בלאט 3 פון 4
נשלח: מיטוואך יוני 30, 2021 8:31 am
דורך בת קול
עמינדב האט געשריבן:זייער אן אינטרעסאנטער קאמפיין. מ'האט זיך געלאזט קאסטן נישט פאר רפואה הוצאות נאר פאר א סגולה.
לויט ווי איך פארשטיי האלט ער שוין נאך דעם. די דאקטוירים האבן געהויבן הענט.
בלייבט נישט איבער עפעס אנדערש.
נישט אז איך האלט אז עס וועט עפעס אויפטוהן, אבער אויב עס לעבט אויף א טויטער, איז אויך א זכות.
נשלח: מיטוואך יוני 30, 2021 10:38 am
דורך אייראפעישער חסיד
בת קול האט געשריבן:עמינדב האט געשריבן:זייער אן אינטרעסאנטער קאמפיין. מ'האט זיך געלאזט קאסטן נישט פאר רפואה הוצאות נאר פאר א סגולה.
לויט ווי איך פארשטיי האלט ער שוין נאך דעם. די דאקטוירים האבן געהויבן הענט.
בלייבט נישט איבער עפעס אנדערש.
נישט אז איך האלט אז עס וועט עפעס אויפטוהן, אבער אויב עס לעבט אויף א טויטער, איז אויך א זכות.
נו חיי שעה איז אויך עפעס!
נשלח: מיטוואך יוני 30, 2021 11:06 am
דורך פערינא
ווי גייט זיין די מקוה? ס'איז א סוד?
נשלח: מיטוואך יוני 30, 2021 11:18 am
דורך [NAMELESS]
דזשערזי סיטי
נשלח: מיטוואך יוני 30, 2021 12:08 pm
דורך real fake news
אלעס א דאנק די טריפנה אינטערנעט
נשלח: מיטוואך יוני 30, 2021 4:43 pm
דורך תרמב
איך קען מעיד זיין אז אלעס איז עכטע געלט, ס’איז נישט געווען קיין פאלשע דאנעישאנס ווי אסאך קאמפיינס טוען.
נשלח: מיטוואך יוני 30, 2021 4:58 pm
דורך איך אויך
עמינדב האט געשריבן:זייער אן אינטרעסאנטער קאמפיין. מ'האט זיך געלאזט קאסטן נישט פאר רפואה הוצאות נאר פאר א סגולה.
האו עבאוט מען לאזט זיך קאסטן פאר א מקוה להרבות טהרה/קינדער בישראל און מען כאפט אריין א סגולה און אויך מחיה זיין א צובראכענע איד בצדו? טאטע שיק מיר הויזן אלערט.
נשלח: מיטוואך יוני 30, 2021 6:07 pm
דורך מורינו ורבנו
יעצט אז מען האלט שוין נאכן קאמפיין. קען איך פרעגן: איינער קען מעיד זיין אז די געלט קומט טאקע אן צום ריכטיגן ארט? - וואו גייט די מקוה שטיין, ווער פארעט זיך דערמיט? - איז נישט פארהאן קיין מעגליכקייט אז איינער מאכט דא עטליכע הונדערט אלפים אין טאש? - איך פרעג פאר נאאיווקייט, פשוט ווייל איך וויל וויסן!
ס'האט זיך פארבינדן צו מיין אישי איינער, און מיר געבעטן אז וויבאלד איך האב א השפעה דא אויף מאנכע, זאל איך ארויסהעלפן און טון אין דער נושא. איך האב נישט צוריקגעענטפערט, טאקע צוליב די סיבה. איך ווייס נישט פונקטליך במה דברים אמורים. איך קען נישט סתם אזוי רעדן, איך דארף לעבן מיט אן אחריות און טראגן יענעם מיט אחריות, נישט אבי...
נשלח: מיטוואך יוני 30, 2021 6:22 pm
דורך איך אויך
אקעי איך טראג אויך אן אחריות און איך מיין עס איז שוין גענוג געווען און קענסט שוין אויסרופן קאלערוואר.
נשלח: מיטוואך יוני 30, 2021 6:40 pm
דורך [NAMELESS]
איך אויך האט געשריבן:אקעי איך טראג אויך אן אחריות און איך מיין עס איז שוין גענוג געווען און קענסט שוין אויסרופן קאלערוואר.
ווארט ווארט. נישט אזוי שנעל.
מ'וויל מיר נאך קודם הערן וויאזוי מ'רעכט אפ א בין המצרים אינעם הויף.
און אויך ווי דער רבי וויילט שבת נחמו.
