בלאט 3 פון 3

נשלח: דאנערשטאג מאי 20, 2021 8:25 pm
דורך מהיכי תיתי
די ווידיאו איז ארומגעפארן מינוטן נאכן טראגעדיע, איך כאפ נישט פארוואס דו האסט עס ערשט יעצט אויפגעכאפט.

די מעמד, וועלכע איז פארגעקומען א קורצע צייט בעפאר זמן כניסת יו"ט אין ירושלים, איז געווען אויף לייוו ווידיאו פאר חסידי קארלין סטאלין איבער דער גארער וואלט. איינער האט געכאפט ווידיאו פון זיין סקרין וואס האט געשפילט די מעמד.

נשלח: דאנערשטאג מאי 20, 2021 8:28 pm
דורך [NAMELESS]
פון דעם אספעקט האב איך נאך נישט געזען.

נשלח: פרייטאג מאי 21, 2021 4:48 pm
דורך סעגאל
איך האב געזען היינט אז אין גור האט מען געמאלדן אז אין ליכט פון די טראגעדיע וועט פון היינט מער נישט זיין קיין פארענטשעס.
ווייסט איינער צי עס איז אמת?
אין צי גור האט בכלל פארענטשעס ?

נשלח: זונטאג מאי 23, 2021 1:12 am
דורך תרמב
אין זייער אלטע בית מדרש פלעגן זיי האבן נאר קליינע פארענטשעס אויף די גאלערי, אין די נייע האב איך געהערט האבן זיי יא געפלאנט צו האבן פארענטשעס אבער זיי האבן עס אראפגענומען פון טיש די פלענער, (מפי השמועה).

נשלח: זונטאג מאי 23, 2021 1:23 am
דורך Lesser
סעגאל האט געשריבן:איך האב געזען היינט אז אין גור האט מען געמאלדן אז אין ליכט פון די טראגעדיע וועט פון היינט מער נישט זיין קיין פארענטשעס.
ווייסט איינער צי עס איז אמת?
אין צי גור האט בכלל פארענטשעס ?

געהערט זיי וועלן טוהן ווי בעלז וועט טוהן, אנשטאט אין שול, וועט עס פארקומען אין א סטאדיום.

נשלח: זונטאג מאי 23, 2021 1:35 am
דורך מפיל קינד
תרמב האט געשריבן:אין זייער אלטע בית מדרש פלעגן זיי האבן נאר קליינע פארענטשעס אויף די גאלערי, אין די נייע האב איך געהערט האבן זיי יא געפלאנט צו האבן פארענטשעס אבער זיי האבן עס אראפגענומען פון טיש די פלענער, (מפי השמועה).

פלעגט געהעריג זיין אין די אלטע בית המדרש אין די היכל ביי יעדע טיש. און יו"ט אויך ביים דאווענען. נאר אנשטאט הויכע האבן זיי געהאט ברייטע, 5 שורות מענטשן אויף יעדע שטאק צוליב די נידריגע דאך.

אין די נייע האבן זיי שוין געהעריגע פארענטשעס, ביי די חתונות איז דא 25 שטאק הויעך אויף די זייט וואו ס'נישטא קיין גאלארי.

נשלח: זונטאג מאי 23, 2021 3:08 am
דורך סעגאל
זיי זיצן אן ספאדיקס - היטן נישט צי שטערן אנדערע פין זען .
מאכט עפעס נישט קיין סענטס עס זאל זיין הויכע פארענטשעס.

נשלח: זונטאג מאי 23, 2021 1:05 pm
דורך מפיל קינד
דאס זיצן אן היטן/ספאדיקס איז א פוילישער מנהג אלס כבוד צום רבי'ן. גארנישט מיט יא אדער נישט קענען זען.

נשלח: זונטאג מאי 23, 2021 1:11 pm
דורך מפיל קינד
מאכט נישט קיין סענס? איז נישט.

דא האסטו די אלטע בית המדרש. די ברייטע פארענטשעס צוליב די נידריגע דאך

נשלח: זונטאג מאי 23, 2021 1:12 pm
דורך מפיל קינד
דאס איז א חתונה אין די נייע בית המדרש

נשלח: זונטאג מאי 23, 2021 1:14 pm
דורך מפיל קינד
שבועות תשע"ט אין גור

נשלח: זונטאג מאי 23, 2021 1:16 pm
דורך מפיל קינד
Lesser האט געשריבן:געהערט זיי וועלן טוהן ווי בעלז וועט טוהן, אנשטאט אין שול, וועט עס פארקומען אין א סטאדיום.

די חתונה גייט יא זיין אין בית המדרש.

די בחורים גייען עס מיטהאלטן אין די אלטע בית במדרש.

נשלח: זונטאג מאי 23, 2021 3:34 pm
דורך סעגאל
מפיל קינד האט געשריבן:מאכט נישט קיין סענס? איז נישט.

דא האסטו די אלטע בית המדרש. די ברייטע פארענטשעס צוליב די נידריגע דאך

מפיל קינד
די נישט מאכן סענטס איז געווען מיט די הנחה וואס איך האב געוויסט אז דאס נישט גיין מיט היטן איז נישט צי שטערן אנדערע צי זען דעמאלטס מאכט נישט קיין סענטס אז עס איז דא פארענטשעס ווייל דעמאלטס שטערט מען נישט קיינעם.
אבער אויב די ווייסט אז עס איז א פוילישע מנהג מאכט טאקע יא סענטס
(אנטשילדיגט פארען דיר אזוי אויפרעגן)

נשלח: זונטאג מאי 23, 2021 7:40 pm
דורך איך אויך
גארנישט מיט כבוד פארען רבין צטוהן, פשוט פוילישע קארגשפט עס זאל נישט קאליע ווערן.

נשלח: זונטאג מאי 23, 2021 8:11 pm
דורך מפיל קינד
ביים הייליגן קאצקער איז שוין אזוי געווען. גור שטאמט פון קאצק.
הרבי מקוצק התנגד להצעת הפשרה של 'חידושי הרי"ם' וכל מי שנכנס אל הקודש פנימה חויב להיכנס עם הכיפה, ללא הכובע. פקודה זו נשארה גם לאחר פטירתו של הרבי מקוצק, ועד פרוץ מלחמת-העולם השנייה, כשהיו נכנסים ל'אוהל' של הרבי מקוצק, נהגו הבאים להסיר את הכובע מראשם. יש הנוהגים כך עד היום.

נשלח: מאנטאג יולי 26, 2021 7:27 pm
דורך אישתישבי
https://youtu.be/hR4f8oskd8E

אלט, אבער גוט ווי ר' באלד רעדט זיך אפ אז מען רעדט וועגן קארלין, מען טוט זיי דזאדזען. גאר אינטרעסאנט.

נשלח: מאנטאג יולי 26, 2021 7:31 pm
דורך אישתישבי
https://youtu.be/hR4f8oskd8E

אלט אבער גוט. ר' באלד פין ארגון שיעורי תורה רעדט זיך אפ ווי דער עולם בארעדט קארלין. ער זאגט אויך דארט אז עס איז יא געווען באשטעטיגט אז די פארענטשעס זענען גוט, אבער איינער האט מדעת עצמו צוגעלייגט זיבן שטאק די לעצטע מינוט.