בלאט 3 פון 3

נשלח: דינסטאג אוגוסט 24, 2021 1:55 am
דורך ליב צו וויסן
בת קול האט געשריבן: :cry:

די חילוק איז אז די רעגירונג איז נישט אין די חינוך ליין.
די רעגירונג איז דא צו האלטן קאנטראל און היטן די מענטשהייט.

איינשפארן פארן רעדן חוצפה'דיג צו א Judge היט עפעס די מענטשהייט?? אויב איז די תירוץ אז כדי צו קענען האלטן קאנטראל פעלט זיך אויס דרך ארץ, איז דאך די זעלבע מיטן ראש הישיבה..

די תפקיד פון מלמדים און עלטערן איז מחנך צו זיין אז די קינדער זאלן וואקסן לייטיש.

ווער זאגט אז נישט, מען דארף דאך אבער האלטן קאנטראל...

אוודאי דארף אמאל זיין דיצעפלין, אבער נישט אויף א רעגירונג לעוועל וואס מען ניצט פאר קרימינאלן.

1. Contemt of court איז Criminal? דאן פארוואס איז חוצפה פארן ראש ישיבה ווייניגער?!
2. אויף א רעגירונג לעוועל זאגסטו? האסט געהערט אמאל א ראש ישיבה זאל איינשפארן איינעם פאר 2 וואכן פארן רעדן חוצפה'דיג?
וועלכע "קרימינאל" וואלט נישט ענדערש געוואלט באקומען 2 פעטש ווי איידער זיצן אין תפיסה???

אלץ חינוך אויס, איז די איינציגסטע זאך וואס פעטש לערנט אויס פאר א קינד, אז אויב ער איז שטערקער, מעג ער שלאגן אדער ניצן פיזישע פארס קעגן די וואס זענען שוואכער פון אים.

ווי געשמועסט רעדט מען פון קאנטראל.

און ווי געשמועסט אינעם פאריגן תגובה.. קראקאדייל טרערן פאר א בחור וואס כאפט 2 פעטש פארן צושטערן קאנטראל אין ישיבה, בשעת מען פארשטייט אז ס'איז בארעכטיגט צו פארשפארן א מענטש ווייל ער האלט נישט ביים באצאלן טעקסעס פאר עפעס וואס ער איז נישט נהנה פון (אלס א משל...), איז לענ"ד היפאקריטיש און שמעקט פון פאנאטישקייט.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 24, 2021 2:06 am
דורך בת קול
ליב צו וויסן האט געשריבן:

נאכאמאל, דו גלייכסט צו זאכן וואס האבן נישט איינס מיטן צווייטן.
די תפקיד פונעם justice system איז נישט חינוך.
און מאך נישט אויס בחורים פאר חיות.
אין פאבליק סקול טוהן די צענערלינגען אסאך ערגער, און זיי דארפן נישט קאנטראלירן מיט פעטש.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 24, 2021 7:14 am
דורך [NAMELESS]
ווען איינער הייבט הענט האט ער שוין פארלוירן! די חינוך און עדיוקאציע סיסטעם ביים היימישן ציבור איז איבערגעטריבן טייער, קען מען נישט טרעפן פאר דעם פרייז מחנכים וואס זאלן קענען מחנך זיין בחורים אן נוצן זייערע פאדערשטע?

די איינציגסטע וועג וויאזוי דאס וועט זיך אפשטעלן (ע"ע סאטמאר מאנסי וואו א מלמד טראכט טויזענט מאל פארן הייבן הענט) איז דורכן פארשפרייטן בילדער און מאכן שעימינג.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 24, 2021 7:26 am
דורך אספקלריה
איך ליג נישט און די ענין בעומק צוקענען זעען די זאך קלאר
נאר איין פערספעקטיוו,
מיינע קינדער פלעגן לערנען און פלאץ וואו מהאט געמעגט דערלאנגען א פראסק.
כהיום לערנען זיי און א מקום וואו מקען נישט דערלאנגען,
די מינאפילעשין און קאנטראל מעטאדס וואס מיין קינד באקומט פון דיע נישט שלאגען פאליסי,
זאל דער בורא שומר ומציל זיין
איך פיל אסאך מאל וואו זאגען געב עם א פראסק און לאז עם מנוחה.
עביוזען און קאנטארלען די מיינד איז אוכט עפעס וואס לאזט לאנגע עפעקטען,
די קינדער קומען טייל מאל אהיים, דרעינד פון ענערדזשי.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 24, 2021 7:37 am
דורך [NAMELESS]
אספקלריה האט געשריבן:איך ליג נישט און די ענין בעומק צוקענען זעען די זאך קלאר

איך וואלט זייער געוואלט וויסן מער וועגן דעם. וואס זענען די טאקטיקן?

