בלאט 3 פון 4
Re: פריקן אויסדרוקן פון א ראש ישיבה
נשלח: פרייטאג מאי 28, 2021 10:14 am
דורך או אינו
קאן איינער מסביר זיין ווי אזוי ער דיפיינד א גוטע בחור אין די פארקערטע ? בשורש פינעם פראבלעם קומט אלס אראפ צי די קריקלים
נשלח: פרייטאג מאי 28, 2021 12:59 pm
דורך הקטן
או אינו האט געשריבן:קאן איינער מסביר זיין ווי אזוי ער דיפיינד א גוטע בחור אין די פארקערטע ? בשורש פינעם פראבלעם קומט אלס אראפ צי די קריקלים
מיר קוקט אויס ער דיפיינד שוואך:
דער בחור דער אויבער חכם וואס זינגט ביי מוסף גיסט אויס די קאפי אויפן פלאר און וואקט אוועק דערפין
עסט VIP טשאלענט און קימט שפעט א יעדע צווייטע טאג,
דער גיטער בחור:
דער בחור וואס האט שאיפות, מיז נישט האבן די בעסטע קאפ, וויל די ישיבה וואו ער לערענט זאל האבן א צורת הישיבה און זיין א ערנסטע פלאץ.
זעט נישט אויס די קריקלים שפילט דא בכלל א ראלע
אמת וצדק האט געשריבן: ווי אזוי האט די שוואכע בחור אוועק פונעם דרשה? מיט א געפיל צו ווערן בעסער ? אדער מיט א צושלאגן הארץ ?
דער סארט שוואכע בחור פין וועם ער רעדט, פילט זיך בכלל נישט געקלאפט נאך אזא דרשה, די אלע זאכן ליגט ביים בחור אין האנט, און קען אויך מחליט זיין צי נעמען ריספאנסעבילעטי אויף זיין הנהגה און ביהעווען ביז סוף זמן
(באצלן די קנס) כדי נישט צי דארפן פאקען פעק און פליען פין דארט.
נשלח: פרייטאג מאי 28, 2021 5:15 pm
דורך נאך א מיינונג
אנטשולדיגט מר הקטן, אבער טאמער דער מר ווייס פירט א ישיבה און ער ווייסט נאך נישט וויאזוי צו נעמן רעספאנסיביליטי פאר זיך און זיין חינוך, און ער זעט אונטערברומן פאר מוסף אלס די פעלער פון די יונגער בחור און נישט פון זיך זעלבסט, דארף ער זאפארט פליען פון זיין אמט.
מצד אחד איז א בחור עפעס אראפ צו קוקן, פארשעמן, מבזה זיין ברבים (דו, דו און דו), און דערנידערן, און מצד שני איז דער בחור דער וואס האט די גאנצע רעספאנסיביליטי, און דער ראש ישיבה איז אן אובאלומפעטע נעביך.
א מענטס וואס שטעלט זיך פאר אלס מחנך, מוז וויסן אז די אחריות איז זיינס, נישט דער מחונך. ווען דער בחור דארף נישט קיין חינוך, בלייבסטו אן אומגעלונגענער שוסטער.
נשלח: זונטאג מאי 30, 2021 12:39 am
דורך הקטן
נאך א מיינונג האט געשריבן:א מענטש וואס שטעלט זיך פאר אלס מחנך, מוז וויסן אז די אחריות איז זיינס, נישט דער מחונך. ווען דער בחור דארף נישט קיין חינוך, בלייבסטו אן אומגעלונגענער שוסטער.
גערעכט.
רב ווייס,זעט אויס, האלט אויך אזוי
און ער נעמט זיין אחריות זייער ערענסט -
ווען נישט רעדט ער נישט!
ער קען נישט לאזן דער בחור אויפוואקסען אן אימציוועלזירעט מוסף-ברימער קאווע-גיסער
פאר דעם האט ער געגעבן אזא שארפע דרשה
זאל דער בחור הערן זייער קלאר "דיינע מעשים האבן קאנסעקווענסען"!!! רעדט דיך נישט אז דו קענסט טון וואס דו ווילסט, דו וועסט פליען פין דא! וכו'
בלייבט איבער צו זען, צו ס'האט אויפגעטון אדער ח"ו פארקערט
איך שרייב לויט די צד אז דאס איז געווען אויסגערעכענט און נישט קיין ווילדע אויסברעך וואס האט אים אנגעכאפט
נשלח: זונטאג מאי 30, 2021 7:00 am
דורך נאך א מיינונג
כאילו ביי איינעם איז עס נאך א ספק צו די זאכן טון אויף בכלל......