נשלח: מיטוואך יוני 30, 2021 7:33 pm
דורך נהורא נפישא
מורינו ורבנו האט געשריבן:יעצט אז מען האלט שוין נאכן קאמפיין. קען איך פרעגן: איינער קען מעיד זיין אז די געלט קומט טאקע אן צום ריכטיגן ארט? - וואו גייט די מקוה שטיין, ווער פארעט זיך דערמיט? - איז נישט פארהאן קיין מעגליכקייט אז איינער מאכט דא עטליכע הונדערט אלפים אין טאש? - איך פרעג פאר נאאיווקייט, פשוט ווייל איך וויל וויסן!
ס'האט זיך פארבינדן צו מיין אישי איינער, און מיר געבעטן אז וויבאלד איך האב א השפעה דא אויף מאנכע, זאל איך ארויסהעלפן און טון אין דער נושא. איך האב נישט צוריקגעענטפערט, טאקע צוליב די סיבה. איך ווייס נישט פונקטליך במה דברים אמורים. איך קען נישט סתם אזוי רעדן, איך דארף לעבן מיט אן אחריות און טראגן יענעם מיט אחריות, נישט אבי...
פארוואס נאר איינער, לכה"פ פינעף ניקים האבן זיך מיט אייך פארבינדן, אמת ?
פון וואו ווייסעך פשוט ווייל איך מיט נאך פיר פון מיינע ידידים וואס שרייבן דא האבן זיך פארבינדן מיט אייך נאר כדי צו מאכן אייער טאג.
נו, ס'איז געלונגען? מ'האט טאקע געמאכט אייער טאג ?
נשלח: מיטוואך יוני 30, 2021 7:43 pm
דורך [NAMELESS]
בת קול האט געשריבן:לויט ווי איך פארשטיי האלט ער שוין נאך דעם. די דאקטוירים האבן געהויבן הענט.
בלייבט נישט איבער עפעס אנדערש.
נישט אז איך האלט אז עס וועט עפעס אויפטוהן, אבער אויב עס לעבט אויף א טויטער, איז אויך א זכות.
אז מען האלט נאך דעם פארשטיי איך אויך.
די ווארעמע אפיעלס זענען אלע געשריבן געווארן כאילו דא גייט מען באשאפן א בעיבי. און מ'האט מנדב געווען כאילו פון דעם האנדעלט זיך דא. און דאס איז א חידוש.
לעבט אויף, גוט. וואס וועט זיין אין 3 יאר ארום? וועט ער זיין צופרידן אז ער האט א מקוה לזכותו?
איך אויך האט געשריבן:האו עבאוט מען לאזט זיך קאסטן פאר א מקוה להרבות טהרה/קינדער בישראל און מען כאפט אריין א סגולה און אויך מחיה זיין א צובראכענע איד בצדו? טאטע שיק מיר הויזן אלערט.
פיין און וואויל. יעדער פארשטייט אז א פשוטע מקוה קאמפיין וואלט נישט אזוי מצליח געווען. עס האט נאר געארבעט מיט די תחיית המתים סלאוגענס.
[בכלל אפילו סגולות וואס שטייען אין ספרים דארף מען גרויס רחמים עס זאל ארבעטן. די סגולה דא האט דאכציך נישט קיין שום מקור.]
אויב איז די קאמפיין עכט געווען פאר די מקוה און מ'האט אונטערגעצינדן די געפילן מיט די טרויעריגע מעשה איז עס געווען א גוטע דזשאב. איך האב טאקע נישט געגעבן ווייל די מקוה האט גארנישט מיט די ערווארטעטע קינד און דרייטס מיר נישט קיין קאפ.
איך האב נישט געשריבן בשעת עס איז אנגעגאנגען נישט צו אפקילן.
עס איז עכט נישט איינגענעם צו רעדן דערוועגן אין פאבליק און איך האף אז ער קומט נישט אן אהער.
זעלבסט פארשטענדליך דאס אלעס מאכט נישט קלענער די קרעדיט וואס קומט צו תרמב און אלע עוסקים במצוה העלפן מיט מקוה און מאכן א חבר פילן אביסל בעסער.
נשלח: מיטוואך יוני 30, 2021 9:07 pm
דורך תרמב
נישט יעדער גלייבט אין סגולות און אפילו אויב יא מוז מען נישט גלייבן יעדע סגולה, אבער די סגולה פון א מקווה איז א סגולה וואס האט זיך ארויסגעשטעלט אז ס’ארבעט מער ווי אנדערע סגולות, אונטער דעם קאמפיין איז געשטאנען א סאך אינגעלייט וואס האבן אליינס נישט קיין קינדער זיי קענען דעם אינגערמאן און זיי האבן פרובירט די לעצטע זאך וואס מ’קען נאך טון וואס איז נאכנישט געטון געווארן, צו ס’גייט העלפן זיי אלע האפן אז יא, און ח’’ו נישט זאל עס זיין א זכות פאר דעם אינגערמאן און פאר אלע וואס האבן ארויסגעהאלפן.
