב געשליבען לויט די ספרדים מיינט לויט די ספרד'ישע פוסקים וואס די אשכנז'ישע פוסקים זענען חולק אויף דעם אין ניין ביסט נישט קיין ספרדי וויל טיסט נישט אסאך זאכן וואס ספרדים טיען (ספרים גייען נישט קיין גארטל)
אין איך וועל זיך פרייען צי וויסן וואס איז דיין מקור אז מ'טאר נישט נאר בשעת ק"ש וכו'
Re: אין אידישלאנד: וויאזוי זאגט מען...?!
נשלח: מאנטאג אקטאבער 25, 2021 2:11 pm
דורך תוהו ובוהו
וואס טוט זיך מיט די טאהש'ע פוסקים? וואס האלטן זיי? איך ווייס נישט צו דו קענסט אננעמען נישט-טאהש'ע פוסקים, ווייל ביסט דאך א טאהש'ער.
נשלח: מאנטאג אקטאבער 25, 2021 2:21 pm
דורך טאהש'ער אייניקעל
תוהו ובוהו האט געשריבן:וואס טוט זיך מיט די טאהש'ע פוסקים? וואס האלטן זיי? איך ווייס נישט צו דו קענסט אננעמען נישט-טאהש'ע פוסקים, ווייל ביסט דאך א טאהש'ער.
איך האב נישט קיין פראבלעם מיט פוסקים פין יעדע קרייז קענסט ברענגען אנדערע דיעות אויך
איך האב געשריבען אז דאס וואס מ'מעג הערן א פרוי וואס מ'קען נישט איז לויט די ספרדי'שע פוסקים וויל איך מיין אז נישטא דא קיינע ספרדים(פרענקים בלשון בני ארץ ישראל תובב"א)
נשלח: מאנטאג אקטאבער 25, 2021 5:21 pm
דורך berlbalaguleh
טאהש'ער אייניקעל האט געשריבן:איך וועל ענטפערען אויף די הלכה'דיגע ענינים וואס איך האב געשליבען לויט די ספרדים מיינט לויט די ספרד'ישע פוסקים וואס די אשכנז'ישע פוסקים זענען חולק אויף דעם אין ניין ביסט נישט קיין ספרדי וויל טיסט נישט אסאך זאכן וואס ספרדים טיען (ספרים גייען נישט קיין גארטל)
אין איך וועל זיך פרייען צי וויסן וואס איז דיין מקור אז מ'טאר נישט נאר בשעת ק"ש וכו'
מיין טייערער טאהשער אייניקל שליט"א: איך ווילל דיר נאר דערמאנען אז דא (קאווע שטיבל) איז נישט קיין ביהמ"ד אדער הוראה שטיבל, וואו די גאונים ווארפן אדורך זייערע קענטעניסן אין ים התלמוד און ד' חלקי שו"ע. אויב דאס איז דיין מטרה. האביך 2 קשיות. פארוואס ביסטו נישט אין. ביהמ"ד אדער אין כולל? והשנית. אויב דו באקומסט (ח"ו) הירהורים פון א גרילצנדיגן קול פון א באבע וואס ליגט שוין לכה"פ 50 יאר ערגעץ אין א ביה"ח אין ניו דזשערזי דארפסטו ענדערש זיך זעהן מיט א דאקטער. אדער קענסטו קאנטאקטן די טעראפיסטן פון נפשי. כ'בין זיכער אז איינער פון זייערע .."רבנים"...וועללן קענען דיאגנאזירן דיין מחלה (ל"ע) און דיר קענען העלפן...!
ועוד. דא איז א פלאטץ וואו פראסטע נפשות, אזוי ווי בערל בעל עגלה און חאצקל דער שניידער און יאסל דער שוסטער קומען זיך א ביסל אויסלופטערן. דא קריטיקירט מען נישט אויב איינער איז אן ארוני. אדער א ציוני. (נישט אז מ'האט איהם זייער שטארק ליעב . נאר מ'ווישט זיך אפ די נאז און מ'גייט ווייטער.). שוין. כ'האב גענוג געדרשנ'ט. יעצט זיי מיר געזונט. און מאך שנעל א החלטה וואס ד ווילסט טון. ברענגען עפעס גוטע, זאפטיגע נייעס פון שטעטל.אז א יעדער זאלל הנאה האבן. אדער סתם פארדרייען א קאפ...!