דער ווייס האט געזאגט פונקט וואס ער מיינט, עס איז נישט דא קיין שום סבה צו טראכטן אז ער מיינט עפעס אנדערש. איך וויל נישט אזא ישיבה, נאר ווען די שוואכער ווייסן גוט ווי שוואך זיי זענן, און זיצן איינגעלייגט אויסרופענדיג ווי שוואך זיי זענן, און זיי דאנקן מיר פארן אריין נעמן אין ישיבה.
אזא איינער מעג ניטאמאל זיין א קעכער אין ישיבה. ער מעג זיין דער שלאק שאמעס פון דער קעכער, טאמער די הנהלה האלט אויף אים א שטארקן אויג
Re: פריקן אויסדרוקן פון א ראש ישיבה
נשלח: זונטאג מאי 30, 2021 12:01 pm
דורך חסיד פון ליטא
א פריוואטע ישיבה איז א ביזנעס ווי אלע ביזנעסער.
די חילוק איז נאר אז אנשטאט צו מאכן געלט און דערנאך עס איינקעשן אויף תאוות הששרה, גייען די ראשי ישיבה גלייך צום שררה.
יעצט, כדי אז ס'זאל זיך קענען אויסהאלטן ברויך מען האבן די גבירים וואס זאלן אהינשיקן די תכשיטים זייערע, דאס וועט נאר געשען אויב די ישיבה הייסט א ישיבה למצויינים, דארף מען קודם אריין נעמען גוטע בחורים פון ארימע שטובער אלס אן אינוועסטמענט פאר די בעלי כסף וואס וועלן דערנאך שיקן זייערע תכשיטים פאר פראטעקציע געלט, די פראבלעם הייבט זיך אן ווען ס'קומט אריין צופיל געלט אויפן חשבון פון שררה (א ראש ישיבה פאר שוואכע בחורים איז שוואכע שררה).
דאס באדערט שטארק פארן ראש ישיבה און ער איז דאס מודיע למען זיכוי הרבים, ס'האט מיר נישט אויסגעזען ווי דער ראש ישיבה האט געטראכט פון שויתי ה' לנגדי די לעצטערע תקופה.
נשלח: זונטאג מאי 30, 2021 1:11 pm
דורך הקטן
חסיד פון ליטא האט געשריבן:א פריוואטע ישיבה איז [טייל מאל] א ביזנעס ווי אלע ביזנעסער.
אנשטאט צו מאכן געלט און דערנאך עס איינקעשן אויף תאוות הששרה, גייען [טייל פין] די ראשי ישיבה גלייך צום שררה.
האט טאקע זיין ישיבה געליטן פון אן אימעדש פראבלעם?!
האט צופיל פין די "בעלי כסף תכשיטים",
ווי דו רופסט זיי?!
האט זיין ישיבה עפעס פארלוירן די גלאנץ אויפן גאס?!
אדער האט מען זיך נאך אלץ געריסן אריינצוגיין דארט?
א יעדע קריים דארף האבן א מאטיוואיך האב גראדע הנאה געהאט ווען נאך וואס ער האט געפליקט די "פרעסערס" האט ער צוגעלייגט אז דאס איז נישט פארבינדן מיט די שטיבער און מען זעט אסאך מאל פון מער פארגרעבטע שטיבער זאלן ארויסקומען איידעלע בחורים. - אויך האט ער קיינמאל נישט קאמפלעינט אין זיין rant וועגן בחורים מיט שוואכע כשרונות.
אין אנדערע ווערטער, בחור אויב ביסטו שוואך - ליין פארגרעבט - איז דאס ווייל דו, יא
דו אליין, האסט אזוי
בוחר געווען, און ס'האט נישט מיט דיין שטוב אדער מיט סיסטעם וכו' .
