בְּתוֹךְ עַמִּי האט געשריבן:רביה''ק זי''ע האט געשריבן:יעצט בין איך שוין טאקע צומישט, רעדט מען דא פון אמת׳ע אהבה אדער פון נארסיסיזם, פאר נארסיסיזם מיין איך קען נאר א גוטע פסיכאלאג העלפן.
כעל דיר זאגן, לכתחילה וויל מען האבן דעם געשמאקייט פון אמת׳ע אהבה אבער אויב נישט דאן כאטש בורדענען ווי א נארסיסיסט און זאל זיך די ווייב צושטעלן אינגאנצן צו מיינע קאפריזן
ערענסט גערעדט; ס׳דא איינער דא וואס האט זוכה געווען צו אמת׳ע אהבה? אדער אויב דו האסט אן אהנונג וואס דאס איז, וואס מ׳קען טון צו זוכה זיין דערין
ביטע זיי מזכה את הרבים. קלער אונז אויף דערוועגן, לאמיר קריגן א טעיסט דערין אפשר וועלן מיר אויך נהנה זיין...
שוין צייט צו פירן דעם אשכול ארויף אויף תכלית׳דיגע רעלסן... יישר כח!
איך קען זאגן דעם אין חכם כבעל ניסיון אין דעם עניין און איך וואלט נישט גערעדט דערפון ווען נישט איך שפיר אז עס קען זיין תכלית פאר אנדערע,
וואס איך האב געזעהן אז רוב עולם אידן, פרומע צו פרייע. צו בכלל נישט אידן. האבן א טעות מיטן עניין פון פשוט טיטשן די ווארט אהבה.
סך הכל פארשטייט א מענטש זיך ליב צו האבן און דעטס אולל, איך האב דאס און דאס ליעב אדער איך האב דאס און דאס נישט ליעב וכו' סאו וואס האקסטו מיר אין קאפ ליעב צו האבן יענעם. סך הכל ווילאנג איך האב מיר ליעב דורך יענעם איז עס ליבשאפט. און אז פעהלט אויס רוף עס אן יענעםס ליבשאפט (נישט קיין נפקא מינה די נאמען ווילאנג איך קען באקומען וואס איך האב ליעב). אוטומאטיש די מינוט וואס יענע ליבשאפט איז נישט מער די זאך וואס איך האב (די מערסטע) ליעב איז די גאנצע ליבשאפט בטל ומבוטל און הלואי וואלט איך אפילו פארגעסן דערפון.
ווער רעדט נאך אויב יענער האט אפגעמאכט מיר מער נישט צו פארגינען זיך אזוי שטארק ליעב צו האבן. און איך וויל נישט אויפגעבן נאר איך האב נישט קיין ברירה אבער מיין הארץ ציהט נאך און פראבירט זיך אנצוכאפן אויף עני זיסע חלום וואס איז רחוק מן המציאות אבער ווילאנג איך האב נאך די חלום וועל איך עס נאך אנרופן ליבשאפט.
אבער דאס איז פארשטייט זיך פאלטש און יעדער ווייסט אז עס איז פאלטש נאר דאך לעבט מען אזוי ווייטער.
כדאי צו פארשטיין וואס איז יא אהבה דארף מען ערשט אריינטראכטן וועלעכע סארט מענטש האט זיך באמת ליעב. און ווער רעדט זיך נאר איין אז ער האט זיך ליעב אבער באמת קעירט ער נישט פאר זיך גארנישט אדרבה ער בגראבט זיך אלץ טיפער און ערגער אבי ער טוט וואס אים שמעקט.