נשלח: מאנטאג אקטאבער 25, 2021 5:26 pm
דורך טאהש'ער אייניקעל
berlbalaguleh האט געשריבן:טאהש'ער אייניקעל האט געשריבן:איך וועל ענטפערען אויף די הלכה'דיגע ענינים וואס איך האב געשליבען לויט די ספרדים מיינט לויט די ספרד'ישע פוסקים וואס די אשכנז'ישע פוסקים זענען חולק אויף דעם אין ניין ביסט נישט קיין ספרדי וויל טיסט נישט אסאך זאכן וואס ספרדים טיען (ספרים גייען נישט קיין גארטל)
אין איך וועל זיך פרייען צי וויסן וואס איז דיין מקור אז מ'טאר נישט נאר בשעת ק"ש וכו'
מיין טייערער טאהשער אייניקל שליט"א: איך ווילל דיר נאר דערמאנען אז דא (קאווע שטיבל) איז נישט קיין ביהמ"ד אדער הוראה שטיבל, וואו די גאונים ווארפן אדורך זייערע קענטעניסן אין ים התלמוד און ד' חלקי שו"ע. אויב דאס איז דיין מטרה. האביך 2 קשיות. פארוואס ביסטו נישט אין. ביהמ"ד אדער אין כולל? והשנית. אויב דו באקומסט (ח"ו) הירהורים פון א גרילצנדיגן קול פון א באבע וואס ליגט שוין לכה"פ 50 יארערגעץ אין א ביה"ח אין ניו דזשערזי דארפסטו ענדערש זיך זעהן מיט א דאקטער. אדער קענסטו קאנטאקטן די טעראפיסטן פון נפשי. כ'בין זיכער אז איינער פון זייערע .."רבנים"...וועללן קענען דיאגנאזירן דיין מחלה (ל"ע) און דיר קענען העלפן...!
ועוד. דא איז א פלאטץ וואו פראסטע נפשות, אזוי ווי בערל בעל עגלה און חאצקל דער שניידער און יאסל דער שוסטער קומען זיך א ביסל אויסלופטערן. דא קריטיקירט מען נישט אויב איינער איז אן ארוני. אדער א ציוני. (נישט אז מ'האט איהם זייער שטארק ליעב . נאר מ'ווישט זיך אפ די נאז און מ'גייט ווייטער.). שוין. כ'האב גענוג געדרשנ'ט. יעצט זיי מיר געזונט. און מאך שנעל א החלטה וואס ד ווילסט טון. ברענגען עפעס גוטע, זאפטיגע נייעס פון שטעטל.אז א יעדער זאלל הנאה האבן. אדער סתם פארדרייען א קאפ...!
איך האב געמיינט אז ס'איז אסור אדער כאטשיג נישט אויגעהאלטען לויט די הלכה אויב איז עס אויסגעהלטען לויט די הלכה האב איך נישט קיין פראבלעים
נשלח: מאנטאג אקטאבער 25, 2021 5:34 pm
דורך berlbalaguleh
טאהשער אייניקל: כמו שאמרתי. ביטע ליין איבער מיין תגובה. אויב דו האסט חששות. האסטו 2 ברירות. הער נישט אויס. אדער גיי פרעיג א מורה הוראה. און טו וויאזוי ער פסקנ'ט...! ועוד. כמו שאמרתי. קאווע שטיבל איז נישט קיין פלאטץ וואו מ'קומט מברר זיין הלכות. ווייל די גאונים פון קאווע שטיבל ווייזן זייער גאונות אין אנדערע פלעצער. למשל אין ביהמ"ד...!
נשלח: דינסטאג אקטאבער 26, 2021 3:13 pm
דורך berlbalaguleh
אין אידישלאנד. אין אונזער אייגענע מדינה. אי"ה בקרוב בימינו. (עפ"י תורה פארשטייצעך.) וועט דאך אלעס זיין געשריבן אין לשון הקודש. ס'וועט נישט זיין אזא זאך ווי ענגליש אדער ספאניש. שטעלט זיך די שאלה. וויאזוי מ'רופט דעם חלק וואס האט די קנעפלעך מיט די אותיות ביי א קאמפיוטער...!