ס'ליגט אין דיינע הענט צו מאכן א יו-טוירן
(די ליין האט מיך געשטופט צו קלערן אפשר איז ער דא פאר א מישען, און איז נישט א אומשולדיגער אויסברוך)ס'איז ליידער דא זייער אסאך אדאלטס וואס קיינער האט זיי נישט אויסגעלערנט עלאנג-די-וועי אז זיי זענען
ריספאנסעבעל פאר זייערע מעשים.
אז דו גיסט אויס, וויש זיי מוחל אויף!!!
נשלח: זונטאג מאי 30, 2021 4:37 pm
דורך גיב א שמייכעל
זיינע תלמידים ווייסען צו זאגען אז ער רעדט אלס אזוי, און נאך אלטס רייסט מען זיך אריין צו גיין אין זיין ישיבה.
נישט און אלע ישיבות רעדט די סטעף אזוי וואלגאריש און גראב, אבער ווען א מגי"ש/משגיח רעדט אזוי וועלן די בחורים רובא דרובא מאל עס גלייכען אז ער רעדט זייער שפראך, און זאגט וואס ער האט צו זאגן און א גוטן פורים... אנע פשטליך און רמזים.
זיין ישיבה איז דאך א פרי פון ר' אליעזר געלדצעהלער ז"ל וואס איז אויך געפארען אויף די שניט אז די ראש ישיבה זאל זיין א חלק פון די בחורים, שפילען מיט זיי, עסן און רעדן מיט זיי.
נשלח: זונטאג מאי 30, 2021 4:51 pm
דורך גיב א שמייכעל
berlbalaguleh האט געשריבן:גיב א שמייכעל האט געשריבן:Lesser האט געשריבן:איי איי איי, א פיינעם ראש ישיבה, איך דארף עם קענען, א פיסק אויף רעדער, פיינע נייעס.
וואו אלט איז ער די ראש ישיבה שליט"א?
ער קוקט מיר אויס ווי א פרישע יונגערמאן (אע"פ ער זאגט דארט אז ער פירט די ישיבה שוין פאר 18 יאר...
ער איז שוין היפש לאנג א ראש ישיבה, פארדעם איז ער געווען מנהל ביי ר' אליעזר געלדצעהלער ז"ל אין אור ישראל, נאך ר' אליעזר'ס פטירה איז פארגעקומען א רייבעריי צווישען איהם און ר' אליעזר'ס אלמנה, דאכצעך זי האט געטענה'ט אז ער וויל איבערנעמען די ישיבה מיט די בינינים, דאן איז ער ארויס (געפלויגן...) פון דארט און געפענט זיין אייגענע ישיבה.
פון ווען? ווען ער איז נאך געווען אין פעמפערס...?!
ער איז געווען אין אור ישראל פאר צוויי-דריי יאר
נשלח: זונטאג מאי 30, 2021 5:02 pm
דורך קורקלענד
גיב א שמייכעל האט געשריבן:זיין ישיבה איז דאך א פרי פון ר' אליעזר געלדצעהלער ז"ל וואס איז אויך געפארען אויף די שניט אז די ראש ישיבה זאל זיין א חלק פון די בחורים, שפילען מיט זיי, עסן און רעדן מיט זיי.
ר' אליעזר איז אינגאנצן נישט געווען געמאכט פון די סחורה. ס'נישטא וואס צו פארגלייכן ציווישן די צוויי. די ראש ישיבה קען זיין א חלק פון די בחורים אן די גאנצע וואלגאריע וואס קומט נישט אריין.
נשלח: זונטאג מאי 30, 2021 5:11 pm
דורך אוהב ספרים
ער איז א וואלגארער פערזאן.
און וויי פאר אונזער דור אז ער איז פון די מחנכים פון אונזערע קינדער.
פני הכלב כפני הדור.
נשלח: זונטאג מאי 30, 2021 5:18 pm
דורך berlbalaguleh
אוהב ספרים: שטיין שטייט אין די גמ' (מס' סוטה) פארקערט. ..."פני הדור כפני הכלב"...! ס'הייסט אז בעיקבתא דמשיחא וועט דער פיהרער פונ'ם דור האבן א פנים ווי א כלב...!
אבער לויט דיר. דו מאכסט דעם כלב האבן א שיין פנים...!
נשלח: זונטאג מאי 30, 2021 5:21 pm
דורך גיב א שמייכעל
קורקלענד האט געשריבן:גיב א שמייכעל האט געשריבן:זיין ישיבה איז דאך א פרי פון ר' אליעזר געלדצעהלער ז"ל וואס איז אויך געפארען אויף די שניט אז די ראש ישיבה זאל זיין א חלק פון די בחורים, שפילען מיט זיי, עסן און רעדן מיט זיי.