נשלח: דינסטאג אוגוסט 24, 2021 7:59 am
דורך הוגה
מאך זיכער האט געשריבן:די חינוך און עדיוקאציע סיסטעם ביים היימישן ציבור איז איבערגעטריבן טייער, קען מען נישט טרעפן פאר דעם פרייז מחנכים וואס זאלן קענען מחנך זיין בחורים אן נוצן זייערע פאדערשטע?

פאר וועלכע פרייז? 40-50k פער יאר? אר יו סיריעס?

נשלח: דינסטאג אוגוסט 24, 2021 10:12 am
דורך הקטן
מאך זיכער האט געשריבן:די איינציגסטע וועג וויאזוי דאס וועט זיך אפשטעלן (ע"ע סאטמאר מאנסי וואו א מלמד טראכט טויזענט מאל פארן הייבן הענט) איז דורכן פארשפרייטן בילדער און מאכן שעימינג.

ס'דא וואס וועלן זאגן דאס לערענט נישט עכעט אויס...

נשלח: דינסטאג אוגוסט 24, 2021 10:46 am
דורך אספקלריה
דעת האט געשריבן:
אספקלריה האט געשריבן:איך ליג נישט און די ענין בעומק צוקענען זעען די זאך קלאר
נאר איין פערספעקטיוו,
מיינע קינדער פלעגן לערנען און פלאץ וואו מהאט געמעגט דערלאנגען א פראסק.
כהיום לערנען זיי און א מקום וואו מקען נישט דערלאנגען,
די מינאפילעשין און קאנטראל מעטאדס וואס מיין קינד באקומט פון דיע נישט שלאגען פאליסי,
זאל דער בורא שומר ומציל זיין
איך פיל אסאך מאל וואו זאגען געב עם א פראסק און לאז עם מנוחה.
עביוזען און קאנטארלען די מיינד איז אוכט עפעס וואס לאזט לאנגע עפעקטען,
די קינדער קומען טייל מאל אהיים, דרעינד פון ענערדזשי.

איך וואלט זייער געוואלט וויסן מער וועגן דעם. וואס זענען די טאקטיקן?

פארשידענס
איינס פון די טאקטיקען איז געווען דערנידערען,
ער האט געדארפט באקומען א געמארקטע צעטיל א יעדע סוף טאג פון די מלמד וויאזוי זיין הנהגה איז געווען,ער האט געברויכט אהיימנעמען דעם צעטיל און סיינען בא די עלטערען און אינדערפרי האט ער געברויכט גיין צום מנהל סיינען דעם צעטיל, און נאר אזוי האט ער געקענט צוריקקומען און קלאס פאר צוואנציג טעג,
פאר א יונגעל מיט אביסעל כאראקטער איז דאס צוואנציג מאל א גרעסערע דערנידורונג וואו א קלינגידיגע פראסק לענ״ד
איך טראכט פשוט מבשרי אחזה, איך וואלט געקליבען דאס פראסק, איבערען סיינען צעטליך פאר 10 טאג.
איך רעד דא פון א 11 יעריגע קינד
לכאורה א 6 7 יעריגע קינד איז א פראסק אסאך הארבער.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 24, 2021 10:54 am
דורך ליב צו וויסן
מאך זיכער האט געשריבן:די חינוך און עדיוקאציע סיסטעם ביים היימישן ציבור איז איבערגעטריבן טייער

דהיינו???

נשלח: דינסטאג אוגוסט 24, 2021 11:00 am
דורך הקטן
אספקלריה האט געשריבן:איך רעד דא פון א 11 יעריגע קינד
לכאורה א 6 7 יעריגע קינד איז א פראסק אסאך הארבער.

א פראסק, געווענדליך, וואו עלטער איז מער דערנידעראנג

מען דארף מחלק זיין צווישען מכות און א פעטשעל

נשלח: דינסטאג אוגוסט 24, 2021 11:16 am
דורך [NAMELESS]
הוגה האט געשריבן:
מאך זיכער האט געשריבן:די חינוך און עדיוקאציע סיסטעם ביים היימישן ציבור איז איבערגעטריבן טייער, קען מען נישט טרעפן פאר דעם פרייז מחנכים וואס זאלן קענען מחנך זיין בחורים אן נוצן זייערע פאדערשטע?

פאר וועלכע פרייז? 40-50k פער יאר? אר יו סיריעס?