ווער ס'ווייסט זאלל זיך ביטע אנרופן. ווארטס נישט ביז בערל בעל עגלה וועט עס ענק אויסזאגן...!
נשלח: דינסטאג אקטאבער 26, 2021 7:57 pm
דורך טאהש'ער אייניקעל
עהרשט'נס פאר וואס דייקא לשון הקודש ? מ'קען רעדן ווייטער יודיש
צוויי'טנס אויף העבראי"ש הייסט עס "כפתורים"
Re: אין אידישלאנד: וויאזוי זאגט מען...?!
נשלח: דינסטאג אקטאבער 26, 2021 8:01 pm
דורך תוהו ובוהו
טאהש'ער אייניקעל האט געשריבן:צוויי'טנס אויף העבראי"ש הייסט עס "כפתורים"
אויף עברית הייסט עס 'מקלדת'
Re: אין אידישלאנד: וויאזוי זאגט מען...?!
נשלח: דינסטאג אקטאבער 26, 2021 8:46 pm
דורך תוהו ובוהו
berlbalaguleh האט געשריבן:אין אידישלאנד. אין אונזער אייגענע מדינה. אי"ה בקרוב בימינו. (עפ"י תורה פארשטייצעך.) וועט דאך אלעס זיין געשריבן אין לשון הקודש. ס'וועט נישט זיין אזא זאך ווי ענגליש אדער ספאניש. שטעלט זיך די שאלה. וויאזוי מ'רופט דעם חלק וואס האט די קנעפלעך מיט די אותיות ביי א קאמפיוטער...!
ווער ס'ווייסט זאלל זיך ביטע אנרופן. ווארטס נישט ביז בערל בעל עגלה וועט עס ענק אויסזאגן...!
אין אדם נוקף אצבעו מלמטה אלא אם כן מכריז משהו למעלה.
נשלח: דינסטאג אקטאבער 26, 2021 10:16 pm
דורך berlbalaguleh
טאהש'ער אייניקעל האט געשריבן:עהרשט'נס פאר וואס דייקא לשון הקודש ? מ'קען רעדן ווייטער יודיש
צוויי'טנס אויף העבראי"ש הייסט עס "כפתורים"
טאהשער אייניקל: כ'האב נישט געמיינט דווקא לשה"ק. פארשטייצעך אידיש איז אויך גוט. נו, וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?. והשנית דיין דעפינישן אין לשה"ק איז זייער זיס. אבער נאאיוו. דאס דערמאנט מיך א מעשה. וואס איך גיי יעצט נישט פארציילן. פשוט ווייל דער עולם האט נישט קיין נערוון צו די מעשיות...אפשר יא. כ'ווייס נישט. ווען דו רופסט אן דעם קיעבאורד..."כפתורים"...קענמען מיינען אז דו רעדסט פון קנעפלעך פון א העמעד אדער רעקל...! והשלישית. ווען איכ'ל דיר זאגן וויאזוי מ'רופט עס אין לשה"ק/עברית וועסטו זעהן אז עברית (וואס איז נישט מער ווי א מאדערנע ווערסיע פון לשה"ק. נישט אז ס'איז הייליג. אבער ס'איז א קרוב מיט לשה"ק.) איז א קלוגע שפראך (אפשר אויך א שפה טמאה, לשיטתך.)
נשלח: דינסטאג אקטאבער 26, 2021 10:20 pm
דורך berlbalaguleh
תוהו ובוהו האט געשריבן:טאהש'ער אייניקעל האט געשריבן:צוויי'טנס אויף העבראי"ש הייסט עס "כפתורים"
אויף עברית הייסט עס 'מקלדת'
תוהו ובוהו: וואס ווילסטו?! אין טאהש האט מען נישט געלערנט עברית. ס'איז חזיר טריפה...! גוגל טרענסלעיט האט ער נאכנישט אנטדעקט...לאל
נשלח: דינסטאג אקטאבער 26, 2021 11:10 pm
דורך berlbalaguleh
נו, טאהשער אייניקל: איך לעש באלד אויס דעם קאמפיוטער. איך דארף אויפשטיין צו שחרית...! זאג שנעלל, אויב דו ווייסט וויאזוי מ'זאגט אין אידיש דעם קוועטשער פון א קאמפיוטער. וואו די קנעפלעך מיט די אותיות זענען דא.