ר' אליעזר איז אינגאנצן נישט געווען געמאכט פון די סחורה. ס'נישטא וואס צו פארגלייכן ציווישן די צוויי. די ראש ישיבה קען זיין א חלק פון די בחורים אן די גאנצע וואלגאריע וואס קומט נישט אריין.
כ'האב זיי נישט געמיינט צו פארגלייכען. כ'האב געוואלט ארויסברענגען אז ר' אליעזר האט אריין געברענגט די סטייל פון אזוינע ישיבות.
נשלח: זונטאג מאי 30, 2021 6:29 pm
דורך הקטן
גיב א שמייכעל האט געשריבן:זיינע תלמידים ווייסען צו זאגען אז ער רעדט אלס אזוי, און נאך אלטס רייסט מען זיך אריין צו גיין אין זיין ישיבה.
נישט און אלע ישיבות רעדט די סטעף אזוי וואלגאריש און גראב, אבער ווען א מגי"ש/משגיח רעדט אזוי וועלן די בחורים רובא דרובא מאל עס גלייכען אז ער רעדט זייער שפראך, און זאגט וואס ער האט צו זאגן און א גוטן פורים... אנע פשטליך און רמזים.
זיין ישיבה איז דאך א פרי פון ר' אליעזר געלדצעהלער ז"ל וואס איז אויך געפארען אויף די שניט אז די ראש ישיבה זאל זיין א חלק פון די בחורים, שפילען מיט זיי, עסן און רעדן מיט זיי.
איך האב דאס סוספעקטעט...
נשלח: מאנטאג מאי 31, 2021 12:47 pm
דורך תרמב
איך האב געהאט א מנהל וואס האט געקענט רעדן אזוי אדער סאך ערגער, און זיינע דרשות איז נישט געווען 20 מינוט סהאט געקענט נעמען פאר צוויי שעה, ער האט גערעדט פאר פייער און פאר וואסער, שטותים און לאקשן און מ'האט אפילו נישט געקענט ארויס גיין אין בית כסא ווייל ער האט געקענט מאכן קאמענטס אינמיטן די דרשה אויף די בחור וואס איז ארויס, ער איז געפלויגן צום סוף אבער לאו דווקא וועגן זיינע דרשות.
נשלח: מאנטאג מאי 31, 2021 4:51 pm
דורך הקטן
און קוק וואו אזוי דו ביסט אויפגעוואקסען
איין שטיק ת-ר-מ-ב!!!
נשלח: דינסטאג יוני 01, 2021 2:03 pm
דורך תרמב
סאיז א טשעפע אדער א קאמפלימענט?
נשלח: דינסטאג יוני 01, 2021 11:43 pm
דורך מורינו ורבנו
אויף וויפיל איך ווייס, ווערן די לשונות גענוצט. נישט איבעראל, אבער ס'זענען דא ישיבות וואו משגיחים קענען אזוי רעדן.
היינט גיבט מען שוין מער אכטונג, נאך וואס אלעס קען ווערן אויפגעכאפט, אמאל איז דאס געווען מער, אבער נישט אפט. אמאל זענען אויך געווען ישיבות וואו מען האט געקענט פיזיש שלאגן (און ס'האט שוין ארויסגעליעקט א רעקארדירונג וואו מען זעט אזאנס, און ס'האט טאקע אנגעמאכט א רעש אין די גוי'אישע גאס), דאס איז אויך נישט געווען אפט, אבער היינט פאסירט דאס ווייניגער.
מען דארף היינט אכטונג געבן.
נשלח: פרייטאג יוני 04, 2021 12:30 am
דורך Samkoton
איז נישט זיין ישיבה אין בארא פארק?
וואס רעדט ער וועגן פארפאסן א באס?
נשלח: פרייטאג יוני 04, 2021 12:47 am
דורך קורקלענד
Samkoton האט געשריבן:איז נישט זיין ישיבה אין בארא פארק?
וואס רעדט ער וועגן פארפאסן א באס?
זיין ישיבה גדולה איז אין בייסוואטער.
