בלאט 3 פון 5

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 3:58 pm
דורך לעמיל
דא האסטו viewtopic.php?f=33&t=1471
איינע פון די ערשטע אשכולת און צומעס

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 4:21 pm
דורך גאלד
דער ברודער, ר' מנשה, האט מען פאר'משפט שוין אפאר וואכן צוריק צו 6 חדשים נעבעך,
ר' ארי' לייב איז בלויז געווען דער מסייע האט ער באקומען דער קלענערע עונש
ביידע האבן באקומען כמעט די מינינומום
איך וויל נישט דא אריינמישן וועבערמאן,
אבער ס'גוט צו וויסן אז זיי האבן געפליטעד גילטי, ווען זיי ווערן ווען געפינען שולדיג דורך א דשורי, וואלט דער ברודער ווען געקענט באקומען 10 יאר און ר' ארי' לייב 3-4 יאר,
הלוואי ווען קיינער פאלט נישט אריין און קיין לעגאלע פראבלעמען
אבער ליידער פאסירט עס יא און ס'צייט זיך צו לערנען א לעקציע

אגב, איך זעה נישט פארוואס דאס ליגט אין צימעס

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 4:26 pm
דורך מיין מיינונג
גאלד, עס איז בכלל נישט דומה א סטעיט קעיס צו א פעדעראל קעיס, ס'איז א גענצליך אנדערע שפיל. נעם ענדערש א ראי' פון נפתלי שלעזינגער, מרדכי יצחק סאמעט, שלום מרדכי רובאשקין. די אלע אידן האבן געהאט פליע בארגעינס און דאס נישט גענומען און זענען ארויס מיט שווערע יארן. לעומת זה רוב אידן פון דוועק קעיס וואס האבן גענומען פליע בארגעינס האבן באקומען מאקסימום 5 יאר

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 4:37 pm
דורך שעפטל
גייט אריין אפריל 16

(פארוואס איז דעס אין צימעס?)

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 4:39 pm
דורך [NAMELESS]
איז נישט צימעס דא פלאץ פאר:
מהנעשה והנשמע אין די היימישע גאסן און הויפן?

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 4:44 pm
דורך גאלד
נו וואס האט דאס מיט היימישע גאסן און הויפן?
דאס ברויך גייט און די זעלבע סעקשן ווי, רובאשקין און וועבערמאן, וכו'

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 4:59 pm
דורך שעפטל
ממש א שרעק! אפגעזעהן די פארטיי פון ר' ארי' לייב'ן, דער איד מאכט מיט די לעצטע פאר יאר נאר פארן ארויסהעלפן זיינע אידישע ברודער ווי זענען יעצט דארט ווי מ'שיקט אים יעצט אהין. ר' ארי' לייב איז לכל הדעות געווען דער מלאך המושיע פאר אלע אידן וואס שמאכטן נעבעך, ער האט קיינמאל נישט געמאכט קיין חילוק ווער דער זיצער איז. אפילו יעצט גייט ער זיצן צוליב העלפן איינעם אן דעם וואס ער האט געהאט דערפון ס'מינדערסטע טובת הנאה!
נסתרים דרכי ה'!

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 5:05 pm
דורך זר זהב
ר' ארי' לייב באלאנגט נישט אין ערגעץ.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 5:06 pm
דורך מיין מיינונג
אין תפיסה זיכער נישט.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 5:37 pm
דורך הדד בן בדד
מיין מיינונג האט געשריבן:גאלד, עס איז בכלל נישט דומה א סטעיט קעיס צו א פעדעראל קעיס, ס'איז א גענצליך אנדערע שפיל. נעם ענדערש א ראי' פון נפתלי שלעזינגער, מרדכי יצחק סאמעט, שלום מרדכי רובאשקין. די אלע אידן האבן געהאט פליע בארגעינס און דאס נישט גענומען און זענען ארויס מיט שווערע יארן. לעומת זה רוב אידן פון דוועק קעיס וואס האבן גענומען פליע בארגעינס האבן באקומען מאקסימום 5 יאר


אבער ביי רובאשקין למשל, ווי מען האט אים געאפערט 15 יאר פאר א פלי בארגעין איז זייער שווער אפצומאכן וואס צו טאן. אבער ביי די יאקאבאוויטשעס האט מען זיי געאפערט צוויי דריי יאר, און זיי האבן עס נישט גענומען און באקומען שווערע יארן

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 5:43 pm
דורך יונגערמאנטשיק
הדד, דו רעדסט אלעמאל פאר די ווייסט אדער נאר דאס מאל?