נשלח: מיטוואך אקטאבער 27, 2021 8:17 am
דורך טאהש'ער אייניקעל
berlbalaguleh האט געשריבן:טאהש'ער אייניקעל האט געשריבן:עהרשט'נס פאר וואס דייקא לשון הקודש ? מ'קען רעדן ווייטער יודיש
צוויי'טנס אויף העבראי"ש הייסט עס "כפתורים"
טאהשער אייניקל: כ'האב נישט געמיינט דווקא לשה"ק. פארשטייצעך אידיש איז אויך גוט. נו, וויאזוי זאגט מען עס אין אידיש?. והשנית דיין דעפינישן אין לשה"ק איז זייער זיס. אבער נאאיוו. דאס דערמאנט מיך א מעשה. וואס איך גיי יעצט נישט פארציילן. פשוט ווייל דער עולם האט נישט קיין נערוון צו די מעשיות...אפשר יא. כ'ווייס נישט. ווען דו רופסט אן דעם קיעבאורד..."כפתורים"...קענמען מיינען אז דו רעדסט פון קנעפלעך פון א העמעד אדער רעקל...! והשלישית. ווען איכ'ל דיר זאגן וויאזוי מ'רופט עס אין לשה"ק/עברית וועסטו זעהן אז עברית (וואס איז נישט מער ווי א מאדערנע ווערסיע פון לשה"ק. נישט אז ס'איז הייליג. אבער ס'איז א קרוב מיט לשה"ק.) איז א קלוגע שפראך (אפשר אויך א שפה טמאה, לשיטתך.)
berlbalaguleh האט געשריבן:תוהו ובוהו האט געשריבן:טאהש'ער אייניקעל האט געשריבן:צוויי'טנס אויף העבראי"ש הייסט עס "כפתורים"
אויף עברית הייסט עס 'מקלדת'
תוהו ובוהו: וואס ווילסטו?! אין טאהש האט מען נישט געלערנט עברית. ס'איז חזיר טריפה...! גוגל טרענסלעיט האט ער נאכנישט אנטדעקט...לאל
berlbalaguleh האט געשריבן:נו, טאהשער אייניקל: איך לעש באלד אויס דעם קאמפיוטער. איך דארף אויפשטיין צו שחרית...! זאג שנעלל, אויב דו ווייסט וויאזוי מ'זאגט אין אידיש דעם קוועטשער פון א קאמפיוטער. וואו די קנעפלעך מיט די אותיות זענען דא.
תוהו ובוהו האט געשריבן:טאהש'ער אייניקעל האט געשריבן:צוויי'טנס אויף העבראי"ש הייסט עס "כפתורים"
אויף עברית הייסט עס 'מקלדת'
איך וועלל ענפערען על ראשון ראשון ועל אחרון אחרון
א . ס'מיין טעות כ'האב נישט פארשטאנען גיט דע שאלה איך האב געמיינט אז ר' בערל בעל עגלה רעדט אויף די קנעפלעך
ב . קודם כל א גיט מארגען ר' בערל בעל עגלה יעצט זיץ איך לעבן די ווערטערביך אין אויף יודיש ריפט מען עס א קלאוויאטור
וואס איז די מעשה (אויב דע עולם האט נישט קיין נערוון קענסט מיר שיקן אין פריוואט)
אין וואס מיינסטי צי זאגען א קליגע שפראך ?