נשלח: זונטאג יוני 06, 2021 7:00 pm
דורך סאנטיאגא
הקטן האט געשריבן:אמת וצדק האט געשריבן: ווי אזוי האט די שוואכע בחור אוועק פונעם דרשה? מיט א געפיל צו ווערן בעסער ? אדער מיט א צושלאגן הארץ ?
דער סארט שוואכע בחור פין וועם ער רעדט, פילט זיך בכלל נישט געקלאפט נאך אזא דרשה, די אלע זאכן ליגט ביים בחור אין האנט, און קען אויך מחליט זיין צי נעמען ריספאנסעבילעטי אויף זיין הנהגה און ביהעווען ביז סוף זמן
(באצלן די קנס) כדי נישט צי דארפן פאקען פעק און פליען פין דארט.
ב"ש. ווען זיין בעל בית ווייזט אים די מיטעלסטע פינגער, אלעס איז די שמאל דוחה און נישט די ימין מקרבת פארוואס אין די וועלט זאל ער וועלן זיין גוט? פארוואס אין די וועלט זאל ער זיך וועלן צושטעלן? מ'האט דאך אים ממילא אפגעזיגלט, ווייל אים ציט נישט לערנען וועגן כל דאלים גבר און טופח על מנת להטפיח 9 שעה א טאג יא טאקע ווייל ער איז נישט קיין מצוין. און אים ציט צו מוזיק מער ווי דאווענען און לערנען. איז ער יעצט א גארנישט? איינער האט ליב קארס, איינער האט ליב עסן, איינער האט ליב צו ליינען היסטאריע ביכער, און איינער האט ליב צו לערנען, ווער האט אפגעמאכט אז די אלע זאכן מוזן זיך צאמקומען אין די זעלבע מענטש?
איך הער נישט בערי וועבער רעדן אזוי צו זיינע בחורים און עפעס ער האט נישט קיין שונאים (ווי ווייט איך ווייס) "נאר" אין די ישיבות ווי ס'הערשט אזא דזשאזשמענט און בייעס קעגן עניוואן וואס פיט נישט די מאלד ווי מ'זאגט קוקט אזוי אויס...
דו הערסט טאקע נישט די העיט אויפן אזויגערופענעם שוואכן בחור דא? אוודאי אין נאמען פון חינוך...
נשלח: זונטאג יוני 06, 2021 7:12 pm
דורך סאנטיאגא
הקטן האט געשריבן:איך האב גראדע הנאה געהאט ווען נאך וואס ער האט געפליקט די "פרעסערס" האט ער צוגעלייגט אז דאס איז נישט פארבינדן מיט די שטיבער און מען זעט אסאך מאל פון מער פארגרעבטע שטיבער זאלן ארויסקומען איידעלע בחורים. - אויך האט ער קיינמאל נישט קאמפלעינט אין זיין rant וועגן בחורים מיט שוואכע כשרונות.
אין אנדערע ווערטער, בחור אויב ביסטו שוואך - ליין פארגרעבט - איז דאס ווייל דו, יא דו אליין, האסט אזוי בוחר געווען, און ס'האט נישט מיט דיין שטוב אדער מיט סיסטעם וכו' .
ס'ליגט אין דיינע הענט צו מאכן א יו-טוירן (די ליין האט מיך געשטופט צו קלערן אפשר איז ער דא פאר א מישען, און איז נישט א אומשולדיגער אויסברוך)
ס'איז ליידער דא זייער אסאך אדאלטס וואס קיינער האט זיי נישט אויסגעלערנט עלאנג-די-וועי אז זיי זענען ריספאנסעבעל פאר זייערע מעשים.
אז דו גיסט אויס, וויש זיי מוחל אויף!!!
ביטע דעפיין די vague טערמינען פרעסער, און פארגרעבט.
לתועלת הרבים המשתתפים בשיחות חברים של האשכול
נשלח: זונטאג יוני 06, 2021 7:32 pm
דורך סאנטיאגא
אוהב ספרים האט געשריבן:ער איז א וואלגארער פערזאן.
און וויי פאר אונזער דור אז ער איז פון די מחנכים פון אונזערע קינדער.
פני הכלב כפני הדור.