און דו מורנו ורבנו איך קען דיר העלפן מיט אינפארמאציע וועגן די מקווה אבער איין זאך איך גיי נישט ארויסגעבן קיין פריוואטע פרטים פאר א מענטש וואס איך קען נישט, איך קען מיך אראפזעצן מיט דיר און עס אויסשמועסן איך קען אפילו מיט ברענגען א קוויטל פאר די מצב.
נשלח: מיטוואך יוני 30, 2021 9:21 pm
דורך מפיל קינד
מורינו ורבנו האט געשריבן:יעצט אז מען האלט שוין נאכן קאמפיין. קען איך פרעגן: איינער קען מעיד זיין אז די געלט קומט טאקע אן צום ריכטיגן ארט? - וואו גייט די מקוה שטיין, ווער פארעט זיך דערמיט? - איז נישט פארהאן קיין מעגליכקייט אז איינער מאכט דא עטליכע הונדערט אלפים אין טאש? - איך פרעג פאר נאאיווקייט, פשוט ווייל איך וויל וויסן!
ס'האט זיך פארבינדן צו מיין אישי איינער, און מיר געבעטן אז וויבאלד איך האב א השפעה דא אויף מאנכע, זאל איך ארויסהעלפן און טון אין דער נושא. איך האב נישט צוריקגעענטפערט, טאקע צוליב די סיבה. איך ווייס נישט פונקטליך במה דברים אמורים. איך קען נישט סתם אזוי רעדן, איך דארף לעבן מיט אן אחריות און טראגן יענעם מיט אחריות, נישט אבי...
איך קען גוט דער וואס בויט די מקוה. א איד וואס האט אליין נישט קיין קינדער. ער איז געשטאנען אונטער דעם גאנצן קאמפיין.
סיי וועלכער איד וואס וואוינט אין דזשערזי סיטי קען מעיד זיין אז קיין איין דאלער גייט נישט לאיבוד.
ער האט געקויפט א לאט פאר 400,000 בערך, ער בויעט עס פאר ארום 700,000. אינאיינעם איז עס א מיליאן פלאס.
ער האט שוין געשאפט רוב געלט, און מיט די אייוועלט געלט קען מען ענדיגן בקרוב.
נשלח: מיטוואך יוני 30, 2021 10:24 pm
דורך [NAMELESS]
/////
נשלח: מיטוואך יוני 30, 2021 10:46 pm
דורך תרמב
יעדער ווייסט דא אז בדרך הטבע איז נישט דא עכט קיין גרויסע טשענסעס, וועגן דעם פרובירן זיי א סגולה צו ברענגען נסים, אז דו גלייבסט נישט קיין נסים, קען זיין אז דו האסט א פוינט,
חוץ מזה איך ווייס נישט פונקטלעך וואס דו מיינסט אז עפעס קומט ארויס, אבער איך גלייב אז מענטשן וואלטן זיך ענדערש געווינטשן צו האבן א רעבעליעס קינד אדער וואס, אבי נישט זיך ארומצודרייען ביי די 23 און וויסן אז עס איז נישטא מער קיין האפענונג פארן לעבן.
נשלח: מיטוואך יוני 30, 2021 11:05 pm
דורך רביה''ק זי''ע
איך בעט דיך פליז למען השם נוץ נישט אזעלכע נעגאטיווע ווערטער ווי ״מער נישט דא קיין האפענונג פאר׳ן לעבן״ כאילו אין דעם ווענדט זיך דיין גאנצע לעבן, קענסט פאר די זעלבע פרייז זאגן ״מ׳גייט נישט האבן קיין קינדער״, ווייל דו האסט א מעשה׳לע אין קאפ אז דיין לעבן הענגט אויף דעם דארפסטו עס נאכנישט אריינהאמערן אין קאפ פאר אנדערע מענטשן און זיי מאכן אומעטיג און דיפרעסט.