פרעגסט אויך וואס ווילט ר' תוהו ובוהו פין מיך אין טאהש מ'לערנט דאך נישט קיין העבראי"ש ס'איז חזר טרייף ביסט גערעכט נאר איין פראבלעים פאר וואס איך קען יא העבראי"ש אין איך קען העבראי"ש בעסער פין א סאך 'ציאניסט"ן' דא(אין א קליינע סוד בא מיר אין שטיב מ'רעדט העבראי"ש אין אפילו ביז בערך די צוועלעף יאר האב איך נישט געקענקט קיין יודיש) איז וועגן דעים אז איך בין געבוירען געווארען אין איך לעיב ביז'ן היינטיקע טאג אין ארץ ישראל תובב"א (אין אנטשולדיגט מיר זייער סאטמארער רב זי"ע דיין גזירה אז מ'טאר נישט רעדן קיין העבראי"ש איז א גזירה שאין הציבור יכולין לעמוד בה) אין אלע עהרליכע יודען אין ארץ ישראל אפילו די נטורי קרתא רעדן אויף די טמא'נע שפראך וואס זאל מיר טיהן ?
דא האט איר א בונד (לינק / קישור בלע"ז) צי אפילם וואס מ'זעט פאר ר' ישראל הירש איינע פין די אנפירערס (אדער בלשונו פין כ"ק אמור מוהר"י פין וויזשניץ [פאר]פירעס) פין נטורי קרתא אין ארץ ישראל רעדט אויף העבראי"ש
נשלח: מיטוואך אקטאבער 27, 2021 8:33 am
דורך berlbalaguleh
טאהשער אייניקל: ייש"כ. איך וואלט געזאגט אז דער נאמען פאר די ..."קיבאורד"... וואס ד'ו האסט אפגעליינט פון דיקשיאנערי איז נישט אזוי מדוייק.דער שורש פון דעם ווארט (וואס דער דיק. ברענגט) נעמט זיך פון א פיאנא. וואס הייסט אויף אלט אידיש..."קלאוויר"...!
איך מיין אז ..."שליסל ברעט"...איז מער מדוייק...!
נשלח: מיטוואך אקטאבער 27, 2021 8:41 am
דורך טאהש'ער אייניקעל
berlbalaguleh האט געשריבן:טאהשער אייניקל: ייש"כ. איך וואלט געזאגט אז דער נאמען פאר די ..."קיבאורד"... וואס ד'ו האסט אפגעליינט פון דיקשיאנערי איזד נישט אזוי מדוייק.דער שורש פון דעם ווארט (וואס דער דיק. ברענגט) נעמט זיך פון א פיאנא. וואס הייסט אויף אלט אידיש..."קלאוויר"...!
איך מיין אז ..."שליסל ברעט"...איז מער מדוייק...!
א . אזוי שטייט אין דע ווערטער ביך אין מיט קיין דומם דינגט מען נישט !
ב . פינקט אזוי ווי די שרייבסט קיבאורד וואס איז א פיאנא אזוי אויך אין יודיש מ'זאגט אזוי
ג . לשונו של הווערטער ביך מיקלדת / מקלדת - קלאוויאטור (פון פיאנא , פון קאמפיוטאר)
נשלח: מיטוואך אקטאבער 27, 2021 8:42 am
דורך טאהש'ער אייניקעל
טאהש'ער אייניקעל האט געשריבן:berlbalaguleh האט געשריבן:טאהשער אייניקל: ייש"כ. איך וואלט געזאגט אז דער נאמען פאר די ..."קיבאורד"... וואס ד'ו האסט אפגעליינט פון דיקשיאנערי איזד נישט אזוי מדוייק.דער שורש פון דעם ווארט (וואס דער דיק. ברענגט) נעמט זיך פון א פיאנא. וואס הייסט אויף אלט אידיש..."קלאוויר"...!
איך מיין אז ..."שליסל ברעט"...איז מער מדוייק...!
א . אזוי שטייט אין דע ווערטער ביך אין מיט קיין דומם דינגט מען נישט !
ב . פינקט אזוי ווי די שרייבסט קיבאורד וואס איז א פיאנא אזוי אויך אין יודיש מ'זאגט אזוי
ג . לשונו של הווערטער ביך מיקלדת / מקלדת - קלאוויאטור (פון פיאנא , פון קאמפיוטאר)
ד . פאר וואס טראכסטי אז דאס איז שליסל ברעט ?