מענטשן צאלן שווערע געלטער פאר א מוסד אנשטאט שיקן אין פובליק שולע בחינם. עס קען זיין אז מען צאלט נישט די מלמדים, אבער עכ"פ קומט זיך אזויפיל אז מען זאל דינגען מענטשן וואס ווייסן וויאזוי זיך צו קאנטראלירן, און נישט ברענגען קיין מאנסטערס וואס שלאגן מיט נאגייקעס די קינדער.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 24, 2021 1:07 pm
דורך ליב צו וויסן
מאך זיכער האט געשריבן:
הוגה האט געשריבן:
מאך זיכער האט געשריבן:די חינוך און עדיוקאציע סיסטעם ביים היימישן ציבור איז איבערגעטריבן טייער, קען מען נישט טרעפן פאר דעם פרייז מחנכים וואס זאלן קענען מחנך זיין בחורים אן נוצן זייערע פאדערשטע?

פאר וועלכע פרייז? 40-50k פער יאר? אר יו סיריעס?

מענטשן צאלן שווערע געלטער פאר א מוסד אנשטאט שיקן אין פובליק שולע בחינם. עס קען זיין אז מען צאלט נישט די מלמדים, אבער עכ"פ קומט זיך אזויפיל אז מען זאל דינגען מענטשן וואס ווייסן וויאזוי זיך צו קאנטראלירן, און נישט ברענגען קיין מאנסטערס וואס שלאגן מיט נאגייקעס די קינדער.

ווער קומט דיר דאס?

דינגען מענטשן וואס קענען זיך קאנטראלירן אן זיי נארמאל באצאלן... א גוטע געדאנק. :lol:

נשלח: דינסטאג אוגוסט 24, 2021 5:29 pm
דורך קורקלענד
פובליק שולע איז נישט פריי. ס'קאסט שווערע געלטער. אויך צאלן זיי פיל מער פאר זייער סטעףף. אונזער שכר לימוד איז יא ביליג, מיר צאלן ניטאמאל די קאסט. און די מוסדות ע''פ רוב האבן א 'ביליגע' סטעףף. ועל כולם נאך אלע אונזערע חסרונות גיבן אונזערע 'שוואכסטע' מוסדות ארויס פיל שענערע און סוקסעספולע פירות ווי די פובליק שולע.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 24, 2021 7:17 pm
דורך ליב צו וויסן
קורקלענד האט געשריבן:פובליק שולע איז נישט פריי. ס'קאסט שווערע געלטער. אויך צאלן זיי פיל מער פאר זייער סטעףף. אונזער שכר לימוד איז יא ביליג, מיר צאלן ניטאמאל די קאסט. און די מוסדות ע''פ רוב האבן א 'ביליגע' סטעףף. ועל כולם נאך אלע אונזערע חסרונות גיבן אונזערע 'שוואכסטע' מוסדות ארויס פיל שענערע און סוקסעספולע פירות ווי די פובליק שולע.

ווי די "לאקאלע" פובליק שולעס..

Re: ארויסגערינען ווידיא ווי משגיח פראסקעט אהן א בחור

נשלח: דינסטאג אוגוסט 24, 2021 7:57 pm
דורך תוהו ובוהו
קורקלענד האט געשריבן:אונזער שכר לימוד איז יא ביליג, מיר צאלן ניטאמאל די קאסט.

כידוע
קורקלענד האט געשריבן:ועל כולם נאך אלע אונזערע חסרונות גיבן אונזערע 'שוואכסטע' מוסדות ארויס פיל שענערע און סוקסעספולע פירות ווי די פובליק שולע.

כידוע

נשלח: מיטוואך אוגוסט 25, 2021 9:26 am
דורך תרמב
איינער האט מיר דערציילט אז זיין טאטע איז א מלמד פאר יארן לאנג און די לעצטע פאר יאר קען ער נישט שלאגן ווייל די פאליסיס האבן זיך געטוישט אין די מוסד במילא כדי צו קאנטראלן די כתה דערנידערט ער קינדער וואס זענען נישט וואויל אזוי האט מען מורא פון אים.
איך האב געהאט א מלמד אמאל וואס פלעגט אנווארפן א פחד אויף די קינדער אזוי ווייט אז אין קעמפ האב איך געליטן אויף שלשול פאר שרעק.....
ס’איז זיכער אז א פאטש אמאל וואלט בעסער געווען ווייל מ’האט געכאפט און ווייטער געגאנגען, משא’’כ ווען מ’לעבט אונטער א פסיכאלאגישע דרוק יעדע מינוט.
איך רעד נישט פון א מלמד וואס קען זיך נישט איינהאלטן זיין כעס אויסברוך און נעמט זיך פראסקענען ווי א מאניאק אין אזא פאל שאדט עס פאר די חינוך פון די קינדער דאס אליינס צו צוקוקן ווי איינער קען נישט איינהאלטן זיין מידת הרציחה.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 25, 2021 10:33 am
דורך פערינא
די פראבלעם איז אז די כלי קודש ווייסען נישט וויאזוי מחלק צו זיין צווישען א פאטש און assault

הלוואי מ'קען זיי געבן א טשאַרט.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 25, 2021 12:00 pm
דורך [NAMELESS]
פערינא האט געשריבן:די פראבלעם איז אז די כלי קודש ווייסען נישט וויאזוי מחלק צו זיין צווישען א פאטש און assault

הלוואי מ'קען זיי געבן א טשאַרט.