Re: קידוש ה' מיט מאסיווע 250,000 דאלער קאמפיין אויף אייוועלט
נשלח: מיטוואך יוני 30, 2021 11:56 pm
דורך תוהו ובוהו
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך בעט דיך פליז למען השם נוץ נישט אזעלכע נעגאטיווע ווערטער ווי ״מער נישט דא קיין האפענונג פאר׳ן לעבן״ כאילו אין דעם ווענדט זיך דיין גאנצע לעבן
א ריכטיגע נקודה, ס'איז טאקע א סענסעוועטיווע טאפיק.
און אמת אז ס'איז דא די נאטורליכע ווילן צו האבן קינדער און זעהן א המשכה וכו' וכו'
אבער א גרויס חלק איז א קולטוראלע, וואס ביי אונז 'סוקסעס' דרייט זיך ארום אויפצוען געלונגענע בא'חנ'טע קינדער, און דאס גאנצע 'לעבן' דרייט זיך ארום דעם (נישט ארויסגערעדט ווערן ווען דאס איז נאר א מיטל צו מסדר זיין די שלום בית וד''ל) און מיט אזא עראטוט איז נישט האבן קינדער ''אוועקגענומען דאס האפענונג פארן לעבן''.
אבער אויב קען א מענטש אביסל שיפטן זיין בליק זיך אביסל באפרייען פונעם קולטוראלע'ן דרוק ,און עס באטראכטן ווי נאך א 'חלק' פון לעבן, אבער נישט אין דעם ווענציך לעבן און טויט, ער קען האבן א שיין לעבן פיל מיט ליבע, אמביציע, הנאה און סיפוק און יעדע אינגרידיענט וואס מאכט א מענטש פילן גליקלעך/תכלית'פול אין לעבן, אויך אן האבן קינדער. (כ'מיין, אין די אלגעמיינע וועלט לעבט מען היפש גליקלעך ביז די 35 אן קינדער, און איך פארשטיי דעם חילוק פון וויסן אז מ'וועט נישט האבן אבער דאך איז א ריזיג חלק די קולטוראלע טייל ווי לעבן און טויט ווענציך דערין)
און נאכאמאל כ'מיין חלילה נישט צו אונטערמינעוון די פיין פון חשוכי בנים אויף קיין שום וועג נאר אדרבה אפפערן א שטיקל וועג ווי אזוי אפשר צו לעבן דערמיט גרינגער.
Sent from my KFDOWI using Tapatalk
נשלח: דאנערשטאג יולי 01, 2021 12:18 am
דורך תרמב
קען זיין אז דו ביזט גערעכט ווען מען ווערט אויפגעוואקסן אזוי, אבער אויב האט מען חתונה ביי די ניינצן און מ’לעבט מיט די צוגאנג אין אזא קאמיוניטי, און מ’דערזעהט זיך געציילטע יאר שפעטער אז ס’שוין נישט דא וואס צו פרובירן אפילו געבט עס זייער א שלעכטע טעם און געפיל, וויאזוי די זאלסט עס דרייען.
נשלח: דאנערשטאג יולי 01, 2021 12:45 am
דורך צפור בודד
רביה''ק זי''ע האט געשריבן:איך בעט דיך פליז למען השם נוץ נישט אזעלכע נעגאטיווע ווערטער ווי ״מער נישט דא קיין האפענונג פאר׳ן לעבן״ כאילו אין דעם ווענדט זיך דיין גאנצע לעבן, קענסט פאר די זעלבע פרייז זאגן ״מ׳גייט נישט האבן קיין קינדער״, ווייל דו האסט א מעשה׳לע אין קאפ אז דיין לעבן הענגט אויף דעם דארפסטו עס נאכנישט אריינהאמערן אין קאפ פאר אנדערע מענטשן און זיי מאכן אומעטיג און דיפרעסט.
א דאנק פארן שרייבן. איך האב עטליכע יארן נישט געהאט קיין קינדער און ס'איז טאקע נישט שטענדיג לייכט געווען אבער איך קוק אויך צוריק אויף יענע יארן ווי א חסד. איך האב נישט געדארפט קינדער אזוי יונג, איך האב געהאט צייט זיך צו באקענטיגן און פארברענגען מיט מיין ווייב, זיך אליין צו ענטוויקלען, זיך פרייען מיט מיינע יונגע יארן און מאכן א לעבן איידער איך בין געווארן א מטופל בבנים. ס'איז שווער צו זאגן וואס וואלט געווען, אבער לכאורה איז מיין גאנצער לעבן פאר מיר בעסער און צופרידענער וועגן יענער פאר יאר.