אזוי ווי א רב דארף שוין נישט היינט קיין סמיכה אדער כאטש וואלן - אלעס וואס ער דארף איז א לאט און א אייגענע שטעטל - דארף א ראש ישיבה נישט דורכגיין קיין שום פארהער, קיין שום scrutiny זיך צו דערקלערן מחנך. זירא!
דאס איז ליידער די מציאות אין כמה וכמה תחומים, סיי אין ביזנעס און סיי אין אקעדעמיע. ס'איז נישט דא ביי חסידים קיין שום סדר קיין שום דעגרי אז דו ביזט בכלל פעהיג צו דעם פאסטן, א שטייגער ווי YU וכו ס'איז אפגעריסן און צופלויגן... די מער איך טראכט אריין דערין נישט די קאריקילום און נישט די authority טויגט. ס'איז עפעס אזוי נישט valid
ער שטופט אפאר יאר ביי דעם ראש ישיבה, ביי יענע מתיבתא ערגעצוואו קלעבן זיך צו אפאר הייסע פענס פון משנים קדמוניות... ממממידעך זיין אז ער ווייסט וואס ער טוט... און ויהי היום: ער איז אליינס קאפעליטש מאכער! פארוואס? פארווען? וואס ביזטו? ווער ביזטו? איך קען זיי מוחל ליינען דיין רעזומעי? אין דיין אפיס הענגט עפעס א דיפלאומע פון עפעס א institution? האסט אמאל געשריבן א בוק אויף די נושא וואס דו האלסט אז די ספעציאליזירסט דאך אזוי? [tag]חסיד פון ליטא[/tag] זאגט דאך אז ישיבה איז נישט אנדערש ווי סיי וועלכע אנדערע ביזנעס. נא? כ'פרוביר עס אנצוקוקן ווי איינס, און סא-פאר פעלן זייער אסאך וויכטיגע עלעמענטן. פארגעס פון א בוק. האסט ריוויאס אויף יעלפ? ווייסט עמיצער דא פון א BBB.org פאר חסידישע ישיבות? האסט טעסטימאניעלס פון alumni's? כ'קען אפשר גיין צו דיין וועבסייט און ליינען דיין קאריקילום פלאן? וואס איז די סדר? וואס טוט מען אויף דארט א יאר? א זמן? וויפיל דרשנים פלאנט מען אראפצוברענגען אין די צייט פון סדר? נישט ווייל איך קעיר, איך בין פשוט נייגעריג צו "דו" קענסט דיין אייגענע קאריקילום, מהלך החינוך, סטראטעגיעס, און מעטאדן אויפציציען דאס וואס דו שרייסט אז דו ווייסט בעסער ווי מיר... איך דארף נישט קיין פענסי זאכן. פען און פעיפער! סימפל. פארוואס איז דאס נישט בנמצא? ווייל ס'איז בושות צו שרייבן? אדער ווייל דו אליין ווייסט נישט וואס טוט זיך מיט זיך און דיינע מיטלען טוישן זיך יעדע פאר חדשים?.... פארוואס איז דאס א סוד פון חדר אדער 'אין' חדר?
און מ'קען אזוי גיין צו יעדע שטאפל פון מארקעטינג. האסט אמאל אויפגעטרעטן אויף א פאדקעסט? האסט סאושל מידיע, איך קען קוקן יוטוב קליפס פון דיינע געדאנקען אין חינוך? דיינע שיטות אין אנדערע דרויסנדיגע טעמעס? פארוואס איז אלעס אזוי פנימי בין כותלי הבית מדרש? לאמיר הערן וואס דו פארקויפסט? וואס איז דיין קרעדיביליטי אין דעם פעלד פאר א גוט יאר?
ס'איז איראניש, ווען מ'גייט צו א דענטיסט און מ'באטראכט די גאנצע וואנט פון פרסים, פילט מען זיך אין גוטע הענט, אבער פאר די אייגענע קינדער צאלט מען שווערע אלפים פאר א מענטש מיט זיין סטעף זאלן אויפהאדעווען און ערציען אונזערע טייערע קינדער אן די מינדענסטע השגה וואס דער מענטש איז און פון ווי ער האט זיך געלערנט די פאך... וואס הייסט? איך האב דאך
עקספיריענס! וויאזוי האט טראמפ געזאגט אויף הילערי? She has experience, but it's bad experience
כ'גלייך נישט שטארק טראמפ אבער ס'איז א גוט ווארט.