איז דא א קלארע טשארט אויף אזא לעוול ווי די פעין אדער פילינג טשארט?
אויב איינער האט ביטע עס ארויפשטעלן דא. יישר.

נשלח: מיטוואך אוגוסט 25, 2021 12:02 pm
דורך פערינא
דעת האט געשריבן:
פערינא האט געשריבן:די פראבלעם איז אז די כלי קודש ווייסען נישט וויאזוי מחלק צו זיין צווישען א פאטש און assault

הלוואי מ'קען זיי געבן א טשאַרט.

איז דא א קלארע טשארט אויף אזא לעוול ווי די פעין אדער פילינג טשארט?
אויב איינער האט ביטע עס ארויפשטעלן דא. יישר.

מ'גיט א IQ test

אם אין דעת, הבדלה מניין?

נשלח: מאנטאג אוגוסט 30, 2021 10:05 pm
דורך פאפיטעס
איך האב פריער באקימען אן אימעיל פאר עפעס א קאמפיין דורך קאווע שטיבל.
בינעך אריין דערין, זעה איך אז כ'האב שוין נישט געשריבן דא פאר באלד זעקס יאר.. סא דא בין איך..

א משגיח פראסקעט א בחור איז א סענסיטיוו טעמע ביי מיר.
דורך מיינע קינדערישע און בחור'ישע יארן האב איך געקריגן היבש אסאך פעטש. אסאך מאל האב איך עס דעזערווט, אין אסאך מאל נישט.
אבער וואס איז זיכער, געהאלפן האט עס קיינמאל!
א מגיד תורה דארף זיין א "ראל מאדעל", איינער וואס זיינע תלמידים קוקען ארויף אין שטרעבן צי זיין ווי אים.
ווען דער "ראל מאדעל" פארלירט זיין געדולד, ווערט אין כעס, טיילט פעטש, שרייט באנימענע קולות, אדער איגנארירט א תלמיד, פארלירט ער דער סטאטוס "ראל מאדעל".

קיין איין קינד אדער בחור שטרעבט נישט צו זיין א כעסן.
יעדער איינציגער "טינעידזשער" שטרעבט צו קענען האלטן פול קאנטאל איבער זיינע מידות.

איז א יוד וואס האט "ענגער אישוס" זיך מוחל זיין די כבוד, אין נעמען א שטעלע ביים בוטשער.

אבער!
די גוטע מלמדים אדער מגיד שיעורים זאלן ווערן באצאלט מינימום צוויי טויזענט א וואך! זיי האבן פון די שווערסטע דזשאבס אויפן וועלט!
מען דארף האבן א מעסטערס אין געדולד צו דילען מיט יונגע קינדער אדער טינעידזשערס.

האטס מיר אלע א גוטע נאכט, מיט גאטס הילף וועל איך קענען נאכאמאל שרייבן אין זעקס יאר ארום.

נשלח: דינסטאג אוגוסט 31, 2021 12:20 am
דורך הקטן
פאפיטעס האט געשריבן:קיין איין קינד אדער בחור שטרעבט נישט צו זיין א כעסן.
יעדער איינציגער "טינעידזשער" שטרעבט צו קענען האלטן פול קאנטאל איבער זיינע מידות.

איז א יוד וואס האט "ענגער אישוס" זיך מוחל זיין די כבוד, אין נעמען א שטעלע ביים בוטשער.

א מגיד תורה דארף זיין א "ראל מאדעל", איינער וואס זיינע תלמידים קוקען ארויף אין שטרעבן צי זיין ווי אים.
ווען דער "ראל מאדעל" פארלירט זיין געדולד, ווערט אין כעס, טיילט פעטש, שרייט באנימענע קולות, אדער איגנארירט א תלמיד, פארלירט ער דער סטאטוס "ראל מאדעל".

א "ראל מאדעל" מיז נישט זיין "פערפעקט", קיינער איז נישט "פערפעקט".
דער "טינעידזשער" וועם דו לערענסט וועט אויך נישט זיין פערפעקט, און "רילעט" נישט צי "פערפעקט".

וואס יא, דער מגיד תורה דארף שטרעבען צו קענען האלטן פול קאנטאל איבער זיינע מידות.
און ווען ער איז דארך געפאלן דארפען זיך נישט שעמען און איבערבעטן און מודה זיין אז ער איז געווען "ראנג"
דאס איז א "ראל מאדעל"! (און דאס איז דא זייער זעלטען)

נשלח: דינסטאג אוגוסט 31, 2021 4:48 pm
דורך hershy.
someone with a video