איך מיין אז יעדער פארשטייט אז וואס מער א מענטש טוט מה שליבו חפץ טוט ער היפך פון אהבה צו זיך אליין, ווייל ער גייט איין טאג צאלן די פרייז און פארלירן די אפשען צו האבן וואס לאזט אים האבן די זאכן וואס ער האט ליעב צו האבן,
און ווער האט זיך יא באמת ליעב.. דער וואס קעירט אביסל אז ער זאל קענען די מערסטע אנהאלטן וואס ער האט ליעב, אודאי אין אנהייב איז דאס נישט אזוי באקוועם ווי דער וואס טוט וואס אים שמעקט. אבער ער בויעט אויף די זאכן וואס ער האט ליעב צו זיין מקושר מיט אים. וויאזוי נאר דורכדעם וואס ער איז מקושר צו די זאך וואס ער וויל אז עס זאל בלייבן מיט אים, אוטומאטיש בויעט ער אויף גדרים וסייגים צו קעירן פאר די זאך, סיי אז עס זאל בלייבן גוט און פריש און עס זאל האבן אלעס וואס עס דארף און סיי דורכן זיך האלטן נאנט צו מאכן זיכער אז עס איז צופרידן און וועט נישט ווערן נמאס און מיד פון מיר,
מער פון דעם, ווען א מענטש טוט דאס, בויעט ער אויף א ליבשאפט צו די זאך וואס ער טוט עס און מיט די צייט גייט ער אליין אוטומאטיש טראכטן. וואס גייט זיין גוט פאר יענער אדער יענץ. וואס ער האט ליעב. און דער מענטש גייט פשוט באקומען געשמאק און ליבשאפט צו העלפן די זאך. און א ספעציעלע ליבשאפט ווען מען זעהט אז יענע זאך האט טאקע א תועלת פון מיין פעולה אדער אפגערעדט אויב עס האט גאר הנאה פון מיין פעולה. און נאר אזוי גייענדיג מחייל אל חייל מיט מחשבה וואס גייט יענעם העלפן אדער מאכן געשמאק קען מען האבן און בויען אמת'ע אהבה.
די כלל גייט ארויף נישט נאר פון די מאן צו די פרטי נאר די זעלבע פארקערט און אויך צו קינדער און אפילו חברים.
רוב מאל ווען מען פירט זיך אזוי אויף וועט דאס העלפן אז די אנדערע זייט זאל מיט די צייט טוהן די זעלבע. עס קען אסאך מאל נעמען צייט. אסאך מאל קען עס קאסטן שוועריגקייטן אויפן וועג אבער מען טאר עס נישט טוהן ווייל מען ווארט יענער זאל מיר צוריקצאלן פאר אלע גוטס וואס איך טוה אים. אדרבה מען דארף עס טוהן ווייל איך האב מיך ליעב און איך פארשטיי אז דאס איז די טובה פאר מיר. (מען פארלאנגט פון קיינעם נישט ליעב צו האבן יענעם מער פון זיך אליין. סך הכל אמאל טוט מען פאר יענעם מער ווי פאר זיך ווייל אזוי האב איך מער דערפון לאנג ראן. עס איז נישט קיין עבירה צו הנאה האבן פון לעבן ווען יענער האט הנאה, אדרבה עס איז א מצוה צו מאכן זיך און יענעם הנאה פונעם לעבן).
עס איז דא מצבים וואס מען דארף צולייגן אסאך נקודות וואס דא איז נישט די פלאץ צו מאריך זיין דאס איז נאר באופן כללי און יעדע מענטש קען עס אויפבויען דורך אביסל צולייגן קאפ און מדמה זיין מילתא למילתא.
פארשטייט זיך אז מען טאר נישט גיין צו ווייט און מען דארף נאך אלץ וויסן אז איך בין די מאן צו די מאמע אין שטוב. און איך קען זיך נישט לאזן מאכן צו ביליג סיי דורכן ווייזן בעיבישע ליבשאפט און סיי דורכן זיך לאזן טרעטן פון קינדער אדער חברים. יעדער זאל ניצן זיין קאפ אויפן פלאץ. אבער דאס זענען די יסודות אויפן שפיץ גאפל.