בלאט 3 פון 23

נשלח: מוצ"ש אקטאבער 13, 2012 11:20 pm
דורך שמעקעדיג
זר זהב האט געשריבן:טשי-הא... כ'קען נישט ווארטן!


שוין געעפענט.
viewtopic.php?f=24&t=2063

כ'האב דיר נישט געוואלט לאזן ווארטן צו לאנג.....

נשלח: זונטאג אקטאבער 14, 2012 1:14 am
דורך דולה ומשקה
berlbalaguleh האט געשריבן:דיין שאלה נומער 4 איז א באקאנטע מעשה. ס'זענען אמאל אריינגעקומען צוויי בעלי דין און האבן פארגעלייגט זייערע טענות. פאר א יעדן פון זיי האט דער רב געזאגט אז ער איז גערעכט. האט די רעבעצן, וואס איז דארט געשטאנען געפרעגט דעם רב וויאזוי קענען ביידע זיין גערעכט. האט דער רב געענטפערט. דו ביסט אויך גערעכט. :lol:


נישט גערעכט
וכידוע הסיפור מיט דעם יאמער רב
דער שופט זאגט ענפער מיר בלויז יא אדער ניין,
יארמער רב: עס איז אוממעגליך
שופט: ס'איז יא מעגליך, איך וויל נאר א יא אדער ניין ענפער!
יארמער רב: הויכגעשעצטע שופט, קענסטו מיר ענפערן אויף יעדער שאלה בלויז יא אדער ניין?
שופט: יא
די שאלה וואס דער יארמער רב האט געפרעגט דעם שופט: איז אמת די האסט אויפגעהערט צו נעמען שוחד?

ווי אזוי דער שופט ענפערט האט ער פיטער אויף זיין קאפ...

נשלח: מיטוואך אקטאבער 17, 2012 12:17 am
דורך שמעקעדיג
בין איך דער איינציגסטער וואס האט ממש פיינט די נייע דיזיינס פון קארס?
איך רעד בעיקר פון דעם גראבן נאז/מויל (גריל בלע"ז).

די 3 בילדער דא זענען אלע 2013 מאדעלס.

דאדזש דארט
טאיאטע אוואלאן
פארד פיוזשען

נשלח: מיטוואך אקטאבער 17, 2012 12:21 am
דורך sunbar
בין איך די איינציגסטע וואס דארף ווארטן אזוי לאנג פאר א תשובה פון איינער פון די אחראים?

נשלח: מיטוואך אקטאבער 17, 2012 12:22 am
דורך חאצקל
איך ווארט אויך זייער לאנג

נשלח: מיטוואך אקטאבער 17, 2012 12:23 am
דורך sunbar
נו, וואס איז פשט?

נשלח: מיטוואך אקטאבער 17, 2012 12:43 am
דורך חאצקל
אפשר א געוויסע פארנאכלעסיגקייט

נשלח: מיטוואך אקטאבער 17, 2012 12:49 am
דורך שמעקעדיג
די אחראים/מנהלים זיצן דאך נישט דא 24/7 (סארי, 6) אויף א פעטן פעיראל,
זיי קומען און גייען פונקט ווי אנדערע!

נשלח: זונטאג אקטאבער 21, 2012 9:15 am
דורך שמעקעדיג
נאך 2 נייע קארס וואס איך האב פיינט זייער גראביאנישן אויסקוק פון פארנט.
(בין איך טאקע דער איינציגסטער? איך הער נישט!)

פארד פאקוס
פארד עסקעיפ

נשלח: דינסטאג אקטאבער 23, 2012 10:59 am
דורך קוגל
זר זהב האט געשריבן:1) וואס האט נישט נארמאל וואו צו זיין אויף סוכות שוין זייט איך געדענק מיר? {מיין טאטע איז פון די פראדזשעקטס, און מיין שווער'ס סוכה איז נישט מער פון ראשו ורובו, א דופן עקומה
מיט לביד.}


2) וואס קען נישט דערליידן סעלפ פראקלאמירטע באמעס, אפילו איך בין ווייט פון זיין א יר"ש?

3) וואס קען זיך נישט העלפן נאר שמייכלען ווען איך זעה דעם בארא פארקער סקווירא דיין מיט די שטיוול (הרב שטיינמעץ שליט"א) ווייל איך
שפיר אז ס'איז "אין רגליו וליבו שווים"?

