בלאט 3 פון 3

נשלח: פרייטאג אוגוסט 24, 2012 11:48 am
דורך נס קאווע
פון 5 מינוט א זייט באקט ער זיך גוט אויס? איך האב אויך געזעהן אזוי אויפן וועב, אבער טו מי איט דאזענט מעיק עני סענס, א האלבע שעה א זייט מינימום.

און צו כבוד הרב דאט קאם, ראבערי מיינעך נישט די חלק אדער יענע חלק, הגם ווי ס'מקובל זוכט מענישט גראבע שטיקער פעטנס, נאר דייקא אסאך דינע סטריפס, אבער ראבערי מיינעך די עצם חלק הבשר צוגייט נישט ווי וואסער.

ווי איך הער איז אין געוויסע מקומות אנגענומען ענדערש צו גרילן ריב איי וואס האט נישט קיין ביין, ווייל ס'אסאך זאפטיגער.

כ'האב עס טועם געווען ביי עפעס א געשעפט אין וויליאמסבורג יענער האט זיך אויפגעטוהן אז ער מאכט עס בעסער ווי אן אנדערע געשעפט, אבער כ'האב נישט פארשטאנען מיט וואס, זיין ריב איי וואס דארף זיין בעסער פון א סטעיק איז געווען פיל ערגער פון יענעמס סחורה בכלל.

נשלח: פרייטאג אוגוסט 24, 2012 2:05 pm
דורך לעמיל
DotCom האט געשריבן:דעם ארטיקל האב איך אנגעפאנגען אבער כאב נישט געהאט קיין געדולד ווייטער צו גיין.

לייג עס אוועק אויף נעקסטע יאר זומער וועמער זיך מחיה זיין דערמוט

נשלח: פרייטאג אוגוסט 24, 2012 2:47 pm
דורך DotCom
נס קאווע האט געשריבן:
און צו כבוד הרב דאט קאם ראבערי מיינעך נישט די חלק אדער יענע חלק הגם ווי ס' מקובל זוכט מענישט גראבע שטיקער פעטנס נאר דייקא אסאך דינע סטריפס אסער ראבערי מיינעך די עצם חלק הבשר צוגייט נישט ווי וואסער



גערעכט, א שטיקל פלייש מיט דינע ווייסע סטריפס הייסט א פעט שטיקל פלייש, אויב לאזט מען עס צו לאנג אויפ'ן פייער טריקנט ער אויס און עס ווערט ראבערי.

נשלח: זונטאג אוגוסט 26, 2012 2:25 pm
דורך קווארטין
יא, און דאכט זיך מיר אז אין די פראפעסינאל לענגוויטש רופן זיי דאס אן "מארבאלייזד" מלשון "מארבל". ודו"ק

אייגענארטיג, א ריזן יש"כ פאר דיין עצה, כאב שוין לאנג געטראכט פון אזא סארט איידיע, לכאורה האטעס נאך א מעלה דער "סטעיק פלעיט", אז דער סטעיק ווערט נתבשל כמאכל בן דרוסאי, סאו מ'פארלאנגט שוין נישט צו קיין שווערע ארבייט פונעם "גריל" נאר אז דאס זאל צו ענדיגן דעם סטעיק, ווי אויך ס'זאל אריינגעבן דעם געשמאקן גריל פלעיווער. איך האב אפי' אמאל געהערט אז די גרויסע סטעיק הייזער קויפן סעמי, אדער אביסל ווייניגער, אפגעגרילטע סטעיק, און זיי פארענדיגענעס נאר ווען דער הונגעריגער קוסטומער קומט אריין.

נשלח: פרייטאג סעפטעמבער 21, 2012 1:34 am
דורך אייגענארטיג
m.crateandbarrel.com/nordic-ware-griddle-grill-pan/s354671

אזוי ווי מהאט מיר געפרעגט אין אישית וועל איך עס דא אויך פאסטען ווי מקען דאס באקומען אין בכלל די מעלות דערפון