יאקאבאוויטשעס האבן גענומען א פלי בארגען, און באקומען 7 יאר 10 יאר און 15 יאר.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 5:57 pm
דורך [NAMELESS]
די נייעס פון ר' ארי לייב ווערט ערגעץ ריפארטעד אין די מידיא?

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 5:59 pm
דורך זר זהב
אוי, זוכסט א לינק הא?

ב"ה די מידיע האט פארגעסן דערפון

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 6:09 pm
דורך גאלד
דערווייל נישט, אויב די פאוסט וועט עס נישט באריכטן העט עס זיין ממש א נס גלוי

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 6:15 pm
דורך הדד בן בדד
יונגערמאנטשיק האט געשריבן:הדד, דו רעדסט אלעמאל פאר די ווייסט אדער נאר דאס מאל?

יאקאבאוויטשעס האבן גענומען א פלי בארגען, און באקומען 7 יאר 10 יאר און 15 יאר.


איך האב דאס געהערט פון איינעם וואס איז א שכן און א חבר פאר איינעם פון זיי, ער האט מיר געזאגט אז ער ווייסט קלאר אז מען האט זיי געאפערט קליינע סענטענסעס, אבער סקולענער רבי האט זיי געהייסן אפזאגן ווייל זיי גייען ארויסגיין פריי.

עס שטימט אויך מיט וואס איך האב געהערט פון א גרויסן סקולענער חסיד וועלכער איז געווען ביים סקולענער רבין עפעס תיכף נאך וואס זייער פסק איז ארויס און דער רבי האט זיך זייער שווער געאייסערט אז דער שופט האט גאר זיך אליינס אפגעטון מיטן זיי געבן אזא שארפער פסק.

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 6:37 pm
דורך signout
גאלד האט געשריבן:דער ברודער, ר' מנשה, האט מען פאר'משפט שוין אפאר וואכן צוריק צו 6 חדשים נעבעך,
ר' ארי' לייב איז בלויז געווען דער מסייע האט ער באקומען דער קלענערע עונש
ביידע האבן באקומען כמעט די מינינומום
איך וויל נישט דא אריינמישן וועבערמאן,
אבער ס'גוט צו וויסן אז זיי האבן געפליטעד גילטי, ווען זיי ווערן ווען געפינען שולדיג דורך א דשורי, וואלט דער ברודער ווען געקענט באקומען 10 יאר און ר' ארי' לייב 3-4 יאר,
הלוואי ווען קיינער פאלט נישט אריין און קיין לעגאלע פראבלעמען
אבער ליידער פאסירט עס יא און ס'צייט זיך צו לערנען א לעקציע

אגב, איך זעה נישט פארוואס דאס ליגט אין צימעס

פין סאטמארלייוו קוקט אויס אנדערש, אינטערסאנט איז וואס זיי לייגן צו אין איך האב עס געהערט אויך פין אנדערע אז די בריוו פין מהר''א האט געווירקט אויפן ריכטער

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 6:40 pm
דורך יונגערמאנטשיק
איך ווייס נישט ווער דער שכן איז, זעהט אויס אז ס'האט זיך אים עפעס צוגעדאכט. די יאקאבאוויטשעס האבן גע'פליד גילטי.