4) וואס קען זייער שנעל ווערן איפלוענסט צו האלטן אנדערש ווי פריער? {למשל ווען 2 אירע וועלן מיר פארלייגן זייערע טענות, עלעך בשעת'ן אויסהערן איינעם אגריען מיט אים, און ווען כעל אויסהערן דעם צווייטן וועט עס מיר אויסזעהן ווי ער איז גערעכט, וחוזר חלילה}

5) וואס קען נישט איינזיצן אין ביהמ"ד, און זיצן א גאנצער מנין שחרית? ס'נעמט זיך מיר פשוט איבעלען אז ס'נעמט אזוי לאנג {און איך האב זיץ פלייש געווענליך)

6) וואס קען נישט אנהייבן דעם טאג פאר איך נעם א שויער, און ביז דעמאלס בין איך אין א כעס מאוד?
-----------------------------------
ענטפערס ווערן אנגענומען אויך אויף איטליכער פראגעס.

עמו אנכי בצרה
נומבער 2 - 4 - 5 - 6

נשלח: דינסטאג אקטאבער 23, 2012 12:03 pm
דורך Espresso
זר זהב האט געשריבן:2) וואס קען נישט דערליידן סעלפ פראקלאמירטע באמעס, אפילו איך בין ווייט פון זיין א יר"ש?

איך קען אויך נישט דערליידען סעלף פראקלימירטע יר"ש, אפילו איך בין ווייט פון זיין א באם. :?

נשלח: זונטאג נאוועמבער 04, 2012 3:32 pm
דורך כ׳בין פריי
בינעך דיר אינציגסטער וואס שפארט צו די קאר מיטן רימאוט אפאר מאל זיכער מאכנדיג אז די פייף קומט טאקע פון מיין קאר???

נשלח: זונטאג נאוועמבער 04, 2012 3:39 pm
דורך קליגער איד
כ׳בין פריי האט געשריבן:בינעך דיר אינציגסטער וואס שפארט צו די קאר מיטן רימאוט אפאר מאל זיכער מאכנדיג אז די פייף קומט טאקע פון מיין קאר???

ביז יעצט האב איך געמיינט אז איך בין די איינציגעיסטאר וואס טוט עס

נשלח: זונטאג נאוועמבער 04, 2012 3:51 pm
דורך שמעקעדיג
איך ווארט אויך אויפן פייף
דאס איז די איינציגסטע פארזיכערוננג אז אלע טירן זענען פארשלאסן ריכטיג.
אויב נישט, פייפט עס נישט.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 04, 2012 4:39 pm
דורך sunbar
שמעקעדיג האט געשריבן:איך ווארט אויך אויפן פייף
דאס איז די איינציגסטע פארזיכערוננג אז אלע טירן זענען פארשלאסן ריכטיג.
אויב נישט, פייפט עס נישט.


עס נוצט אויס מיין בעטערי

נשלח: זונטאג נאוועמבער 04, 2012 4:50 pm
דורך כ׳בין פריי
איא אבער אפארמאל?

נשלח: זונטאג נאוועמבער 04, 2012 4:56 pm
דורך שמעקעדיג
ניין. איין מאל איז גענוג פאר מיר.

נשלח: זונטאג נאוועמבער 11, 2012 11:17 pm
דורך זר זהב
ביניך דער איינציגסטער וואס מיינט אייביג אז איך בין דער איינציגסטער?

נשלח: מאנטאג נאוועמבער 12, 2012 10:10 am
דורך שמעקעדיג
דו ביסט דער איינציגסטער וואס מיינט אלץ אז דו ביסט דער איינציגסטער צו טראכטן אזוי.

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 1:07 pm
דורך זר זהב
בין איך דער איינציגסטער [center]חבר
וותיק
5000[/center]
[center]???????????????????????????????????????????????????[/center]

[center]זעה איך גוט?[/center]

[center]:געוואלד: :געוואלד: :געוואלד: :געוואלד:[/center]

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 1:09 pm
דורך שמואל הלוי
מזל טוב צו דיין נייעם טיטול און ראנג, כה לחי!

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 1:10 pm
דורך זר זהב
יש"כ ביי דיר בקרוב!

נשלח: מיטוואך נאוועמבער 14, 2012 1:11 pm
דורך שמואל הלוי
איך האב אויספיעט צו כאפן א "היסטארישע" בילד