מען דארף טאקע העלפן און מחזק זיין די וואס דארפן הילף נאר דאס פעטישיזירונג פון קינדער געטריבן דורך געלט דארשטיגע ארגאניזאציעס ווי בוני עולם, א טיים וכדומה ברענגט צו ברעכן. ס'איז דא א לעבן אויסער קינדער וואס א סאך מענטשן ווערן דערפון קיינמאל נישט געוואויער ווייל זיי זענען אזוי ביזי אניאגן נאך קינדער. און ווארטן א פאר יאר האט גאר א סאך מעלות.
ווייטער לגבי דער אזויגערופענער "קידוש ה'", וואו קידוש השם? ס'ווייזט וואס פאר א קעלבלעך אונז זענען און וואס פאר א פנים צופיל פון די קאמפיינען האבן. איך האב עטליכע מאל געליינט דעם קאמפיין "אבאוט" בלאט און אויך דער אשכול אויף אייוועלט און איך האב נישט געקענט זען דער צוועק פון דער קאמפיין, וואס מ'גייט טון מיט דער געלט און ווער רעדט נאך ווער זענען די נאמנים איבער דער געלט. אבער כך היא דרכה של קאמפיינס. ס'איז א היימישע קאזינאו פאר אקסן וואו יעדער טאנצט ארום דער "ד'זאקפאט" פון וואס ער וועט אריינצאלן און אליין נישט געניסן קיין סענט, אבער הקרן קימת לעוה"ב שטייט'זיך.
עמכם אנכי בצרה און איך האב אויך שוין צושטייער געגעבן און איך וועל נאך צושטייער געבן אין פריידן. איך רעד מיך אבער נישט איין אז ס'איז א קידוש השם. א חלק צאל איך ווייל כאטש עפעס וועט אנקומען צום צוועק, א חלק אלץ איינטריט געלט און מעמבערשיפ פאר אונזער געזעלשאפט וואו פריינד און קרובים און קליענטן ערווארטן עס, אמאל (למשל ר' שאול אדער ר' שמואל ניימאן) אלץ א פראטעסט און אמאל טאקע ווי א קאלב. איך קען אויך שיכור ווערן פון די פארבן פון די צעטלעך, כסדר'דיגע וואטסאפס אדרעסירט צו מיין ערשטער נאמען און פון דער זייגער וואס לויפט אויף אראפ און דער געלט ציילער וואס שיסט אויף ארויף. דאס הארץ מאכט זיך אויף, די קעשענע ווערט לויז, דער טייסטער באווייזט זיך אויפן טיש (אין פאל אז די נומערן שפרינגען נישט אליין אויף פון זכרון), און פאר צען סעקונדעס באווייזט זיך מיין "הצלחה רבה" און איך שפיר מיך א חלק פון דער עם סגולה.
נשלח: דאנערשטאג יולי 01, 2021 12:57 am
דורך תרמב
דו האסט טענות אויף די סיסטעם אז די עולם וויל קינדער שנעל, שינעים לך, אבער וואס האבן דיך די ארגענייזעישאנס שלעכטס געטון? זיי האבן אפגעמאכט ווען די עולם זאל האבן קינדער? זיי העלפן מענטשן וואס האבן מעדיקעל אישוס וואס דארפן געסאלווד ווערן נישט קיין חילוק וויפיל צייט נאך די חתונה מ’האלט.
נשלח: דאנערשטאג יולי 01, 2021 1:00 am
דורך תרמב
לגבי די קידוש השם וואלט איך געזאגט אז דאס אז די עולם איז געווארן אזוי אנגעווארעמט לדבר מצווה לזכות א אינגערמאן וואס איז אין א צרה ווייזט די שיינע פארבן פון כלל ישראל אז זיי ווערן אנגעווארעמט ווען זיי הערן אז א איד איז אין א צרה אפילו מ’ווייסט נישט יענעמס נאמען.
נשלח: דאנערשטאג יולי 01, 2021 2:55 am
דורך [NAMELESS]
איינער אויף אייוועלט וואס ווארט נאך אויך פאר קינדער מיט האפענונג על פי דרך הטבע, - איך מיין אז הרב טייטלבוים - האט געפענט א אשכול ווי ער לייגט אראפ וואס עס מיינט פאר עם א זכות אין א מקווה ער טרעפט זיין טרייסט אין דעם אז בזכותו ווערן געבוירן ריינע אידישע נשמות און ער פילט ווי ער לאזט איבער אן המשכה, און ווי ער פארט כסדר אראפ צו די מקווה מיט זיין ווייב און שעפט חיות אויף ווייטער.
דאס האט געמאכט די מכה בפטיש אויף מיר, אז אפילו אויב חס ושלום נסים געשענט נישט, איז דאס אליינס א שטארקע זאך פאר די יונגערמאן און זיין ווייב.