א שנעלע זוך אויף גוגל האט געברענגט די לינק.

http://callcenterinfo.tmcnet.com/news/2 ... 212319.htm

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 6:59 pm
דורך boxcover
שעפטל האט געשריבן:ממש א שרעק! אפגעזעהן די פארטיי פון ר' ארי' לייב'ן, דער איד מאכט מיט די לעצטע פאר יאר נאר פארן ארויסהעלפן זיינע אידישע ברודער ווי זענען יעצט דארט ווי מ'שיקט אים יעצט אהין. ר' ארי' לייב איז לכל הדעות געווען דער מלאך המושיע פאר אלע אידן וואס שמאכטן נעבעך, ער האט קיינמאל נישט געמאכט קיין חילוק ווער דער זיצער איז. אפילו יעצט גייט ער זיצן צוליב העלפן איינעם אן דעם וואס ער האט געהאט דערפון ס'מינדערסטע טובת הנאה!
נסתרים דרכי ה'!

אריינגערעכענט אלע כבוד וואס קומט אייך, רא"ל איז טאקע א איד א בעל חסד, אבער ער זיצט נישט פארן ארויסהעלפן זיינע אידישע ברודער, נאר פאר זיינע אייגענע טעותים. אמת אז די בר מצוה סומאטאכע איז בעיקר געווען פאר יענעם, אבער די טעותים זענען זיינע.

אוודאי זאל איך - און קיין שום איד - נישט דארפן צוקומען צו אלע טובות. אבער אויב ח"ו יא, טאר מען נישט טון קיין דריידלעך איבערהויפט ממש קרופטירטע שריט. טאקע א כלל-טיער ווי אים דארף וויסען און געדענקען צו איינהאלטן דאס געזעץ. אויב די בעיסיק אחריות איז נישט גענוג צו דערמאנען, דאן זעהענדיג די ארעסטאנטן יום ביומו האט געזאלט דינען אלץ א הרחקה. נאכדערצו אזא היי-פארפייל מענטש דארף מער זיך באהיטן בכל מיני גדרים וסייגים אז אפילו א חשד זאל נישט חל זיין. בנוגע די #8 סומאטאכע אל תקרא ארויסהעלפן זיינע אידישע ברודער, אלא ארויסהעלפן זיין ברודער.

און זאל דאס זיין א מעסעדזש פאר אלע שומרי תורה ומצוות ומדקדקי בקל כבחמורה: ווען חז"ל האבען געזאגט דינא דמלכותי דינא איז עס נישט נאר א הלכה נאר אן עצה טובה :wink:. עס איז צייט די חילול השם זאל זיך שוין אפשטעלן

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 7:00 pm
דורך זר זהב
signout האט געשריבן:[quote
פין סאטמארלייוו קוקט אויס אנדערש, אינטערסאנט איז וואס זיי לייגן צו אין איך האב עס געהערט אויך פין אנדערע אז די בריוו פין מהר''א האט געווירקט אויפן ריכטער

סאטמארלייוו זאגט עס אליינס....

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 7:15 pm
דורך signout
OMG

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 7:16 pm
דורך יונגערמאנטשיק
זר'לע, איך האב געמיינט אז דו ביסט שוין אויסגעוואקסן די זאכן. די בריוו מאכט קיינעם נישט גרעסער, און איך גלייב נישט אז סאטמאר לייו זאל סתם אזוי מאכן אזא מעשה. און אז יא?

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 7:42 pm
דורך איך אויך
מיין מיינונג האט געשריבן:גאלד, עס איז בכלל נישט דומה א סטעיט קעיס צו א פעדעראל קעיס, ס'איז א גענצליך אנדערע שפיל. נעם ענדערש א ראי' פון נפתלי שלעזינגער, מרדכי יצחק סאמעט, שלום מרדכי רובאשקין. די אלע אידן האבן געהאט פליע בארגעינס און דאס נישט גענומען און זענען ארויס מיט שווערע יארן. לעומת זה רוב אידן פון דוועק קעיס וואס האבן גענומען פליע בארגעינס האבן באקומען מאקסימום 5 יאר

איך פארשטיי נישט, איז דען נישט די דוועק קעיס א פעדעראלע קעיס?

נשלח: דאנערשטאג פעברואר 28, 2013 7:42 pm
דורך חשבון
עס טוט זייער וויי. אבער רעלאטיוולי איז ער גרינג אפגעקומען